האחיכם ילכו למלחמה ואתם תשבו

איך האב געזעהן די בילדער אויף די סטאטוס פון א סאטמערע אקטיוויסט,
זיי זעהען אויס נארמאלע מענטשן,
איך בין נייגעריג אויס די אלע טויזענטער מענטשן פארשטייען טאקע אז צו האבן אן מדינה איז אקעגן די תורה, אז זיי טרייען צו איבער רעדן די אלע גוים אין מאנהעטן?


1000854073.webp
 
אויב אזוי פארוואס פארפירט מען אז מ'לייגט אין תפיסה?
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1000854072.webp
    1000854072.webp
    123.7 KB · געזען: 52
דאס איז אז גוטע מעסידש


1000854065.webp
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
סליפקין איז א שוה בשווה מיט די דרשנים ביי די פראטעסט.

זיי זענן ווערד איינער די צווייטער.
 
די וואליד פאוינט איז גוט פאר מענטשן וואס טראכטן נישט, און נעמן אן סאטמאר פראפאגאנדא מיט א פלאטשיגן בליק.

הרב משה הלל הירש זאגט אז ער קוקט אן די מדינה ווי א טריפה זאך, פונקט ווי סאטמאר. ער האט נישט קיין טשאויס אין דעם, אזוי איז. איך גלויב נישט אז עס איז מעגליך אנדערש, די מזרחי שיטה מאכט נישט קיין טראפ סענס עפ"י תורה.

יעצט, טענה'ט סליפקין, פארוואס נעמט ער געלט פאר מוסדות טאמער ער האלט אז עס איז טריפה?



א געוואלדיגע שאלה.



ביז מ'טראכט אביסל.

די מדינה איז נישט טריפה צוליעב סאטמאר סבות, נאר למעשה שמדן זיי אידן און האבן אוועק געשטעלט א אידישע לעבן וואס איגנארירט די תורה. דאס איז א שלעכטע זאך, און מיר מוזן דאס אפשטעלן ווי ווייט מיר קענן. פאר דעם קוקט מען זיי אן ווי טריפה, און פאר דעם דארף מען זיי באקעמפן פונקט ווי די צאר אין רוסלאנד.
נאכאמאל, נישט קיין טשויס זיינער, נאר א פשטות פאר יעדער רעכטדענקיגע מענטש.
און פאר דעם נעמט מען געלט. די מדינה פאבריצירט נישט די געלט, די מדינה האט קאנטראל גענומן פון די געלט, און עס איז וויכטיג אוועק צו נעמן זייער קאנטראל, ווייל ווען נישט, מאכן זיי די מצב ערגער.

די טאקטיק איז אנדערש ווי סאטמאר, אבער גערעכט זענן זיי.
 
אויב די פראבלעם איז אז די רעגירונג איז פריי, דארף מען פשוט זיכער מאכן אז עס איז דא א חרד'ישע אפטיילונג אין מיליטער און די עולם זאל דארט גיין פונקט ווי מ'וואלט געגאנגען ווען אמעריקא מאכט ווען א דרעפט. זיי האבן גענומען קאנטראל פון די מיליטער פונקט ווי פון די געלטער, אויב מיט די געלטער ביסטו זיך מסדר צו נעמען געלט אנדעם וואס די רעגירונג זאל דיך שמד'ן קענסטו טרעפן די וועג צו גיין אין מיליטער אן דעם וואס די רעגירונג זאל דיך שמד'ן.
 
