- זיך איינגעשריבן
- יולי 23, 2025
- מעסעדזשעס
- 103
- רעאקציע ראטע
- 502
- פונקטן
- 113
עס איז א טעמע וואס יעדער זיפצט און קלאגט אויף דעהם, יעדער ווארפט די שולד אויף א צווייטן (עיין בשנירל שמח בחור בילדותיך) ניין מ'רעדט נישט פון לא נתקבל'ס נאר דווקא פון די נתקבל בחורים!!! די סיסטעם וואס איז אוועקגעשטעלט פאר די חינוך פון אונזער בחורים איז א חורבן.
כ'בין נישט געקומען סתם צי האקן, נאר מ'זאל קענען זעהן ווי די פראבלעם שטעקט און יעדער פאר זיך טון זיין חלק די מערסטע שייך צי פארבעסערן
אההם איז אזוי... אינזער ישיבה קטנות היינט איז אביסל אוועקגעשטעלט אויף א מהלך וואס טאנצט אויף צוויי חתונות, די צוויי זענען 'א ישיבה' און 'תיבת נח' און אין די לעכער ציווישן די צוויי, און אין די לעכער 'אין' די צוויי , פאלן אזוי סאך בחורים.... און טאטעס וואס דרייען זיך פארלוירן אויף די וועלט, און פארשטייען נישט ווי זיי האבן פארלוירן די טרעק...
פון איין זייט איז דא בחורים מיט שוואכע כשרונות אין ישיבה לייף וואס ווערן ציטרויטן פון די 'ערנסטע ישיבה מצב' וואס לויפט און טרייבט און האט נישט קיין צייט זיך אראפצילאזן און ארבעטן אויף זיין לעוועל, וואס זאל מען טון ער האט נישט אויפגעקעטשט אין חדר.... אבער ער מיז דאך דא ווארטן, אמער אינדרויסן איז דא א מבול און מ'דארף א תיבת נח צי באשיצן....
פון די אנדערע זייט שטייען די בחורים, אן די זיץ פלייש, רעדי צי אקערן, האקן שטיקער, גמ' תוס' מפרשים.... און פלוצלינג שטויסט ער זיך אן אין א שטרענגע טשעקפוינט ווי זיינע טאשן ווערן אויסגעפאקט, קנס, השמצות, תקנות, משוגע'תן, און אלעס אנבאלאנגט 'תיבת נח' - וואס אגב פעלט אויך אויס בעצם פאר איהם....
קומען ארויס בחורים 'מקורחים מכאן ומכאן' מ'רייסט אריין מיט אימפעט אין ישיבה גדולה.... אן קיין וויזיע, אן קיין מהלך, מ'גייט זיך אויפרייסן! דעמאלטס דראפט מען די גמ' ווייל קיינער הייסט נישט, און די תורה ווייל כ'קאט די קרעפ (ווייל ער האט נעבעך נישט קיין מושג פארוואס ער איז דא) מ'זעצט זיך טשילן אין די וועיטינג רום פאר די שידוך, און שוין! לויט דיין סטאטוס אין 'ישיבה כשרונות' האסטו דיך שוין און ישיבה קטנה געפארעמט דיין אימעדש אין די קאמיוניטי, און יעצט גייט מען פארן אזוי ביזן בית החיים, און אזוי פארט דשענערעישאנס.
ס'איז א ריזיגע מינע פעלד, די גאנצע זאך ,מלא מכשולות פון אלע זייטן.... און מ'גייט עס צינעמען אחד,אחד, זעהן וואס טוט זיך דא.
