ס'איז באמת א שווערע נושא. אן צוגלייכן די חסידישע סיסטעם צי אנדערע סיסטעמען, די קאנוויניענס פון האבען די עלטערן טון 98% פון די ארבעט פארען שידוך איז א שטארקע עדווענטעדזש; והא ראיה, די וואס גט'ן זיך ח"ו האבען נישט אזוי גרינג חתונה נאכאמאל. ווער עס איז באהאווענט מיט יענע וועלט ווייסט דאס, ס'ליגט שוין דעמאלטס צופיל משוגעתן אין קאפ און די גרוש/גרושה האט מיליאן סיבות פארוואס זיי ווילען זיך "נאכנישט" רוקען מיט שידוכים, ס'זיצען הונדערטער אדער טויזענטע גע'גט'ע אן ערענסטע פלענער צו נאכאמאל חתונה האבען. יתכן ווען די ערשטע מאל דארף מען זיך אויך אליינס טרעפן איינעם און מאכען אליינס די דיסיזשען דערויף, וואלט נאר אחד מעיר ושתיים ממשפחה חתונה געהאט.
לענ"ד רוב גרמים (קאָוסעס בלע"ז) פון גיטין זענען זאכען וואס איז געווען ליטרעלי אוממעגליך צו וויסען בעפארן שידוך אז ס'איז פראבלעמאטיש. איך וואלט געשאצט אז ביי 98%-95% פון שידוכים, טראכטן סיי די חתן כלה אליינס און סיי די באקאנטע מיט די משפחה און חתן כלה, אלע טראכטן אז ס'איז א גאלדענע שידוך. אדרבה, ווי אפט הערט איינער א שידוך און טראכט אז יענע שידוך האט נישט קיין הענט און קיין פוס? איך מיין אז ס'איז גאר זעלטן אז איינער זאל אזוי טראכטן (און די איראניע איז אז פונקט יענע שידוכים ארבעטן זיך אויס פערפעקט). למעשה שטעלן זיך זאכען ארויס אנדערש נאכען חתונה, צו ווייל די השגות האבן זיך געטוישט, אדער אנטפלעקט זיך נפשות'דיגע פראבלעמען וואס "קיינער" חוץ דער אינדיווידועל האט געוויסט פון פארדעם, אפילו נישט די עלטערן, אדער איז דא פראבלעמען אין בעט וואס אין דבר סוף ווי אומריכטיג זאכען שטעלן זיך צומאל אויס דארט, בשעת חתן כלה האבען אפטמאל נישט קיין אנונג אין די ענינים בעפאר, און אפגערעדט אז מ'האט נישט קיין טעסט דרייוו. די אלע זאכען קענען געשען און האט גארנישט מיטן שידוך סיסטעם, אבער אז ס'געשעט א בּאָבּאָ אין די מערידזש איז די שידוך סיסטעם א פּערפעקט טאַרגעט צו בלעימען אלע פראבלעמען אויף עס.
שידוכים אין די חסידישע סיסטעם האט א פּעטטערן וויאזוי מ'שטעלט צאם מענטשן, אין מיינע אויגן איז די פּעטטערן א ווירקזאמע מהלך, מיט שטארקע פאטענציאל אז זיי זאלן אויפשטעלן אן גיטע און צופרידענער שטוב, און איבער אלעם ווערט די בחור און מיידל סערווירט אויף א גאלדענע טאץ דורך די עלטערן, זיי טוען אלעס פון די פארשלאַג ביזן לעצטע שבע ברכות און ווייטער (הלוואי קען איך עפענען א ביזנעס און האבען א צווייטער טון די גאנצע ארבעט פון אויפשטעלן די ביזנעס, אינוועסטירן יעדע דאלער וואס ס'נעמט, און יענער באקומט גארנישט פאר עס חוץ די נחת אז "מיין" ביזנעס פארט גיט...). אמת אז שלום בית איז א שווערע נושא, אמת אז גיטין איז גאר ווייטאגליך; מ'קען אבער זאגען אז שידוכים געשעהט על פי נס און רובא דרובא פעלער פארט עס על מי מנוחות ביזען הונדערט צוואנציג אויך על פי נס. אמאל דארף מען ארבעטן שווער אויסצופיגערען א מהלך עס צו מאכען ארבעטן צו האבן א גליקליך און צופרידן לעבן, אמאל האט מען קאמפליצירטע בּאמפּס און סטראגעלס דורכן לעבן, מ'שטופט עס אבער, און אמאל גייט עס צי גט און נאכדעם האט מען אנדערע פראבלעמען.
א ליטווישע חבר מיינער האט געדעיט א מיידל פאר גאנצע צוועלף חדשים בתמידות, ס'איז געווען וואָנדערפול (כמעט פייער פון די באלאטעס), זיי האבען חתונה געהאט בשעה טובה ולא מוצלחת, אלע פראבלעמען האבען דעמאלטס אנגעפאנגען ארויסצושפראצן, זיי האבן זיך גע'גט א חודש נאכען חתונה. איך וועל עס לאזען ביי דעם, די מעשה איז סעלף עקספלענעטאָרי.