אויב די פראבלעם איז אז די רעגירונג איז פריי, דארף מען פשוט זיכער מאכן אז עס איז דא א חרד'ישע אפטיילונג אין מיליטער און די עולם זאל דארט גיין פונקט ווי מ'וואלט געגאנגען ווען אמעריקא מאכט ווען א דרעפט. זיי האבן גענומען קאנטראל פון די מיליטער פונקט ווי פון די געלטער, אויב מיט די געלטער ביסטו זיך מסדר צו נעמען געלט אנדעם וואס די רעגירונג זאל דיך שמד'ן קענסטו טרעפן די וועג צו גיין אין מיליטער אן דעם וואס די רעגירונג זאל דיך שמד'ן.
נכון מאוד הדבר,
ווי שוין געשריבן איין מאל אין א אנדערע שנירעל, די חרדים ווילן נישט גיין אין מיליטער פאר קיין געלט אין די וועלט, פינטל ,

די אלע טענות פון לומדי תורה און גזירות שמד וכדו', איז נאר די קאווער אפ פאר די ריכטיגע סיבה.
ודו"ק.
 
די מדינה איז נישט טריפה צוליעב סאטמאר סבות, נאר למעשה שמדן זיי אידן און האבן אוועק געשטעלט א אידישע לעבן וואס איגנארירט די תורה. דאס איז א שלעכטע זאך, און מיר מוזן דאס אפשטעלן ווי ווייט מיר קענן. פאר דעם קוקט מען זיי אן ווי טריפה, און פאר דעם דארף מען זיי באקעמפן פונקט ווי די צאר אין רוסלאנד.
למעשה זעט מען אז די ביסט קיינמאל אין ארץ ישראל נישט געווען, און די קענסט נישט די מציאות דארט, פשוט אנגעשטאפט מיט סאטמערע פראפאגאנדע
 
וואס איז די ריכטיגע סיבה אין דיינע אויגן?
די מיליטער איז געגרינדעט גיווארן בימי בן גוריון אלץ א שמעלץ טאפ,צומאכן פון די די אלע שבטי עליה פון ארצות שונות מכל בני תבל- טאקע יידן-
אבער מיט אנדערע שפראכן און נטיות,מדינה ומדינה
ככתבה וכלשונה איין עם אחד , איז לכאורה גוט,דער
פראבלעם איז אז די ציעל איז צו פאבריצירן א ניי פאלק, וואס האט גארנישט מיט מסורה און תורה
נאר מיט עם און ארץ , מיט א פול שטענדיג כפירה
אין מלכות שמים נאר מיט די מערב וועלט אנשויאונגען , בן גוריון האט אפען גיפרעדיגט - כאטש ער אליינס אלץ יינגל איז גיגאנגען אין א מסורה חדר- אז נאך צוויי דורות וועט זיין נשתכח תורה מישראל, ער האט מסכים גיוועהן אויף די 400 בני ישיבות צו באפרייען, ווייל ער האט גיקלערט אויף זיי ״והם כלים מאיליהם״ עס איז דא אין תל אביב,א גרויסער עולם יוגענט און זקנים וואס זענען אן אספקלריה פון דעם וואס ער האט ערווארטעט פון
כלל ישראל, ממש כגרועים שבאומות, און דאס איז גיוועהן די סיבה פארוואס מען האט אזוי מתעב גיוועהן די שפעטערע ציונים, וואס זייער
שטרעבונג איז גיוועהן ככל הגוים בית ישראל.
מיט סייעתא דשמיא האבן די גדולי האומה פון יענער
צייט ווי הרב כהנמן מייסד ישיבת פוניבז, חזון אי״ש
דער מנבט ספינת יהדות החרדית בארץ,בריסקער רב תקיף בדעתו, און הרב קוק ותלמידיו אין זיין סביבה, די אלע און נאך האבן אויפגישטעלט ישיבות
פון תורה ויראה,און גדיים נעשו תיישים און מדור לדור איז זיך צו וואקסן דער ציבור אז עס איז אפיציעל דא 120,000 בני ישיבות- לא היתה כמוהו
מימות עולם - כן ירבו בעזר השם , און די יידן זענען נישט גישטאנען ווי למך׳ס פונדרויסן, זיי האבן זיך גוט אריינגידרייט אין די מדינה פאליטיק צו פאדערן וואס עס קומט זיך פאר זיי,פון אלע פריווילגיעס פון די מדינה,און די גאווערנמענט גיט זיי און גיט זיי,אבער זיי פארלאנגען מען זאל נעמען א חלק און די נטל פון עול הגיוס , בן גוריון און זיינע מענטשן זענען שוין נאבד זכרם, און עס איז דא א נייע ממשלה און זיי זענען גירעכט מען קען נישט סתם זאגן די מדינה איז טרייף,די מדינה איז דאך די מענטשן וואס זענען כהיום,די זענען נישט טרייף, איז וואס סאטמאר זאגט אדער וואס הרב הירש זאגט די מדינה איז טרייף,דאס איז דאך אן אנדערע בהמה,אן אנדערע מדינה מיט נייע יידן ,וואס ווילן האלטן תורה ומצוות ( און אפילו די חילונים לאזן אויך די חרדים זיין פרום ) זיי ווילען מען זאל העלפן דאס לאנד זיך באשיצען פון אראבישע רוצחים
קען מען דען זאגן אזוי פשוט ווי הרב לאנדא, אז דער וואס לערנט אביי ורבא איז גלייך ווי ער איז אויפן פראנט, ער אליינס גלייבט יא אזוי? דארף מען אויס ארבעטן עפעס א מהלך, עס בלייבט דער פראבלעם
אז די צבא,איז נאך היינט ביסודו מיט דעם גאול צו
טוישן דעם מהות פון די רעקרוטס, אפצולאזן די מסורה, איז אויף דעם דארף זיין די השתדלות צו גרינדען אפטהיילונגען ווי ״חשמונאים״ ווי א פרומער
בחור קען אריין, און עקספעקטן ארויס צו קומען, מיט
די זעלבע אמונה און שמירת המצוות ,עס איז זיכער
דא א חיוב צו פערזעווירען די לומדי התורה און פאר
געוויסע געבן פול עקזעמפשן,אבער אלעס מיט א חשבון ,
די מדינת ישראל פון היינט איז נישט די מדינת ישראל,וואס ווערט באהאנדלט אלץ אזוי
מתועב און טמא אין ספר ויואל משה.
 