איך מיין אז ס'איז דא א ריזיגע חורבן וואס קומט ארויס פון די 'סיסטעם' ציטיילט ציווישן 'חורבן בנפש' און 'חורבן ברוחניות' און אסאך מאל איז איינס א תוצאה פון די צווייטע
ראשית כל לאמיר אבזעווירן די 'מסגרת' און 'אטאריטעט' פון די 'תיבת נח' דאן די קאריקאלעם פון די תיבת נח, אבער כ'גיי קודם שרייבן אין קורצן איבער די חלק פון 'ערנסטע ישיבה מצב' וויבאלד עס איז די גרינגסטע צאמצונעמן
די פראבלעם פון די לערנען חלק וואלט איך עכט נישט געדארפט שרייבן דא, ס'מער א טעכנישע פראבלעם, און ס'נישט אין אלע ישיבות, אבער כ'וויל ארויסברענגען, אז די וועג וואס ס'גייט, ברענגט נאר א חורבן פאר די שוואכע בחורים, און קוים א תועלת פאר די גוטע, דאס איז די חלק אז און רוב ישיבות האט מען אדאפטעט די 'ליטווישע קוועטשען מהלך' און ס'איז ווי 'פישל' מאכט נאך די עושר, און קויפט אויך א טעלעפאון, בשעת ס'איז נישט דא קיין קאנעקשן, קודם כל די מגי"ש עפ"ר רעדן שטותים און ווייסן אליין נישט וואס זיי זאגן נאך, פון די 'ילקוט עיונים' אין בעק פון די מתיבתא, אדער ענדליך, די בחורים כראפעצן און פארשטייען נישט וואס פליט.... אבער די פוינט איז אז מ'לערנט זיך אויס ''וויאזוי'' צי לערנען א שטיקל גמרא.... טעל מי עבאוט איט! לו יצייור אז די בחור לערנט זיך אויס.... פאר ווען??? ביי די ליטווישע גייט ער נאך לערנען אין ישיבה ביז די 23 און שפעטער בלייבט א גרויסע עולם ביים סטענדער... משא"כ ביי אונז אויב גייט ער (נעבעך) בלייבן מער ווי צוויי יאר ישיבה גדולה (און אפשר אפי' אויב נישט) גייט ער נישט עפענען קיין ספר.... און נאך די חתונה גייט ער דאך מיט די סטריעם, לערנען הלכות שבת ביז ער טרעפט א דשאב.... אבער שוין... אויב א ראש ישיבה ליינט מיך דא (ווער ווייסט...) זאל ער עס נעמען אין באטראכט, כ'מיין כ'בין נישט די ערשטע חכם וואס זאגט עס.... לערן ווי מער מס' און לערן אויס דיינע בחורים צי לערנען א 'פשוטע שטיקל גמרא'
די זאך איז אז למעשה איז דא 'א מצב פון לערנען' און ווער ס'קען נישט ווערט אויטאמאטיש די באם/טראבלמעיקער ווייל אנדערש קוקט מען דאך נישט אויף איהם... און קיינער נעמט נישט די מי איהם אויסצילערנען וויאזוי צי לערנען א שטיקל גמ' און די מנהל שרייט אז ס'איז נישט זיין שולד ווייל מ'האט געדארפט קעיר נעמען אין חדר.... (די חלק איז ער גערעכט....) און אסאך מאל קען ער נישט קיין עברי בכלל, איין באשעפער ווייסט וויאזוי ער איז בכלל דורך די חדר סיסטעם אזוי (מ'ברויך ארויסברענגען אז אין די חלק איז שוין ב"ה דא א גרויסע שינוי לטובה)
זאגטס מיר וויפיל טשענסעס איז דא אז דער בחור זאל זיך נישט איינהאנדלען א סמארטפאון אין די ערשטע געלעגנהייט???! די ענפער שרייט און מאנט!!!
זאגט מיר א איד וואס געבט זיך אפ מיט שוואכע בחורים אז 95% בחורים מיט סמארטפאונס קענען נישט לערנען א שטיקל גמ' ,ניין אויך נישט מיט א ארטסקרול און קוים מיט א גוטע חברותא, ומה יעשה הבן שלא יחטא.
