@ריבי אזוי צו אזוי איז עס לכאורה א גרויסע פראגע צייכן אויף די תוקף פון דברי חז"ל. סטייטשט; אדער האבן זיי גערעדט דמיונות אדער דברי הבאי.
טא וויאזוי קען איך יעצט נעמען ערנסט אז מוז"ל איז כאילו שופך דמים, אפשר איז ער כאילו שופך קעפטשאפ?
חוץ אז מ'העט זאגן אז די אלע דברי אגדה זענען סתרי תורה מיט רמזים.
זאגסט גוט לכאורה
און אזוי זאגן מערערע אחרונים אז דארטן ווי די
גמרא זאגט ״ כאילוי - איז עס נאר ארויס צוברענגען
אז דער ענין האט אין זיך א חומר , וצריך להזהר
די גמרא זאגט אויך , כל הכועס כאילו עובד זרה
( בתנאי אז ער צוברעכט א כלי ) א וודאי איז עס נישט די זעלבע ,ווי עבודה זרה .
דער טור ברענגט א ירושלמי , האוכל מצה בערבי
פסחים , כאילו בועל ארוסתו בבית חמיו מוז סיין אז , עס איז א צו גלייך אויף אן אופן , אבער אוודאי נישט די זעלבע
- גראדע ביי די הלכה האט איינער מעיד גיוועהן
ער האט עס עקספיריענסט , -ביידע עבירות -
איט איס וועי נאט דע סעים-
לגבי די חומרא פון מוז״ל , איז אויך אזוי
עס איז נישט ממש אזוי ווי א מבול , עס איז א דבר
חמור , אבער נישט ממש קיין הורג נפש , אדער
עריות , עס איז דאך
דא דער באקאנט ער פסק פון ספר חסידים
כידוע