הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

איך האב א חבר א אינגערמאן מיט אסאך נאלעזש און א גוטע פעדער, זיינע ארומיגע האבן אים געפרעגט וואס איז די שאלה פון די שחלות, האט ער דעסיידעט עס אפצושרייבן, מיט אלע דעטאלן מיט שיינע הסברים אלע צדדים, ס'איז אויסגעקומען א שיינע לאנגע דאקומענט, ער האט צוגעענדיגט אז ער נעמט נישט קיין צד, מי אני להכניס את ראשי בין ההרים הגדולים וכו'.
אוודאי האלט ער א צד. ס'שרייט ארויס פון דעם דאקומענט. נאר ער איז א קלוגער, מאכט ער עס ווי די בּיבּיסי; ער ברענגט אייביג אויך דעם אנדערן צד, מען זאל מיינען ער באלאנסירט:
ואמנם, אכן עדיין, א"כ לנ"ד, א"כ לדינא, אולם, אך מפירוש, ועוד יש לדחות, וגם אם ננקוט, הרי לפנינו, אך אין למדים מן אגדה, ואין פסקינן מנס, ואין אנו מחדשין מסברא, ואין נידון דידן דומה להתם, ואין להביא מזה ראיה לעניין יוחסין ואימהות. ואינו דומה לאבהות, ודומה ממש ללב, ודומה ממש לאתרוג וערלה, ודומה ממש לסמדר, א.א.וו.
 
אמו מזרעת אודם שממנו עור ובשר ושערות ושחור שבעין.
דאס איז טייטש, די מאמעס ביצה גיט אריין אינעם זייגאוט סעל דעם כח וואס מאלטיפלייעט זיך נאכדעם אין די עור ובשר ושערות ושחור שבעין צעלן.
מזרעת אודם מיינט נישט די ביצה נאר די דם
 
א פרומער בני יואלער פון קרית יואל ארויס מיט א קונטרס להיתר איבער די שחלות מיט פייער קעגן די אוסרים אז זיי בויען אויף מינות וכפירה פון סייענטיסטן קעגן חז"ל

די גאנצע פרשה איז אינטערסאנט, די אויפגעקלערטע שטעלן זיך מער אויף די צד האוסרים, און די פרומע אויף די זייט פון די מתירים..
איך האב עס דורכגעליינט און זיך ממש באלעקט די פינגער, ער איז צוקער זיס! קודם איז געשמאק צו הערן אז א פרומע אינגערמאן ווייסט צו זאגן וועגן אן ארגעזם ביי פרויען (כאטש נישט בשמו), עד כדי כך אז דעמאלטס איז די פרוי באמת מזריע. דארף מען נאר וויסן וויאזוי די פראצענט פרויען וואס האבן נישט קיין ארגעזם האבן קינדער.

בכלל האב איך הנאה אז די תשובה ברענגט ארויס קליפ און קלאר אז חז"ל האבן נישט געוואוסט די מציאות, און יעצט בלייבט נאר איבער די ברירה אויסצואוועלן צווישן די מהלך פון יואל אבראהאם אז די סייענטיסטן ווייסן נישט בחייכון וביומיכון, אדער די מהלך פונעם רמב"ם אז חז"ל האבן אנגענומען די סייענס פון זייערע צייטן
 
ער זאגט גוט צו דער זאך , דנ״א איז גורם די געשטאלט פון א מענטש , אזוי ווי א רעסיפי איז
גורם דעם טעם פון א תבשיל , אבער עס איז נישט
קובע ווער עס איז דער באלעבאס אויף דעם תבשיל
ממילא איז קלאהר דער מהלך פון צפנת פענח אז
נאר די לידה איז קובע ווער איז די מאמע .
די הלכה זאגט אז לידה איז קובע ווער די מאמע
איז , אויב זי איז א יידענע ,איז די וולד היוצאת מרחמה ,איהר קינד, א יידישע.
נאר אפילו מען זאל חייש זיין און זאגן אז עס איז
דא צוויי מאמעס , מוז נישט זיין אז עס איז אסור
עס קען נאך אלץ זיין להיתר , מען דארף נאר זעהן
אז עס סאל נישט זיין נושא אחותו , דאסקען מען
מסדר זיין , איז מה קול הרעש ,
מ'רעדט דא אזויפיל פון דנ''א, סעלס, ערשטע מאמע, צווייטע מאמע, טייל אירע ווארפן צוזאם הויכע טערמינען וואס סתם מענטשן פארשטייען נישט בכלל, איז לאמיר איינמאל פאר אלעמאל בעזר שמו יתברך אויסקלארן די זאך מיט אן אמת, אויף אן קלארן אופן אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין, אבער בקיצור נמרץ:

איז אזוי: יעדער מענטש בהמה וחיה איז צוזאמגעשטעלט פון סעלס, דהיינו אז דאס איז זיין מהות וחומר הגשמי שלו, א צוזאמשטעל פון טריליאנען סעלס. געוויסע סעלס טוישן זיך מיט די צייט צו פרישע סעלס, דהיינו זיי צוטיילן זיך און דאפלען זיך און באשאפן פון זיך אליין פרישע סעלס, ווי למשל די הויט און בלוט נעגל און האר סעלס. און געוויסע סעלס בלייבן פערמענאנט ווי למשל די מח הארץ און אויגן סעלס, און געוויסע טוישן זיך נאר לעיתים רחוקות.
יעצט וואס הייסט זיי צוטיילן זיך? איין סעל צוטיילט זיך אין צוויי, די צוויי אין פיר, וכו'.