צוליב די אויסגעשמיעסטע חלק פון די 'ערנסטע ישיבה מצב' און די מצב אין די וועלט, פעלט זיך אויס מער א דגוש אין די יר"ש חלק וואס מ'לייגט אריין אין די בחורים, (אפציעל) אונטער די 'תיבת נח' אפטיילונג, אבל דא עקא, דארט שטינקט סאך מער....
און אויף דעהם גיי איך שרייבן דא ווייטער
'די מסגרת'
די מסגרת פון זיין אזויפיל שעה אין ישיבה, (ארומגענימען מיט קאמערעס היינטיגע צייטן....) פון פארטאגס ביז ביינאכט איז בלי ספק נישט געמאכט פאר בחורים אין די עלטער, (דאס אז א בחור קומט שפעט און די משגיח וואס האט בכלל געדאווענט היינט ביי חצות האלט איהם פאר איז סתם אזוי א חוצפא) וואס עס איז געווען אמאל ווייסעך נישט.... היינט איז עס א קעידש... (ווי זאגט מלאך.... שטייגן=שטייג...) און ס'קומט נאך אז די בחור איז ברעינוואשט אז ער טאר אפי' נישט 'ווילן' ארויסגיין אדער 'שפילן' און ס'קרענגט איהם פארוואס ער 'וויל' נישט לערנען אגאנצן טאג און 'שטייגן' ווי די ראש ישיבה זאגט..... און ס'בכלל נישט קיין ווינדער אז א בחור עקספלאוט נאכמיטאג.... און דער פריש אויפגעשטאנענע נאכמיטאג מגי"ש קען נישט 'פארשטיין' זיין 'התנהגות' היינט....
פארשטייט זיך די חלק גייט זיך נישט טוישן... אבער די עלטערן וואלטן געמעגט געבן א 'זונטאג אףף' צי פארברענגן מיטן זון אין זאגן פאר די מנהל אז ער האט אן עפוינטמענט, און אויך איהם בעקן אויב ער קומט אמאל שפעט, ס'מאכט זיך..... (דאונט ווארי די אלע וואס מ'האט 'אויסגעמענטשעלט' אין ישיבה קטנה... יא יא אונז ווייס מיר אלע ווי זיי שטייען היינט...)
נאכדעהם איז דא די 'מערכת אכיפה' די אינפארסמענט גרופ
ווען די בחור קימט אריין אין ישיבה.... פילט זיך ווי 'סענטרעל בוקינג' ער קומט תמומת'דיג ארויס פון חדר... ווען פלוצלינג ווערט ער געוואר אז ער איז אונטער א פארגרעסערונגס גלאז, און די משגיחים קוקן אויף איהם ווי א געזיכטע פארברעכער.... און ער הייבט אן פארשטיין אז דאס איז ווייל מ'דארף אכטונג געבן נישט צי פארפעסטיגן די 'תיבת נח' און יעדע בחור איז א פאטענשאל חורבן' פאר די תיבה, דא לערנט ער זיך שנעל אויס די ראלעס און די געים, ס'דא צוויי זייטן איך און די משגיח און מ'דארף זעהן ווי קומט די SD קארד איבערן וואסער.....
