וואס איז די ריכטיגע סיבה אין דיינע אויגן?
די מיליטער איז געגרינדעט גיווארן בימי בן גוריון אלץ א שמעלץ טאפ,צומאכן פון די די אלע שבטי עליה פון ארצות שונות מכל בני תבל- טאקע יידן-
אבער מיט אנדערע שפראכן און נטיות,מדינה ומדינה
ככתבה וכלשונה איין עם אחד , איז לכאורה גוט,דער
פראבלעם איז אז די ציעל איז צו פאבריצירן א ניי פאלק, וואס האט גארנישט מיט מסורה און תורה
נאר מיט עם און ארץ , מיט א פול שטענדיג כפירה
אין מלכות שמים נאר מיט די מערב וועלט אנשויאונגען , בן גוריון האט אפען גיפרעדיגט - כאטש ער אליינס אלץ יינגל איז גיגאנגען אין א מסורה חדר- אז נאך צוויי דורות וועט זיין נשתכח תורה מישראל, ער האט מסכים גיוועהן אויף די 400 בני ישיבות צו באפרייען, ווייל ער האט גיקלערט אויף זיי ״והם כלים מאיליהם״ עס איז דא אין תל אביב,א גרויסער עולם יוגענט און זקנים וואס זענען אן אספקלריה פון דעם וואס ער האט ערווארטעט פון
כלל ישראל, ממש כגרועים שבאומות, און דאס איז גיוועהן די סיבה פארוואס מען האט אזוי מתעב גיוועהן די שפעטערע ציונים, וואס זייער
שטרעבונג איז גיוועהן ככל הגוים בית ישראל.
מיט סייעתא דשמיא האבן די גדולי האומה פון יענער
צייט ווי הרב כהנמן מייסד ישיבת פוניבז, חזון אי״ש
דער מנבט ספינת יהדות החרדית בארץ,בריסקער רב תקיף בדעתו, און הרב קוק ותלמידיו אין זיין סביבה, די אלע און נאך האבן אויפגישטעלט ישיבות
פון תורה ויראה,און גדיים נעשו תיישים און מדור לדור איז זיך צו וואקסן דער ציבור אז עס איז אפיציעל דא 120,000 בני ישיבות- לא היתה כמוהו
מימות עולם - כן ירבו בעזר השם , און די יידן זענען נישט גישטאנען ווי למך׳ס פונדרויסן, זיי האבן זיך גוט אריינגידרייט אין די מדינה פאליטיק צו פאדערן וואס עס קומט זיך פאר זיי,פון אלע פריווילגיעס פון די מדינה,און די גאווערנמענט גיט זיי און גיט זיי,אבער זיי פארלאנגען מען זאל נעמען א חלק און די נטל פון עול הגיוס , בן גוריון און זיינע מענטשן זענען שוין נאבד זכרם, און עס איז דא א נייע ממשלה און זיי זענען גירעכט מען קען נישט סתם זאגן די מדינה איז טרייף,די מדינה איז דאך די מענטשן וואס זענען כהיום,די זענען נישט טרייף, איז וואס סאטמאר זאגט אדער וואס הרב הירש זאגט די מדינה איז טרייף,דאס איז דאך אן אנדערע בהמה,אן אנדערע מדינה מיט נייע יידן ,וואס ווילן האלטן תורה ומצוות ( און אפילו די חילונים לאזן אויך די חרדים זיין פרום ) זיי ווילען מען זאל העלפן דאס לאנד זיך באשיצען פון אראבישע רוצחים
קען מען דען זאגן אזוי פשוט ווי הרב לאנדא, אז דער וואס לערנט אביי ורבא איז גלייך ווי ער איז אויפן פראנט, ער אליינס גלייבט יא אזוי? דארף מען אויס ארבעטן עפעס א מהלך, עס בלייבט דער פראבלעם
אז די צבא,איז נאך היינט ביסודו מיט דעם גאול צו
טוישן דעם מהות פון די רעקרוטס, אפצולאזן די מסורה, איז אויף דעם דארף זיין די השתדלות צו גרינדען אפטהיילונגען ווי ״חשמונאים״ ווי א פרומער
בחור קען אריין, און עקספעקטן ארויס צו קומען, מיט
די זעלבע אמונה און שמירת המצוות ,עס איז זיכער
דא א חיוב צו פערזעווירען די לומדי התורה און פאר
געוויסע געבן פול עקזעמפשן,אבער אלעס מיט א חשבון ,
די מדינת ישראל פון היינט איז נישט די מדינת ישראל,וואס ווערט באהאנדלט אלץ אזוי
מתועב און טמא אין ספר ויואל משה.