גאר גרויסער אנטי-ציוניסטישער באקאנטער פרומער פראפעסער הרב הגאון הצדיק רבינו ישעי' לייבאוויץ זצוק''ל

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
253
רעאקציע ראטע
904
פונקטן
113
1751168331938.png


פראפעסער הרב ישעי' לייבאוויץ זצ''ל, איז געווען א גרויסער תלמוד חכם, הוגה דעות, און פילאזאף, דער רעדאקטער פונעם אנציקלאפידע העברית, און פראפעסאר אויף ביאכעמיע ארגאנישע כעמיע מיט ניוראפיזאלאגיע אין דעם אוניווערסטי העברית אין ירושלים עיה''ק.

ווי להבדיל בין חיים לחיים דער פרומער הארווארד פראפעסער הרב שאול מגיד שליט''א, איז הרב ישעי' לייבאוויץ זצ''ל, געווען אן אנערקענטער פראפעסער וואס איז אויך געווען זייער שטארק אויסגעשפראכן קעגן ציונות, און זיי ביידע זענען געווען אין די אינגע יארן ציונים, וואס האבן שפעטער איינגעזעהן אז ציונות איז נגד השם יתברך נגד אנושית ונגד התורה!

ער האט געהאלטן דרשות און געהאט א ראדיא פראגראם ווי ער האט אנגערופן די מתנחלים נאציס און געהאקט קעגן הרב קוק זייער שטארק.

פראפעסער הרב ישעי' לייבאוויץ'ס הויפט טענה קעגן ציונות איז געווען אז מיר אידן האלטן זיך פאר א בעסערע הייליגער מענטש ווי די גוים. בעת מיר פירן זיך אויף צו די פאליסטינער פונקט ווי די דייטשן האבן זיך געפירט צו די אידן ביים האלאקאוסט. ער האט בא'טיטול'ט די רעכטע ציונים אלץ פאלנע נאציס!

פראפעסער הרב ישעי' לייבאוויץ זצ''ל האט אפגעטייטשט דעם 'עם סגולה וגוי קדוש', אז מיר דארפן שטרעבן פאר קדושה. נישט אז מיר זענען אטאמאטיק הייליג סתם אזוי אלץ בנש''ק'לעך. דעריבער האט ער געהאלטן אזוי שטארק קעגן הרב קוק, ווייל הרב קוק האט געהאלטן יעדן איינציגן ציוני מער פון אן אראבער אפי' יענער טוהט נישט קיין שום מצוה און פרעסט חזיר אין יום כיפור וכדו'.


1751171336052.png


זיין שוועסטער איז די באקאנטע פראפעסארין רביצן נחמה לייבאוויץ זצ''ל, זי איז גראדע יא געווען א ציוני, איר עיקר אויפטוה איז געווען מסביר זיין די חומש פאר די פשוטי המון עם. זי איז געווען א מחנכת. אבער גאר אן אנערקענטער פראפעסערקע אויף מקרא.

ער איז אוועק אין תשנ''ד אין טיפן עלטער פון ניינציג יאר אלט, נאכדעם וואס ער האט מקדיש געווען זיין גאנצן לעבן צו קעמפן קעגן ציונות. ער האט געזאגט אז מדינת ישרא' מוז זיין ווי די פאראייניגטע שטאטן. צו אפטיילן רעליגיע פון רעגירונג. אז דאס טאר ניט ווערן געפירט אלץ א אידישע מדינה.

ער איז געבוירן אין רוסלאנד, אין די שטאט, ריגע, דערנאך איז זיין טאטע, וואס איז געווען א גרויסער עושר פון האלץ האקעריי, און פארקויפן דאס אלץ 'לאמבער' בלע''ז, האט זיך אריבער געצויגן מיט זיין משפחה קיין בערלין דייטשלאנד, ווען ר' ישעי' איז שוין געווען 16 יאר אלט, דערנאך ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט זענען זיי אנטלאפן קיין ארץ ישרא', און דארטן האט ער געדינט אלץ גענעראל אין 'הגנה' ביים מלחמה פון זעלבסטשטנדיגקייט פון ארץ ישרא'.

