דער האט חוץ צוגעשריבן צום סוף, אויכט ארויסגענומען עטליכע חלקים, זעה אז זיינס איז עטליכע בלעטער קערצער
עכ''פ, ס'איז באמת א שיינע ארבעט, כ'האלט נאך אינמיטן
אנהייב איז ער שיין מסביר די מציאות, איין זאך נאר, ער ברענגט נישט ארויס קלאר, אלע סעלס דאפלען זיך, און נאכדעם יעדע פון די זעלבע דאפלען זיך ווייטער און אזוי ווייטער
משא''כ ביי די בילד פון די ביצים פון די פרוי דאפעלט זיך עס נאר איין מאל?
ער זאגט אזױ (אביסל, הגה, לײג איך צו פאר הבנה):
סאָמאַטיק, דײפּלױד סעלס
געװענליכע סעלס (סאָמאַטיק) האבן צװײ סעטס אדער צװײ מערכות פון קראומעזאומס, אײנס פון די טאטע, אײנס פון די מאמע, טאָטעלינג 46. אין אנדערע װערטער: יעדע סעל פארמאגט 46 קראומעזאומס װאס איז אלײנס צװײ מערכות - אײן מערכה (האלב = 23) פון די טאטע, די צװײטע (האלב = 23) פון די מאמע. דאס איז רעפרעזענטירט אלס 2n. דיע סעלס הײסן אױך דײַפּלױד סעלס צוליב'ן האבן די צװײ מערכות אדער סעטס.
פאר זײ צעטײלן זיך,
דאפלען זײ קודם די צװײ "מערכות", אין א סטעפּ װאס הײסט אינטערפֿעיס, דערנאך צעטײלן זײ זיך אױף צװײ אין א שטאפל װאס
פאנגט זיך אהן מיט מײ
טאסיס און ענדיגט זיך מיט סײַטאָקיניסיס. נמצא, הארט אײדערן זיך צעטײלן פארמאגט דער סעל
פיהר גאנצע מערכות - צװײ פון די טאטע, צװײ פון די מאמע.
הגה, נאכ'ן זיך דאפלען, און פאר'ן צעטײלן, הײסן די צװײ, אײדענטיקל סעטס, שװעסטער-קראומעטײַדס, און טאָטלען 92 אין צאל (4c). אױך, דאפלען נישט די סעלס, זײערע קראומעזאמוס נאר זײ דאפלען די דנ"א. די קראומעזאומס בלײבט נאכאלס 2n נאר די קראומעטײַדס טײלן זיך אפ און
פארװאנדלען זיך צו קראומעזאומס אײדערן צעטײלן. נאכ'ן זיך צעטײלן זענען זײ נאכאלס דײפּלױדס, פארמאגענדיג יעדע 46 קראומעזאומס.
דזשערם דײפּלױד סעלס
די ביצים סעלס (אדער דזשערם סעלס), אנשטאט זיך צעטײלן אין צװײ, צעטײלן זײ זיך אין פיהר. נמצא, פיהר האלבע צעלס, יעדע אײנע מיט אײן מערכה. דרײ צעלס פון יעדע אזא צעטײלונג איװענט, גײען קאַקן - זײ װערן װאס הײסן 'פּאָלער בּאָדיס', און נאר אײנע פון זײ װערט ראױ להפרײה (פֿערטילײזד).
אלע צעלס אין די שחלה זענען אזעלכע סארט סעלס - דזשערם סעלס.
װײטער זאגט דער אינגערמאן:
בשעת השתלה
װען זײ זענען אין די שחלה בשעת השתלה, זענען די סעלס נאכנישט דעװײדעד, זײ קאנטעינען נאך די 4 מערכות. במילא
טענה'ט ער אז דאס מאכט זײ פונקט װי אלע אנדערע סעלס אין די בּאָדי (װאס איז אװדאי נישט אמת װײל זײ זענען ביסודם אנדערע מינע סעלס, נעמליך דזשערם סעלס).
