- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 580
- רעאקציע ראטע
- 1,533
- פונקטן
- 223
@ריבי, דײנע קורצע, אײן פּוּנקטדיגע ענטפערס צו @בינה ודעת' הודעות איז מבײש די תורה ולומדיה. ער מיהט זיך צו ברענגען מקורות, זײ ערקלערן און מסביר זײן קאמפליקעיטעד ביאלאגישע פראצעדורן. איבערהױפט אז ס'איז משמע פון אים אז ער געפינט זיך נישט מאָסט קאָמפערטְבּל אין דאס פלאץ. פאר אים איז עס מסתמא װי א מקװה װי ס'שװער צו אָטטֶערן א אידיש װארט. ער דארף האלטן אינאײן אױסקרױזן נאקעטע מענטשן און אז ער קוקט מיט די אױגן אראפ קען ער נישט אױסמײדן די נאקעטע קינדער װאס לױפן אים ארום אונטער די פיס. אבער װאס טוהט מען נישט זיך אהנצונעמען פאר די ביזיון התורה װאס װערט צעטראטן פון די קלי ומקילי הדעת והדת. דארף מען אפי' אין ביסקיסע אדער אין בית-זונות ארײנקומען זיך אהננעמען פאר גאט'ס נאמען (סארי @שעפטאל, דאס איז נאר געזאגט אזױ לשיטתיה פון יענע זײט). כאטש פון אלע זײטן קוקט מען אים אהן מיט שפיזיגע אױגן. קײנער רעדט נישט דא עכט זײן שפראך.
און דו ריבי, גיבסט אזא קום ארײן, זאגסטעך אפ א גרעפץ, לכל היותר לײגסטו צו אפאר אומפארשטאנדיגע מליצהלעך װײל דו ביסט מ'שטײנס געזאגט פון די תלמידי חכמים, און דו גיבסט דעם אהנשטעל אז דו האסט אים אפגעענטפערט און איצט ויאכלו ענװים וישבעו. נישט שײן! ביטע, אביסל מער קאָנסידערעישן צו זײנע װערטער.