חלב סתם

חיים למוות

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 10, 2024
מעסעדזשעס
425
רעאקציע ראטע
1,108
פונקטן
223
במשך די יארן האב איך אסאך געהערט און ארומגערעדט איבער די נושא פון חלב סתם מיט אלע מינע מענטשן און חשובע אידן.
איך האב אסאך געהערט איבער די היתר פון הרב משה פיינשטיין זצ"ל די בעל אגרות משה, אז זיין היתר איז נאר בשעת הדחק, אדער נאר פאר קליינע קינדער, און אז לכתחילה זאל מען עס נישט טרינקען, אויכט כל מיני מעשיות ווי ער האט געזאגט אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויפן היתר, איך האב עס אנגענומען אלס פארשטענדליך און נישט געקימערט צו סאך.
מיט א צייט צוריק האב איך באשלאסן אז איך וויל זען די אגרות משה אליינס, האב איך מיך נישט געפוילט און אפירגעזוכט אן אגרות משה און געטשעקט, זעה איך דארט אז ער שרייבט אז עס איז מותר לכתחילה און די איינציגסטע זאך וואס ער שרייבט אז מען זאל עס נישט נוצן איז אז פאר בעלי נפש איז ראוי צו מחמיר זיין און אזוי פירט ער זיך אויך.
איך ברענג דא אראפ די אגרות משה און אויב איינער ווייסט אנדערש אדער אז ער ברענגט אין א צווייטער תשובה פארקערט ביטע ברענגטס עס אבער.

קלארשטעלונג: איך פערזענליך באנוץ זיך נישט מיט חלב סתם פראדוקטען.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20260220_144116_Adobe Acrobat.webp
    Screenshot_20260220_144116_Adobe Acrobat.webp
    141.7 KB · געזען: 40
  • Screenshot_20260220_144231_Adobe Acrobat.webp
    Screenshot_20260220_144231_Adobe Acrobat.webp
    315.1 KB · געזען: 38
אין א לעצטיגע עפיזאוד אויף די let's talk kashrus פאדקעסט, האבן זיי גערעדט איבער די פראבלעם ביי חלב סתם מיט די געלעכערטע קיען, עס איז נישט לאנג און ווערט אויסצוהערן.

Holy Cow? or Holey Cow? - Kosher.com
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

ער זאגט אז די לעכער אין די קיען פלעגט זיין ארום 5%
וואס דענסטמאהל איז עס טריפה אבער היינט באנוצט מען ווייניגער די מעטאד פון לעכערן און עס איז נאר ארום
2% אדער ווינציגער,איז שוין א ספק אז עס איז דא שישים, און עס ווערט בטל? און אזוי ווי עס איז מין במינו איז דאך די פראבלעם נאר א דרבנן, איז א ספק מותר.
 
צוויי פראצענט איז מער ווי איינס פון זעכציג, דאס מיינט אז ס'ווערט נאך אלס נישט בטל בשישים, אויף גוגל האב איך געזעהן אז איינס אוט אוו זעכציג איז 1.67 פראצענט.
 
צוויי פראצענט איז מער ווי איינס פון זעכציג, דאס מיינט אז ס'ווערט נאך אלס נישט בטל בשישים, אויף גוגל האב איך געזעהן אז איינס אוט אוו זעכציג איז 1.67 פראצענט.
וואס ער זאגט איז אז 2 % איז די מאקסימום און עס קען אמאהל זיין 1% איז קען דאך זיין שישים, עס איז א ספק אפשר איז דא שישים און א ספק איז מותר ווייל ביי דרבנן גייט מען לקולא, אזוי זאגט ער דארט , ווענדט זיך אין די מציאות .
 
נאך איבער די נושא.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • image (1).webp
    image (1).webp
    504.9 KB · געזען: 21
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ר׳ דוד פיינשטיין האט געזאגט אז זיי טאטא האט מתיר געוועהן לכתחילה אין ביי רבי דוד אין שטיב האט מען אייביג געטרינקען חלב סתם

אויב ביי ר׳ משה אין ישיבה האט מען געגעבען חלב סתם ווייל ר׳ משה האט געהאלטען אז ס׳טאקע א הידיר צו טרינקען חלב ישראל אבער האט נישט געוואלט ניצען ממון הקדש פאר דעם ביז ס׳געקימען א נדבן אין באצאלט אז מ׳זאל האבן חלב ישראל
 
מי לנו גדול ממשה ער האט געהאט א כח התורה צו פסקענען הלכה , די יוצאי הונגריה האבען אן אייגענעם משה,דער מרן חת״ם סופר, וואס ער איז מחמיר און לאורו נסע ונלך .
 
מי לנו גדול ממשה ער האט געהאט א כח התורה צו פסקענען הלכה , די יוצאי הונגריה האבען אן אייגענעם משה,דער מרן חת״ם סופר, וואס ער איז מחמיר און לאורו נסע ונלך .

ר׳ משה פיינשטיין האט געוויסט פונעם חתם סופר און ער האט נאכאלץ מתיר געווען.
אבער די חתם סופר האט נישט געוויסט פון ר׳ משה פיינשטיין, מילא איז ר׳ משה פיינשטיין די פוסק אחרון, והלכתא כבתראי.
 