אָװיוּלעישאָן
פאר'ן זיך צעטײלן אין פיהר הײסן נאך די סעלס אָעסײטס. דאס צעטײלן זיך אין פיהר געשעהט בשעת אָװיוּלעישאן; הגה, אװיוּלעישאן, װען די ביצה װערט באפרײט פון די שחלה ארײן אין די פֿעלאָׂופּיען טיובּ, געשעהט אײנמאל אין יעדע טיפיקל 28 טאגיגע מענסטרוּל סײקל אדער װסת, יוזשעלי אין די פערצנטע טאג - צװײ װאכן בעפאר די פרױ'ס נעקסטע מענסטרוּל פעריאד. אױב געשעהט עס, נעמט עס פאר די ביצה פערטילײזד צו װערן פון דער מאן'ס ספערם, 12 צו 24 שעה נאכ'ן װערן רעליעסד.
מכאן ואילך דברי:
דער אמת אבער איז אביסל מער קאמפלעצירט, אז דאס צעטײלן זיך אין פיהר געשעהט אין צװײ באזונדערע שטאפלען װאס הײסן
מײַאׂוסיס 1 און מײאוסיס 2.
(קודם, בעפאר מײאוסיס 1, געשעהט די געװענליכע מײ
טאָסיס אין די גאר קלײנע
דזשערם סעלס, װי אױבן געשילדערט בײ סאָמאַטיק סעלס, צו זיך מאָלטיפּלײען און פארמירן אײעלעך װאס הײסט אָוּגאָניע. דאס געשעהט נאך גאר פריה װען די פרױ איז א עובר במעי אמה.)
מײאוסיס 1
נאכדעם, בערך 12 צו 25 װאכן ארײן אין די הריון, טױשן זיך די סעלס, און ענטערן די סטעידזש אהנגערופן מײַאוּסיס 1, און זײ באקריגן א נײע נאמען -
פּרײמערי אעסײטס. זײ זענען נאך אצינד
דײפּלױד סעלס יעדע דור, ד.ה. סעלס מיט 46 קראומעזאומס אבער 92 קראומעטײדס = 4 מערכות)
מײאוסיס 1 - און אפילו טעֶלאָפֿעיס 1 - א פאזע װֿיטהִין מײאוסיס 1, װען די ערשטע צעטײלונג פאנגט זיך שױן עקשוּלי אהן, ד.ה. פון 46 קראומעזאומס רעדוּסד צו 23, פאסירט
נאך אױך װען די פרױ איז נאך א
עובר במעי אמה. עס װערט קורץ דערנאך, בּײ געבורט,
געפּאוזט (אפגעשטעלט) פאר א מספר יארן.
פּיובּערטי
דוּרינג פּיובּערטי, װען דאס קינד װערט מקטנה לגדולה, יוזשעלי פון גיל 8 ביז 13, רי-סטאַרט עס (אדער רעזוּמט-עס) די צעטײלונג, און עס ענדיגט זיך
שאָרטלי אײדער אָװיוּלעישאן. אַיעדע חודש װערן א קלײנע נומער פון פּרײמערי אעסײטס באפרײט פון די פּאוז אין װעלכע זײ זענען ארײן בשעת'ן געבױרן װערן, כדי צופארענדיגן מײאוסיס 1, אװאו אײנע אדער אמאל צװײ (נאָן אײדענטיקל צװילינגס) װערן רעליעסד אין צו די פֿעלאופיען טיוב וראוי להפרײה (פערטילײזעישאן).
דא, קורצליך אײדער אװיוּלעישאן, ענדיגט זיך די ערשטע צעטײלונג אדער מײאוסיס 1, אװאו דער רעזאָלץ איז צװײ
האַפּלױד "טעכטער-סעלס", יעדע אײנע נאר מיט א
האלבע צאל פון קראומעזאומס פון א געװענליכע סאָמאַטיק סעל, דהײנו 23 קראומעזאומס און 46 קראומעטײדס. אײנע, א
סעקאָנדערי אעסײט און אײנע א פּאָלער באדי װעלכע פאלט אװעק. מערקט די דיפערענץ צו אױבן - די סאמאטיק סעלס צעטײלונג, אװאו די קראומעזאומס בלײבן 2n.