יעצט, יעדער סעל האט אינעם צענטער פונעם סעל דארט ווי עס ווערט גערופן די ''נוקליעס'' פונעם סעל, א ''די ען עי'' וואס דאס איז ווי א קאוד, א בלו פרינט, וואס זאגט פארן סעל סיי וויאזוי צו וואקסן, דהיינו זיך צוטיילן און מאלטיפלייען, און סיי וויאזוי צו אנגיין און פאנקציאנירן כל ימי חייו פונעם סעל. און ווען א סעל ווערט צוטיילט אין צוויי, אין אין פיר וכו' באקומט יעדע פון די נייע סעלס אן עקסטערע די ען עי בדומה ממש צום ערשטן, וואס איז כסדר מדריך דעם סעל וויאזוי צו וואקסן און פאנקציאנירן.
יעצט קומט אויס אזוי, אז ווען איינער פרעגט וואס איז דער מהות הגשמי פונעם בשר דם גידין ואברי האדם? איז דער תירוץ איין ווארט: ''סעלס''.

יעצט כדי די סעלס זאלן קענען ווייטער לעבן אנגיין און פונקציאנירן ברויכן זיי האבן ענערדזשי. וואס דאס באקומען זיי פונעם נוטרישען, דהיינו פונעם עסן וואס דער מענטש עסט, און פונעם אקסעדזשין וואס דער מענטש נעמט כסדר אריין אין זיך דורך די לופט וואס ער אטעמט. אן קיין ענערדזשי וועלן זיי אפשטארבן חלילה. און מיט ענערדזשי וועלן זיי קענען ווייטער לעבן און זיך פארמערן בע''ה.

יעצט לאמיר גיין צום שורש, דהיינו וויאזוי זענען באשאפן געווארן און אפיר געקומען די אלע סעלס וואס פארמירן דעם שטיק חומר וואס רופט זיך מענטש? איז אזוי: דער הייליגער בורא כל עולמים דער יוצר כל היצורים וואס אין חקר לתבונתו האט אזוי געמאכט, אז ווען אן איינצעלנער זרע סעל פונעם מאן, באגעגענט זיך מיט אן אייצעלנער ביצה סעל פון די פרוי, יענער רגע טוען זיי די ביידע סעלס באשאפן און פארמירן אן אייצעלנער יוניק סעל וואס ווערט גערופן די ''זייגאוט סעל''.

יעצט אין די די ען עי פון דעם איינצעלנעם זייגאוט סעל, ליגט אלע דשענעריק אינסטראקשענס וואס פעלט זיך אויס, צו דעוועלעפען פון דעם איינעם סעל צו א קאמפליט גאנצער היומען ביאינג. יעצט וויאזוי גייט דער דעוועלעפינג פרעצעדור פון איין איינציגער צעל ביז א גאנצער בארג מיט טריליאנען סעלס וואס פארמירן די בריה וואס הייסט מענטש? איז כדלהלן: פון דעם איינעם סעל הייבט זיך אן א פראסעס פון צוטיילונג און מאלטיפלייענג, דהיינו פון איינס ווערט צוויי און פון צוויי ווערט פיר וכו' וכו' ביז ס'פארמירט זיך א גאנצער געבוי פון סעלס וואס רופט זיך גוף, הענט און פוס, רמ''ח אברים און שס''ה גידים, און אלעס מיט די הדרכה פון די דנ''א וואס קומט מיט אין יעדן סעל וואס איז מדריך די סעלס פונקטליך וויאזוי צו פארמירן פרישע שטיקער סעלס וואס גייען פארמירן הענט פוס און אזוי אלע רמ''ח אברים און שס''ה גידים, און דאס איז אלעס דורך די פלאי הבריאה וואס דער יוצר כל היצורים האט אזוי אוועקגעשטעלט בכוחו הנפלא והנורא, וברוב חכמתו ותבונתו עד אין חקר!

''מה רבו מעשיך ה', כולם בחכמה עשית''

יעצט פונקט ווי ביי א פערטיגן מענטש, כדי די סעלס זאלן קענען פונקציאנירן פעלט זיך אויס ער זאל באקומען חיות ענערדזשי פון נוטרישן און אקסעדשין, אזוי אויך דארף דער זייגאוט סעל כדי זיך צו צוטיילן און דאפלן פאר פרישע סעלס, און אזוי ווייטער נאכדעם פאר אלע ווייטערדיגע צעלן כדי זיי זאלן זיך קענען פארמערן און אנגיין, ברויכן זיי באקומען חיות און ענערדזשי פון נוטרישן און אקסעדשין וואס דאס באקומען די סעלס וואס פארמירן דעם עיבור במשך די ניין חדשים במעי אימו נישט פון זיך אליין אזוי ווי אלע מענטשן, ווייל ער איז דאך איינגעשפארט במעי אמו? דאס באקומט ער פון די מאמע! און דאס איז וואס חז''ל זאגן אונז אין נדה דף ל' ע''א: ''ואוכל ממה שאמו אוכלת ושותה ממה שאמו שותה''

קומט אויס די הויפט ראלע וואס די מאמע וואס טראגט דעם קינד במשך די תשעה ירחי לידה טוט שפילן דא? איז צושטעלן ''נוטרישן און אקסעדשין''.

נאך א הויפט ראלע וואס די מאמע טוט שפילן, און דאס איז ''פראטעקשן און ענוויירעמענט''. דהיינו די רחם האם טוט צושטעלן א פראטעקטיוו און סטאבילע ענוויירעמענט, אז די סעלס זאל זיך קענען פארמירן און וואקסן ווי עס דארף צו זיין.