ר׳ משה פיינשטיין האט געוויסט פונעם חתם סופר און ער האט נאכאלץ מתיר געווען.
אבער די חתם סופר האט נישט געוויסט פון ר׳ משה פיינשטיין, מילא איז ר׳ משה פיינשטיין די פוסק אחרון, והלכתא כבתראי.
האסט בכלל נישט ארויס דעם ענין און זאגסט הלכה כבתראי,די נקודה פון די צוויי דעות איז,צו נאכדעם וואס די חז״ל האבען געזאגט אז עס דארף זיין ישראל עומד על גביו ביי די מעלק פון קי , און מען האט עס אהנגענומען, צו עס איז חל אלץ א ענין פון תקנה, און נדר וואס דענסטמאהל אפילו ווען דער חשש אז מען וועט אריינמישען מילך פון א בהמה טמאה איז נישט שייך, איז די מילך נאך אלץ אסור, רבי משה האט געהאלטען אז עס איז נאר א גזירה, טאמער מען מישט אריין חלב טמא און אזוי ווי היינט זענען די בהמות טמאות נישט שכיח אין די פארמס און אויך די גאווערנמענט האט קנסות אויב מען געפונט א תערובת פון טמאים, איז בטל די גזירה , סאו , עס איז דא צוויי וועגען ווי אזוי מען קוקט אהן, די איסור פון חלב שחלבו נכרי ואין ישראל רואהו, צו איז -א גזירה צו איז עס א תקנה-
רבי משה האט מחליט געוועהן עס איז א גזירה ,
ער ברענגט דעם חת״ם סופר וואס האט געהאלטען עס איז א תקנה און בגדר נדר דאורייתא, ווער עס וויל פאלאוען רבי משה, יש לו על מי לסמוך, פארשטייט זיך ער דארף התרת נדרים, אבער ביי רוב חרדים און אויך ביי די רבנות הראשית, נעמט מען אהן ווי דער מרן חת״ם סופר לחומרא ,און מען איז מדקדק אויף חלב ישראל, עס האט צושפרייט אויך ביי די ליטאים און רוב פלעצער,
ביי די ישיבה יוניווערסיטי תלמידים גייט מען מיט רבי משה ווייל זייער רב הרב סולובייציג האט אויך אזוי אהנגענומען אז עס איז א גזירה נישט א תקנה.
 
ר שמואל ניימאן האט נאכגעזאגט די וואך ביים שיעור אז איינער איז געקומען פרעגן ר פישל הערשקאוויטש צו מ' קען זיך פארלאזן אויף ר' משה אונטערוועגענס האט ר פישעלע גענטפערט "יא" האט זיך איינער פון די אנוועזענדע אנגערופען אז מ'קען דאך טרינקען א שווארצע קאווע, פארוואס מוז ער האבן מילך. האט ר' פישעלע גענטפערט ער האט מיר געפרעגט, נישט דיר.....ער האט געזאגט אז דער אינגערמאן וואס איז געזעצען בשעת מעשה דארט האט איהם אליין מעיד געווען דערויף.
 
לעצט רעדאגירט:
ר שמואל ניימאן האט נאכגעזאגט די וואך ביים שיעור אז איינער איז געקומען פרעגן ר פישל הערשקאוויטש צו מ' קען זיך פארלאזן אויף ר' משה אונטערוועגענס האט ר פישעלע גענטפערט "יא" האט זיך איינער םון די אנוועזענדע אנגערופען אז מ'קען דאך טרינקען א שווארצע קאווע, פארוואס דארף ער מילך. האט ר' פישעלע געהטפערט ער האט מיר געפרעגט, נישט דיר.....
די תלמוד זאגט אין משיבין את הארי לאחר מיתה, אויב רבי פישל הערשקאוויטש האט אזוי געזאגט איז עס פסק,
פונדעסטוועגען התרת נדרים דארף מען לכאורה, אפילו אויף אונטערוועגענס, און דאס קען זיין די פתח חרטה, אז אויף א דרך רחוקה לא קבל עליו .
 
ר' משה זאגט אז אויב האט איינער געמיינט אז עס איז אסור און האט זיך אזוי געפירט ברויך נישט קיין התרת נדרים, נאר אויב האט ער געוויסע אז עס איז נאר א חומרה.
 
ר' משה זאגט אז אויב האט איינער געמיינט אז עס איז אסור און האט זיך אזוי געפירט ברויך נישט קיין התרת נדרים, נאר אויב האט ער געוויסע אז עס איז נאר א חומרה.
ממקום שבאת
ער זאגט אז איינער האט זיך אזוי געפירט ווייל ער האט געהאלטען אז עס איז אסור מדינא , און לפי שיטתו איז עס א טעות דארף נישט התרת נדרים, איז לפי דבריו וואס יעדער בן תורה ווייסט דאך כהיום , דעם פסק פון רבי משה להקל ?און דאך פירט ער זיך צוזיין נזהר איז עס טאקע זיכער לויט רבי משה בכלל נדר, און ער דארף התרת נדרים
רבי משה זאגט דארט, אבל מכל מקום לבעלי נפש ראוי להחמיר ..וכן אני נוהג להחמיר, ווערט עס א נדר ,ודו״ק
 
Back
Top