די אומגעהויערע צאל ירושלימער איינוואוינער פארן חורבן

די מהר"ל גייט מיט די מהלך דאכט זיך אז די נומבערס זענען בעצם נאר ארויס צו ברענגען אז עס איז געווען זייער אסאך בהפלגה, און יעדעס מאל וועט די סיבה פאר וואס ער כאפט אן דווקא די נאמבער
צו מרמז זיין אויף עפעס .
 
@ריבי אזוי צו אזוי איז עס לכאורה א גרויסע פראגע צייכן אויף די תוקף פון דברי חז"ל. סטייטשט; אדער האבן זיי גערעדט דמיונות אדער דברי הבאי.

טא וויאזוי קען איך יעצט נעמען ערנסט אז מוז"ל איז כאילו שופך דמים, אפשר איז ער כאילו שופך קעפטשאפ?

חוץ אז מ'העט זאגן אז די אלע דברי אגדה זענען סתרי תורה מיט רמזים.
 
די מהר"ל גייט מיט די מהלך דאכט זיך אז די נומבערס זענען בעצם נאר ארויס צו ברענגען אז עס איז געווען זייער אסאך בהפלגה, און יעדעס מאל וועט די סיבה פאר וואס ער כאפט אן דווקא די נאמבער
צו מרמז זיין אויף עפעס .
אויף די נומבערס פון די תורה אויף אדער נאר חז״ל? איז געווען 600,000 ביים ארויסגיין פון מצרים אדער ס׳עפעס א רמז
 
אויף די נומבערס פון די תורה אויף אדער נאר חז״ל? איז געווען 600,000 ביים ארויסגיין פון מצרים אדער ס׳עפעס א רמז
ער זאגט עס ביי די גמ' פון חורבן אין מס' גיטין
 
פון יוסיפין'ס ווערק (פאר דער וואס גלויבט דערין) זעט מען אן אומגעהויערע סכום פון יודן -און מענטשן בכלל- וואס זענען געהרגט געווארן אין די מלחמות בעפארן חורבן בית שני, עס לאזט זיך זאגן אז די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמות הגם ווייט פון דעם נומער וואס די גמרא ברענגט לגבי די איינוואוינער פון ירושלים אבער עס זעט נישט אויס בדרך הטבע מיט די היינטיגע מאפע וויאזוי אזויפיל מענטשן האבן געוואוינט דארט, נישט פארגעסן אז זיינע ווערק זענען מערסטנס פונעם שמאלן לענס פון וואס ער האט אליין מיטגעלעבט בשעת'ן באגלייטן טיטוס.

אויב נעמט מען ארויס דעם לעצטן שורה

איז דאס אביסל מער קרוב אל השכל, 24 פלטיות × 24 מבואות × 24 שוקים × 24 שקקים × 24 חצרות × 24 בתים, לאמיר רעכענען אן עוורידזש ירשלמו משפחה פון 5 = 955,514,880 (בערך א ביליאן) מענטשן, הגם עס איז נישט עפעס וואס מיר קענען היינט זען איז עס עטוואס מער קרוב אל השכל,
קען זיין אז דער "מוציאה" מיינט וויפיל מענטשן פלעגן דארט דורכגיין אן עוורידזש (אנשטאט געוואוינט) וואס מיט א ביליאן מענטשן מאכט עס סענס
עס איז נישט געווען קיין ביליאן מענטשן אויף דער גאנצער וועלט בעת ההיא.
 
Back
Top