אָװיוּלעישאן
די סעקאנדערי אעסײט װערט רעליעסט פון די אױפגעפּלאצטע פאָליקעל אין װעלכע זי געפינט זיך, און ארױס פון די אװעריס, ארײן צו די פֿעלאופּיען טיוב.
מײאוסיס 2
די סעקאנדערי אעסײט גײט דאַן תיכף ארײן אין די נעקסטע שטאפל - מײַאוסיס 2,
פּאָוזעס װידער אין א שטאפל װאס הײסט מעטאפֿעיס 2, און װארט אױף דער מאן'ס זרע פערטילײזעישאן, זיך גרײטענדיג פאר א מזל טוב.
נעמט אינאַכט אז דער סײַקל,
די קאָמפּלישען פון מײאוסיס 2 אױף א פרישע קלײנע צאל פּרײמערי אעסײט איעדע חודש געשעהט שױן פון װען די תורמות גײט ארײן אין פיובערטי און הױבט אהן בלוטיגן און קריגן װסתות. פאטענטשעלי פון די אכט יאר. (סתם אין קעיס דער אױבנדערמאנטע אינגערמאן האט מצליח געװען אײך צו פארדרײען א קאפ אז די צעטײלונג געשעהט נאר אין די צװײטע פרױ. ס'געשעהט נאר אין די צװײטע פרױ, פאר יענע אײערלעך װאס זי װעט רעליעסן פון פאוז, יעדע מאנאט. אבער דער עצם פראצעדור געשעהט שױן אין די תורמות אסאך מער װי ס'װעט געשעהן פאר די מקבלת פאר א גוטע פאר יאר צוקומען).
פערטילײַזעישאָן
יעצט, אױב װערט די סעקאנדערי אעסײט, שױן יעצט אהנגערופן אַן אָטײַד סעל, פערטילײזד,
ענדיגט זיך מײאוסיס 2 אין װעלכע די אעסײט צעטײלט זיך צום צװײטן מאל, דאסמאל
צעטײלענדיג די 46 קראומעטײדס, און שאפענדיג װידער צװײ טעכטער סעלס, אײנס א גרעסערע, אהנגערופן א
מעטשור אָװוּם אדער
גאַמיט (פערטילײזד ביצה); אַיעדע אײנע פארמאגענדיג בלױז 23 קראומעטײדס װעלכע פארװאנדלן זיך עגעין אין קראומעזאומס. ממילא בלײבן די סעלס נאכאלס האַפּלױדס, האבענדיג יעדע 23 קראומעזאומס.
פֿיוּזשען
דאן קומט די לעצטע שטאפל אװאו דער מאן'ס האַפּלױד זרע סעל פיוּזד (אדער קאָמבּײנט זיך) צוזאמען מיט די אָװוּם סעל און שאפן װאס הײסט א זײגאָט, א דײפּלױד סעל (מיט צװײ מערכות\סעטס, אבער אין טאטאל א פולער 46 קראומעזאומס, האלב און אײן מערכה פון די פרױ, האלב און די אנדערע מערכה פון די מאן. ס'װעט נאך נעמען א 5-7 טעג פאר די זײגאָט צו טרעװעלען די פֿעלאופיען טיוב ארײן צו דער רחם און פון דארט מאָלטיפּלײד זיך עס און דעװײד זיך עס װײטער און ס'שאפט זיך פון דעם דאס עיבור.
אגב, א רעגולער דײפּלױד סעל װערט אין רוב פעלער דעפײנד צוהאבן '23 פּאָרלעך פון האָמאָלעגוּס קראמאוזאומס' (ס"ה 46) װײל יעדע פארל פון 2 פארמאגט די זעלבע דזשין (כאטש דיפערענט עלליעלס), נאר אײנס פון די טאטע און אײנס פון די מאמע. אזױ זענען זײ ארגאַנאָזירט.
װי האט
@שמייכעל ליב צופארענדיגן אין אזא פאל? מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית (חוץ מכמה אנשים).
איך מײן אז כ'האב נישט געמאכט א טעות; אױב יא זאל מען מיך און װעט מען מיך זיכער פאררעכטן.