גערעכט אדער אומרעכט? פארטרעטער פון חרדי'שע ישיבות פארלירן אין קאורט אף אפיעלס קעגן ניו יארק סטעיט. וואס זאגט דער לויער?

אינטעליגענט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
1,084
רעאקציע ראטע
2,819
פונקטן
443

קרעמל שטעלט אייך פאר אן איינמאליגן שמועס מיטן אדוואקאט דער לעגאלער פארטרעטער פון די יאפעד ארגענאזציע, ווי מיר שמועסן אלעס אנבאלאנגט די פארצויגענעם פאלעמיק אין די שוין היינט באוויסטע געראנגל אין ניו יארק, איבער וואס זאל זיין די גורל פון וועטליכע און סעקולערע עדוקאציע פאר די נעקסטע דור, וועלכע ציט זיך שוין א לענגערע צייט, און פאסירט אין די זעלבע צייט אויך אין לאנדאן, אויסטראליע, מדינת ישראל, און קאנאדא איבער וואס און וויאזוי סעקולערע לימודים זאלן אויסגעפירט ווערן אין אונזערע ארטאדאקסישע מוסדות התורה והחינוך פאר די הצלחה פון די קומענדיגע דורות.​

האבן מיר אריינגעלייגט אסאך ארבעט פאר אייער הנאה און קלארקייט, און איז אונז געלונגען צו לייגן א האנט אויף דעם לויער, איז אונז א פארגעניגן דא ארויף צו ברענגען קאונסיל קריס העזען וואס איז גאר טעטיג אין פארטרעטן די אינטערעסן פון די יאפעד ארגענעזאציע וועלכע פארטרעט ישיבה גראדואירער, עלטערן, און פרא עדוקאציע אקטיוויסטן, צו הערן מער איינצעלהייטן פון אלע פאקטן ארום די קעיס, וואס זיי ווילן און וואס ישיבות ווילן און אלעס ארום. ער איז אויך אליין געווען א לערער פאר פרומע אידישע קינדער א שטיק צייט, און אליינס א טאטע פון 2 קינדער, און ער קען די זאך היבש פון די נאנט, און האט אויך א היסטאריע זייענדיג אן אטורני אין די Administration of Children Services און מיר ווילן ער זאל אויסקלארן פאר די קרעמל ליינער וואס זוכן העכערע קוואליטי און אויפריכטיגע באלאנסירטע חומר וואס מ'טרעפט נישט אין אלע אנדערע פלעצער, אלעס וואס שפילט אפ ארום די פארצויגענעם אישאו אין די ניו יארקע געריכטן ארום די קעיס פון אן עקספערט אין די לעגאלע פעלד.​

chris (1).webp


אינטערוויא


אינטעליגענט: א גוטן, צום ערשט וויל כוואליעס זיך באדאנקען פארן אונז שענקען פון אייער טייערע צייט. "כוואליעס" איז די איינציגסטע אידישע פובליקאציע וואס איך ווייס וואס, איז גרייט אייך צו געבן די פלאטפארמע צו רעדן אלס די לויער פון יאפעד (יונגע אדוואקאטן פאר א פעיר עדוקאציע) און אונזער ציל איז אז מענטשן זאלן באקומען אן אביעקטיווע בליק אויף די נושא און אויסקלארן אלע לעגאלע און געזעצליכע טערמינאלאגיעס. היות מיר האבן געזעהן אין די נייעס פארלאפענע וואך אז די העכסטע געריכט די קאורט אף אפיעלס אין ניו יארק, האט ענדליך ארויסגעגעבן אן ענדגילטיגע פסק אין די פערלס קעיס ווערסוס די סטעיט עד. אבער אויך געזעהן צומישטע און קאנפליקטינג מעלדונגען פון אנדערע מקורות וואס האבן זיך ארומגעדרייט יעדער מיט א צווייטע סטעיטמענט, האבן מיר געקלערט אז עס איז א פאסיגע צייט צאמצונעמען די לעצטע צען יאר און כאפן א שטיקל שמועס מיט אייך ווי מ'זאגט פון א מענטש מיט "סקין אין די געים" וואס האלט ערנסט מיט, איבער די לאנגע יארן פון אייער ארבעט און ווי זאכן האלטן. העלא, און וועלקאם צו קרעמל!


קריס: העלא, א דאנק פארן מיר האבן. לאמיר הערן וועלכע לעגאלע פראגעס האסטו געוואלט אויסשמועסן?

אינטעליגענט: נישט קיין פראבלעם, איז לאמיר גלייך צוטרעטן צום ענין, איך ווייס איר זענט היבש פארנומען, פאר דער וואס ווייסט נישט, איך מיין אסאך פון אונזערע ליינערס קענען זיך עכט נישט אויס, און פאלגן נישט נאך די סוביעקט פון די נאנט, צו האבן נישט די צייט און דעריבער פארשטייען זיי נישט די פונקטליכע אנטוויקלונגען, גיט אונז ערשט אביסל בעקגראונד אויבנאויפיג, וואס גייט דא פאר צווישן די סטעיט, די קאורטס, און די חסידישע ישיבות?

קריס: דאס איז א פראגע וואס איז אפן צו פארטייטשונג ווי מ'זאגט, ביי דעם פונקט ווייל עס איז דא אזויפיל מיסאינפארמאציע צומישעניש ווי אונז שטייען און ווי די קעיס האלט. אין די פערלס קעיס, (אן ארגענאזאציע וועלכע פארטרעט ישיבות און שלאגט זיך פאר רעליגיעזע רעכטן) האט די קאורט אף אפיעלס - וואס איז די העכסטע געריכט אין די סטעיט - נארוואס געפסק'ענט אז נאך אלעם וואס מ'האט געברענגט און געזאגט האט די סטעיט טאקע די רעכט צו רעגולירן די קוואליטעט פון די עדזשוקעישן וואס פריוואטע סקולס קריגן, דערמיט אפשלאגנדיג פערל'ס הויפט טענה אז דאס איז קעגן רעליגיעזע רעכטן אדער עלטערן, וועלכע מיר נעמען אויף מיט פרייד. יעצט אין די זעלבע צייט האט די ניו יארק סטעיט לעגיסלאטור באשלאסן צו פארשוואכן די גאנצע קאנצעפט פון די סובסטענשל עקווילענסי נוסח, אין א פארזוך צו פארשטערקערן פאליטישע פריינטשאפט/נגיעות מיט די קאמיוניטי, און זיי האבן דאס געטוהן דורך פארוואסערן און אפשוואכן אלע סטאנדארטן אין די סטעיט אף ניו יארק וועלכע זענען געמאכט געווארן ביי די ניו יארק סטעיט עדזשקעישן דיפארטמענט (שפעטער אין שמועס באצויגן אלס NYSED) וועלכע באשטייט פון לייסענסד פראפעסינאלע עדזשוקעיטערס, אונטער וואס הייסט די פארט 130 רעגולעישנס. איז צו פארשטיין, וואס מיר האבן יעצט איז א מישמאש, אלע צדדים פארמישט קלעימען א געווינס אויף איינמאל… אבער אין רעאליטעט, איז דאס ווארשיינליך א נעט פארלוסט פאר ישיבה לאביאיסטן, און א געווינס פאר אונז, ווייל די ביז יעצטיגע פארט 130 רעגולעישנס וואס די ציבור קען אלס די פעטוועיס, זענען נישט דירעקט קיין סתירה מיט די נייע ערגענצטע (amended) סטעטשוט וואס איז נארוואס אריין אין די סטעיט בוזשעט ביל, און דעריבער זענען די פארט 130 רעגולעישנס נאך אלס "אין פול פאורס און אפעקט" טראץ וואס זיי האבן געקעמפט מיט אלע כוחות עס אינגאנצן איבערצודרייען.

בנוסף, איז נייסעד פארבליבן מיט א זייער ארימע דרעפט פון אן ערגענצטע סטעטשוט, וואס עס דארף יעצט פרובירן צו מאכן heads and tails דערפון, און פרובירן אויפצוקומען מיט די בעסטע וועג וויאזוי זיך צו באגיין צו אינפארסירן די נייע סטעטשוט אינערהאלב פארט 130, ד.ה. וואס ליגט יעצט אריינגעפאקט אינעם געזעץ אריין לעת עתה, כ'האלט נישט עס גייט דארט בלייבן, אבער אויפן מינוט פארשטייטערט עס זייער די אימפלעמענטירונג פון פארבעסערן די קוואליטעט פון די עדזשוקעישן פון אזויפיל טויזנטער קינדער אין די סטעיט אף ניו יארק וואס זי האט ווען קיינמאל נישט געזאלט, און מיט דעם טוט זי אפזאגן די קינדער פון זייער קאנסטיטוציענאלע רעכט, און מיר אין יאפעד, און אנדערע ארגענאזאציעס קוקן יעצט אריין וועלכע לעגאלע אפציעס זענען עוועילבל צו פארזיכערן צו נעמען ווייטערדיגע שריט צו באשטעטיגן די רעכטן פון קינדער צו א לעגאלע עדזשוקעישן אין די סטעיט.

אינטעליגענט: וואס מיינט א סטעטשוט?

קריס: א סטעטשוט… איך וועל שוין צוקומען, לאמיך ערשט צולייגן דא רעדט מען די גאנצע צייט אלעס געבויט אויף די סובסטענשל עקווילענסי געזעץ אונטער עדזשוקעשן געזעץ 3204 סובסעקשן 2 (א געזעץ וואס איז שוין איבער 120 יאר אלט) און עס האנדלט מיט ריקווייערמענטס פון פריוואטע שולעס, און זאגט אז זיי מוזן צושטעלן א כלליות'דיגע עדזשוקעישן כאטשיג אין די זעלבע קוואליטעט עזשוקעישן ווי אין די פובליק סקולס, דאס מיינט אז זיי מוזן דעקן די זעלבע גרופע לימודים וואס מ'לערנט דארט אויס און דאס איז די כלליות'דיגע סטאנדארט, זיי דארפן לערנען 1) מאטעמאטיקס 2) סייענס 3) סאציאלע שטודיעס 4) אמעריקאנע היסטאריע. פארשטייט זיך, דאס מיינט נישט אז עס איז פאראלעל ווארט נאך ווארט, עס זענען דא איינצעלנע אויסנאמען ווען ס'קומט צו רעליגיע וואס ווילן נישט לערנען אלעס, און די סטעיט פארשטייט דאס, ווי צום ביישפיל די סטעיט פארלאנגט נישט פון פריוואטע סקולס אז זיי מוזן לערנען די זעלבע סעקס עד וואס מ'לערנט אין פובליק סקולס וכדומה, דאס איז נישט ריכטיג, זיי הייסן אבער אז זיי מוזן דוקא יא לערנען כעמיסטריע און ביאלאגיע, א קינד זאל וויסן אז פיזיקס איז א זאך, און מ'דארף קענען די חלקים פון די קערפער, וואס א ארעם איז און וואס א פיס איז, אזעלכע זאכן, און ווי איך וועל שפעטער רעדן פון די קעיס איז אויך דא א מינימאלע סכום פון שעה'ן וואס די סטעיט זאגט א פריוואטע סקול מוז זיין in session וואס ישיבות קומען אויך נישט נאך.

יעצט, די וועג וויאזוי עס פלעגט ווערן געמאכט, די קאמישענער פלעגט זיך אראפשטעלן געוויסע סטאנדארטן וואס די לאקאלע סקול אויטאריטעטן מטעם די סיטי, זענען ערווארטעט געווארן מקיים צו זיין, און נאכגיין זיינע סטאנדארטן, און די פראבלעם איז געווען אז די לאקאלע סקול אויטאריטעטן האבן אדער נישט קלאר געוויסט אז דאס איז טייל פון זייער דזשאב, אדער דורכגעפאלן אין עס אויספירן, פאר יארן אין א צו, וואס דאס האט געפירט אז סקולס וואס וואלטן נישט געטארט זיין סקולס, זענען ווייטער אנגעגאנגען ווען זיי האבן נישט געגעבן קיין שום חינוך אין די לימודים פאר די קינדער דארט.

סא די סטעטשוט איז לעצטנס געווארן ערגענצט, און דאס וואס איך האב דיר יעצט מסביר געווען, איז וויאזוי זאכן האבן עקזיסטירט פאר די ערגענצונגען, און מיט די נייע ערגענצונגען, וואס די סטעיט לעגיסלאטור האט דא געטוהן איז געגעבן א נייע פארוואסערטע פארנעפלטע טשעקליסט פון ריקווייערמענטס און אויב קען א ישיבה/סקול אויספילן די באקסעס, הייסט דאס יעצט (כלומרשט) אז די אינסטיטוציע איז "געווארן עקוויליענט" דורך די געזעץ, אפגעזעהן וואס די קוואליטעט פון די קאריקיולום איז געווען ביז היינט. און ס'גייט א טריט ווייטער, געוויסע סקולס דארפן גארנישט טוהן, נאר וויבאלד זיי זענען טעכניש אפיאליאירט מיט א סקול וואס קומט נאך די נייע רעדוצירטע ריקווייערמענטס, זענען זיי גוט, אפגעזעהן פון די באווייז וואס עס איז דא קעגן זיי, פון וואס זיי שטעלן נישט צו קיין עדזשוקעישן.

אינטעליגענט: איז דאס פון וואס איר רעדט וואס ביעטריס האט געהאט גערעדט פון אויף ניו יארק 1 ווי א מיידל סקול וואס גיט אויס רידזשענטס טעסטן אבער די יונגלעך נישט, אבער אויף פאפיר זענען די צוויי אונטער איין מוסד צופעליג אינטער די זעלבע קהילה טענה'ן זיי אז דאס גיט זיי קאמפלייענס, ריכטיג?

קריס: יא ריכטיג, מיר האבן געהאט אזוינס, מיר האבן געהערט אין יאפעד פון אזעלכע פעלער ווי אפאר יונגל חדרים האבן פרובירט צו קלעימען אפיליאירונג מיט א מיידל סקול, און איך דארף דיר נישט זאגן אז די צוויי מישן זיך נישט אין די קאמיוניטי, און אוודאי נישט ביי אקעדעמיקס, עס איז אבוויעס אז עס איז נישט פארהאן קיין שום אפיליאירונג דארט און דאס איז נאר א מיטל פון איין ישיבה פרובירט צו מיטצוכאפן אויף די אקסלען פון א צווייטן.

אינטעליגענט: איך האב צופעליג געזעהן דעמאלט אין 2023 די רעגולעישענס פון די 7 פעטוועיס וואס האט זיך ארומגעדרייט קאפיע'ס אויף וואטסעפפ, און אויך געווען באשריבן אין היימישע צייטונגען, איך האב עס פרובירט צו פארשטיין וויפיל מעגליך, איך בין אבער צומישט געווארן יעצט ווען עס איז געווען אין די ניו יארק טיימס א באריכט אז מ'האט געפאטשקעט מיט יענע רעגולעישנס ביים בודזשעט, און פון די אנדערע זייט הער איך אז זיי די ישיבה עסקנים, גדלי סעגעדין, בנציון ווידער, שמחה אייכנשטיין און זענען אויפגעלייגט און פייערן אפ דא יענס זיג אין אלבאני, וויל איך, און די ליינער פארשטיין וויאזוי ווערן יענע ארגינעלע הלכות אויף וואס מ'האט זיך אזויפיל יארן געאמפערט, אפעקטירט מיט די נייע אנטוויקלונג?

קריס: דאס איז זייער א גוטע פראגע, און דיר צו ענטפערן דירעקט, ווען דו רעדסט פון "די פעטוועיס" באציהסטו דיר צו טייל פון די פארט 130 רעגולעישנס, און וויאזוי עס אפעקטירט עס איז, אז ווי די רעגולעישנס זענען סותר די נייע געזעץ, נעמט די נייע געזעץ איבער, ווי צום ביישפיל: די אלטע רעגולעישנס האבן גארנישט דערמאנט איבער א פראוויזשנל אקרעדידעישן פעטוועי, וואס מיינט אין קורצן אז אן אקרעדיטאר וואס איז נאכנישט אקצעפטירט אלס אן אנגענומענע אקרעדיטאר, קען געבן אקרעדעישן צו אן אגענטור. אין די נייע סטעטשוט איז יא דא אזא אויסנאם, דאס טוישט זאכן, און NYSED דארף יעצט אויפקומען מיט א מהלך וויאזוי זיי גייען עס אימפלימענטירן. נאך א טויש איז וואו דו האסט פריער אויפגעברענגט, אז ישיבות וואס זענען אפיליאירט מיט אן אנדערע סקול וועט דאס ערמעגליכן יענע ישיבה צו פליען גענצליך אונטערן ראדאר ווייל עמטליך הייסן זיי יעצט עקוויליענט. נאך א טויש איז דאס באזייטיגן NYSED אלס דער די פאקטא אפמאכער פון עקווילענס, און בעסיקלי אוועקגע'הארג'עט פערענטל רייטס - איראניש אויף וואס איך זעה זיי שלאגן זיך כסדר - ווייל די וועג וויאזוי זיי האבן געסטרוקטורט די געזעץ, אז אויב קומסטו נאך די טשעקליסט ריקווייערמענטס, ביסטו געזעצליך מיטאמאל סובסטענשל עקווילענט…

לאמיר זאגן אז דו ביזט א טאטע, און די ווייסט אז דיין קינד ווערט נישט אויסגעלערנט נישט קיין ענגליש, נישט קיין מאטעמאטיקס, און נישט קיין סייענס, און דו גייסט און דו באקלאגסט דיר וועגן דיין קינד'ס עדזשוקעישן וואס טויג נישט, די פאקט איז, ווילאנג די ישיבה קען זאגן אז זיי זענען אין קאמפלייענס מיט די צוגעלייגטע סטעטשוט קענסטו גארנישט טוהן. יא, דו האסט נאך א רעכט זיך אפצורעדן אבער זיי מוזן דיר נישט אויסהערן, ווייל זיי האבן די געזעץ מיט זיך, איז וואס איז די פוינט? און איך מיין דאס איז איינס פון די גרעסטע פראבלעמען דא וואס מענטשן כאפן נישט, וויפיל דאס באגראבט עלטערן'ס רעכטן וואס די פערלס האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט דערויף, און האבן נישט אויפגעהערט צו קאכן אין דעם אין די געריכטן, מיט פערענטל טשויס און פערענטל רייטס… אבער וואס איך האלט איז וואס זיי ווילן דוקא נישט, איז פערענטל רייטס, ווייל זיי ווילן נישט די עלטערן זאלן מאכן אינפארמירטע החלטות איבער זייער קינדער'ס עדזשוקעישן, נאר זיי ווילן בלויז אפהיטן די ישיבות. אויב וואלטן עלטערן געוויסט גענוי וואס זייערע רעכטן זענען, וואלטן זיי מעגליך געוועלט אנדערע עוועניוס ווי געוויסע ישיבות.

אינטעליגענט: שרעקליך. טאקע זייער מאדנע פון די לאביאיסטן, אין אנדערע ווערטער וואס איר ערקלערט איז NYSED גיט איבער די אווערסייט/אויפזיכט צו די ישיבות?

קריס: NYSED האט אויסגעגעבן 3 צו 4 יאר צאמצושטעלן די רעגולעישנס, און ווי דו ווייסט, איז דאס די פראדוקט פון די ישיבה לאביאיסטן, עסקנים, קריטיקירער, יאפעד, און יעדער וואס האט געהאט א stake אין די אישאו, און זענען אויפגעקומען וואס זיי האבן געטראכט איז א באזעסענע פשרה צו אינפארסירן די געזעץ, און אין די זעלבע צייט געבן גענוג און נאך צייט פאר די אלע אפעקטירטע ישיבות זיך מיטצוכאפן. לאמיר נישט פארגעסן די ארגינעלע קאמפלעינט איז געווען אין 2015, ביי יעצט ווען די פארט 130 רעגולעישנס האבן געזאלט אריינגיין אין אפעקט דעם יוני, האבן זיי שוין געהאט 10 יאר זיך צוצשטעלן, זיי האבן נישט… האט די סטעיט לעגיסלאטור געזאגט "מ'קען נישט ערווארטן זיי זאלן זיך מיטכאפן אזוי שנעל" איך האלט נישט 10 יאר איז "שנעל" אבער ווייזט אויס אז פארן לעגיסלאטור איז דאס געווען א געפערליכע איילעניש… האבן זיי דעמאלטס באשלאסן צו געבן די סקולס נאך אזא 6 ביז 8 יאר פאר עס ווערט אינגאנצן אימפלעמענטירט זינט די ערגענצטע סטעטשוט.

אינטעליגענט: איר דערמאנט די לעגיסלאטור ווער איז דאס פונקטליך? בעטי ראוזע האט זיך אין אנפאנג שטארק ארויסגעשטעלט לטובת יאפעד, און די גאנצע ערגענצונג שמעקט זייער פון א היימישע דריידל וואס נעמט זיך פון די אינדיווידועלן וואס ווילן נישט מיטארבעטן און האבן דא אנגעארבעט עפעס, איז די לעגיסלאטור אויף זייער זייט? ווער בעאיינפלוסט זיי?

קריס: איך בין נישט קיין פאליטישע ווארטזאגער, אבער איך האב פארשטאנען אז דאס איז געווען טייל פון א דיל געשלאסן צווישן גאווערנאר האוקל און די אסעמבלי ספיקער קארל היסטי, אזויפיל קען איך דיר זאגן עס איז געקומען פון די פארלאנג פון מעמבערס וואס זענען סענסיטיוו צו די needs פון די בלאק וואוט. אין פאקט, דאס איז געווארן אריינגעשמוגלט די לעצטע מינוט אין טייל פון א בודזשעט ביל ווייל האט נישט געוואלט זייער נאמען זאל שטיין דערויף, זיי שטאלצירן דערמיט אבער קיינער האט עס נישט געוואלט האבן אויף זייער פיקל, אזוי דארף קיינער נישט נעמען קרעדיט דערפאר און זיין די מעסטערמיינד דערונטער, און דאס איז זייער telling וויאזוי די גאנצע "געזעץ" איז צוגעגאנגען.

אינטעליגענט: ווי איר דערמאנט, אין די ארגינעלע 2015 בריוו איז געווען א ליסטע פון 39 ישיבות, עטליכע יאר שפעטער איז עס מיטאמאל אראפ פון 28-27 און ממש די לעצטע 3 יאר האט מען געזעהן ארטיקלען אין "שטעטל" צו אין "די דעילי ניוז" פון נאך א קלענערע סכום פון 18 ישיבות וואס די סטעיט האט געפינען נאן קאמפלייענט ד.מ. זיי שטעלן זיך נישט צו, וואס האט פאסירט מיט די איבריגע 21?

קריס: זייער גוט געפרעגט, וואס איז געשעהן איז, די ארגינעלע קאמפלעינט איז געווארן געפיילט מיט די סיטי, און די סיטי איז געגאנגען מיט א "טעסטימאני" פון עדים פון ישיבה סטודענטן, און עלטערן, און דו ביזט גערעכט יענס האט אנטהאלטן 39 ישיבות וועלכע האבן אונטערגעשריבן א קאמפלעינט וואס די סיטי האט יעצט געדארפט גיין און אויספארשן. זיי האבן טאקע אנגעהויבן די אויספארשונג, און וואס זיי זעען איז אז געוויסע ישיבות זענען נישט אין די קאמפולסערי לעוול, למשל ישיבות איבער "היי סקול" (ישיבה גדולות) אדער יונגערע קינדער פון אונטער 6 יאר אלט, אדער האט מען געהאט סקולס וועלכע האבן זיך אדער פארמאכט אדער רילאוקעיטעד, צו ביישפיל, איין אדרעס איז געווען צו א פלייש געשעפט… (82 לי עוועניו)

אזוי איז אראפגעקומען די ציפער צו 28 איינגטליכע סקולס, און נאך די אויספארשונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז אומגעפער 2 דריטלען פון דעם, 18 ישיבות קומען נישט נאך די פארלאנג פון די ריקווייערמענטס. עס איז אייגנטליך אביסל מער ווי דעם ווייל 2 פון די סקולס בית רחל, האבן געהאט פראבלעמען מיט זייערע פארלאנגטע ריפארטס און DOE איז צוריקגעקומען און געזאגט "יא, זיי לערנען טאקע נישט היסטאריע און גימנאזים אבער דאס איז פיין ווייל זיי זענען סובסטענשעלי עקוויליענט". און ביי דעפינישן, איז דאס נישט סובסטענשעלי עקוויליענט, איז בעצם איז דאס 20 פון 27 אדורכגעפאלן, אבער די אפיצעלע ציפער איז 18.

אינטעליגענט: איך הער, דעמאלטס פארוואס רעדט שטעטל פון "נאך 12" וועלכע מ'האט שפעטער אויך געטראפן נישט עקווילענט און נישט נאך 9? איז דאס נאך טייל פון די ארגינעלע 18-20 נאר סתם א באזונדערע אפדעיט?

קריס: איך בין חושד אז דאס קומט צוליב געוויסע פון די ישיבות אויפן ליסטע דארפן ווערן פיינעלייזט ביי נייסעד, און אנדערע דארפן ווערן פיינעלייזט ביי די לאקאלע סקול אויטאריטעט, געוואנדן אויב די סקול קוואליפיצירט אלס א פעלדער סקול. ס'איז א טיימינג זאך, געוויסע החלטות זענען נאכנישט געווען פיינעלייזט ביי יענע פונקט, נייסעד איז אריינגעקומען אין בילד שפעטער ווען זיי האבן באשטעטיגט די סיטי דיפארטמענט'ס החלטות, ביים לעצטען צאל איז עס געבליבן 18 פון 27 שטעלן נישט די פארלאנגטע עדזשוקעישן. אין א לאסוט וואס יאפעד האט געפיילט האט די ריכטער געטראפן אז נאך 2 שטעלן זיך נישט צו און די קאמישנער זאל אריינקוקן דערין, וואס ברענגט אונז צו 20 פון די 27. דאס ווערט יעצט אפיעלט אבער דא האלט מען מיט דעם.

אינטעליגענט: ארלעדיגט. יעצט וואס טוט זיך מיט די 6 ישיבות וואס האבן באקומען בריוון, און גייען זיין נאך?


Screenshot 2025-09-05 164021.webp

קריס: די 6 סקולס זענען א טייל פון די ישיבות וואס זענען געטראפן געווארן נאן עקווילענט וואס ארבעטן נישט מיט, און זינט די אפעלאט געריכט אין די דריטע דיפארטמענט האט reversed ריכטערין קריסטינא רייבע'ס פסק 4-1 אז נייסעד קען יא שטראפן די אלע ישיבות וואס זי געפינט נישט נאכקומענדיג די געזעץ, קענען זיי גיין צום נעקסטן סטעפ. זיי האבן ארויסגעשיקט בריוון אויף ענגליש און אויף אידיש צו אלע ישיבות און עלטערן, אז די אלע עלטערן מוזן טרעפן א נייע ישיבה צום קומענדיגן זמן און מודיע זיין די סטעיט דערוועגן ווייל די ישיבות הייסן מער נישט קיין סקול. און די ישיבות אזוי ווי עס זעהט יעצט אויס האבן מער נישט קיין סטעיט פאנדינג. און דאס איז עס. עס איז מעגליך אז עס וועלן זיין נאך וואס מיר וועלן זעהן מיט די צייט.

אינטעליגענט: אסאך פון אונזערע ליינער זענען אליינס עלטערן, ביטע ערקלערט מיר האבן געהערט רעדן איבער טרואנסי (Truancy) איר קענט ערקלערן וואס דאס איז?

קריס: טרואנסי איז א ריקווייערמענט אין די ניו יארק סטעיט געזעץ וואס באויפטראגט אז עלטערן שטעלן צו עדזשוקעישן צו זייערע קינדער. אלס עלטערן פארמאגט איר א פליכט צו אייער קינד אונטערן געזעץ נישט צו לאזן די קינדער אויפן גאס, צו פארזיכערן אז זיי קריגן א סאונד בעסיק עדזשוקעישן, וואס מיינט דאס? א סאונד בעסיק עדזשוקעישן איז געווענליך דעפינירט אינעם געזעץ צו לעבן אלס אן ערוואקסענער, אין די סטעיט אף ניו יארק, צום ביישפיל מ'רעדט דא פון סיוויק עדזשוקעישן ווי די עדזשוקעישן דארף דיר געבן א מסגרת ווי דו פארשטייסט דיינע פליכטן צו סאסייעטי אלס א כלל, און דיינע רעכטן אין אחריות אין דעם סאסייעטי. סא אין אנדערע ווערטער דיינע קאנסיטיוצינאלע רעכטן, דיינע רעכטן אין די סטעיט אף ניו יארק קאנסטיטוציע, א פארשטאנד אין וויאזוי בעסיק געזעצן און רעגירונג ארבעטן, וויאזוי געוויסע דיפארטמענטס און law enforcment אגענטורן ארבעט, ווייל ניו יארק וויל נישט אויפציען קיין איליריטערטס וואס גיבן נישט צו צו סאסייעטי אדער קענען נישט זייערע רעכטן און פארשטייען נישט וויאזוי צו שטימען פאר די אייגענע טובה אא"וו.

יעצט, ווען איינער פאלט דורך אין שיקן א קינד אין אזא סקול וואס פאלגט אויס וואס הייסט די compulsory education law ברעכסטו די געזעץ, דאס מיינט אז די סטעיט זאגט אז דאס קינד איז נישט אין קיין סקול, און די עלטערן ערלויבן דאס, און אונטער סעקשן 3233 פונעם עדזשוקעישן געזעץ ביזטו לייעבל צו א געלט קנס אדער צען טאג אין תפיסה אדער ביידע, און די לענגער מ'טוט דאס גייט די שטראף ארויף. און דאס איז די סיבה פארוואס טרענספערענסי אין די חינוך וואס זייערע קינדער באקומען איז אזוי וויכטיג, ווייל פון די עלטערן'ס שטאנדפונקט, האט די סטעיט ארויפגעלייגט די עול אויף זיי צוצושטעלן די חינוך פאר זייערע אייגענע קינדער, אויב דו געטרויסט א סקול צו טוהן די דזשאב פאר דיר דעמאלטס מוזטו זיין אינפארמירט וואס די סקול אייגנטליך טוט.

אינטעליגענט: א דאנק פאר די קלארע אנאליז, הייסט עס אז אין די ארגינעלע דיסקוסיע אין טרייעל קאורט ביי ריכטערין רייבא ווי אבי שיק האט זיך גענומען צו מאכן זייער קעיס און האט דארט פרובירט אינטערצושטרייכן ווי וויכטיג עלטערן'ס רעכטן זענען און זיין גאנצע אנטייטלען אויף די עלטערן'ס ראלע, האט נאר ערגער געמאכט זיין אורטייל?

קריס: יא, פערלס האט נישט געטוהן קיין שום טובה פאר עלטערן, פארקערט ער האט זיי ארויפגעלייגט א גרעסערע אחריות און מיט דעם "זיי געווארפן אונטערן באס" אין האפענונג אז דאס וועט אויף עפעס א וועג מסיח דעת זיין די געריכט פון די אחריות פון ישיבות, און זיי האבן אין א וועג מצליח געווען, ווייל די סטעטשוט איז אייגנטליך זייער ספעציפיש אז עלטערן האבן שוין די אחריות, און עס לייגט נישט די געזעץ אויף די ישיבה, יעצט איינער קען טענה'ן אז קאמאן לאו באויפטראגט יא א סקול צו א ישיבה מיט די אחריות, ווייל אויב די סקול שטעלט זיך אהער ווי א סקול וואס פאלגט אויס די געזעץ, א סקול אויף וואס מען איז זיך סומך דערויף אין שיקן קינדער אהין, דאן האט עס א פליכט דאס טאקע אויפצווייזן צו זיין די קעיס, אז נישט באגייט עס fraud, אבער דאס אין א זייט געלייגט אז די סקול האלט זיך נישט צו דעם, פאלט די אחריות לבסוף אויף די עלטערן.

אינטעליגענט: אהא. און ווי איר מאלט עס אראפ, האט די כלל האט שוין עקזיסטירט לאנג בעפאר פערלס אדער יאפעד איז געבוירן געווארן, מיין פארשטאנד איז די reasoning קעגן זייערע school choice טענות אלס געווען אז 3204 גייט ווייטער אן אפילו לאמיר זאגן די אז ישיבה איז זייער ארים, אדער אינגאנצן נישט אין די בילד, למשל ביי האום סקולינג, לערנען פריוואט, זאכן ווי דעם - גייט 3204 נאך אלס אן?

קריס: דאס איז אבסאלוטלי קארעקט. סא פערלס איז טעכניש גערעכט אויף די געזעץ זעלבסט, מיטן זאגן די נקודה אז די אחריות ליגט אויף די עלטערן.

אינטעליגענט: אבער זיי פאליטיזירן עס פשוט, און מיינען נישט דא אמת'דיג די צוועק נאר פאליטיק פון קאנסערוואטיזם מיטן דא אריימישן די עלטערן ביזנעס?

קריס: יא ריכטיג, זיי שפילן דא געימ'ס מיט זייער א ערנסטע זאך, ווען פון איין האנט שטעלן זיי זיך פאר אלס אן ארגאנאזיאציע וואס רעפרעזענטירט עלטערן, און פון די צווייטע זייט זענען זיי א 501c6 וואס איז א ביזנעס ארגאניזאציע אונטער די טעקס קאוד, וואס פרובירט צו שאפן פינאנציעלע בענעפיטן פאר אירע מעמבערס, זיי רופן זיך "עלטערן פאר עדזשוקעישענל און רעליגיעזע רעכטן אין סקולס" אבער דאס איז אינגאנצן פארקערט פון וואס זיי טוען, די גאנצע פערלס איז אייגנטליך א פאלשע נאמען, און דו קענסט זעהן פארוואס קוקנדי'ג אויף וויאזוי זיי גייען צו צו דעם, זיי מאכן איינפאך די מצב ערגער פאר עלטערן, אין א פארזוך צו פארקירעווען די עול אראפ פון די ישיבות, זיי ווילן אפהיטן די אינסטיטוציעס, אויפן חשבון פון די קינדער און די עלטערן וואס מאכן אייגנטליך די סקולס ווערדיג צו עקזיסטירן.

אינטעליגענט: פארוואס טראכסטו איז דאס אזוי? ווייל איך אליין בין גאנץ ערשטוינט מיט זיין שטעלונג, וויבאלד אבי שיק אליין איז א סטעם גראדואט, און זיין טאטע האט געהאט אזא סארט גוטע סקול, און דא שטייט ער און פאטשקעט ארום מיט א אישאו, האלסט נישט אז ער טוט דא במזיד פאטשקענען ווען ער ווייסט לכאורה זייער גוט ביי זיך וואס ער טוט, און ער מאכט געלט פון דעם? און דא שטייט ער און שלאגט זיך קעגן א קאנצעפט וואס ער אליינס האט יא באקומען און ערמעגליכט אים גאר צו שטיין אויף יענעם פאדיום?

קריס: איך קען נישט רעדן צו די כוונה פון די אינדיווידואל, איך האב נישט קיין אהנונג וואס איך זאג יעצט אויף 100 פראצענט, צו דאס איז איינעמ'ס ספעציפישע מאטיוו, אבער איך וואלט געזאגט אז ס'איז נישט א זעלטענע זאך פאר מענטשן צו "ווילן האבן זייער קוכן און אויך עסן דערפון". זיי ווילן ווארשיינליך אפהיטן די אינסטיטוציעס, זיי, (די מענטשן פון פערלס) ווילן געבן די אנשטעל ווי זיי שטעלן זיך אויף צו באשיצן א ספעציפישע וועג פון לעבן, ספעציעל ווען די וועג פון לעבן שלעפט מיט זיך מיט די "בעגעדזש" פון די אלטרא ארטאדאקסישע אידן וואס האבן איבערגעלעבט די מלחמה און אזעלכע סארט זאכן, און דעריבער שפירן זיי אז זיי מוזן פרעזערווירן אדער אפהיטן די קהילות. און פון די אנדערע זייט, איז זייער גרינג זיך אהערצושטעלן אז דו טוסט דאס, אן כאפן אז מיטן טוהן וואס דו טוסט, טוסטו אייגנטליך וויי די קהילות מער ווי דו העלפסט, און איך מיין ס'איז א מאדנע דיכאטאמיע אין די קאמיוניטי: פון איין זייט, פארמאגן זיי א שטארקע שטאלץ אין זייערע עדזשוקעישענל סטאנדארטן, און פון די אנדערע זייט איז זייער קלאר אז די סטאנדארטן זענען מילד גערעדט פעלערדיג, און ווען דו רעדסט אייגנטליך מיט מענטשן וואס זענען נישט אין פירערשאפט פאזיציעס, אדער וואס גייען אינגאנצן אוועק, איינמאל זיי גייען אוועק פון די קאמיוניטי און אריין אין די "עכטע וועלט" זעען זיי איין אז זיי ברעכן שיער אונטער, ווייל עס איז צופיל אויף אמאל זיך אונטערצונעמען. דאס איז זיכער אן אישאו וואס דארף ווערן אדרעסירט.

אינטעליגענט: זייער אמת, איך שפיר עס אליין אויף די אייגענע הויט יעצט ווען איך ארבעט אויף דאס צו פארבעסערן אין מיין אייגענע צייט, ס'איז אזוי אמת און מ'קען אזויפיל רעדן נאר איבער דעם חלק. רעדנדיג פון זיך אהערשטעלן מיט א געוויסע פארנט. איך האב געזעהן אויף אונזער קרעמל בלאג א באריכט וואס פערלס האט ארויסגעשטעלט נאך די לעצטע פסק וואס איך וויל דיר פארליינען זייער קעפל: קאורט אפ אפיעלס פסק'ענט אז נייסעד האט נישט די פאוער צו פארשפארן סקולס! וואס זאגסטו צו דעם? איז דא אין דעם אמת? איז דאס בכלל אמאל געווען אין פלאן?

קריס: דאס איז אבסאלוטלי א באריכט פון מיסאינפארמאציע, און איך מיין דאס איז א טייל פון זייער "קאופינג מעכאניזם" וואס די ישיבה לאביאיסטן פרובירן אויפצוטראכטן אין א פארזוך צו פרובירן מסביר צו זיין פאר די מאסן פארוואס זיי האבן אויסגעגעבן אזויפיל שווערע געלטער און הארעוואניע אויף ליטיגעישן וואס עפעקטיוו האט זיי נישט געטראגן אין ערגעץ, און לאמיך זיין קלאר: די סיבה פארוואס איך זאג דאס, איז ווייל די אורטייל באשטעטיגט נישט די מינדעסטע החלטה, צו עלטערן קענען יא צו נישט סובסיטוטן זייער קינד'ס עדזשוקעישן ערגעץ אנדערש, אינדרויסן פון די יעצט-נישט-לעגאלע-ישיבות, עס זאגט: עלטערן מאכן די אלטימעט החלטה וויאזוי זיי גייען צוגיין צו באקומען די פארלאנגטע עדזשוקעישן, און די קאורט איז נישט די פוסק אויף דעם, זיי גייט נישט אן פון וואו די עדזשוקעישן קומט, צו פון א ישיבה צו פון א פריוואטע לערער וכדומה.

photo_2025-09-05_16-42-40.webp


אבער… עס זאגט גארנישט איבער נייסעד'ס מעגליכקייט צו קענען אפשפארן ישיבות, נישט יא און נישט ניין, עס זאגט די יעצטיגע רעגולעישנס טוען נישט "עמפאוערן" נייסעד עס צו טוהן… דאס איז זייער אנדערש ווי זאגן נייסעד קען עס קיינמאל נישט טוהן, אין טעאריע אויב נייסעד וואלט געוואלט דרייען די רעגולעישנס קענען זיי נאכאמאל פרעזענטירן די קעיס אז זיי קענען עס טוהן, פערזענליך איך גלייב נישט דאס איז א מעגליכקייט, ווייל אין טעאריע, אויב דו נעמסט אוועק די רעליגיעזע סקול האסטו נאך אלס א רעליגיעזע אינסטיטוציע - וואס איז אפגעהיטן ביי די ערשטע אמענדמענט - יעצט זיי זענען אוודאי נישט ענטייטלד צו די פאנדינג וואס א סקול באקומט, זיי זענען נישט ענטייטלד צו זיין באטיטלט "סקול" פארט זענען זיי נאך אלס אפגעהיטן ווי א רעליגעזע ארגענעזאציע, און קענען נישט ווערן פארשלאסן ביי א רעגירונג אגענטור סתם ווייל זיי פאלגן נישט אויס די רעגירונג'ס הלכות. איז צו מאכן א סך הכל נייסעד קען נישט "פארשפארן" קיין סקולס, און איך האלט נישט זיי קענען סיי ווען, און וויאזוי ס'זאל נאר זיין, דאס איז זיכער קיינמאל נישט געווען זייער ציל, אויב עפעס האט נייסעד זיך מכניע געווען צו די ישיבות מער ווי זיי וואלטן ווארשיינליך געדארפט, אבער ווי געזאגט, פאקטיש איז דאס נישט טייל פון די געריכטליכע באשלוס, די באשלוס זאגט די פארט 130 טוט נישט אויטאריזירן נייסעד דאס צו טוהן ווייל אינ'אמת'ן האט נייסעד קיינמאל נישט געזוכט די אויטאריטעט ס'איז גארנישט דא אין דעם גאנצן קעיס איבער אפשפארן סקולס, מיסודו, דאס איז וואס מיר אין די לעגאלע וועלט רופן א moot point (אירעלאוואנטער נקודה).

ס'איז אזוי ווי איך זאל דיר זאגן, אז איך האב געווינען מיט זאגן אין געריכט אז די הימל איז בלוי און דו ווילסט עס אויפבלאזן אלס א מעכטיגע געווינס אז איינער איז ענדליך גרייט מודה צו זיין אז ס'איז טאקע דא א הימל, ס'איז נישט די זעלבע זאך.

אינטעליגענט: אין אנדערע ווערטער פון דיין ענטפער הערט זיך עס, האנדלט זיך עס פון א טוץ mental gymnastics צו זייער אינטערפעטאציע פון וואס שטייט אין די פסק און עס איז אבסורד וואס זיי לערנען אריין.

קריס: ריכטיג, זיי נעמען די געריכט'ס ווערטער אינגאנצן ארויס פון קאנטעקסט, און שטעלן נישט צו די נויטיגע קאנטעקסט צו וואס ווערט געזאגט. עס איז נישט אז די געריכט האט געזאגט אז נייסעד האט דעפיניטיוולי נישט די כח אפצושפארן סקולס, עס זאגט די רעגולעישנס גיט נישט נייסעד די כח אזוי צו טוהן און די סיבה פארוואס די רעגולעישנס גיט נישט נייסעד די כח דאס צו טוהן איז וויבאלד נייסעד האט דאס קיינמאל נישט אריינגעלייגט אין די רעגולעישנס מכתחילה, אזוי ווי זיי פרובירן עס צו דרייען.

אינטעליגענט: שטימט. און ווען פערלס רעדט אין זייער אפיציעלע סטעיטמענט אז נייסעד האט נישט די אויטאריטעט "צו צווינגען עלטערן ארויסצונעמען זייערע קינדער" זיי צווינגען נישט גארנישט, פארקערט איך האב געליינט די בריוו וואס זיי האבן געשיקט פאר די 6 ישיבות, און זייער נוסח איז מער מיר עצה'נען אייך צו טוהן אזוי אדער אזי און געבן א ליסטע פון 3 אפציעס און זאגן מיר וועלן ארבעטן מיט אייך צוזאמען, מאן דכר שמיה אז ס'איז א פארהאסטע באציאונג פון א שלעכטע דיפארטמענט וואס צווינגט און סטראשעט, בין איך נישט גערעכט?

קריס: יא. בעסיקלי, זיי זאגן נישט אז מיר ערלויבן נישט די קינדער צו גיין צו די אינסטיטוציע, זיי זאגן דו דארפסט קומען מיט א וועג וואס איז צופרידנשטעלנד, וואס אימער דאס זאל נישט זיין, איז לאמיר מאכן א ביישפיל: לאמיר זאגן אז דיין קינד גייט צו א ישיבה וואס פאלט דורך די סובסטענשל עקווילענסי טעסט, אפשר קענסטו זיי שיקן דארט בלויז פאר לימודי קודש און פאר ענגליש קענסטו זיי שיקן צו לערנען פריוואט ווי זיי קענען באקומען די חלק, און נאכדעם קענען זיי צוריקגיין צו ישיבה פאר נאכמיטאג אדער נאכט סדר, איך קע זען אזא זאך ארבעטן אונטער די עדזשוקעישן געזעץ, אבער די וועג וויאזוי איך זעה עס ווערט גע'ספינט אז מ'קען יעצט זיצן א גאנצן טאג פון 12 שעה אין א ישיבה, און נישט אויסלערנען קיין ווארט פארלאנגט ביי די קאמפולסארי עדזשוקעישן געזעץ, און הערשט דערנאך גיין סובסיטוט'ן די איבריגע לימודי חול שפעטער אין אנדערע צייטן, דאס איז אויך נישט אמת.

אינטעליגענט: יעצט פארשטיי איך, איז לאמיר זאגן אז איך בין א איד א נגיד און באשליס, זייער גוט, נייסעד וויל נישט געבן געלט, וועל איך געבן, איך בין מנדב א מיליאן טאלער צו שטיצן די ישיבות, לערנטס ווייטער טראץ וואס זיי זאגן, העלפט עס נישט און זיי מוזן נאך אלס געזעצליך סופלעמענטירן די לימודים ערגעץ אנדערש?

קריס: יאפ. און לאמיר אריינגיין אין דעם, ס'איז דא א לאגישע סיבה דערצו, און דאס איז די געזונט פון די קינדער. לאמיר זיך נישט פאפן, 12 שעה איז אזוי שוין, אן אומערמידליכער סדר היום פאר א קינד צו זיין אין סקול, און כ'פארשטיי דו אלס א פראדוקט פון דעם קענסט מאכן דיין קעיס אויב דאס איז יא אדער נישט אויסגעהאלטן פאר קינדער, אבער וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין, ביי א געוויסע פונקט קען די מענטשליכע מוח שוין נישט פארשטיין און קאנצענטרירן מער, און דאס איז פארוואס ווען זיי שטעלן אויס די געזעצן וואס מ'לערנט, רעדט מען אויך פון ווען, פארשטייט זיך עס דארף זיין אין די פריערע שעה'ן אין טאג ווען די קאפ איז קלארער, אלעס ווייל זיי ווילן דעם קינד זאל זיין רעצעפטיוו אריינצונעמען אין זיך די זאכן וואס מ'לערנט פאר, און נישט אז זיי קענען שוין נישט טראכטן גראד אדער מכיר טוב זיין וואס זיי ווערן יעצט אויסגעלערנט.

אינטעליגענט: פאר מיר ענדיגן, גיט אונז א כראנאלאגיע, די בעסטע וואס איר קענט אראפלייגן פון וואו מ'האט אנגעהויבן ביז וואו מ'שטייט היינט, א טיימליין, יאפעד גרינדעט זיך, די פעלדער אמענדמענט, ריכטערין רייבע, אא"וו.

קריס: Wow פרעגסט דא א לענגערע זאך, ס'איז דא אזויפיל צו רעדן... צוריקצוגיין ביזן אנהייב קען מען אנהייבן ביי 2015,

  • יאפעד פיילט די ערשטע קאמפלעינט צו די ניו יארק סיטי די. או. אי. איבער די 39 ישיבות אונטערגעשריבן ביי 52 עלטערן, געוועזענע תלמידים און טיטשערס, און לייגט די ערשטע גרינטשטיין אין די אויספארשונג וואס די די. או. אי. הייבט אן. יעצט די ניו יארק סיטי די. או. אי. האלט נישט עכט ביים טוהן די אויספארשונג, און זיי פארשטייטערן עס בכוונה, און דאס איז א מעטער פון פובליק רעקארד, און איז נישט מיינס א מיינונג.
  • זייער פארשטייטערונג טוען זיי, אין האפענונג צו באקומען מעיארעל קאנטראל איבער די סקולס דורכגעפירט אין א לעגיסלאטור, און דערמיט פארקויפט די לעבנס פון א גאנצע דור פון אידישע קינדער'ס צוקונפט פאר פאליטישע פריאריטעטן.
  • אין די זעלבע צייט ווי דאס גייט פאר, ביי 2018 די דריק האלט אין איין וואקסן ווייל נאך לאנגע שפילערייען פון ארומווארפן יאפעד פון די סיטי צו די סטעיט און פון די סטעיט צו די סיטי, יעצט זאגט שוין די סטעיט, (וואס איז נאכנישט ביי דעם פונקט אינגאנצן פארמישט) יעצט איז שוין 2018 ענקער קאמפלעינט איז ארגינעל געווארן געפיילט אין 2015 און זיי האבן ארויסגעגעבן נאר איין ריפארט צו די סטעיט, זיי האבן באזוכט בערך 18 ישיבות פון די דעמאלטס'דיגע 28 אויפן ליסטע.

אינטעליגענט: יא איך געדענק עס, ארום האלב האבן ניטאמאל קאאפערירט שוין דעמאלטס און נישט אפילו אריינגעלאזט די סיטי אינספעקטארס. א נייע זאך וואס מ'האט קיינמאל נישט געטוהן.

קריס: יא דאס איז פונקטליך וואס איז געווען.
  • זיי קומען צוריק צו די סטעיט און זאגן קוק אן, אסאך פון די סקולס קאאפערירן נישט, אבער מיר טראכטן אז מיר קענען זיי משכנע זיין, מיר דארפן אביסל מער צייט אהין אהער. 2018 ווערט 2019 זיי באווייזן צו באזוכן אלע סקולס, אבער עס איז נאך דא אינפארמאציע וואס הענגט נאך אין די לופט, און זיי בעטן נייסעד פאר נאך אביסל צייט, און דאן איז קאוויד אנגעקומען, נאך א תירוץ. און זיי האבן יעצט געזאגט אז פון 2020 ביז 2022 האבן זיי גארנישט געקענט טוהן וויבאלד די סטעיט אף עמערדזשענסי איז געווען אין אפעקט, טענה'ן זיי אז זיי האבן נישט געקענט פארזעצן מיט די אויספארשונג.
  • אין די זעלבע צייט האט שמחה פעלדער פארגעשטעלט זיין ווערסיע פון די ביל, שפעטער באקאנט געווארן אלס די "פעלדער אמענדמענט" די פעלדער אמענדמענט האט פארלאנגט נייסעד צו ווערן די ענדגילטיגע אויטאריטעט אויף געוויסע סקולס צו זיי קומען נאך די געזעץ, אוועק פון די ביז יעצטיגע אויבנדערמאנטע לאקאלע די או אי. און אין יענע אמענדמענט האט ער צוגעלייגט נאך כללים וואס העלפן נאכקומען סובסטענשל עקווילענסי. יעצט, ווארשיינליך איז געווען פעלדער'ס כוונה גרינגער צו מאכן די אחריות פאר ישיבות וואס ער האט געטראכט אז די סטעיט וועט פארקוקן ענדערש ווי די סיטי, ער האט געדרעפטעד די ביל wrong, און נייסעד האט דאס אנגענומען אלס צוגעקומענע פארשלאגן און ריקווייערמענטס. ער האט נישט קלאר ארויסגעשריבן אז ער מיינט דא צו ריפיעלן די אלטע 3204, האט נייסעד פארשטאנען דארפסט לערנען מאטעמאטיקס, סייענס, סאציאלע שטודיעס און אויך די צוגעלייגטע זאכן און זמנים, אבער דו האסט עס נאך ווייטער געדארפט לערנען, אזוי האבן זיי דאס פארשטאנען אלס אן add on וואס איז געווארן פראבלעמאטיש פאר די ישיבות וועלכע האבן דא געוואלט ניצול ווערן פון די ריקווייערמענטס און דא איז מען געבליבן שטעקן.

די וועג וויאזוי עס צו באטראכטן איז, לאמיר זאגן איינער גייט באקומען א פערמיט פאר א הענדגאן, און די ריקווייערמענטס פארלאנגען 3 זאכן, א זיכערהייט קלאס פאר א וואך, א פסיכאטרישע אפשאצונג אז די מענטש איז א בעל אחריות, און א דראג טעסט, און יענער גייט און טוט נאר 2 פון די 3 זאכן און קומט צוריק און זאגט, ווייסטו וואס? איך האלט נישט ביים טוהן די דראג טעסט אבער דא נאדיר זייער א גוטע אנדערע אפידעוויט וואס איך האב צאמגעשטעלט און כ'וועל טוהן יענס, די אינסטראקטער וועט זאגן, פיין און וואויל, אבער איך קען דיר נישט שענקען דיין פערמיט ווייל דו פארפעלסט נאך די דריטע ריקווייערמענט… דאס איז עסענשעלי וואס נייסעד האט געטוהן, זיי האבן עס אנגענומען אלס הוספות פאר עקווילענסי וואס האט שוין עקזיסטירט, יא פעלדער האט טאקע צוגעלייגט זאכן וואס דארף כלומרשט גרינגער מאכן וואס סובסטענשל עקווילענסי מיינט, אבער ס'האט נישט אויסגעמאכט אויב דו גייסט מיט די פעלדער אמענדמענט, ווייל די ישיבות זענען נאכנישט סובסטענשל עקווילענט האט עס גארנישט געמיינט ווייל פון נייסעד אויס ביזטו נישט סובסטענשל עקווילענסי למפרע.

  • אין די זעלבע צייט וואס די פעלדער אמענדמענט ווערט דורכגעפירט, אנטוויקלט נייסעד איר אייגענע ווערסיע וואס זיי רופן פאר יעצט גיידענס - וואס איז נאכנישט לעגאל מחייב - פון א דרעפט וואס זוכט אויסצוקלארן די רעגולעישנס, וואס פונקטליך סובטענשל עקווילענסי באשטייט פון, נאכדעם ווי זיי האבן קלאר געזעהן ווי עס איז דא א מאנגל פון אינסטיטוציענאלע ידיעה ביי די לאקאלע סקול אויטאריטי (LSA) איבער וויאזוי און וואס די סיטי דארף צו רעגולירן און וואס דא דארף געשעהן. זיי הייבן אן צאמצושטעלן די דאקומענט פון גיידענס, אלס א הצעה וויאזוי זיי זעהן די געזעץ זאל אין טעאריע ארבעטן.
  • פערלס באשליסט זיי גייען אנלערנען די סטעיט. זיי גייען און סוען די סטעיט, אין א פארזוך אפצושטעלן די סטעיט פון אימפלעמענטירן די גיידענס, און זייער טענה איז אז ווען מ'וויל מאכן אזא גיידענס מוז מען עס מאכן עס זאל דוקא יא מחייב זיין דאס גייט מיט אן אנדערע אופן עס הייסט די סעפע פראצעס, און די ריכטער האט צוגעשטימט, אז זיי זענען גערעכט, און טאקע' די סטעיט האט עס מבטל געווען און איבערגעמאכט פון פריש די גאנצע זאך מיט די נייע פראצעס וואס מ'קען אלס די 7 פעטוועיס אדער די פארט 130 רעגולעישנס, וואס וועט שפעטער נאכאמאל ווערן געטשעלענדזשט אין קאורט ביי פערלס, די פראבלעם איז נאר פערלס האט דא פארלוירן מיטן געווינען, (קריס דעסקרייבט דאס מיט אן אויסדריק PEARLS kinda caught the car on this one) דאס מיינט ווען מ'שלאגט זיך אויף א ציל, מיט אן פארשטיין די עפעקט אדער די אויסגאנג איינמאל מ'קומט אן צו יענעם ציל) זיי זענען געווען גערעכט אויף די טעקניקאליטי "וויאזוי" די געזעץ דארף ווערן געשריבן נישט אויף די פרינציפל.

אינטעליגענט: אוי מיין גאטעניו… די טוויסטס וואס איך הער דא נישט, איך פארשטיי נישט האבן זיי טאקע געטראכט דאס איז ווי עס ענדיגט זיך און מ'האט דא א געווינס? אבער באמת וואס זיי האבן דא געטוהן איז שטעלן זיך אריין מער און מער אין א קארנער בין איך גערעכט?

עקזעקטלי, נייסעד איז דא טאקע געווען אין די ראנג! און טאקע זיך געזוימט אין אויפקומען מיט א איבערגעמאכטע ווערסיע, אבער איז נאכדעם וואוילערהייט צוריקגעקומען מיט די פרישע רעגולאציעס, "אה דו האסט געמיינט דאס איז פאני הא?" און וואס איז יעצט?

און דאס איז א theme וואס מ'קען דא זעהן מיט אסאך פון די ליטיגעישן אין די קעיס, איינער וועט דערקלערן געווינס, נאר צו כאפן א שטויס און למעשה גערעדט, שטעלט זיך שפעטער ארויס אז עס נישט די איין נחמה אויף וואס מ'האט זיך גערישט און האט נאר מער קאמפליצירט און פארדרייט די קעיס. עס איז געשען מיט די פעלדער אמענדמענט, און עס איז געשעהן דא נאכאמאל מיט די אפדעיטעד רעגולעישנס, און יעצט זענען די פארט 130 אינדרויסן און יעצט האבן זיי געדארפט אנהייבן א דאטא זאמלונג, און זיי האבן נאכנישט געוויסט ווי ווייט די פראבלעם גייט, האט מען גענומען א צענזוס צו מעסטן אקעי פון וויפיל פריוואטע נאן-פובליק סקולס האנדלט מען דא, איינמאל זיי האבן צאמגענומען די דאטא האבן די LSA's געקענט גיין און פונקטליך אויספארשן יעדע סקול. דאס קען מיינען איינס פון זיבן פארמאטן, דו ווייסט 1-6 אלס די פעטוועי'ס און נומער 7 איז געווען איינער פון די LSA גייט פיזיש אראפ מאכן אן אויספארשונג צו וויסן וואס דארטן טוט זיך. איך האלט די סטעיט איז דא נאכאמאל, געווען עקסטער אראפגעלאזט צו די ישיבות, און זיי געגעבן גאר גאר אסאך צייט פון סעמפטעמבער 2022 ביז יוני 2025 ווי מ'האלט יעצט, עס צו פארמאכן.

  • אזוי ווי די זייגער רוקט זיך נענטער און נענטער, זעהט פערלס אז ס'טויג נישט און זיי גייען פאר א פרישע אפיעל צו פרובירן אפצושרייען די רעגולעישנס אין די געריכט וואס הייסט די third department אין די אפעלאט געריכט, און גראדע יענע ריכטערין האט אפגעווארפן יעדע טענה וואס פערלס האט געמאכט אויסער די בארימטע "פארשפארן די סקולס" קאנספיראציע, וואס איז נישט געווען חלק פון די טענות וואס פערלס האט ארגינעל געמאכט, נאר די געריכט האט דאס אריינגעלערנט אין די סטעשוט.
  • די דיסידזשן גייט ארויף פאר אפיעל אין 2024 צו די third department און זאגט אז די נידריגערע געריכט האט נישט קיין ריזאנינג אונטער דעם פארשפארן די סקולס דיסידזשן זינט די פראוויזשן טוט נישט וואס די געריכט האט געקלעימט עס טוט, און נאכמער, אין פאקט יעדע אנדערע טענה וואס פערלס האט געמאכט אויף אפיעל שטימט נישט מיט פארשפארן סקולס. ביי יענע פונקט איז פערלס אינגאנצן פארלוירן וויאזוי זיי גייען פון דא ווייטער, יעצט אפיעלן זיי, יעצט שוין צום העכסטן קאורט אף אפיעלס, און זיי באשטעטיגן וואס די נידריגערע third department האט געפסק'נט, דאס איז די לעצטע 2025 דיסידזשן, און סיי ווארפן ארויס אבי'ס טענה אז ער קען נישט זאגן די רעגולעישנס פאדערן צו פארשפארן סקולס, ווען זיי פאדערן נישט צו פארשפארן סקולס.

וואס ברענגט אונז צום היינטיגן טאג: די פארט 130 רעגולעישנס זענען קאדיפייט אין געזעץ, צו די עקסטענט וואס עס פארברעכט נישט זייער אמענדמענט.

וואס מיין "אסומפשן" איז, און נעמט דאס מיט א לעפל זאלץ, איך זאג נאר מיין מיינונג, אונטערן פארמאכטע טירן האט פערלס געזעהן די writing on the wall זיי האבן שוין געזעהן אז זיי גייען פארלירן ביי די קאורט אף אפיעלס, און געזוכט פאר א נייע וועג ארויס, און זייער איינציגסטע וועג ארויס איז געווען אויב זיי קענען אונטערברענגען די סטעשוט אינגאצן און האבן זיך ארויסגעלאזט דאס צו ערלעדיגן.

אינטעליגענט: וואס מיינסטו ווען דו זאגסט א נייע וועג ארויס?

קריס: די וועג וויאזוי די מעכאניזם פלעגט ארבעטן, איז געווען געבויט אויף די הנחה אז וואס די פובליק סקולס אפערן איז א סאונד בעסיק עדזשוקעישן, און ווען דו זאגסט אז דו פארלאנגסט פון אלע אנדערע צו זיין ענליך צו דעם דאן דארפן אלע אנדערע סקולס אויך אפערן איז א סאונד בעסיק עדזשוקעישן. די לאביאיסטן האבן דאס אפגעטיילט די שותפות אין צו מאכן עקווילענסי א טשעקליסט און יעצט קען זיין מעגליך צו האבן א סקול וואס "געזעצליך איז סובטענשעלי עקווילענט אבער, שטעלט נישט צו קיין די סאונד בעסיק עדזשוקעישן וואס אירע תלמידים זענען ענטייטלד צו דורך זייער קאנסטיטוציענאלע רעכט.

אינטעליגענט: אהא, to dumb it down אין אנדערע ווערטער ס'איז אזוי ווי זאגן "איך בין א פלייש געשעפט און איך גיב מיך אליינס א השגחה, אדער איך בין סטארבאקס, א ביזנעס, און איך בין אויך דער אויטאריטעט אויף מיר אליין און איך באשטעטיג אז איך בין א ריינע געשעפט אן קיין קריכעדיגע, דערפאר באקום איך א A תעודה. דאס איז וואס זיי האבן דא געטוהן מיט די אמענדמענט ריכטיג?

קריס: יא… לאמיר עס אויסקלארן מיט די הייפעטעטיקל, לאמיר זאגן איך בין א סקול, איך געב נישט קיין עקווילענט ענגליש, איך בין אבער אפיליאירט מיט א סקול וואס גיט כלומרשט יא, וואס מיינט אז איך אליין מוז נישט עכט זיין סובסטענשלי עקווילעננט, צו הייסן סובסטענשלי עקווילענט אונטער די געזעץ, אדאנק די אפיליאירונג, סא דו באשליסט דו האלסט נישט ביים אויסלערנען ענגליש, דו קענסט נישט דיינע קינדער א סאונד בעסיק עדזשוקעישן און דו רויבסט זיי נאך צו פון זייער קאנסיטיוצינאלע רעכט צו א סאונד בעסיק עדזשוקעישן, אבער… דו ביזט סובסטענשלי עקווילענט, דאס וואלט נישט געווארן ערלויבט אונטער די ארגינעלע סטעשוט.

אינטעליגענט: איך פארשטיי, אבער איך זעה נישט ווי דאס העלפט רוב סקולס אפילו מיידלעך אויב דו פרעגסט מיך אויב זאל נייסעד די מינוט, וואלטן זיי דיר געקענט באשטעטיגן וואס דו האסט מיר יעצט געזאגט.

קריס: עס העלפט נאר צו די עקסטענט אז עס איז א באנדאזש, דארפסט טראכטן ווי עס איז א באנדזאש. מיר אין יאפעד האבן גענוצט סובסטענשל עקווילענסי צו טענה'ן אז די ישיבות ברעכן די געזעץ און עפעס action מוז געטוהן ווערן דאס צו טוישן, אין רעזולטאט, זענען די אנדערע זייטן געווארן קאנצענטרירט אויף די ציל ברעט סובסטענשלי עקווילענסי און ווייל דאס איז געווען די ריט וואס מיר האבן גענוצט און זיי געשמיסן איבערן קאפ, ריכטיג? און וויבאלד מיר האבן דאס א גאנצע צייט גענוצט האבן זיי געזוכט א וועג צו פרובירן אוועקצונעמען דעם וואפן פון אונז, מיטן אטאקירן די סובסטענשלי עקווילענסי ריקווייערמענט. די פראבלעם איז, אז די סובסטענשלי עקווילענסי ריקווייערמענט, איז בלויז א מעכאניזם צו אינפארסירן א גרעסערע קאנסטיטוציענאלע ריקווייערמענט וואס איז נאך אלס דא און גענצליך אומגעטוישט. איז אלעס וואס זיי האבן דא געטוהן איז אונז געשיקט א מעסעדזש אונז זאלן זיך גיין טרעפן אן אנדערע ריט זיי צו שמייסן, מיט אן דערגרייכן עפעס פאר זייערע מענטשן.

אינטעליגענט: איך פארשטיי עס אבער נישט אינגאצן ווייל ווי איך פארשטיי איז די פעטוועיס האט נייסעד נישט אנגעקוקט ווי set in stone נאר צו גיין ווייטער און עלאבערעיטן דערויף און איך בין נאכנישט קלאר וויאזוי די אמענדמענט האט אויסגעמאכט אבער פון אייער זייט הערט זיך עס יא ווי איר האט געזיגט.

קריס: לאמיר דיר עס צולייגן אזוי, אויב דו ביזט יענע ישיבה, און איך בין אן אדווקאט, און אן עלטערן פון דיין ישיבה קומט צו מיר און באקלאגט זיך אז די ישיבה הייסט געזעצליך סובסטענשעלי עקוויעלענט, אבער מיינע קינדער לערנען נישט קיין מאטעמאטיקס און קיין סייענס, וואס איך קען טוהן איז גיין צו נייסעד און זאגן הערטס אויס עטס האטס די אויטאריטעט אונטער סעקשן 3205 פון די עדזשוקעישן געזעץ צו פארזיכערן אז די קינדער באקומען די מאטעריאלן, איך וועל ניטאמאל נוצן די ווארט עקווילענסי, איך גיי זיי הייסן צו אישאו'ן א ארדער אונטער דעם ספעציפישע פראוויזשן ווייל טעכניש איז דאס פערפעקטלי לעגאל ווייל זיי האבן די אויטאריטעט אונטערן עדזשוקעישן געזעץ. אין קאנקלוזיע פאר די ישיבות האט עס אפעקטיוו גארנישט דערגרייכט, אויסער אויפרעגן יעדעם וואס איז דא פארמישט, און איך מיין זיי האבן דאס נאכנישט איינגעזעהן אויפן מינוט, אבער וועלן דאס כאפן עווענטועל.

אינטעליגענט: דאס איז מיר גאר אינטערסאנט. פון דא און ווייטער וואס האלט איר וועט די געריכט טוהן יעצט אויף למעשה דאס ווייטער צו אינפארסירן אין די קומענדיגע שטאפלען אין די נעקסטע קעיס? איך האב געוואטש די סעסיע ווי די אמענדמענט איז אויפגעקומען גראד אין אנהייב פרעגט איין ריכטער אבי פארוואס איז דאס נישט קיין מאוט קעיס וויבאלד מ'האט דאך שוין קלאמפיש געטוישט די לעגיסלאציע און דו שטייסט און אפיעלסט דא אויף א אלטע פסק קעגן אן אויטאריטעט וואס איז דיר נישט מחייב, אויף וואס זאלן מיר דא פסק'ענען פונקטליך?

קריס: דאס איז אייגנטליך געווען א גוטע פראגע ביי די קאורט וואס זיי האבן באלד אין אנפאנג געדריקט דערויף, און ביידע אטוירני'ס - אבי אדער די אטורני פון די סטעיט - האבן נישט געהאט אין מיין מיינונג א גוטע ענטפער דערויף, און די ענטפער וואס איך וואלט געזאגט איז די part 130 regs האט אין זיך וואס מ'רופט א severability provision וואס מיינט אז אויב ווערט סיי וועלכע טייל באשטעטיגט אומגעזעצליך, גייען די רעשט פון די רעגולעישענס ווייטער אן אין full force and effect און ווייל די נייע אמענדמענט 3204 האט טעכניש נישט מבטל געווען די רעגולעישענס אין part 130 איז די אישאו נישט געווען מאוט ווייל די רעגולעישענס גייען נאך אן in full force and effect און דאס איז וואס די קאורט האט טאקע געשריבן אין זייער פסק אז דאס איז נישט מאוט וויבאלד עס זענען נאך דא ישיבות וועלכע זענען נאכנישט מסודר מיט די אמענדעט סטאנדארטס וועלן אפלייען ממילא זאל מען זיי נאך באטראכטן. אבער צו דעס וואס דו פרעגסט וואס זיי קענען נאך טוהן, עס איז עכט נישט געבליבן פאר זיי וואס צו טוהן, זיי האבן שוין באשלאסן און ארויסגעגעבן זייער פסק און דאס איז עס. Done. אין טעאריע, קען פערלס פרובירן צו אפיעלן אין פעדעראלע סופרים קאורט אונטער א קאנסטיטוציענאלע טשעלענדזש, די פראבלעם פאר זיי איז, זיי האבן נישט עכט פרעזערווירט דעם טשעלענדזש אין די נידריגערע געריכטן, און וועלן מאנגלען סטענדינג אויב פרובירן זיי דאס צו ברענגען הערשט יעצט, און דאס וואלט געווען א שווערע שטיין איבערצוקומען, און אויך, באזירט אויף וואס די סופרים קאורט האט געזאגט אין לעצטיגע קעיסעס אין מחמוד וו. טעילאר און די סט. איסידאור וו. דרומאן קעיס אז עס איז דא א רויטע ליניע וואס זיי זענען גרייט אראפצושטעלן אז זיי זענען אויך מסכים מיט אונזער שטעלונג אז עס דארף זיין עפעס סטעיט איבערזיכט צו א בעסיק עדזשוקעישן, און די סטעיט האט אבסאלוטלי א רעכט צו שטעלן מינימאלע סטאנדארטן, און די סקולס אדער ישיבות מוזן זיך צושטעלן צו די סטאנדארטן.

דא קען מען זעהן די פראגע וואס קריס און מיר האבן דערמאנט ווי נאר אבי שיק הייבט אן זיין ריבוטל.

באזירט אויף דעם קוקט עס נישט אויס צו גוט פאר זיי, און איך וואלט עס נישט ערווארטעט, אבער דאס איז איין מעגליכע וועג וואס זיי קענען באטראכטן. ווייטער ווי דעם וואס איך זעה פון אונזער זייט, איך קען זעהן א טשעלענדזש צו 3204-6 צוגעלייגטע אמענדמענט אליינס, ווייל עס איז פשטות אן אנטיסעמיטשע סטעטשוט; עס צילט אידישע חדר קינדער פאר אפגעטיילטע באהאנדלונג אונטער די געזעץ פון יעדעם איינעם אין סאסייעטי, און צו זייער שאדן אפצוזאגן זייער עדזשוקעישן וואס איז זייער קאנסטיטוצינאלע רעכט. עס איז נישט דא קיין דזשאסטיפיקאציע פאר אזא זאך, די רבנים ווילן דאס, אנטשולדיגט מיר, איז נישט קיין גוטע דזשאסטיפיקאציע אפצוזאגן די קינדער זייער רעכט פאר אן עדזשוקעישן, דאס וועט זיין די נעקסטע טשעלענדזש און איך מוז דיר זאגן איך זעה די אמענדמענט ווערן איבערגעדרייט, איך גלייך אונזערע טשאנסן אויף דעם, עס וועט נאר נעמען יארן, אזוי ווי די ארגינעלע פערלס קעיס און אין די צייט פארלירן מיר נאך א דור קינדער וואס מיר דארפן נישט, צו אינגאראנץ.

אינטעליגענט: Wow דאס גיט שטארקע האפענונג צו הערן אז מ’קען שוין זעהן ענדליך די ליכט ביים ענדע טונעל. איך וויל נאר אויסקלארן מיט אייך וואס אסאך האבן נישט פארשטאנען, וואס טוט נייסעד לגבי די איבריגע ישיבות וואס זי האט שוין באשטעטיגט, די קאורט האט אריינגערעדט אין זייער שטראפן די 6 ישיבות?

קריס: ניין, נייסעד האלט ווייטער אן מיט זייער אויספיר אז די 6 ישיבות וואס זיי האבן פעסטגעשטעלט אז זיי זענען נאן-עקווילענט, זענען נאן-עקווילענט, און דאס איז done, און איז נישט א החלטה וואס זיי גייען איבערקוקן, עס זעהט אויס ווי די ישיבות קריגן מער נישט קיין פובליק פאנדינג און פארטיג. יעצט מיט די איבריגע, וועט נייסעד דארפן טוהן אביסל היימארבעט אינטערנאל צו זעהן פונקטליך וועלכע לשונות אין די רעגולאציעס אין 32046 זענען דא געווארן איבערגעדרייט, און איבערשרייבן די לשונות. איך וואלט ערווארטעט אז גיוון ווי גאנג האו זיי זענען געווען קינדער פרובירן צו באקומען א בעסיק עדזשוקעישן אז סיי וועלכע אויסנאמען וואס די 32046 האט ערלויבט וועלן זיי פרובירן צו מאכן ווי שטרענג נאר מעגליך וויאזוי עס צו פארטייטשן אין די טובה פון די קינדער איבער די סקולס, און דאס וועט ברענגען צו נאך ליטיגעישן פון פערלס אדער ספעציפישע ישיבות, איך טראכט אז עס גייט זיכער זיין ליטיגעישן אקעגן 32046 און ווי איך האב געזאגט וועט מיט די צייט ווערן אנולירט,אין ליכט פון וויאזוי די גאנצע זאך איז צוגעגאנגען און וואס אזעלכע רעמיפיקאציעס זענען, וואס ברענגט אונז צוריק צו די part 130 וואס האט שוין געפעסד. און אלס וואס דאס טוט איז ציעט נאר אויס די צייט פאר לאמיר זאגן נאך 5 יאר וואס וואלט שוין היינט געקענט זיין ארלעדיגט.

אינטעליגענט: עס איז געווען זייער אנגענעם צו פארברענגען מיט אייך און הערן אזויפיל נייע זאכן וואס איך האב נישט געוויסט. צום שלוס, איך ווייס נישט אויב איר ווייסט זייער אסאך אין די קאמיוניטי האבן שטארקע מיינונגען וועגן אייער ארגענאזאציע, און וועגן די גאנצע קאנטראווערסיע, מ'מאכט ערגער, מ'מאכט בעסער, אבער למעשה טוען טוען טוט מען עכט גארנישט און קיינער קען נישט זייערע לעגאלע רעכטן, איך וויל אויסנוצן דא די געלעגענהייט גיט מיר אייער אבזערוואציע פון יארן נאכגיין דעם קעיס, וואס קענט איר זאגן פאר א טאטע מאמע וואס זענען מסכים און ווילן יא נעמען די קוראדזש און אויפטוהן פון זייער זייט און קלערן צו גיין די לעגאלע וועג אבער זענען פארט דערשראקן וועגן א רעמיפיקאציע ווי פארלירן ישיבה פארן קינד, אדער גאר ווערן עקסקאמיוניקעיטעד, קענט אייער פירם זיי העלפן דאס טוהן פולקאם אנאנים?

קריס: קודם מוז איך מאכן א דיסקלעימער: אז דאס איז נישט קיין אפיצעלע לעגאלע עדווייס. עס זענען נאך אלס דא זאכן וואס עלטערן קענען טוהן, צום אלעם ערשט קענען זיי רעדן צו אן אטורני, איבער זייער אינדיווידועלע קעיס צו זעהן צו ס'איז פאסיג צו סוען, איך מוטיג יעדעם צו עקספלארירן אייערע לעגאלע אפציעס אויב זענט איר עלטערן אין די סיטואציע, עס וועלן זיין שוועריקייטן, אזוי ווי דו ווייסט בעסער ווי מיר אז די קאמיוניטי איז זייער tightnit און יעדער קען יעדעם'ס געשעפטן, און אפילו אויב וועט איר פיילן אונטער פעסעוודאנים, טשאנסן זענען אז איינמאל די פאקטן קומען ארויס, וועט עמיצער קענען דערשנאפן ווער עס איז געווען. אויב זענט איר באזארגט איבער דעם וואס איך וואלט פארגעשלאגן איז זיך פארבינדן מיט יאפעד און רעדן מיט אונז, אז מיר זאלן קענען גיין און פיילן אן עדזשוקעישן 310 קאמפלעינט מיט די אינפארמאציע וואס איר וועט אונז געבן, די גוטע נייעס איז פון אונזער זייט אז מיר וועלן נישט מוזן זאגן פון וואו מיר האבן עס באקומען, אויב האבן מיר גענוג א גוטע קעיס צו צילן אן אויספארשונג, און דאס וועט אייך ערלויבן אנצוהאלטן קאנפידענציאליטי בשעת האפענטליך העלפן אייער קינד קריגן וואס ער פארדינט.

איר קענט דאס טוהן אליין אויך, איר קענט גיין צו אייער אייגענע אטורני, און איר דארפט נישט דוקא יאפעד'ס הילף, עס רופט זיך א 310 קאמפלעינט און איז א וועג צו קאמיוניקירן אייער קלאגע מיט די עדזשוקעישן קאמישענער, און פארשטייט זיך די מער דעטאלן איר שטעלט צו איבער אייער קינד'ס ישיבה'ס סיטואציע אלס בעסער. נאך א זאך, אויב זענט איר עלטערן וואס זעהן הערשט יעצט איין אז איר האט אויסגעגעבן צופיל הארעוואניע און געלטער פאר אייערע קינדער'ס עדזשוקעישן, וואס איר פילט האט זיי גארנישט אויסגעלערנט, נאכאמאל, רעדט מיט אן אטורני איבער אייערע רעכטן עס קען זיין איר קענט זיי קלאגן פאר fraud, deceptive business practices אין ארדער צוריק צו באקומען מאנעטערי דעמעדזש, ספעציעל ווען די ישיבה ווערט שפעטער געפינען אז זי הייסט מער נישט קיין סקול. איר ווילט אריינקוקן אין באקומען רעמידיעישן פאר אייערע קינדער, ווייל ווי איר ווייסט מסתם, ווערט עס היבש שווערער איינמאל מ'וואקסט אויף אפצומאכן פאר פארלוירענע צייט ווען עס קומט צו בילדונג וואס איר האט געזאלט באקומען אין די יוגנט. איך וואלט געמוטיגט די עלטערן אויב איר טוט דאס צו מאכן זיכער אז אייער קינד איז די פאקוס פון וואס איר טוט, עס איז שיין צו האבן לעגאלע רעכטן, אבער סוכ"ס אייער קינד דארף אן עדזשוקעישן, סא ווער און וואס עס גיט אייער קינד די עדזשוקעישן, דאס איז וואס איר דארפט טוהן.

אינטעליגענט: א דאנק פאר די אינפארמאציע איך האף אז אונזערע ליינער וועלן דאס אויך מכיר טוב זיין, עפעס האב איך געהאט געהערט אז יאפעד האט נישט לאנג צוריק געווינען א קעיס צו קענען רעפרעזענטירן די עלטערן וואס קענט איר זאגן וועגן דעם?

קריס: יא, מיר האבן לעצטנס געפיילט אן ארטיקל 78 אקעגן די סטעיט עדזוקעישן דיפארטמענט ווייל זיי האבן געטענה'ט אז מיר טארן נישט רעפרעזענטירן קינדער זינט מיר זענען נישט קיין עלטערן, און די ריכטער איז צוריקגעקומען און געזאגט ניין אונטער די אומשטענדן קען יאפעד יא ברענגען קלאגעס אין געריכט, עס ווערט יעצט אפיעלט, אבער אזוי ווי מיר שטייען יעצט קענען מיר דאס אבסאלוטלי ברענגען, און איך האב יעדע כוונה דאס צו טוהן ביז איינער זאגט מיר איך קען נישט.

אינטעליגענט: אינטערסאנט. און למעשה גערעדט, וויאזוי ארבעט אזא זאך? לאמיר זאגן איך בין די פלענטיפ און איך ברענג א סוט קעגן מיין זוהן'ס ישיבה, וועט עס ווערן פרעזענטירט אלס John Doe? וועט עס נישט ארויסרינען? אין אנדערע ווערטער איז די שאלה צו עס איז ריזיקע-פריי?

קריס: עס ווענדט זיך אין וואס יענעמ'ס אטורני ארבעט אויס מיט די עלטערן אין די אינדיווידואלע קעיס, אבער בכלליות יא אדער איניציאלס J D אדער John Doe יעצט וואס דו פרעגסט וועגן ריזיקע, פארשטייט זיך אליין דאס איז א החלטה וואס די עלטערן דארפן אליינס מאכן, אזוי ווי מיט יעדע זאך עפעס א ריזיקע איז אייביג דא, טעכניש וואס עס וואלט גענומען צו ברעכן די קאנפידענציאליטי? וואלט גענומען א קאורט ארדער וואס וואלט נאר באשטעטיגט געווארן פאר א קאמפעלינג ריזן און נייגעריגקייט איז נישט קיין קאמפעלינג ריזן. אין קורצן עס וואלט נאר ארויסגעקומען דורכ'ן געזעץ און איך זעה דאס נישט געשעהן, און פאר א גוטע ריזן, אפילו אינדרויסן פון די קאמיוניטי קאנטעקסט, וויבאלד דאס איז א קינדער אנגעלעגענהייט בכלליות וויל מען זיי נישט טראמאטאזירן מיטן מאכן זייער פריוואטע געשעפטן באוויסט, איז איך זעה דאס נישט פאר אלס אן אישאו.

אינטעליגענט: וואס טוט זיך מיט די ישיבה אליין, זיי קענען האבן א חשד און עס ארויסדערווישן אדער גאר די סטעיט קען זיי זאגן ענקער טאטע משה בער האט זיך באקלאגט?

קריס: איך קען דיר נישט זאגן אויף זיכער אז נישט, איך וואלט יא געזאגט עס איז נישט זייער שייך לויט וויאזוי די מעכאניזם ארבעט, נייסעד דארף נאר די אינפארמאציע, זיי דארפן נישט געבן קיין הסבר פאר קיינעם פון וואו די אינפארמאציע זעלבסט קומט.

אינטעליגענט: אין נאמען פון אלע קרעמל ליינערס ווילן מיר אויסדריקן א הערצליכן דאנק פארן אונז שענקען אייער צייט דאס צו מאכן געשעהן, עס איז אונז געווען א פארגעניגן צו שמועסן מיט אייך, מיר האפן אז אייערע ווערטער וועלן האבן די ריכטיגע השפעה און איך בין זיכער אז אונזערע ליינער וועלן אסאך ארויסנעמען דערפון וויאזוי די געזעץ ארבעט און מ'קען זיך נישט דערמיט ארומשפילן און ווער ווייסט אפשר וועלן זיין אסאך עלטערן וואס וועלן נתעורר ווערן אז זיי קענען יא טוישן אדאנק אונזער שמועס. זייט געזונט.

קריס: נישט קיין פראבלעם, א דאנק פארן אויסהערן, זייט געזונט.
========================================================================================================
אויב ווילט איר הערן מער איבער פיילן א קאמפלעינט אדער אריינקוקן אין אייערע אפציעס פאר אייערע קינדער'ס צוקונפט און דארפט קריס'ס הילף קענט איר זיך פארבינדן צו יאפעד דורך אימעיל אויף [email protected]

די ישיבות וועלכע האבן באקריגן א פיינל דעטערמינעישן בריוו פון די נייסעד דיפארטמענט זענען:
  1. מוסודות חסידי סקווירא 13 Heyward סטריט
  2. מוסדות תולדות יעקב יוסף דחסידי סקווירא 1373 43רד סטריט
  3. ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל ד'סאטמאר UTA 5411 Ft. Hamilton Pkwy
  4. בני שמעון ישראל ד'שאפראן 13-30 Warsoff פלעיס
  5. בני שמעון ישראל ד'שאפראן 215 Hewes סטריט
  6. תלמוד תורה קאשוי 324 Penn סטריט
 
לעצט רעדאגירט:
איך האף אז דאס גייט טאקע אריין אין די @כוואליעס
"כוואליעס" איז די איינציגסטע אידישע פובליקאציע וואס איך ווייס וואס, איז גרייט אייך צו געבן די פלאטפארמע צו רעדן אלס די לויער פון יאפעד
קוקט אויס ווי א פיינע זשאב געמאכט
 
מען רעדט דא נאכנישט פון די נעכטיגע געריכט אורטייל
 
איך האף אז דאס גייט טאקע אריין אין די @כוואליעס

קוקט אויס ווי א פיינע זשאב געמאכט
קודם שכח פאר דיין צייט.

ס'האט געזאלט אריינגיין אבער מ'האט נישט אנגעיאגט עס איבערצוקוקן אין צייט, אפשר אויב איינער וויל העלפן מגיה זיין קען זיך אנטראגן פאר @כוואליעס ס'זאל זיין מער הענט אן דעק ווי מ'זאגט.
 
מען רעדט דא נאכנישט פון די נעכטיגע געריכט אורטייל
Wow אזוי שנעל אפגעליינט ס'גאנצן ארטיקל? פססס.
גערעכט, כ'האב דאס אפגעשריבן נאך ביים June פסק. וואס די פסק איז, און אויב ס'איז אמת קען איך נאכנישט זאגן. ס'קען זיין אז יא און אויך מעגליך אז ס'איז פאבריצירט.

די אינטערוויא איז געמאכט געווארן איבער דעם פסק
 
Wow אזוי שנעל אפגעליינט ס'גאנצן ארטיקל? פססס.
גערעכט, כ'האב דאס אפגעשריבן נאך ביים June פסק. וואס די פסק איז, און אויב ס'איז אמת קען איך נאכנישט זאגן. ס'קען זיין אז יא און אויך מעגליך אז ס'איז פאבריצירט.

די אינטערוויא איז געמאכט געווארן איבער דעם פסק
כ'האב עס נישט אפגעליינט מיט די ריכטיגע כוונות, נאר שנעל איבערגעלאפן.

די עיקר וואס איך האב געזיכט איז געווען די כראנאלאגיע ווי האלט מען דא אויף דער וועלט, ווארום צו געזעץ פארשטיי איך גאר קנאפ.
 
Back
Top