@ריבי, דײנע קורצע, אײן פּוּנקטדיגע ענטפערס צו
@בינה ודעת' הודעות איז מבײש די תורה ולומדיה. ער מיהט זיך צו ברענגען מקורות, זײ ערקלערן און מסביר זײן קאמפליקעיטעד ביאלאגישע פראצעדורן. איבערהױפט אז ס'איז משמע פון אים אז ער געפינט זיך נישט מאָסט קאָמפערטְבּל אין דאס פלאץ. פאר אים איז עס מסתמא װי א מקװה װי ס'שװער צו אָטטֶערן א אידיש װארט. ער דארף האלטן אינאײן אױסקרױזן נאקעטע מענטשן און אז ער קוקט מיט די אױגן אראפ קען ער נישט אױסמײדן די נאקעטע קינדער װאס לױפן אים ארום אונטער די פיס. אבער װאס טוהט מען נישט זיך אהנצונעמען פאר די ביזיון התורה װאס װערט צעטראטן פון די קלי ומקילי הדעת והדת. דארף מען אפי' אין ביסקיסע אדער אין בית-זונות ארײנקומען זיך אהננעמען פאר גאט'ס נאמען (סארי
@שעפטאל, דאס איז נאר געזאגט אזױ לשיטתיה פון יענע זײט). כאטש פון אלע זײטן קוקט מען אים אהן מיט שפיזיגע אױגן. קײנער רעדט נישט דא עכט זײן שפראך.
און דו ריבי, גיבסט אזא קום ארײן, זאגסטעך אפ א גרעפץ, לכל היותר לײגסטו צו אפאר אומפארשטאנדיגע מליצהלעך װײל דו ביסט מ'שטײנס געזאגט פון די תלמידי חכמים, און דו גיבסט דעם אהנשטעל אז דו האסט אים אפגעענטפערט און איצט ויאכלו ענװים וישבעו. נישט שײן! ביטע, אביסל מער קאָנסידערעישן צו זײנע װערטער.
יישר כח פאר די הערה , עס איז מיר נישט גיוועהן
באוואוסטזיניג אז דער משיב ״בינה ודעת״ איז אזוי
אהנגישטרענגט דא, ממש ווי אין די מקוה , און ער
איז נאר דא לשם כבוד השם יתברך שמו ,ציזיין א
שומר אויף טהרת ישראל , איך קען דאך עהם נישט
נאר זיין שרייבעריי דא.
כבודו במקומו מונח , אם תלמיד חכם הוא וודאי
עשה תשובה , זאגט דאך די וועלט א תלמיד חכם
האט שוין מסתם געשריבן א תשובה להיתר , כוחא
דהתירא איז דאך חשוב.
אבער דא איז דאך להיפך , חשוב׳ע תלמידי חכמים
זענען נוטה להקל און זענען קלאהר להלכה למעשה
אז עס איז דבר גדול מתיר ציזיין
מען דארף נישט זיין מונה והולך , נאר דערמאנען
עטליכע
בעל אגלי דבש
בעל מכלול יופי
מהר״א ט״ב
רבי מנדל שפראן
הגאון דיין טאהש
קומט ער - דער בינה ודעת- און ער ווילדעוועט
מיט לשונות בוטות כמדקרות חרב , און בתנופת
יד גיט ער מאך אוועק די מתירים , וואס זיי זענין
נישט קיין קטלא קניא באגמא ,
און ער ברענגט צוזיים שלא מענינא ,ווי אזוי די דעוועלאפמענט פון א וולד גישעהט , און דער
אמת איז ,אז עס איז בכלל נישט נוגע להלכה.
די הלכה איז דן ,אויב די שחלה ווערט אהנגינומען
אז עס באלאנגט צי רחל, וואס האט עס באקריגן
במתנה , מען האט עס אין איהר איינגיפלאנצט
און עס איהר שחלה , דעטס איט
שחלה הנשתלת , נעשית אבר מאבריה
כידה ורגלה , וכן כל הדנ״א שנכלל עם השחלה
ואין כלל בית מיחוש .
״בינה ודעת ״זאל זיך בארוהיגן , כלל ישראל האט
מורי הוראה , והרוצה לסמוך יש לו על מי ,
די הלכה ווערט נישט דעסיידעד מיט לאנגע
העתקות פון וויקיפדיה .
אויסער אויב דער ״בינה ודעת ״ האט א פערסאנעל
אגענדע קעגן איינעם פון די מתירים , זאל ער
ווייטער אהנגיין און אהנפילען דעם קרעמל
מיר וועלן אי״ה ממשיך זיין איפה מול איפה .