לדעתי מישט מען דא אויס עטליכע קוגלען און מען ברענגט קעגנזייטיגע טענות פון אנדערע מחנות :

1. (שיטת סאטמאר וכדו') אפילו אויב די מדינה וואלט געווען גענצליך פרום טאר מען נישט זיין קיין שום חלק דערין ווייל עס איז בעצם כפירה.

2. (שיטת אגודה און ספרדים האלבוועגס) די מדינה איז טריפה אבער אזויווי עס איז שוין א מציאות ברויך מען ארבייטן ארום די אישו, אין דעם רעכנט אריין זיין א חלק פון די גאווערמענט און נעמען תמיכה פאר די מוסדות אבער אויף מערכות וואס רירן צו יודישקייט אזויווי גיוס, חפירת קברים, פריצות אין ירושלים וכו' ברויך מען פראטעסטירן און בשום אופן נישט דורכלאזן.

3. (שיטת מזרחי וכדו') ריגארדלעסס צו מען האט יא געמעגט האבן א מדינה צו נישט, איינמאל עס איז שוין א מציאות מוז מען עס דעפענדן, נישט צוריקגעבן שטחים, סערווירן אין מיליטער און גאווערמענט וכו' וכו', באדעם ליין: זיי א חלק פון די זאך און מאך זיכער אז דיינע רעכטן זענען פארטרעטן.

יעצט לגבי די יעצטיגע גיוס מערכה:
סאטמאר שיטה איז די קלארסטע לכאורה, די מדינה איז כפירה ממש און יעדע מעשה פון העלפן די מדינה (בחירות, כותל, נעמען געלט פאר מוסדות און וע"כ בפועל דינען אין מיליטער) איז ע"ז ממש און מען קען נישט נאכגעבן אן אינטש.

