די אומגעהויערע צאל ירושלימער איינוואוינער פארן חורבן

די מהר"ל גייט מיט די מהלך דאכט זיך אז די נומבערס זענען בעצם נאר ארויס צו ברענגען אז עס איז געווען זייער אסאך בהפלגה, און יעדעס מאל וועט די סיבה פאר וואס ער כאפט אן דווקא די נאמבער
צו מרמז זיין אויף עפעס .
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
@ריבי אזוי צו אזוי איז עס לכאורה א גרויסע פראגע צייכן אויף די תוקף פון דברי חז"ל. סטייטשט; אדער האבן זיי גערעדט דמיונות אדער דברי הבאי.

טא וויאזוי קען איך יעצט נעמען ערנסט אז מוז"ל איז כאילו שופך דמים, אפשר איז ער כאילו שופך קעפטשאפ?

חוץ אז מ'העט זאגן אז די אלע דברי אגדה זענען סתרי תורה מיט רמזים.
 
די מהר"ל גייט מיט די מהלך דאכט זיך אז די נומבערס זענען בעצם נאר ארויס צו ברענגען אז עס איז געווען זייער אסאך בהפלגה, און יעדעס מאל וועט די סיבה פאר וואס ער כאפט אן דווקא די נאמבער
צו מרמז זיין אויף עפעס .
אויף די נומבערס פון די תורה אויף אדער נאר חז״ל? איז געווען 600,000 ביים ארויסגיין פון מצרים אדער ס׳עפעס א רמז
 
אויף די נומבערס פון די תורה אויף אדער נאר חז״ל? איז געווען 600,000 ביים ארויסגיין פון מצרים אדער ס׳עפעס א רמז
ער זאגט עס ביי די גמ' פון חורבן אין מס' גיטין
 
פון יוסיפין'ס ווערק (פאר דער וואס גלויבט דערין) זעט מען אן אומגעהויערע סכום פון יודן -און מענטשן בכלל- וואס זענען געהרגט געווארן אין די מלחמות בעפארן חורבן בית שני, עס לאזט זיך זאגן אז די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמות הגם ווייט פון דעם נומער וואס די גמרא ברענגט לגבי די איינוואוינער פון ירושלים אבער עס זעט נישט אויס בדרך הטבע מיט די היינטיגע מאפע וויאזוי אזויפיל מענטשן האבן געוואוינט דארט, נישט פארגעסן אז זיינע ווערק זענען מערסטנס פונעם שמאלן לענס פון וואס ער האט אליין מיטגעלעבט בשעת'ן באגלייטן טיטוס.

אויב נעמט מען ארויס דעם לעצטן שורה

איז דאס אביסל מער קרוב אל השכל, 24 פלטיות × 24 מבואות × 24 שוקים × 24 שקקים × 24 חצרות × 24 בתים, לאמיר רעכענען אן עוורידזש ירשלמו משפחה פון 5 = 955,514,880 (בערך א ביליאן) מענטשן, הגם עס איז נישט עפעס וואס מיר קענען היינט זען איז עס עטוואס מער קרוב אל השכל,
קען זיין אז דער "מוציאה" מיינט וויפיל מענטשן פלעגן דארט דורכגיין אן עוורידזש (אנשטאט געוואוינט) וואס מיט א ביליאן מענטשן מאכט עס סענס
עס איז נישט געווען קיין ביליאן מענטשן אויף דער גאנצער וועלט בעת ההיא.
 
עס איז פשוט , אז אמאהל האט מען גענוצט אויסצודריקן א געוואלדיג געשעהניש , מיט נומבערס פון גוזמאות און היפערבאליע ,און יעדער
צוהערער האט פארשטאנען אז מען זאגט סתם גוזמאות עס האט נישט מיט ריעליטי
דעס האט דער דרשן - פרעדיגער- אייגנטליך מרמז
גיוועהן און די נומערן , ווי אזוי ער האט עס אויסגילייגט 24 , 24,24,24
איז דען דא אזא גיבוי
פון א שטאט און גאנצן כדור הארץ , נאר מיט דעם איז ער שוין גראד מרמז אז רעדט מען בדרך גוזמא
זעהט אזוי איז גיוועהן די דרך הדרשנים
זאגן עפעס אויסטערליש
ווי למשל זאגט ביי רבי עקיבא , בקש לעוררן האט ער פלוצלינג אויס גערופן מה ראתה אסתר למלוך
על מאה עשרים ושבע מדינה … אלא שהיתה בת
בתה של שרה …
היינט קען מען למשל זאגן , דער האט א מיליאן מאהל מער שכל , וכדומה , וועט איינער מעסטן , צי עס איז טאקע ממש מיליאן …
אויב נעמען מיר אן די ספרי הקודש מיט די זעלבע בליק ווי לשון בני אדם דאן וואלסטו גערעכט געווען. אבער דאן וואלט אלעס דארט געקענט מיינען כלשון בני אדם...
-מות ימות וואלט מען געטייטש ווי דער ספינקער ראש ישיבה.
-סיי וועלכע איסור וואס שמעקט מיר נישט וועט זיין סתם א גוזמא.
-דאס אז גאט איז נישט קיין גוף איז נאר ארויסצוברענגען אז ער האט א גאר הייליגער גוף.
-דאס אז מען האט געגעבן די תורה פארנט פון אונזערע אלע עלטערן (600,000 אין צאל), מיינט באמת בלויז אז אסאך חברה האבן דאס מיטגעהאלטן.