יעצט באמת איז דא א קליינע אמאונט פון סעלס וואס גייען אויך פון די מאמע צום קינד און פון די קינד צום מאמען במשך די ירחי לידה, און דאס ווערט גערופן די ''טו וועי סעל עקסטשענדש''.
דהיינו אז טראץ וואס די עיבור'ס אלע סעלס ווערן ווי געזאגט פארמירט פון דעם זייגאוט סעל, וואס איז באשאפן געווארן בשעת די צוזאמטרעף פון די זרע האב מיט די ביצת האם. עקזעסטירט אבער אויך אזא ערשיינוג וואס ווערט גערופן ''מיקרוכימריזם''
דהיינו א טו וועי דיירעקשענעל טרענספער, פון סעלס פון די קינד צום מאמען, וואס בלייבט אין איר פאר א לאנגע צייט נאכן געבוירן, און הייסט אז דאס שפילט א ראלע אין די ערהאולינג פון די מאמע נאכן געבורט, און אין די געזונט פון די מאמע. און די זעלבע גייט עטליכע סעלס פון די מאמע צום קינד, וואס גייט אריין אין די בלאד סטריעם פונעם עיבור, וואס הייסט אז דאס שפילט א ראלע אין די עמיון סיסטעם פונעם קינד, און אזוי אויך אין אנדערע אספעקטן פון זיין געזונט,. אבער ווי געזאגט פריער, איז די גאנצע פארמעישן פראסעס פון די סעלס פונעם קינד, מתחילתו ועד סופו, אלעס נאר פון די פערטילייזעישן וואס באשאפט דעם זייגאוט סעל, און דער סעל באשאפט פון זיך ווייטער פרישע צעלן דורכן זיך צוטיילן און דאפלן עד גמר הגוף כנ''ל. און די עיקר הויפט ראלע וואס די מאמע שפילט במשך די ירחי לידה איז, צוצושטעלן ''נוטרישן און אקסעדשין'', און ווי אויך ''פראטעקשן און ענוויירעמענט''.

יעצט כדי בעסער צו פארשטיין ווי ווייט די ''מהות'' פונעם קינד דהיינו די סעלס זיינע, איז בלויז פונעם הפרייה, פונעם פרוכטבארן געשעהעניש צווישן די טיפה מיט די ביצה, און אלעס נאכדעם איז בלויז ענערדזשי פאר די סעלס, פונקט ווי אונז ערוואסענע מענטשן ברויכן ענערדזשי פאר אונזערע סעלס, וועלמיר רעדן א ווארט וועגן אן עיבור וואס דארף צוקומען צו אן אינקעבעטער.

ווי יעדער ווייסט, אז אויב א קינד האט סיי וועלכע פראבלעם ברחם אימו, נעמט מען אים ארויס און מ'לייגט אים אריין אנשטאט, אין אן אינקאבעטער, וואס במשך די.תקופה טוט מען ריפלעיסן ווי וויט מעליך די ראלע פון די רחם האם, צו שפייזן און פראטעקטען די סעלס עד גמירא. די אינקיבעטער מאשין אליין גיט בעיקר די פראטעקשן און ענווירעמענט חלק, און נוטרישען און אקסעדשין ווערט צוגעשטעלט דורך אנדערע מעטאדן. יעצט די פריעסטע צייט וואס מ'קען ארויס נעמען א עיבור פון די רחם האם און לייגן אין אן אינקיבעטער, און ס'זאל קענען איבערלעבען, איז בערך ביי 5 חדשים, פארוואס נישט פריער? ווייל פריער פון דעם זענען נאכנישט די מח, הארץ, און די לונגען, און נאך סיסטעמען, גענוג שטארק צו קענען פארנעמען די דרויסענדיגע נערונג, אויף אן עפעקטיוו וועג צו קענען שפייזן די סעלס, ממילא מוז מען בעפאר דעם האבן די רחם האם צו קענען שפייזן און אויפהאלטן די סעלס. אבער אפילו ביי די פינעף חדשים איז נאך דער מח מיט לונגען נאך נישט אינגאנצן פערטיג, און די מוסקעל'ס האלטן זיך נאך אויך אינמיטן דעוועלעפן, וואס דאס געשעהט שוין במשך תקופות האינקעבעטער. וויאזוי? דורך די זעלבע וועג ווי די ערשטע פינעף, און דאס איז דורך די סעלס, נאר מיטן כח המזון פון דרויסן אז די סעלס זאלן קענען לעבען און זיך פארמערן. ווייל סיי אין די מאמע און סיי אין דרויסן פון די מאמע באקומט ער בעיקר נאר נערונג און מזון פאר די סעלס צו קענען לעבן און זיך פארמירן ווייטער און מער ביזן שלימות כל הגוף, פונקט אזוי ווי פארטיגע מענטשן מוזן באקומען. אבער די סעלס גופא, דהיינו דער עצם גוף בשר האדם אנגעהויבן פונעם ערשטן זייגאוט סעל, ביזן סוף השלמת הגוף, באשאפן זיך אליינס איינער פונעם אנדערן מרישא ועד גמירא.
און די מאמע איז בלויז אן עקסטערנעל לייף סופארט סיסטעם פאר די סעלס.

און יעצט וועט איר גוט פארשטיין די משנה אין אבות, ''מאין באת? פון ווי קומסטו? פון ווי איז דיין מהות? ענפערט די משנה ''מטיפה סרוחה'' פון דארט איז דיין מהות!! (גראדע האב איך געזעהן איינעם פון די מפרשים פרעגן פרוואס זאגט נישט די משנה ''מטיפות סרוחות'' כולל צו זיין די ביצת האם, אבער עכ''פ).

און זייט וויסן רבותי אז אלעס וואס איך האב דא געשריבן איז נישט מדמיון אדער מהשערה, אלעס איז קלאר לאנגיעריגע באשטעטיגטע פאקטן וואס יעדער איינציגער OB דוקטער וועט אייך דאס קענען באשטעטיגן אויף הונדערט פראצענט אז ס'איז אמת, בלי שום גוזמא כלל.

יעצט לאמיר נאכאמאל לערנען די גמרא אין נדה ל''א ע''א ''תנו רבנן שלשה שותפין יש באדם: הקב"ה ואביו ואמו.
אביו מזריע הלובן שממנו עצמות וגידים וצפרנים ומוח שבראשו ולובן שבעין.
דאס איז טייטש, דעם טאטע'נס טיפה גיט אריין די כח אינעם זייגאוט סעל וואס מאלטיפלייעט זיך נאכדעם אין די עצמות וגידים וצפרנים ומוח ולובן שבעין צעלן.

אמו מזרעת אודם שממנו עור ובשר ושערות ושחור שבעין.
דאס איז טייטש, די מאמעס ביצה גיט אריין אינעם זייגאוט סעל דעם כח וואס מאלטיפלייעט זיך נאכדעם אין די עור ובשר ושערות ושחור שבעין צעלן.

והקב"ה נותן בו רוח ונשמה וקלסתר פנים וראיית העין ושמיעת האוזן ודבור פה והלוך רגלים ובינה והשכל.

בקיצור אין איין ווארט: עצמות וגידין מוח ועין עור ובשר ושערות וצפרנים איז בעצם ''סעלס''. און צוטיילטע סעלס קומען פון זייערע אייגענע גאנצע סעלס ביז דעם ערשטען סעל, וואס קומט פון ווי? פון די זרע האב סעל צוזאמען מיט די ביצת האם סעל!!

יעצט רבותי ווען איינער וועט אייך פרעגן: ווען איך לייג אריין א ביצה, אדער א שחלה פיל מיט ביצים, פון איין פרוי, אריין אין די רחם פון א צווייטע פרוי, און ס'ווערט א קינד, ווער איז די מאמע פונעם קינד? דהיינו פון וועלכע פון די צוויי פרויען קומט די ''גאנצער מהות'' פונעם קינד? וועט איר שוין קענען ענפערן מיט א קלארקייט? איך מיין אז יא!!

יעצט האטס מיר אלע א לעכטיגן פרייליכן שבת!
שמעו נא המורים
יעצט רבותי צום עצם ענין
מען ווייסט שוין פון דיר , די חכמת היצירה
מען דארף שוין נישט מיטאמאהל א ספר יצירה
געוואלדיג , ער זאגט דאך אויס ממש די סוד היצר
מיט טיפע בינה ודעת , ושפתיים יושק ,
אבער לגבי הלכה קובע זיין וועלכע עס איז די אם
לכל הלכות שבתורה האט עס גארנישט שייכות
פאר וועלכע פרוי איז די מוטער פון דאס קינד איז די הלכה קלאהר
וואנס מען האט שותל גיוועהן די
שחלה אין די פרוי ,איז ער איהרס מיט אלעס וואס עס קומט מיט ,מיט די שחלה , עס באלאנגט צו איהר פונקט אזוי ווי זי וואלט וועהן מיט דעם גיבוירן
דאס איז די יסוד מוסד פון די מתירים החפצים
בתקנת בנות ישראל הכשרים ,
דאס איז די טעם פון די ערליכע פארשטאנדיגע
רבנים , מורי הוראה להיתר ,
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
דער האט חוץ צוגעשריבן צום סוף, אויכט ארויסגענומען עטליכע חלקים, זעה אז זיינס איז עטליכע בלעטער קערצער

עכ''פ, ס'איז באמת א שיינע ארבעט, כ'האלט נאך אינמיטן

אנהייב איז ער שיין מסביר די מציאות, איין זאך נאר, ער ברענגט נישט ארויס קלאר, אלע סעלס דאפלען זיך, און נאכדעם יעדע פון די זעלבע דאפלען זיך ווייטער און אזוי ווייטער
משא''כ ביי די בילד פון די ביצים פון די פרוי דאפעלט זיך עס נאר איין מאל?
ער זאגט אזױ (אביסל, הגה, לײג איך צו פאר הבנה):

סאָמאַטיק, דײפּלױד סעלס
געװענליכע סעלס (סאָמאַטיק) האבן צװײ סעטס אדער צװײ מערכות פון קראומעזאומס, אײנס פון די טאטע, אײנס פון די מאמע, טאָטעלינג 46. אין אנדערע װערטער: יעדע סעל פארמאגט 46 קראומעזאומס װאס איז אלײנס צװײ מערכות - אײן מערכה (האלב = 23) פון די טאטע, די צװײטע (האלב = 23) פון די מאמע. דאס איז רעפרעזענטירט אלס 2n. דיע סעלס הײסן אױך דײַפּלױד סעלס צוליב'ן האבן די צװײ מערכות אדער סעטס.

פאר זײ צעטײלן זיך, דאפלען זײ קודם די צװײ "מערכות", אין א סטעפּ װאס הײסט אינטערפֿעיס, דערנאך צעטײלן זײ זיך אױף צװײ אין א שטאפל װאס פאנגט זיך אהן מיט מײטאסיס און ענדיגט זיך מיט סײַטאָקיניסיס. נמצא, הארט אײדערן זיך צעטײלן פארמאגט דער סעל פיהר גאנצע מערכות - צװײ פון די טאטע, צװײ פון די מאמע.
הגה, נאכ'ן זיך דאפלען, און פאר'ן צעטײלן, הײסן די צװײ, אײדענטיקל סעטס, שװעסטער-קראומעטײַדס, און טאָטלען 92 אין צאל (4c). אױך, דאפלען נישט די סעלס, זײערע קראומעזאמוס נאר זײ דאפלען די דנ"א. די קראומעזאומס בלײבט נאכאלס 2n נאר די קראומעטײַדס טײלן זיך אפ און פארװאנדלען זיך צו קראומעזאומס אײדערן צעטײלן. נאכ'ן זיך צעטײלן זענען זײ נאכאלס דײפּלױדס, פארמאגענדיג יעדע 46 קראומעזאומס.

דזשערם דײפּלױד סעלס
די ביצים סעלס (אדער דזשערם סעלס), אנשטאט זיך צעטײלן אין צװײ, צעטײלן זײ זיך אין פיהר. נמצא, פיהר האלבע צעלס, יעדע אײנע מיט אײן מערכה. דרײ צעלס פון יעדע אזא צעטײלונג איװענט, גײען קאַקן - זײ װערן װאס הײסן 'פּאָלער בּאָדיס', און נאר אײנע פון זײ װערט ראױ להפרײה (פֿערטילײזד).
אלע צעלס אין די שחלה זענען אזעלכע סארט סעלס - דזשערם סעלס.

װײטער זאגט דער אינגערמאן:

בשעת השתלה
װען זײ זענען אין די שחלה בשעת השתלה, זענען די סעלס נאכנישט דעװײדעד, זײ קאנטעינען נאך די 4 מערכות. במילא טענה'ט ער אז דאס מאכט זײ פונקט װי אלע אנדערע סעלס אין די בּאָדי (װאס איז אװדאי נישט אמת װײל זײ זענען ביסודם אנדערע מינע סעלס, נעמליך דזשערם סעלס).

אָװיוּלעישאָן
פאר'ן זיך צעטײלן אין פיהר הײסן נאך די סעלס אָעסײטס. דאס צעטײלן זיך אין פיהר געשעהט בשעת אָװיוּלעישאן; הגה, אװיוּלעישאן, װען די ביצה װערט באפרײט פון די שחלה ארײן אין די פֿעלאָׂופּיען טיובּ, געשעהט אײנמאל אין יעדע טיפיקל 28 טאגיגע מענסטרוּל סײקל אדער װסת, יוזשעלי אין די פערצנטע טאג - צװײ װאכן בעפאר די פרױ'ס נעקסטע מענסטרוּל פעריאד. אױב געשעהט עס, נעמט עס פאר די ביצה פערטילײזד צו װערן פון דער מאן'ס ספערם, 12 צו 24 שעה נאכ'ן װערן רעליעסד.

מכאן ואילך דברי:
דער אמת אבער איז אביסל מער קאמפלעצירט, אז דאס צעטײלן זיך אין פיהר געשעהט אין צװײ באזונדערע שטאפלען װאס הײסן מײַאׂוסיס 1 און מײאוסיס 2.

(קודם, בעפאר מײאוסיס 1, געשעהט די געװענליכע מײטאָסיס אין די גאר קלײנע דזשערם סעלס, װי אױבן געשילדערט בײ סאָמאַטיק סעלס, צו זיך מאָלטיפּלײען און פארמירן אײעלעך װאס הײסט אָוּגאָניע. דאס געשעהט נאך גאר פריה װען די פרױ איז א עובר במעי אמה.)

מײאוסיס 1
נאכדעם, בערך 12 צו 25 װאכן ארײן אין די הריון, טױשן זיך די סעלס, און ענטערן די סטעידזש אהנגערופן מײַאוּסיס 1, און זײ באקריגן א נײע נאמען - פּרײמערי אעסײטס. זײ זענען נאך אצינד דײפּלױד סעלס יעדע דור, ד.ה. סעלס מיט 46 קראומעזאומס אבער 92 קראומעטײדס = 4 מערכות)

מײאוסיס 1 - און אפילו טעֶלאָפֿעיס 1 - א פאזע װֿיטהִין מײאוסיס 1, װען די ערשטע צעטײלונג פאנגט זיך שױן עקשוּלי אהן, ד.ה. פון 46 קראומעזאומס רעדוּסד צו 23, פאסירט נאך אױך װען די פרױ איז נאך א עובר במעי אמה. עס װערט קורץ דערנאך, בּײ געבורט, געפּאוזט (אפגעשטעלט) פאר א מספר יארן.

פּיובּערטי
דוּרינג פּיובּערטי, װען דאס קינד װערט מקטנה לגדולה, יוזשעלי פון גיל 8 ביז 13, רי-סטאַרט עס (אדער רעזוּמט-עס) די צעטײלונג, און עס ענדיגט זיך שאָרטלי אײדער אָװיוּלעישאן. אַיעדע חודש װערן א קלײנע נומער פון פּרײמערי אעסײטס באפרײט פון די פּאוז אין װעלכע זײ זענען ארײן בשעת'ן געבױרן װערן, כדי צופארענדיגן מײאוסיס 1, אװאו אײנע אדער אמאל צװײ (נאָן אײדענטיקל צװילינגס) װערן רעליעסד אין צו די פֿעלאופיען טיוב וראוי להפרײה (פערטילײזעישאן).
דא, קורצליך אײדער אװיוּלעישאן, ענדיגט זיך די ערשטע צעטײלונג אדער מײאוסיס 1, אװאו דער רעזאָלץ איז צװײ האַפּלױד "טעכטער-סעלס", יעדע אײנע נאר מיט א האלבע צאל פון קראומעזאומס פון א געװענליכע סאָמאַטיק סעל, דהײנו 23 קראומעזאומס און 46 קראומעטײדס. אײנע, א סעקאָנדערי אעסײט און אײנע א פּאָלער באדי װעלכע פאלט אװעק. מערקט די דיפערענץ צו אױבן - די סאמאטיק סעלס צעטײלונג, אװאו די קראומעזאומס בלײבן 2n.

אָװיוּלעישאן
די סעקאנדערי אעסײט װערט רעליעסט פון די אױפגעפּלאצטע פאָליקעל אין װעלכע זי געפינט זיך, און ארױס פון די אװעריס, ארײן צו די פֿעלאופּיען טיוב.

מײאוסיס 2
די סעקאנדערי אעסײט גײט דאַן תיכף ארײן אין די נעקסטע שטאפל - מײַאוסיס 2, פּאָוזעס װידער אין א שטאפל װאס הײסט מעטאפֿעיס 2, און װארט אױף דער מאן'ס זרע פערטילײזעישאן, זיך גרײטענדיג פאר א מזל טוב.

נעמט אינאַכט אז דער סײַקל, די קאָמפּלישען פון מײאוסיס 2 אױף א פרישע קלײנע צאל פּרײמערי אעסײט איעדע חודש געשעהט שױן פון װען די תורמות גײט ארײן אין פיובערטי און הױבט אהן בלוטיגן און קריגן װסתות. פאטענטשעלי פון די אכט יאר. (סתם אין קעיס דער אױבנדערמאנטע אינגערמאן האט מצליח געװען אײך צו פארדרײען א קאפ אז די צעטײלונג געשעהט נאר אין די צװײטע פרױ. ס'געשעהט נאר אין די צװײטע פרױ, פאר יענע אײערלעך װאס זי װעט רעליעסן פון פאוז, יעדע מאנאט. אבער דער עצם פראצעדור געשעהט שױן אין די תורמות אסאך מער װי ס'װעט געשעהן פאר די מקבלת פאר א גוטע פאר יאר צוקומען).

פערטילײַזעישאָן
יעצט, אױב װערט די סעקאנדערי אעסײט, שױן יעצט אהנגערופן אַן אָטײַד סעל, פערטילײזד, ענדיגט זיך מײאוסיס 2 אין װעלכע די אעסײט צעטײלט זיך צום צװײטן מאל, דאסמאל צעטײלענדיג די 46 קראומעטײדס, און שאפענדיג װידער צװײ טעכטער סעלס, אײנס א גרעסערע, אהנגערופן א מעטשור אָװוּם אדער גאַמיט (פערטילײזד ביצה); אַיעדע אײנע פארמאגענדיג בלױז 23 קראומעטײדס װעלכע פארװאנדלן זיך עגעין אין קראומעזאומס. ממילא בלײבן די סעלס נאכאלס האַפּלױדס, האבענדיג יעדע 23 קראומעזאומס.

פֿיוּזשען
דאן קומט די לעצטע שטאפל אװאו דער מאן'ס האַפּלױד זרע סעל פיוּזד (אדער קאָמבּײנט זיך) צוזאמען מיט די אָװוּם סעל און שאפן װאס הײסט א זײגאָט, א דײפּלױד סעל (מיט צװײ מערכות\סעטס, אבער אין טאטאל א פולער 46 קראומעזאומס, האלב און אײן מערכה פון די פרױ, האלב און די אנדערע מערכה פון די מאן. ס'װעט נאך נעמען א 5-7 טעג פאר די זײגאָט צו טרעװעלען די פֿעלאופיען טיוב ארײן צו דער רחם און פון דארט מאָלטיפּלײד זיך עס און דעװײד זיך עס װײטער און ס'שאפט זיך פון דעם דאס עיבור.

אגב, א רעגולער דײפּלױד סעל װערט אין רוב פעלער דעפײנד צוהאבן '23 פּאָרלעך פון האָמאָלעגוּס קראמאוזאומס' (ס"ה 46) װײל יעדע פארל פון 2 פארמאגט די זעלבע דזשין (כאטש דיפערענט עלליעלס), נאר אײנס פון די טאטע און אײנס פון די מאמע. אזױ זענען זײ ארגאַנאָזירט.

װי האט @שמייכעל ליב צופארענדיגן אין אזא פאל? מה רבו מעשיך ה' כולם בחכמה עשית (חוץ מכמה אנשים).

איך מײן אז כ'האב נישט געמאכט א טעות; אױב יא זאל מען מיך און װעט מען מיך זיכער פאררעכטן.
 
לעצט רעדאגירט:
מײאוסיס 1 - און אפילו טעֶלאָפֿעיס 1 - א פאזע װֿיטהִין מײאוסיס 1, װען די ערשטע צעטײלונג פאנגט זיך שױן עקשוּלי אהן, ד.ה. פון 46 קראומעזאומס רעדוּסד צו 23, פאסירט נאך אױך װען די פרױ איז נאך א עובר במעי אמה. עס װערט קורץ דערנאך, בּײ געבורט, געפּאוזט (אפגעשטעלט) פאר א מספר יארן.
Telophase I געשעהט פאר אוויולעישאן (לויט Gemini און Copilot, ע"פ שני עדים יקום דבר)
 
לעצט רעדאגירט:
דעמאלס ענדיגט זיך עס; אבער אהנפאנגען, הויבט זיך עס אהן אין די 12טע וואך פון ג'אסטעישאן.
 
איך האב א חבר א אינגערמאן מיט אסאך נאלעזש און א גוטע פעדער, זיינע ארומיגע האבן אים געפרעגט וואס איז די שאלה פון די שחלות, האט ער דעסיידעט עס אפצושרייבן, מיט אלע דעטאלן מיט שיינע הסברים אלע צדדים, ס'איז אויסגעקומען א שיינע לאנגע דאקומענט, ער האט צוגעענדיגט אז ער נעמט נישט קיין צד, מי אני להכניס את ראשי בין ההרים הגדולים וכו'.
מען קען זעהן ער באציהט זיך אימפּליסיטלי צו אסאך פון רב אברהם עמרם מײזלס' תשובה און ער פרובירט אים אפצוענטפערן.
 
דעמאלס ענדיגט זיך עס; אבער אהנפאנגען, הויבט זיך עס אהן אין די 12טע וואך פון ג'אסטעישאן.
עס בלייבט פארשפארט אין מיאסיס 1, אין די פריער פאזע, נאך איידער די כראמאזאמען צעטיילן זיך.
קוק דא:
Oocyte - Wikipedia

Prophase I arrest​

Female mammals and birds are born possessing all the oocytes needed for future ovulations, and these oocytes are arrested at the prophase I stage of meiosis. In humans, as an example, oocytes are formed between three and four months of gestation within the fetus and are therefore present at birth. During this prophase I arrested stage (dictyate), which may last for many years, four copies of the genomeare present in the oocytes. The arrest of ooctyes at the four genome copy stage appears to provide the informational redundancy needed to repair damage in the DNA of the germline

אין פאקט האט דער איי-צעל 92 כראמאטידן.
 
לעצט רעדאגירט:
23 פון יעדער עלטערן, האבן מיר 46. יעדער כראמאטיד איז געדאפלט, האבן מיר 92 (אנטשולדיגט, 93 איז געווען א טייפאוי…)
דער אמת איז, אז כמעט אלע צעלן אין אונזערע קערפער וועלכע האלטן זיך אין איין דאפלען, פארמאגן רב צייט 92 כראמאטידן.

כראמאטיד: איינס
כראמאזאם: א סעט פון צוויי אידענטישע כראמאטידן.
 
לדוגמא רבי משה פיינשטיין ז״ל פסק׳ינט אז מען יוצא די קריאת מגילה מיט א מיקרופון , ווייל על פי
הלכה איז עס נישט קול הברה , כאטש ער האט פראשטאנען אז זי קול ווערט איבער גימאכט מי די עלעקטרי , די הלכה קוקט עס אהן ווי די אריגינאל
קול ,ויש חולקין
אבער עס איז מוכח אז די הלכה איז נישט
משועבד צו סייענס
דרך אגב דער מנחת אלעזר זאגט אויך אזוי
מען קען יוצא זיין אויף קול פון טלפון .
 
אחד שאל את הגאון רבי אורי האלצמאן שליט"א אם יש איזהו רמז להשתלת שחלות ואמר שזה אולי התגשמות הברכה "לא יהיה בך עקר ועקרה!" ודברי פי חכם חן!
 
23 פון יעדער עלטערן, האבן מיר 46. יעדער כראמאטיד איז געדאפלט, האבן מיר 92 (אנטשולדיגט, 93 איז געווען א טייפאוי…)
נו, דאס האב איך דאך געשריבן:
מײאוסיס 1
נאכדעם, בערך 12 צו 25 װאכן ארײן אין די הריון, טױשן זיך די סעלס, און ענטערן די סטעידזש אהנגערופן מײַאוּסיס 1, און זײ באקריגן א נײע נאמען - פּרײמערי אעסײטס. זײ זענען נאך אצינד דײפּלױד סעלס יעדע דור, ד.ה. סעלס מיט 46 קראומעזאומס אבער 92 קראומעטײדס = 4 מערכות)
 
האסט מיר נישט גיענטפערט צום עניין וואס איז די חילוק פון גירות
איך ווייס אויך פון דעם ועוד נעיין אבער זיין סברא פשוטה איז אז סאיז נתייחס לנתרמת אדרבה פאר וואס ברענגסטע נישט ארויף זיין תשובה בשלימות אזוי ווי די האסט ארופגברענגט די אנדערע דארט רעדט ער אויך זייער שארף אז מטאר עס נישט טוהן
אונז זענען מודה אז נאכדעם וואס משה שאול קליין מיט חזקיה כהן זענען גיווען ביי אים מיט א דאקטער און זיי האבען אים אראפגישטעלט כאלו דאס איז ממש ביצים האט ער עס געאסרט
דאס מיינט ביי א נארמאלע מענטש אז משה שאול האט עס געאסרט

איך וויל וויסען פאר וואס אין די שאלה וואס מהאט לעצטנס מפרסם גיווען פון ר' משה שאול קליין צו זיין רבין רב וואזנער ברענגט ער נישט ארויף א צד דן זיין אפשר ווי באלד סאיז נישט נגמר האט עס נישט קיין דין זרע
א צד דן זיין אפשר ווי באלד סאיז נישט נגמר האט עס נישט קיין דין זרע? וואס הייסט נגמר און וואס הייסט נישט נגמר? נאכן אביולעישן איז עס שוין יא נגמר? ס'פעלט דאך נאכדעם נאכאלץ אויס נאך א צוטיילונג אז ס'זאל קענען געפרוכטבארט ווערן? און נאכן הפרייה פעלט נאך אויס נאך טריליאנען צוטיילונגען אז ס'זאל ווערן א גוף שלם? און נאך דערצו אז דער וולד וואס ווערט נוצר, איז דומה ממש לבעלת השחלה פונקט אזוי ביי השתלת שחלה ווי ביי השתלת ביצה, נו ווי שטעקט דא א חילוק רבונא דעלמא כולא?

און דער אמת איז, אז איך האב באמת טאקע געוואלט מאריך זיין מיט נאך א תגובה איבער פונקטליך וויאזוי אביולעישן גייט צו, כדי צו קענען פארשטיין די נארישקייט פון די טענת המתירים איבער די חילוק פון השתלת שחלה און השתלת ביצה. נאר יעצט זעה איך אז @קץ דוחק האט מיך שוין מקדים געווען מסביר צו זיין דעם גאנצן ענין בפרטי פרטיות, תשואת חן חן לו. ממילא איז פשוט איבריג עס איבערצוגיין. אבער נאר בקיצור נמרץ וועל איך איבערגיין די ראשי פרקים היוצא מתמצית דבריו. און איך וויל קלארשטעלן אז איך רוף עס דווקא נישט אן, און איך שרייב דירעקט נישט מיט די הויכע שפראך, וואס גיבט נישט צו להבנת הענין, און ווי אויך האב איך כמעט נישט דערמאנט אסאך פרטים ופרטי פרטים וואס קען בלויז נאך מער צומישן, ווייל איך וויל אז יעדער זאל עס פארשטיין ווי ווייט ס'איז בכלל נישט דא קיין אמת'דיגער סברא להיתר.

איז אזוי: באמת געשעהט דא דריי שטאפלן. קודם די תקופה פון ''אוממעטשארט עגג'' דאס איז ווען די ביצה סעל איז זייענדיג נאך באהאפטען אין די שחליים ארומגענומען מיט די ''פאליקעל''. דאס איז אזא שיכט פון סעלס וואס נעמען ארום די ביצה, און טוען צושטעלן אזוי ווי סופארט פאר די ביצה. די תקופה גייט אן פון איר יצירה ביזן עונת הבגרות.