בחורים אין די יארן גייען דורך זייער דראסטישע טוישן בנפש עס איז א תקופה ווען ער ווערט פון א קינד א מבוגר און ער איז גאנץ צימישט, ווער בין איך, וואס זיך איך, ער דארף יעצט די מערסטע איינער זאל איהם געבן ליבשאפט און טראסט, און אנשטאט לערנט מען איהם אויס די פארקערטע א טאף דיסציפלינד ציגאנג אן א טראפ הארץ און זירא טראסט... 'די ביסט שלעכט' און 'מ'גייט דיך אויסמענטשלען' ווער רעדט נאך אז זיי דרייען זיך מיט די 'פגם הברית' פאביע ווי זיי גייען און ווי זיי שטייען, עס נעמט זיי אויף א ריזיגע רוילערקאסטער, און א 'משגיח' איז דער לעצטער צי וועם ער גייט רעדן, ער וויל נישט אויפדעקן אז ער איז גאר די פארדארבענע עפל דא.... (און די עלטערע שיעור אויב ער קען נאכאלץ נישט לערנען, ווי געשריבן, האט ער זיך שוין סיי ווי אויפגעגעבן, און ער זיצט אין ביה"כ.... וכו')
בכלל די גאנצע באנעמונג אין לופט אין ישיבות זענען נעגאטיוו אויף א נעקסט לעוועל, און דאס ווערט אריינגעבאקן אין די בחורים
יעצט קומט מען צי די מוסר חלק, און אפשר די וויכטיגסטע חלק
ס'האט זיך אזוי אויסגעשטעלט אז אין ישיבה איז די צייט ווען מ'דארף אנפילן די בחור מיט 'יסודות הדת'
די מציאות איז אז מ'קומט אריין אין ישיבה אן וויסן עפעס וועגן יהדות, אדער די מידנסטע 'יסודות הדת' און סאם האו דארף מען ארויסקומען 'מלא וגדוש'
די פראבלעהם איז אז עס ווערט געטון אזוי קרום @שומו שמייעם !!!! על זאת!!!!!
לדוגמא, דער בחור'ל קומט אריין אן די מגי"ש בריקעוועט וועגן סוף זמן קריאת שמע!!!! רבי דער בחור ווייסט נישט וואס די ווילסט פון זיין לעבן האבן!!! ווער איז די באשעפער וואס איז די תורה/ מצוות (ס'נאר א משל כ'מיין די געדאנק) מ'נעמט זיך פארפירן וועגן SD קארדס האללא האסט עפעס אנדערש צי פארקויפן?!
דאס איז איין זאך, די צווייטע זאך איז: וואס האקסטו? וואס פארפירסטע? דער בחור איז מיט דיר אויף איין פעידש! ער איז צמא לדבר ה', פארוואס לערנסטו איהם נישט אויס פון א' וואס מ'וויל פון איהם? פארוואס גייסטו גלייך אראפרייסן מיט און אנשטאפן מיט גילטי פילינגס, ביז ער 'כאפט' אז ער האלט אפשר טאקע נישט דערביי. פארוואס נישט אנהייבן מיט דעהם טעמו וראו כי טוב ה'???
אה! גראדע לערנט מען יא מוסר!, מ'לערנט מסילת ישרים! מה חובתי בעולמי..... נאר עפעס מיסטריעז ווערט די ווערטער עפעס אוועקגעפירט צי די 'גויאישע עד'ס אין די אויסגאבעס' און די 'צילאזטע מוזיק' און די 'פראסטע גאס'!.......
דא איז דא צוויי פראבלעמען: איינס, ווען די קומסט יענעם אטאקירן הערט ער נישט וואס די זאגסט, נאר ער גייט זיך בארעכטיגן, און ווען די טוסט איינעם קריטיקירן, 'קען ער זיך נישט טוישן... (ואכה"ל, פארוואס טאקע), (יעדער פארשטייט דעיס שוין היינט און דאס איז לדוגמא, הבדלה ווס. השומרים במאמר המוסגר) מילא וו'ען די מגי"ש דעמאסטרירט צוויי זייטן 'די בחורים' וואס ווערן נאכגעשלעפט נאך די פראסטע גאס און 'ער' (דהיינו, הנהלת הישיבה) וואס די בחור קען נישט ממש אלס מענטשען וואס זיכן זיין טובה, ווערט אלע טויערן געשלאסן
צווייטנס, והוא העיקר, פארוואס זאגט נישט די מגי"ש די הייליגע זיסע לעכטיגע ווערטער פון די מסילות ישרים, חובות הלבבות?? רעדט גראד צום פינטל, דאס איז דאך וואס די בחור זיכט מיט לעכט. משמעות, מיענינג, קלארקייט אין אידשקייט!!!!, נא, פארוואס????!!!!!!! זאל איך אייך אויסזאגן?? ווייל ער ווייסט נישט פון עפעס אנדערש!!!!! ער ווייסט אויך נאר וואס מ'האט איהם געזאגט!!! און דאס איז האקן, האקן האקן! ער ווייסט אליינס נישט 'מה חובתו בעולמו' וויאזוי זאל ער עס מסביר זיין פאר די בחורים, אוודאי ווערט די 'נחנפים' און חובות הלבבות' אויסגעטייטשט אויף א בחור וואס חנפ'ט די טראבל מעיקער..... ווייל דאס איז זיין לאך!! ווייל פונקט פון איהם רעדט מען!! די סיסטעם אידישקייט וואס דרייט זיך ארום די 'אימעדש'....
