פון יוסיפין'ס ווערק (פאר דער וואס גלויבט דערין) זעט מען אן אומגעהויערע סכום פון יודן -און מענטשן בכלל- וואס זענען געהרגט געווארן אין די מלחמות בעפארן חורבן בית שני, עס לאזט זיך זאגן אז די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמות הגם ווייט פון דעם נומער וואס די גמרא ברענגט לגבי די איינוואוינער פון ירושלים אבער עס זעט נישט אויס בדרך הטבע מיט די היינטיגע מאפע וויאזוי אזויפיל מענטשן האבן געוואוינט דארט, נישט פארגעסן אז זיינע ווערק זענען מערסטנס פונעם שמאלן לענס פון וואס ער האט אליין מיטגעלעבט בשעת'ן באגלייטן טיטוס.
אויב נעמט מען ארויס דעם לעצטן שורה
איז דאס אביסל מער קרוב אל השכל, 24 פלטיות × 24 מבואות × 24 שוקים × 24 שקקים × 24 חצרות × 24 בתים, לאמיר רעכענען אן עוורידזש ירשלמו משפחה פון 5 = 955,514,880 (בערך א ביליאן) מענטשן, הגם עס איז נישט עפעס וואס מיר קענען היינט זען איז עס עטוואס מער קרוב אל השכל,
קען זיין אז דער "מוציאה" מיינט וויפיל מענטשן פלעגן דארט דורכגיין אן עוורידזש (אנשטאט געוואוינט) וואס מיט א ביליאן מענטשן מאכט עס סענס