פרופסר הרב ישעי' לייבאוויץ איז אויך געווען אן אנערקענטער רב ופוסק, ספעציעל פאר טעכנישע קאמפליצירטע נייע מאדערנע שאלות וואס מ'האט געדארפט קענען סייענס ווי ער האט שטודירט נאך אין דייטשלאנד צו באקומען זיין פי.עיטש.די. אין די אלע פעלדער.

פרופסר הרב ישעי' לייבאוויץ איז אויך געווען א גרויסער בעל מוסר, אבער ער האט צוגעלייגט צו די בעלי מוסר אז אן מצוות מעשיות האט די גאנצע השקפה און אמונה גארנישט קיין שום ווערט נישט.

בכלל, אמונה, האט ער געהאלטן, איז בעיקר עבודת השם יתברך, די ליידיגע גלויבונגען אין א בורא, דהיינו, אן טוהן מצוות מעשיות, האט ער געהאלטן, איז קעגן די תורה הקדושה.

אפילו ער איז געווען אזוי אויסגעשפראכן אנטקעגן ''מעין-סטריעם'' ציוניזם, האט רוב ארץ ישרא' געהאלטן פון אים אלץ ערליכער איד, מ'האט אים נאר אנגעקוקט ווי א בייזער ארגינעלער ישעי' הנביא וועמענ'ס נאמען ער האט געטראגן... ער האט באקומען הונדערטע בריוו א טאג בעיקר שאלות ותשובות אויף השקפה הנהגה און מדע, אבער אויך אויף הלכה.

ווי ר' שמוא' אויערבאך'ס 'נמות ולא נתגייס' תלמידים, האט ער געהאלטן אז מ'טאר זיך נישט שטעלן צום 'גיוס' פון צה''ל ווייל זיי זענען פאלנע רוצחים!

פרופסר הרב ישעי' לייבאוויץ'ס צוויי מערסט קאוואטירטע רביס, זענען; דער הייליגער רמב''ם, ולהבדיל בין קודש לחול, עמנוא' קאנט, א דייטשער פילאזאף.

פרופסר הרב ישעי' לייבאוויץ, האט געזאגט אויף זיך אז ער איז גרייט צו שטארבן יעדע ליאדע רגע פאר'ן רבונו של עולם, מ'האט אים געוואלט הינריכטן אסך מאל, צוליב זיין אויסגעשפראכענער התנגדות וקנאות קעגן ציונות. ער האט געזאגט אז יעדער איד, מוז זיין גרייט צו גיין שטענדיג אויף קידוש השם יתברך, אין קאלעך אויבן, פאר אונזער ריינער אמונה. ער איז שטענדיג געווען גרייט פאר א קויל אין קאפ, אבער עס איז קיינמאל נישט אנגעקומען, ברוך השם פאר דעם...!

***

מתורתו הקדושה:

היינט האבן מיר געלייענט פרשת קרח, איז ר' ישעי' מסביר די מחלוקת פון קרח, אז ער האט געזאגט 'כי כל העדה כולם קדושים', פונקט ווי הרב קוק, אז יעדער ציוני איז הייליג, ווייל ער איז געווען אזוי גליקלעך צו געבוירן ווערן א איד.

קורח האט געהאלטן אז משה רבינו איז נישט בעסער פון יעדן פרייען אוי.טי.די. באם...!

*

פאריגער וואך ענדיגט זיך פרשת שלח מיט די מצוה פון ציצית, ווי עס שטייט דארטן, 'ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם', טייטשט ער אז לב איז אינזער מצפון אונזער ''קאנטשעס'' און עיניים איז אונזער מוח אונזער שכל דאס טראכטן אונזערע, ביידע זענען די חלק המוסר פון וואס דער מענטשהייט מאכט אפ, ביידע מוזן מיר מבטל זיין פאר'ן אייבערשטער!

דהיינו, אז מיר דארפן מבטל זיין אונזער אייגן מיינונג, פאר די תורה הקדושה!

***

מהליכותיו בקודש:

ער פלעגט גיין יעדעס איינציג יאר, בעצם יום הפורים, קיין אלט שטאהט ירושלים, ווייל עס מוקף חומה מימות יהושיע בן נון, מילא לייענט מען דארטן די מגילה שושן פורים, און אויפצומארגענס, שושן פורים, צוריק, קיין בני ברק. אזוי ארום איז ער געווען פטור פון לייענען די מגילה אגאנץ לעבן...

ווייל ער האט געהאלטן די מגילה אלץ א שלעכטער מנהג ווייל מ'הארגעט דארטן צום סוף אויס די שונאים סתם פאר נקמה...!
 
לעצט רעדאגירט:
@שמייכל
דו שרייבסט זייער שיין נאך וויקי אבער נאר וואס פיט דיין אנטי ציוני נאראטיוו, די איבעריגע זאכן וואס פראפעסאר ליבוביץ ז"ל האט געהאלטן ווי למשל אמונה אין די י"ג עיקרים פון דעם רמב"ם ברענגסטו אוודאי נישט צו, ווייל אויב יא וועט דיין גאנצע אנטי ציונים בנין צופאלן. און, ווייל דו פארשטייסט אויך, אז דיין רבי דער בעל ויואל משה וואלט אויך נישט גרויס געמאכט דעם פראפעסער ליבוביץ ווען אין דער זעלבער צייט וואס דיין רבי בויעט זיין שיטה אויף די י"ג עיקרים פון וועלכע פראפעסער ליבוביץ האט נישט אנערקענט אין.

מיין ערקלערונג דא איז פשוט מעורר צו זיין דעם עולם דיינע עכטע מאטיוון קיינער זאל זיך נישט טועה זיין אז דו קומסט דא באשרייבן פראפעסער ליבוביץ ז"ל
but just go on
 
דער גאלדענער אדלער איז א ציוני, מילא שרייבט ער דא, אז לייבאוויץ, זאל נישט האבן געהאלטן פון די י''ג עיקרים פונעם רמב''ם, - א פרעכער שקר גס!

זעהט זיין וויקי ארטיקל ווי די ציונימלעך ווי גאלדענע אדלער, האבן ארויסגענומען אסאך ווערטער פון קאנטעקסט, וואס ער האט געדרשענט, זייער אסאך, אין זיין לאנגען, זייער פובליק לעבן.

ער האט קלאר יא געזאגט אז ער גלייבט אין תורה מן השמים!
 
לעצט רעדאגירט:
דער גאלדענער אדלער איז א ציוני, מילא שרייבט ער דא, אז לייבאוויץ, זאל נישט האבן געהאלטן פון די י''ג עיקרים פונעם רמב''ם, - א פרעכער שקר גס!

זעהט זיין וויקי ארטיקל ווי....

ער האט קלאר יא געזאגט אז ער גלייבט אין תורה מן השמים!
אין די לינק וואס די ברענגסט פון וויקיפידיע שטייט אז ער האט נישט אהנגענימען אלע י"ג עיקרים פינעם רמב"ם, און אז איינער פון די קריטיק וואס עס איז דא אויף אים איז זיין נישט-אהנעמען אז תורה מן השמים.

ביטע לייען איבער דיין אייגענע מקורות און שרייב איבער דיין ארטיקל ווען די ביזט קלאהר.
 
לעצט רעדאגירט:
ווייל הרב קוק האט געהאלטן יעדן איינציגן ציוני מער פון אן אראבער אפי' יענער טוהט נישט קיין שום מצוה און פרעסט חזיר אין יום כיפור וכדו'.
און ער האט געהאלטן אז אן אראבער איז מער חשוב פון א איד?
 
  • לייק
רעאקציעס: Go on
אזויווי יעדער זעט האט שמייכעל אן אגענדע צו פראמאוטן כל צרוע וכל זב וואס איז געווען אנטי ציוני, האב איך געטראכט איך וועל דיר געבן א ליסט פון אשכולות צי עפענען פון אנטי ציונים וואס די קענסט זיי מספיד זיין אלס גרויס צדיקים און רשכבה״גס און גראדע זענען זיי אויך געווען אנטי ציוני…. גארנישט מיט דיין אג׳ענדע פארשטייט זיך….

אמין על כוסעיני - די ירושלימער מופטי
גאמעל נאצער - מצרישער פרעזידענט
יאסער אראפאט - PLO טעראר גרופע פירער
מאכמאד אכמעדינידזשאד - איראנער פרעזידענט
איאטאלע כומעיני - איראנער גייסטליכער פירער
חאסאן נאסראלא -חיזבאלא טעראר גרופע פירער
דעיוויד דוק -קקק פירער
 
View attachment 6255

פראפעסער הרב ישעי' לייבאוויץ זצ''ל, איז געווען א גרויסער תלמוד חכם, הוגה דעות, און פילאזאף, דער רעדאקטער פונעם אנציקלאפידע העברית, און פראפעסאר אויף ביאכעמיע ארגאנישע כעמיע מיט ניוראפיזאלאגיע אין דעם אוניווערסטי העברית אין ירושלים עיה''ק.

ווי להבדיל בין חיים לחיים דער פרומער הארווארד פראפעסער הרב שאול מגיד שליט''א, איז הרב ישעי' לייבאוויץ זצ''ל, געווען אן אנערקענטער פראפעסער וואס איז אויך געווען זייער שטארק אויסגעשפראכן קעגן ציונות, און זיי ביידע זענען געווען אין די אינגע יארן ציונים, וואס האבן שפעטער איינגעזעהן אז ציונות איז נגד השם יתברך נגד אנושית ונגד התורה!

ער האט געהאלטן דרשות און געהאט א ראדיא פראגראם ווי ער האט אנגערופן די מתנחלים נאציס און געהאקט קעגן הרב קוק זייער שטארק.

פראפעסער הרב ישעי' לייבאוויץ'ס הויפט טענה קעגן ציונות איז געווען אז מיר אידן האלטן זיך פאר א בעסערע הייליגער מענטש ווי די גוים. בעת מיר פירן זיך אויף צו די פאליסטינער פונקט ווי די דייטשן האבן זיך געפירט צו די אידן ביים האלאקאוסט. ער האט בא'טיטול'ט די רעכטע ציונים אלץ פאלנע נאציס!

פראפעסער הרב ישעי' לייבאוויץ זצ''ל האט אפגעטייטשט דעם 'עם סגולה וגוי קדוש', אז מיר דארפן שטרעבן פאר קדושה. נישט אז מיר זענען אטאמאטיק הייליג סתם אזוי אלץ בנש''ק'לעך. דעריבער האט ער געהאלטן אזוי שטארק קעגן הרב קוק, ווייל הרב קוק האט געהאלטן יעדן איינציגן ציוני מער פון אן אראבער אפי' יענער טוהט נישט קיין שום מצוה און פרעסט חזיר אין יום כיפור וכדו'.


View attachment 6258

זיין שוועסטער איז די באקאנטע פראפעסארין רביצן נחמה לייבאוויץ זצ''ל, זי איז גראדע יא געווען א ציוני, איר עיקר אויפטוה איז געווען מסביר זיין די חומש פאר די פשוטי המון עם. זי איז געווען א מחנכת. אבער גאר אן אנערקענטער פראפעסערקע אויף מקרא.

ער איז אוועק אין תשנ''ד אין טיפן עלטער פון ניינציג יאר אלט, נאכדעם וואס ער האט מקדיש געווען זיין גאנצן לעבן צו קעמפן קעגן ציונות. ער האט געזאגט אז מדינת ישרא' מוז זיין ווי די פאראייניגטע שטאטן. צו אפטיילן רעליגיע פון רעגירונג. אז דאס טאר ניט ווערן געפירט אלץ א אידישע מדינה.

ער איז געבוירן אין רוסלאנד, אין די שטאט, ריגע, דערנאך איז זיין טאטע, וואס איז געווען א גרויסער עושר פון האלץ האקעריי, און פארקויפן דאס אלץ 'לאמבער' בלע''ז, האט זיך אריבער געצויגן מיט זיין משפחה קיין בערלין דייטשלאנד, ווען ר' ישעי' איז שוין געווען 16 יאר אלט, דערנאך ווען היטלער איז געקומען צו די מאכט זענען זיי אנטלאפן קיין ארץ ישרא', און דארטן האט ער געדינט אלץ גענעראל אין 'הגנה' ביים מלחמה פון זעלבסטשטנדיגקייט פון ארץ ישרא'.

פרופסר הרב ישעי' לייבאוויץ איז אויך געווען אן אנערקענטער רב ופוסק, ספעציעל פאר טעכנישע קאמפליצירטע נייע מאדערנע שאלות וואס מ'האט געדארפט קענען סייענס ווי ער האט שטודירט נאך אין דייטשלאנד צו באקומען זיין פי.עיטש.די. אין די אלע פעלדער.

פרופסר הרב ישעי' לייבאוויץ איז אויך געווען א גרויסער בעל מוסר, אבער ער האט צוגעלייגט צו די בעלי מוסר אז אן מצוות מעשיות האט די גאנצע השקפה און אמונה גארנישט קיין שום ווערט נישט.

בכלל, אמונה, האט ער געהאלטן, איז בעיקר עבודת השם יתברך, די ליידיגע גלויבונגען אין א בורא, דהיינו, אן טוהן מצוות מעשיות, האט ער געהאלטן, איז קעגן די תורה הקדושה.

אפילו ער איז געווען אזוי אויסגעשפראכן אנטקעגן ''מעין-סטריעם'' ציוניזם, האט רוב ארץ ישרא' געהאלטן פון אים אלץ ערליכער איד, מ'האט אים נאר אנגעקוקט ווי א בייזער ארגינעלער ישעי' הנביא וועמענ'ס נאמען ער האט געטראגן... ער האט באקומען הונדערטע בריוו א טאג בעיקר שאלות ותשובות אויף השקפה הנהגה און מדע, אבער אויך אויף הלכה.

ווי ר' שמוא' אויערבאך'ס 'נמות ולא נתגייס' תלמידים, האט ער געהאלטן אז מ'טאר זיך נישט שטעלן צום 'גיוס' פון צה''ל ווייל זיי זענען פאלנע רוצחים!

פרופסר הרב ישעי' לייבאוויץ'ס צוויי מערסט קאוואטירטע רביס, זענען; דער הייליגער רמב''ם, ולהבדיל בין קודש לחול, עמנוא' קאנט, א דייטשער פילאזאף.

פרופסר הרב ישעי' לייבאוויץ, האט געזאגט אויף זיך אז ער איז גרייט צו שטארבן יעדע ליאדע רגע פאר'ן רבונו של עולם, מ'האט אים געוואלט הינריכטן אסך מאל, צוליב זיין אויסגעשפראכענער התנגדות וקנאות קעגן ציונות. ער האט געזאגט אז יעדער איד, מוז זיין גרייט צו גיין שטענדיג אויף קידוש השם יתברך, אין קאלעך אויבן, פאר אונזער ריינער אמונה. ער איז שטענדיג געווען גרייט פאר א קויל אין קאפ, אבער עס איז קיינמאל נישט אנגעקומען, ברוך השם פאר דעם...!

***

מתורתו הקדושה:

היינט האבן מיר געלייענט פרשת קרח, איז ר' ישעי' מסביר די מחלוקת פון קרח, אז ער האט געזאגט 'כי כל העדה כולם קדושים', פונקט ווי הרב קוק, אז יעדער ציוני איז הייליג, ווייל ער איז געווען אזוי גליקלעך צו געבוירן ווערן א איד.

קורח האט געהאלטן אז משה רבינו איז נישט בעסער פון יעדן פרייען אוי.טי.די. באם...!

*

פאריגער וואך ענדיגט זיך פרשת שלח מיט די מצוה פון ציצית, ווי עס שטייט דארטן, 'ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם', טייטשט ער אז לב איז אינזער מצפון אונזער ''קאנטשעס'' און עיניים איז אונזער מוח אונזער שכל דאס טראכטן אונזערע, ביידע זענען די חלק המוסר פון וואס דער מענטשהייט מאכט אפ, ביידע מוזן מיר מבטל זיין פאר'ן אייבערשטער!

דהיינו, אז מיר דארפן מבטל זיין אונזער אייגן מיינונג, פאר די תורה הקדושה!

***

מהליכותיו בקודש:

ער פלעגט גיין יעדעס איינציג יאר, בעצם יום הפורים, קיין אלט שטאהט ירושלים, ווייל עס מוקף חומה מימות יהושיע בן נון, מילא לייענט מען דארטן די מגילה שושן פורים, און אויפצומארגענס, שושן פורים, צוריק, קיין בני ברק. אזוי ארום איז ער געווען פטור פון לייענען די מגילה אגאנץ לעבן...

ווייל ער האט געהאלטן די מגילה אלץ א שלעכטער מנהג ווייל מ'הארגעט דארטן צום סוף אויס די שונאים סתם פאר נקמה...!
איך פארשטיי נישט פאר וואס ער איז גיוועהן פטור
פון לייענען די מגילה שושן פורים
קען זיין ער איז ארויס פון ירושלים פאר עלות השחר
שושן פורים
 
Back
Top