אזוי וואקסט תלמידים וואס אידישקייט ענדיגט זיך ערגעץ ציווישן באמישע מיוזיק און SD קארדס....
טאמער מיינט איר אז איך בין דער ערשטער וואס זאגט דעיס, האב איך אייך נייעס, די לעצטע שטיק צייט איז דא א קבוצה אידן וואס האבן צאמגענימען די מנהלים אויף די נושא, און ארויסגעגעבן פאר דעהם גאנצע קובצים פון סוגיות און עניינים פון 'יסודות הדת' צי לערנען מיט די בחורים, ווייל די מצב איז וויאזוי ס'איז..... געטרייט צי מאכן אן אויפוואכונג דערוועגן,און? גארנישט!..... ( אגב, א טאג דערויף איז געווען א אסיפה ווי איינער איז געקומען רעדן וועגן טעקנאלאדשי דעווייסעס, און אויף די נעקסטע טאג זענען אינפארסירט געווארן נייע רעגולאציעס אין אלע ישיבות!!!!! )
פארוואס טאקע? 1. ווייל דא דארפן די מנהלים זיך זעהן שילדיג, און ס'שמעקט זיי נישט , ס'סאך גרינגער ארויפציווארפן די שילד אויף טעכנעלאגיע
2. ווייל זיי אליין קענען נישט די יסודות הדת!!!!!
3. ווייל זיי אליין קענען נישט די יסודות הדת!!!!!
און 4. ווייל זיי אליין קענען נישט די יסודות הדת!!!!
פרעג איך א מנהל, וואס איז פשט??!! כ'ווייס ס'איז געווען א אסיפה פארוואס טוט מען גארנישט?
זאגט ער "אה..... איך דארף עס אויסלערנען? דאס דארף די חדר אויסלערנען!!!!"
"א רגע די ביסט מסכים אז ס'פעלט יסודות?"
"אה... קען זיין... אביסל.... יא...... כ'וויייס נישט.... מ'לערנט מוסר! זיי דארפן עס לערנען אין חדר...."
קען זיין מ'דארף עס לערנען אין חדר.... אבער... עס איז דא א קאנוועיר בעלט וואס פארט, יענקל לייגט ארויס פלעשלעך, משה גיסט אריין וואסער, און געציל לייגט ארויף דעקלעך, ויהי היום, משה איז נישט דא..... קומט אן פלעשלעך, געציל לייגט ערליך ארויף דעקלעך, ס'פארט א מחי' ליידיגע פלעשלעך!!!!
קומט אריין די בעל הבית, מיט קולות :"פארוואס לייגסטו דעקלעך די זעסט נישט ס'האט נישט וואסער??!!!"
געציל: "עס איז נישט מיין פראבלעם, משה האט געדארפט אריינגיסן......"
און אזוי פארט פלעשער...... נישט ממש ליידיג..... נאר אנגעפילט מיט ווייטאג, און גילט!
(די בעסטע פון זיי קענען אויסוואקסן מגי"ש וואס זאלן ווייטער ממשיך זיין די גאלדענע קייט!!!!! אריינצישטאפן ווייטער די גילטי יידושקייט וואס זיי האבן מקובל פון זייערע רבי'ס.....)
על אלה אני בוכיה!!!!! עיני עיני יורדה מים, כי רחק ממנו מנחם משיב נפשי!!!!
לעצט רעדאגירט: