- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,193
- רעאקציע ראטע
- 8,509
- פונקטן
- 943
גיי איך מיר אריבער א נישט-אידישע ווערטס-הויז אפאר טאג צוריק און איך טראכט צו מיר, האו אבאוט מ'קויפט אפ דעם שטח און מ'לאדענט היימישע אידן צו קומען פארברענגען, טרינקען, שפילן, און זינגען, אזוי מיט א הכשר אין די היימישע געגענט - על טהרת הקודש אזאנס?!
און אויב א קרעטשמע פאר זיך איז נישט הייליג גענוג, אפשר קען מען נאך צולייגן אזא קליינע טעאטער אויפן העכערן שטאק פאר אזעלכע טעגליכע אדער וועכענטליכע פארשטעלונגען, להנאת הקהל?!
זארגט אייך נישט, איך בין נישט אינגאנצן משוגע, און ווילאנג קיין געלט קען מען דערפון נישט לייזן איז דאס נישט אויפן אגענדע באמת. אבער טראכטן האט עס מיר געמאכט..
פארוואס טאקע פארמאגן מיר נישט קיינע קרעטשמעס, קיין טעאטערס און פלעצער וואו מ'קען פשוט פארברענגען און ענדזשויען בלעז?
די תשובה איז פשוט פאר יעדער חדר אינגל - נעמליך, ענטערטעינמענט פאר זיך אליין אלס א ציל איז געוויס אסור לבוא בקהל מיר אידן מעגן נאר הנאה האבן חול המועד, ביי א צדקה מסיבה, אדער אויב מ'איז קראנק.
אבער פארוואס?
איך האב נישט די גאנצע תשובה, און די היסטאריע דערפון קען מען מן הסתם אויך ציען צו קריסטנטום און צו די פארשידענע פילאזאפיעס וועלכע האבן דורכאויס די יארן אינפילטרירט אין כלל ישראל. אבער די פענאמענאן אלס א סאציאלאגישע ענטיטי וועלכע עוואלווד היינטיגע צייטן איז געוויס אינטרעסאנט צו אבזערווירן.
******
ענדזשוימענט אלס א ציל פאר זיך איז טריפה משום איזה סיבה אין אונזער היינטיגע 'אידישקייט'. אבער פארט זענען דא חילוקים צווישן ווי פרום מ'איז און צווישן פארשידענע פראקציעס לגבי דעם. און 'ענדזשוימענט' אין דעם הינזיכט פארנעמט אסאך א גרעסערע שטח ווי בלויז 'ענטערטעינמענט' אדער מוזיק מיט שאוס.
ווי איך האב אבזערווירט בעבר באשטייט די חסידישע כלל ישראל פון פיר הויפט גרופעס.
1. די פרומע - די וועמען השמיעיני את קולך און נקדישך שפיגלט זיי אפ, די וועלכע שלאגן זיך נאך מיט טעקסט מעסעדזשעס.
2. די עמך אידן - ארבייטן ווי נארמאלע מענטשן, זענען ראשו ורובו אין די סיסטעם, הערן קול מבשר און ליינען אייוועלט, שטומען צו מיטן אידישקייט גליון אויף רוב נקודות.
3. די וואטסעפ אידן - די רייסערס, גלייבן באמונה שלימה אבער האבן פשוט נישט קיין געדולד דערצו..
4. די אויפגעקלערטע - קרעמל אידן, היינטיגע משכילים, עסן אנע הכשר נישט ווייל ס'איז גרינגער נאר בשיטה ווייל די רבנים רייטן אויף אונז מיט די הכשרים..
[אלס פינפטע גרופע קען מען צושרייבן די וואס זענען שוין ארויס פונעם גדר אינגאנצן, זיי קענען גראדע קומען פון גרופע 4 - מתוך אויפגעקלערטקייט/כפירה, אדער פון גרופע 3 - קיל/אויפגערעגט, אבער באופן כללי זענען זיי שוין אינדרויסן דערפאר רעכן איך זיי נישט אינאיינעם]
ווען מ'נעמט די נושא פון 'ענדזשוימענט' און מ'וויל באטראכטן די עטיטודס פון די אויבנדערמאנטע גרופעס דערצו, איז גאנץ מערקבאר די חילוקים.
גרופע 1 זענען די וועלכע טארן נישט ענדזשויען דאס לעבן בכלל, זיי זענען אין repressive mode לגמרי, אפי' די פשעווארסקע קוגל שבת איז לא להנאה גופי..
גרופע 2 זענען די וועלכע ערלויבן זיך הנאה צו האבן נאר מיט א הכשר, דהיינו, חול המועד ביי אן אונטערן, שושן פורים אין ספינקא, א מוזיק קאנצערט ווי מלאך טרעט אויף מיט תוכנ'דיגע ווערטער, אדער א בוני עולם דינער וואס איז פארשטייט זיך לשם שמים..
גרופע 3 זענען די פייאנערן אין דעם פעלד, זיי קומען אויף מיטן דזשערקי, מיעט באורדס, פאדקעסטס, פלעיס, קאנצערטס, שיבוטא'ס, סושי בארס, אפשערן פארטי'ס, שבת נחמי קומזיצן, סליחות גיטאר'ס, און אלע מסתעפ'ס.. פערזענליך וועלן זיי עס 'ערשט טון און דאן זוכן דעם היתר', אבער באמת וועלן זיי נישט זיין צוקראצט אויב מ'אסר'ט עס, דאס איז זייערע האבי צו טעסטן די גרעניצן..
און צום לעצט גרופע 4, זיי הייסן שוין די ווייבער בשיטה וואקסן די האר, פראמאטן אלע 'שלום בית' מעטאדן און האטליינס, זיי דארפן נישט קיין התירים צו ענדזשויען דאס לעבן - ס'האלט זיי גארנישט אפ אין ערשטן פלאץ..
און דא איז וואו מ'קען אבזערווירן די עוואלוציעס, קאנפליקטן, און כסדר'דיגע רייבערייען אינערהאלב די חרדישע אידנטום ווען נייע זאכן קומען ארויף.
אינטימישע האטליינס, נייע מאכלים, פאדקעסטס וועלכע רעדן אפן, קאנצערטן חנוכה, און לאכן שאוס פאר מענער מיט פרויען אינאיינעם, דאס זענען נייע געדאנקען וואס שפראצן ארויס נישט נאר פון א פרייע מארקעט וואס זוכט צו רעוואלאציאנערן, נאר עס איז זאגאר די מענטשליכע דראנג צו לעבן, צו ענדזשויען, צו זיין ענטערטעינד (די נפש הבהמיות אויב איר ווילט..) און צו שטופן די אייגענע און די קאלעקטיווע ווענט ווייטער און ווייטער און זיך ארויסברענגען אין א אייגנארטיגע 'קולטור'.
די מלחמה דור איז מער ווייניגער פארריבער, די טראומע און פארהאקטקייט זענען בלויזע איידעאלאגיעס - מער נישט טייל פון אונזער פסייכי. קולטור וויל שפראצן און בליען ווי אין יעדע נארמאלע סאסייעטי, מענטשן וויל טון ככל העולה על רוחם - מיט אדער אן רעגארד פאר צוימענדע געדאנקענגענג.
גרופע נומער 3 איז נאטורליך די ערשטע וואס האבן נישט די דאגות מיט קיינעם און דזשאסט טוען עס. זיי עפענען דעם האריזאנט, זיי וועקן אויף און ברענגען אריין אן אלט-נייע מושג וואס הייסט 'פאפ-קולטור', זיי פייאנירן דעם וועג צו פשוט לעבן לשם לעבן און לאזן דעם אידישקייט פעקל אין ביהמ''ד אדער פארפאקט טיפער אין הארץ.
נישט קיין גרויסע וואונדער אז גרופע 2 פאלט פאר דעם זייער שנעל. ווי נישט ווי איז נאטור שטערקער ווי נורטשור (כמעשה הידוע עם ר' יונתן איישיץ והחתולים), שבת שובה דרשות און כיניסים זענען גוט פאר די 5 מינוט ווילאנג זיי האלטן זיך ווארעם. אפי' טענק יו השם, בערל טויבער און בידערמאנס אידישקייט גייט נישט קענען פונדאמענטאל טוישן די צורת הרעליגיע צו ענקאמפאסן א פילפאכיגע לעבנסשטייגער - א לעבן ווי ענדזשוימענט איז נישט קיין סתירה בכלל מיטן זיין אן ערליכע איד.. און ווילאנג דאס איז יא א קאנפליקט איז דא איין געווינער... היסטאריש און עוואלוציאנעריש..