בקיצור, אז דו נעמסט אן אז די ווערטער פון די תורה איז נישט ממש דווקא, דאן איז אין לדבר סוף און דו בלייסט עווענטועל מיט גארנישט.
 
אויף די נומבערס פון די תורה אויף אדער נאר חז״ל? איז געווען 600,000 ביים ארויסגיין פון מצרים אדער ס׳עפעס א רמז
ער זאגט אויך א רמז, אבער ער זאגט אז פארוואס "איז געווען" 600,000 ווייל...
 
פונקט פארקערט, אין די תורה שטייט פשטות אז גאט האט יא א גוף
אין די תורה שטייט ״ לא ראיתם שום תמונה״
זעהט אויס אז עס קומט זאגן, אינו גוף
אבער נישט אזוי שטארק ווי די ראשונים האבן
קובע גיוועהן ,והדברים עתיקים
 
אין די תורה שטייט ״ לא ראיתם שום תמונה״
זעהט אויס אז עס קומט זאגן, אינו גוף
אבער נישט אזוי שטארק ווי די ראשונים האבן
קובע גיוועהן ,והדברים עתיקים
פון תמונה ביז גוף איז נאך א מהלך צו גיין
 
ביי מות יומת וואס עס שטייט
האבן חז״ל מעיד גיוועהן אז א בית דין וואס האט
ממית גיוועהן אחת לשבעים שנה , האט מען גערופן
מיט א לשון ביזוי בית דין קטלנית
זעהט אויס , אז דעס איז נישט ליטערל
מען הרג׳עט נישט אזוי אבי
 
@ריבי אזוי צו אזוי איז עס לכאורה א גרויסע פראגע צייכן אויף די תוקף פון דברי חז"ל. סטייטשט; אדער האבן זיי גערעדט דמיונות אדער דברי הבאי.

טא וויאזוי קען איך יעצט נעמען ערנסט אז מוז"ל איז כאילו שופך דמים, אפשר איז ער כאילו שופך קעפטשאפ?

חוץ אז מ'העט זאגן אז די אלע דברי אגדה זענען סתרי תורה מיט רמזים.
זאגסט גוט לכאורה
און אזוי זאגן מערערע אחרונים אז דארטן ווי די
גמרא זאגט ״ כאילוי - איז עס נאר ארויס צוברענגען
אז דער ענין האט אין זיך א חומר , וצריך להזהר
די גמרא זאגט אויך , כל הכועס כאילו עובד זרה
( בתנאי אז ער צוברעכט א כלי ) א וודאי איז עס נישט די זעלבע ,ווי עבודה זרה .
דער טור ברענגט א ירושלמי , האוכל מצה בערבי
פסחים , כאילו בועל ארוסתו בבית חמיו מוז סיין אז , עס איז א צו גלייך אויף אן אופן , אבער אוודאי נישט די זעלבע
- גראדע ביי די הלכה האט איינער מעיד גיוועהן
ער האט עס עקספיריענסט , -ביידע עבירות -
איט איס וועי נאט דע סעים-
לגבי די חומרא פון מוז״ל , איז אויך אזוי
עס איז נישט ממש אזוי ווי א מבול , עס איז א דבר
חמור , אבער נישט ממש קיין הורג נפש , אדער
עריות , עס איז דאך דא דער באקאנט ער פסק פון ספר חסידים
כידוע
 
און אזוי האבן טאקע חז"ל געטון מיט עין תחת עין.
ביי עין תחת עין , האבן זיי א הכרח , ווייל מען קען דאך נישט פונקטליך מצמצם זיין , אז עס זאל אויסקומען אייניג ,

דעס איז די טענה פון שעיקספיר ,אין שיילאק
עס ווערט אויך דערמאנט אין אבן עזרא .

איז אזוי מסרו הכתוב לחכמים ,
כמה וכמה פסוקים
אין מימרות זענען טאקע נישט ליטעראל
קען זיין א משל , מליצה , גוזמא ,
אדער ווי דער רמב״ם איז מגדיר ,תפוחי זהב במשכיות כסף
פשוט לפי המשמעות איז כסף ,אבער פאר אן איש
משכיל איז דא די זהב , וואס דאס איז דער עיקר
המכוון .
 
דעס איז די טענה פון שעיקספיר ,אין שיילאק
עס ווערט אויך דערמאנט אין אבן עזרא .
יא. און אנדערע האבן געהאלטן ווייל לויט די קאלטור פון די צייטן פון חז"ל איז עין תחת עין אין א ליטעראלע סענס געווען צו ברוטאל משא"כ אין די צייטן ווען די תורה איז געשריבן געווארן איז עס געווען סטענדערד פרעקטיס.
 
מיט די הייליגע ווערטער געבן אונז חז"ל איבער די אומגעהויערע צאל ירושלימער איינוואוינער איידערן חורבן בית־ראשון. מיר ווייסן דאך און גלייבן דאך באמונה־שלימה אז יעדעס ווארט אין חז"ל איז קודש־קדשים און אמת־לאמיתה, ליגט אויף אונז דער חוב אפצולערנען דעם מאמר־חז"ל בכובד־ראש.

לאמיר אנפאנגען מיט דער אריטמעטיק פון דער צאל אידן אין ירושלים:

ירושלים האט געהאט 24 פלטיות × 24 מבואות × 24 שוקים × 24 שקקים × 24 חצרות × 2 × 600,000. ווען מען מאכט דעם חשבון קומען מיר צו אביסל מער ווי ניין און האלב טריליאן (9,555,148,800,000) מענטשן.

כדי דאס צו לייגן אין קאנטעקסט, קען מען דאס פארגלייכן מיט דער היינטיגער וועלט־באפעלקערונג פון 8.2 ביליאן (8,200,000,000). קומט אויס אז ירושלים פארן חורבן האט אנטהאלטן אביסל מער ווי 1,100 מאל די צאל מענטשן אויף דער וועלט היינט צו טאגס.

אט הייבן מיר שוין אן פארשטיין די גרויסע טראגעדיע פונעם חורבן און וואספארא ציוויליזאציע דאס האט אומגעברענגט.

כדי דאס צו ממחיש זיין נאכמער, לאמיר זיך באטראכטן אויף דער געדיכטקייט פונעם יישוב אין ירושלים:

אלטשטאט ירושלים האט א שטח פון 0.9 קילאמעטער קוואדראט, וואס דאס איז גלייך צו ניין הונדערט טויזנט (900,000) מעטער קוואדראט, ניין ביליאן (9,000,000,000) צענטימעטער קוואדראט, און ניין הונדערט ביליאן (900,000,000,000) מילימעטער קוואדראט.

צוטיילענדיג דעם נומער דורך דער באפעלקערונג פון ירושלים, בלייבן מיר מיט אביסל מער ווי 0.09 מילימעטער קוואדראט פּער ירושלימער איינוואוינער, ד.ה. אביסל ווייניגער ווי א צענטל פון א מ"מ קוואדראט.

פאר קאנטעקסט, א גאר קליינע מאריטשקע האט א לענג פון 2 מ"מ און א ברייט פון 1.5 מ"מ, וואס קומט צו א שטח פון 3 מ"מ קוואדראט - אדער דער פלאץ וואס ווערט פארנומען דורך בערך 32 ירושלימער איינוואוינער. נו, דאס אז נשתנו הטבעים איז דאך אונז נישט קיין חידוש. א פנים אז א מאל זענען מענטשן גאר קליין געוועזן, צי אפשר טאקע נאר ירושלימער תושבים.

ועוד יש ליישב, אז ירושלים פארן חורבן איז געווען א שטאט פון וואלקן־קראצער:

עס ווערט געשאצט אז א מענטש דארף צום ווייניגסטן 10 מעטער קוואדראט אויף צו קענען לעבן. אויף צו לעבן באקוועם דארף מען היפש מער, אבער לאמיר מקיל זיין און רעכענען מיט צען. פארן ירושלימער שטח געט דאס אונז 90,000 מענטשן פּער פלאַך, וואס אט די צאל מענטשן קען אריינפאסן אין א יעדן שטאָק. כדי אריינצופאסן אלע תושבי ירושלים דארף מען האבן פונקט 106,168,320, אדער בערך הונדערט מיליאן שטאָק.

דער העכסטער בנין אין דער וועלט פארמאגט 163 שטאק, קומט אויס אז די בניינים אין ירושלים זענען געווען בערך זעקס הונדערט פופציג טויזנט (651,339) מאל העכער ווי דעם בורזש כאליפא.

זעען מיר ווייטער דאס אומפאראלעלע גדלות פון ירושלים און דער אומבאגרייפליכער פארלוסט פונעם חורבן.

ווי אויך קומט א הכרת־הטוב פאר חז"ל וואס האבן אזוי פונקטליך און וויסנשאפטליך אפגעמאסטן און דאקומענטירט די אינפארמאציע פון אזא וועלטס־וואונדער, וואס ווען נישט זייערע פארצייכענונגען וואלט די מעכטיגע ציוויליזאציע נעלם געווארן ווי אן קיין שפור, און די וועלט וואלט גארנישט געוואוסט דערוועגן.

אויך זעען מיר דערפון א מוסר־השכל ווי ווייט פארפירעריש זענען די אזוי־גערופענע חוקרים מיט זייער ארכיאלאגיע. נו, פרעג איך אייך, אויב איז זייער וויסנשאפט טאקע אזוי פארלעסליך, טא וויאזוי זענט איר מסביר אז זיי האבן עד־היום קיין שפור נישט אנטדעקט פון די ערים גדולות ובצורות בשמיים וואס מיר האבן דא אויסגעחשבונט לויט א בפירשן חז"ל?! אלא־מאי, מ'זעט בחוש אז דבריהם דברי הבל און אז, להבדיל, דברי חז"ל לעולם עומדות.

זאלן מיר טאקע זוכה זיין צו אן אמת'ן נחמת ציון.
דו קענסט נישט ליינען?
דא שטייט אזוי: 'וְכָל חָצֵר וְחָצֵר הָיְתָה מוֹצִיאָה עַם כִּפְלַיִם כְּיוֹצְאֵי מִצְרַיִם', די פשוט'ע טיישט איז אז יעדער הויף באזונדער האט ארויסגעגעבן א פאלק כפלים כיוצאי מצרים.
ס'שטייט נישט אז עס איז פאקטיש געווען אזא גרויסער פאלק אין יעדער חצר. ס'שטייט אז יעדער חצר האט ארויסגעגעבן אזא פאלק, דאס הייסט ס'איז געווען א ראש המשפחה וואס ער האט ארויסגעגעבן א פאלק אזוי גרויס ווי כפליים כיוצאי מצרים.
שטעלט זיך די קשיא; פארוואס שטייט טאקע נישט אז אין יעדן חצר איז פאקטיש געווען א פאלק אזוי גרויס כפליים כיוצאי מצרים? פארוואס שטייט עס עפעס אויף אזא אינטערעסאנטע אופן; אז יעדער חצר האט ארויסגעגעבן אזא פאלק?
אלא מאי מוז זיין אז דער ריכטיגער פשט איז, אז דער מדרש קומט פארציילן אז יעדער חצר וואלט געקענט ארויסגעבן אזא גרויסן פאלק, דאס הייסט אויב זיי וואלטן געבליבן לעבן, און דער בית המקדש וואלט נישט חרוב געווארן וואלט יעדער חצר ארויסגעגעבן אזא מאסיווע פאלק.
איי וועסטו פרעגן פארוואס שטייט טאקע נישט אזוי? לויט ווי איך בין דיר מסביר וואלט געדארפט שטיין עפעס אזוי, 'וכל חצר וחצר היה ראוי להוציא עם כפליים כיוצאי מצרים'?
דער תירוץ איז אז דאס טאקע וויל דער מדרש ארויסברענגען, אז דער פאלוסט אזוי גרויס כאילו אזא פאלק וואלט טאקע חרוב געווארן. נישט אז ס'איז חרוב געווארן עפעס וואס וואלט שפעטער געווארן גרויס, נאר ווען מען קלאגט אויף דעם חורבן דארף מען קלאגן אויך אויף דעם עתיד.
 
Back
Top