אגודה/ספרדים: הגם מען מוז מיטארבייטן מיט זיי איז אבער דא רויטע ליניעס וואס מען קען נישט אריבערגיין, מען האט שוין למחצה, לשליש ולרביע מפשר געווען מיט די שוואכע בחורים אבער יעצט קומען זיי פאר אלע בני תורה און מען מוז גיין מיט זיי עד הסוף, חוץ מזה האבן זיי א פראבלעם בעצם אז דער צה"ל איז א מקום שמד און אפילו די פרומע רעגימענטן קומען ווייט נישט נאך די גיידליינס פון די קהילות, מיט שירות לאומי האבן טאקע אסאך פון די קהילות נישט קיין פראבלעם מיט .

מזרחי איז דאך שוין אפיציעל אין מיליטער זענען זיי בכלל נישט קיין מדובר דא.

קען זיין אז איך האב עס נישט אינגאנצן ארויס אבער דאס איז וואס זעט מיר אויס איז דער מציאות יעצט.
 
אויב די פראבלעם איז אז די רעגירונג איז פריי, דארף מען פשוט זיכער מאכן אז עס איז דא א חרד'ישע אפטיילונג אין מיליטער און די עולם זאל דארט גיין פונקט ווי מ'וואלט געגאנגען ווען אמעריקא מאכט ווען א דרעפט. זיי האבן גענומען קאנטראל פון די מיליטער פונקט ווי פון די געלטער, אויב מיט די געלטער ביסטו זיך מסדר צו נעמען געלט אנדעם וואס די רעגירונג זאל דיך שמד'ן קענסטו טרעפן די וועג צו גיין אין מיליטער אן דעם וואס די רעגירונג זאל דיך שמד'ן.
פראביר ביטע זיך צו האלטן צום שמועס. די רעדע איז נישט צו מזאל גייען אין מיליטער, נאר צו התנגדות צום מדינה מיינט אז מ'טאר נישט נעמן קיין געלט.

כמו שכתבתי למעלה, פאר דער וואס טראכט נישט.........
 
למעשה זעט מען אז די ביסט קיינמאל אין ארץ ישראל נישט געווען, און די קענסט נישט די מציאות דארט, פשוט אנגעשטאפט מיט סאטמערע פראפאגאנדע
למעשה זעט מען אז דו קענסט מיר אינגאנצן נישט.
איך בין בכלל נישט קיין סאטמארער, און די סאטמארער שיטה האט עפעס מיט שלש שבועות.
ווען זיי ווילן מאכן א מדינת ישראל אלס אן אויסדרוק פון די חבת הארץ פון די תורה, מיט א מהלך געבויט עפ"י תורה ודתיה, בין איך פולי אריין אין די פלאן.

דאס איז אבער נישט די פאקט, און האט קיינמאל נישט געהאט קיין אחיזה אין די מציאות. עס איז נישט קיין מקרה אז די אנפירערס פון די ציונים זענן געווען פריי און האבן אזוי לוחם געווען קעגן הרב ריינעס ודעימיה.
 
יא , עס איז דא שיטות, אבער א שיטה מוז האבן א באזע באזירט אויף יסודות וואס מאכט סענס ,
נעמ למשל וואס דו רופסט אהן -שיטת סאטמאר
׳די קלאהרע שיטה-,אז די מדינה איז כפירה , פארוואס ? ווייל סאטמאר וויל אזוי ? וואס האט דאס מיט כפירה ,איז דער בעלזער רבי, אדער דער גור׳ער רבי , אדער דער ליובאוויטש רבי,גיוועהן וויניגער א מאמיןפון די סאטמאר רבי , זיי האבן גיהאלטן אז די מדינה קומט מיט ישועת ה׳ און רחמנות אויף כלל ישראל
ווי קען מען זאגן אז די מדינה בעצם, איז כפירה בה׳
און נאך זאגן אז דאס איז א ״קלאהרער שיטה ״
דער שיטה פון אפלייקענען טובות ה׳ על עם ישראל,
איז כרוך מיט א ריח פון כפוי טובה און כפירה בהשגחת השם על העולם .
איט איז בעיאנד מי , דוד המלך זאגט מי כה׳ אלוהינו
המגביהי לשבת המשפילי לראות בשמים ובארץ .
 
Back
Top