דאס איז וואו די מערכה ווערט געפירט, די סיסטעם פון איין זייט, און די אפענקייט צו פלעין 'מענטשליכקייט' קולטור און פרייע ענדזשוימענט פון די אנדערע זייט. לדעתי זענען ווייניג מודע וואס די עכטע קאנפליקט איז און ווער ס'געווינט. אבער לייגן די קאפ אין זאמד אדער סתם זיך שלאגן אן קיין סטראטעגיע איז א זיכערע פארלוסט!
לייג צו צו דעם אזא סייט ווי קרעמל, אויסגאבעס ווי 'לכתחילה', אפענקייט צום וויסנשאפטליכע וועלט מיט אלע ערענסטע ספיקות וואס עס זייט אן, און די נומער 3'ערס האבן געהעריגע בעקינג נישט בלויז עמאציאנאל נאר פילאזאפיש אויך. אזוי אז די גדר צווישן 3 און 4 ווערט שוואכער און שוואכער. דער באם וועט מען טרעפן בריקעווען אז דער רבי זי"ע איז נישט געווען גערעכט לגבי ציונות און אז עוואלוציע מאכט אסאך מער סענס, און דער אויפגעקלערטע וועסטו טרעפן מיט א קאלירטן העמד האקן פלייש ביים קומזיץ. ווייל איינמאל דער של ראש טרעפט זיך מיטן גשמיות -אדער פארקערט- ווערן אלע טויערן אפן..
******
אלס לעצטיגע דוגמא איז מיר אינטרעסאנט געווען צו הערן די קול מבשר אינטערוויו מיט וועלוול פעלדמאן און יעקב יוסף לאנגזאם איבער זייער 'דראמאדי-תא' פארשטעלונג.. ס'נעמט נישט קיין מר בר רב אשי צו כאפן די פראבלעם דערפון לפי די חרדישע קעסטלדיגע וועלט-אויסקוק, אבער צום זעלבן צייט נעמט אויך נישט קיין גרויסע תענית חלום אויפצוקומען מיט התירים און מיסיס השכל'ס וועלכע פאסן הערליך די לופ-האולס פונען סיסטעם, אזוי צו פארשטאפן כל משטינינו ומקטריגנו בעת וואס יעדער בר דעת זעט דורכזיכטיג וואס אזאנס דא שפילט זיך אפ.. סאטמאר גייט פראבירן צו לייגן איסורים וחרמים, זאל זיי וואויל באקומען, די חברה זענען זיי שוין אויסגעלאפן דעם וועג מיטן שאפן הכשרים און עס מאכן בלויז פאר הייליגע חול המועד פורפוסעס אנלי..
אויך אין די פרידא וויזל אינטערוויו מיט דובי דער מעדזשישען רעדן זיי ארום פון דעם אן אינטערהאלטונג-ענטערטעינמענט ווערט א גרעסערע און גרעסערע פעלד ביים היימישן עולם און אז די עולם ווערט מער אפן צו ענדזשויען.. ער אבזערווירט ווי אין זיינע אויפטריטן זענען רוב מאל די היימישע מענטשן זייער פארמאכט ביים אנפאנג און איינגעהאלטן נישט ארויסווייזענדיג עקסטאז אדער געפילן, אבער ביים ענדע פון די אויפטריט זענען די געמיטער אסאך מער אויפגעלאזט און לויז. וואס שטרייכט אונטער אז וויפיל מ'וויל צוקוועטשן דעם צורך און וויפיל מ'וויל עס פארדרייען אז מ'זאל נאר מעגן הנאה האבן 'לצורך מצוה' וועט די טיפערע דראנג פאר לויזע קולטור איבערשטייגן און ווארשיינליך געווינען..
******
- דא (און דא) איז מיין ארגינעלע אבזערוואציע פון די פיר פראקציעס אינערהאלס אונזערע קהילות
- דא רעד איך בכלל פון די היימישע אונטערהאלטונג מארקעט
- און דא אבזערוויר איך די טענשאן וואס שאפט זיך צווישן די שפרידעלדיגע קולטור און די הנהגה פון די קהילות/סיסטעם וואס פארלירט ווערד.

לעצט רעדאגירט: