האחיכם ילכו למלחמה ואתם תשבו

למעשה שטעלט זיך ארויס אז נאר 3 יונגערלייט האבן באקומען געלט, און זיי זענען געווען ארעסטירט וועגן די הפגנות ביי די גרובינגען אין יהוד

איר מאכט א טעות! זיי זענען ארעסטירט געווארן ביים פראטעסט, אבער זייער ארעסט איז געווען צוליב זייער זיך נישט שטעלן צום מיליטער, צוליב זייער נישט האבן מסדר געווען זייער סטאטוס אין די מיליטער, זענען זיי געהאלטן געווארן אונטער ארעסט,
 
ביי די מלחמה פון די חשמונאים זענען אלע גיוועהן טמאי מתים אזוי זאגט דער מזרחי ווייל עס איז גיוועהן א מלחמת חובה וואס דארט שטייט החתן יוצא מחדרו וכלה מחופתה, די פרויען זענען גיוועהן מספקי מים ומזון, אבער יעדער איז גיגאנגען ובפרט די כהנים,-נו - זיי זענען גיוועהן ווער איז דען נישט מיט גיוועהן ? יעדער איז דאך מחוייב צו גיין,מי ראה את אלו יוצאים ולא יוצא אז מען גייט נישט , אויף דעם איז דער פסוק אורו מרוז אשר לא באו לעזרת ה׳ בגבורים. עד כאן לשון קדשו
 
די מלחמת חשמונאים איז מלחמת חובה ווי דער רמב״ם זאגט מלחמת מצוה וואס דאס איז חובה איז
מלחמת עמלק ועזרת ישראל מיד צר שבא עליהם
-אקטאבער 7
 
אן אינטערסאנטע ספעקטאל האלט זיך אינמיטן אפשפילן ביי די אדמורי"ם אין א"י, ווען די 'נידריג ראנגיגע' רבנים, אדער בעסער געזאגט די 'קופות העיר' רבנים... (ראחמיסטריווקא, ר"מ בידערמאן, רי"מ שכטר, סקולען, טשערנוביל, ועוד) האבן זיך צאמגענימען צי אן אסיפה קעגן די 'חוק הגיוס' וואס ווארט אויף אן אפשטימונג אין כנסת די וואך, און באשלאסן זיך צאמצינעמן אויף א הפגנה קימענדיגע מאנטאג
זיי גייען מיט דעם ארויס קלאר קעגן די רבנים המכונים 'גדולי הדור' גור, בעלזא, וויזניץ, באיאן, צאנז, וועלכע שטיצן יא דעם חוק...
העמיר זען וואס גייט זיך אויסקאכן...
 
הארץ, מיט יארן צוריק, האט באטיטלט די סארט אסיפות אלס 'מועצת קטני התורה'.
גראדע עס איז צופרידענשטעלנד אז אנדערע רבנים און אדמורי"ם זאלן זאגן זייער מיינונג, צי דען ווייל עטליכע רבי'ס האבן א גרעסערע ציבור בירושה איז זייער דעת קלארער אדער מער מכריע? די שאד איז אז די קליינע רבי'ס ווילן זיין נאכמער עקסטרעם,
מען דארף האבען מער פון די סטולין טייפ, וואס טראכטן לאגיש און זיי פחד'ן נישט צו זאגן וואס עס מאכט סענס, לב חכם ישכיל פיהו.
 
א שווערע פראסק פאר די ישיבות אין ארה"ק
א גרויסע קבוצה נגידים, וואס פלעגן געבן פאר די קרן עולם התורה,האבן זיך צאמגענימען און געחתמ'ט אז זיי גייען מער נישט געבן געלט פאר ישיבות וואס זענען קעגן גיוס....
 
בייגעלייגטע פיילס

  • image_40683_1.webp
    image_40683_1.webp
    66.5 KB · געזען: 118
א שווערע פראסק פאר די ישיבות אין ארה"ק
א גרויסע קבוצה נגידים, וואס פלעגן געבן פאר די קרן עולם התורה,האבן זיך צאמגענימען און געחתמ'ט אז זיי גייען מער נישט געבן געלט פאר ישיבות וואס זענען קעגן גיוס....
לכאורה אויב וועט זיין א חוק הגיוס וועט די געלט צוריק פליעסן פון די ממשלה און אויך פון פריוואטע נדבנים, אבער די געלט פון די ממשלה איז די מערסטע לעגיטים
 
א שווערע פראסק פאר די ישיבות אין ארה"ק
א גרויסע קבוצה נגידים, וואס פלעגן געבן פאר די קרן עולם התורה,האבן זיך צאמגענימען און געחתמ'ט אז זיי גייען מער נישט געבן געלט פאר ישיבות וואס זענען קעגן גיוס....
Can someone confirm if this letter is real?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
א שווערע פראסק פאר די ישיבות אין ארה"ק
א גרויסע קבוצה נגידים, וואס פלעגן געבן פאר די קרן עולם התורה,האבן זיך צאמגענימען און געחתמ'ט אז זיי גייען מער נישט געבן געלט פאר ישיבות וואס זענען קעגן גיוס....
איינער האט אמאל געהערט פון איינער פון די גבירים? ווייל איך האב נישט, און איך קען יא עטליכע פון די גרויסע שישקעס אין די קרן עולם התורה, ווי ראובן וולף און רובי שרון.
איך גלויב אז דער צעטיל איז בלויז א שטיקל פאר די נייעס, ואין לה שום קשר למציאות, כדרכם של צעטליך.
 
האבען מיר גילייענט ערגעץ, אז די צוויי וואולף אין שרון,זאגען אז מען האט משנה גיוועהן דעם תוכן פון
קול קורא, פון וואס מען האט זיי געוויזען ווען זיי האבען גיגיבען זייער חתימות - איז עס דאך א שטר מזויף מתוכו .
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אן אינטערסאנטע ספעקטאל האלט זיך אינמיטן אפשפילן ביי די אדמורי"ם אין א"י, ווען די 'נידריג ראנגיגע' רבנים, אדער בעסער געזאגט די 'קופות העיר' רבנים... (ראחמיסטריווקא, ר"מ בידערמאן, רי"מ שכטר, סקולען, טשערנוביל, ועוד) האבן זיך צאמגענימען צי אן אסיפה קעגן די 'חוק הגיוס' וואס ווארט אויף אן אפשטימונג אין כנסת די וואך, און באשלאסן זיך צאמצינעמן אויף א הפגנה קימענדיגע מאנטאג
זיי גייען מיט דעם ארויס קלאר קעגן די רבנים המכונים 'גדולי הדור' גור, בעלזא, וויזניץ, באיאן, צאנז, וועלכע שטיצן יא דעם חוק...
העמיר זען וואס גייט זיך אויסקאכן...
וסכסכתי אדמורי”ם באדמורי”ם...
 
א הודעה נעכטן פון צה'ל

IDF Spokesperson:

*The largest recruitment for Haredi tracks: 537 Haredim enlisted in IDF service; Head of the Manpower Directorate to the recruits: "The operational need demands it, you are the pioneers"*

The main recruitment day for the December-January cycle for the designated tracks for the Haredi community in the IDF took place today and yesterday (Sunday). This is the largest dedicated recruitment day so far, during which 537 soldiers joined the service, including 230 combatants and 307 combat support personnel in a wide range of roles, with the recruitment to be completed in the coming days.
 
עס איז נישט ארויסגעקומען א החלטה נאך די אסיפה...
אין אנדערע נייעס איז עס די ערשטע אסיפה וואס די תוצאות איז נישט געווען אפגעמאכט פון פארדעהם ווי געווענטליך
עס איז דא א ערנסטע ריס ציווישען גר/בעלזא
 
דער בעלזער איז דאך נאנט מיט די גדולי ליטא זייט ער איז געקומען צו זייער גדול, הרב שך, און ער האט דענסטמאל זיך צוגעשטעלט צו דגל התורה. עס איז בשעתו געווען א קוראזשפולער אקט, וואס האט אים געברענגט כבוד און רעספעקט, איז יעצט מוז ער זיך רעכענען מיט די גדולי ליטא, הרב לאנדא און הרב הירש, וואס זיי האבן געגעבן זייער אפראוול פאר די חוק הגיוס, וואס לעת עתה האט עס קוואוטעס און סאנקציעס פאר בני ישיבות. זיי האבן זיך פאראייניגט ביי דער מועצות גדולי תורה סעשען, אז סאנקציעס זענען זיי נישט מסכים, און וועגן די קוואוטעס איז געבליבן אז מען וועט דעסיידען.

דער גור'ע רבי איז קעגן די קוואוטעס, טייל זאגען אז זיין עיקר ציל איז אז די ממשלה זאל פאלן. יעדער האט זיינע פערזענליכע חשבונות.
 
Back
Top