דענסמאל הייבט זיך אן די פיריעד סייקל. דאס געשיהט ווען אירע האורמאונס גערופן Follicle Stimulating Hormone אין קורצן (FSH) זענען גורם אז געוויסע פאליקאלס דאס הייסט ביצים ארומגענומען מיט סעלס, הייבן אן זיך אויפצובלאזן אין די שחלה, און איין פאליקעל הייבט אן ווערן גרעסער ווי די אנדערע, דאס ווערט דאן גערופן די ''דאמינענט פאליקעל'', נאך דעם געשעהט אז דער דאמינענט פאלעקעל קראכט אויף, און די ביצה סעל ווערט רעליעסט פון די שחלה, און גייט אריין אין די fallopian tub וואס ווערט גערופן חצוצרה, גרייט נאכדעם צו גיין ווייטער צו קענען מופרה ווערן פון די זרע האיש, און דאס איז וואס ווערט אנגערופן ''אביולעישן''.

אבער בערך צווישן 24 און 36 שעה בעפאר אביולעישן, געשעהט א גמר פון א צוטיילונג פון די ביצה סעל אויף צוויי, איינס אביסל גרעסער פון די אנדערע, און דייקא די גרעסערע וואס ווערט גערופן די ''מעטשאר עגג'' איז וואס ווערט ריליעסט פון די שחלה אריין אין די חצוצרה, גרייט צו ווערן געפרוכטבארט פון די זרע האיש סעל. אבער בעפאר ער איז גרייט פאר הפרייה, דארף ער נאך דורך גיין נאך א צוטיילונג, וואס דאס געשעהט בשעת ווען אן איינצעלנער זרע האיש סעל, פון צווישן מילי מיליאנען סעלס, דרינגט אריין אינעם ביצה סעל, געשעהט דעמאלטס נאך א צוטיילונג און עס ווערט א דריטע סעל, און דער דריטער סעל צוזאמען מיטן זרע האיש סעל באשאפן דעם יוניק זייגאוט סעל, וואס דאס איז דער יסוד העיבור וואס הייבט זיך אן צו מאלטיפלייען ביז טריליאנען סעלס ביז ס'ווערט א גוף שלם.

יעצט נאך דעם קורצן הקדמה, איז לאמיר זעהן, נייתא ונחזי צו ס'איז נאך בכלל דא עפעס אן אמת אין די טענה אז ''אפשר ווי באלד סאיז נישט נגמר האט עס נישט קיין דין זרע?
דער אמת איז דאך אבער אז אויב א סעל דארף זיך נאך צוטיילן הייסט עס נישט נגמר, דעמאלטס פארוואס זאל א ביצה אראפ פון די שחליים יא הייסן נגמר? ער דארף זיך דאך נאך ווייטער צוטיילן? און בעצם נאכדעם דארף ער זיך ויייטער און ווייטער האלטן אין איין צוטיילן ביזן משלים זיין א גאנצער גוף? נו מיט וואס איז דער צווייטער מער פארטיג ווי דער ערשטער?

און אויב איינער זאל זיך דווקא יא מתעקש זיין און וועלן מאכן א חילוק של הבל צווישן די צוויי, קומט דער פאקטישער מציאות אז דער חומר הוולד - וואס ווי אונז ווייס מיר שוין יעצט איז דאס די סעלס, - איז אקוראט די זעלבע דומה צו די מאמע ווען מ'איז משתיל א שחלה וביצים שעליה, ווי ווען מ'איז משתיל אן א.ג.פארטיגע ביצה, און איז מוכיח בעליל ולהדיא למעלה מכל ספק אז דאס איז שקר ומופרך פונעם מציאות.

נו וואסערע טענה קומט יעצט? אז ווי זעהט מען אז חז''ל קוקען אויפן מציאות...?

רבונא דעלמא.. די גאנצע פשעטל לחלק בין תרומת ביצה להשתלת שחלה ווייסן מען אך ורק פון די היינטיגע סייענס, און ווען מ'טענה'ט זיי צוריק אז לפי די סייענס איז דאך דער וולד דומה אינגאנצן לבעלת השחלה פונקט אזוי ווי ווען מ'איז משתיל א ביצה סעל בעודו מחובר לשחלה ווי ווען מ'איז משתיל א ביצה אפגעטיילט פון די שחלה, נו אויב אזוי וואס איז בכלל דער סברא לחלק בין זה לזה? זה הוא ביצה סעל וזה הוא ביצה סעל? איז דער תירוץ אז איך גיי נישט מיט קיין סייענס, נאר מיט חז''ל.....
היש לך ליצנות גדולה מזו?

און מער איבער דעת חז''ל איבער ווער ס'איז די עכטע מאמע, אין די נעקסטע תגובה בעזר השם.
 
לעצט רעדאגירט:
יישר כח @בינה ודעת, אמת'דיג גוט און שיין געשריבן.

איך וויל אבער פראבירן צו פארשטיין, טאמער שוין שרייבן לויט ווי מיר ווייסן היינט, וויאזוי ערקלערסטו די גמרא ״אביו מזריע הלובן שממנו עצמות וגידים וצפרנים ומוח שבראשו ולובן שבעין און אמו מזרעת אודם שממנו עור ובשר ושערות ושחור שבעין״ און דער צייט וואס אין פאקט ווייסן מיר אז אין יעדער פון די 23 כראמאטידן וועלכע יעדער איינער פון די עלטערן ביישטייערן, ליגט די גענעטישע אינפארמאציע צאמצושטעלן א פולקאמע באשעפעניש?

די זיגאטא פארמירט א בלאסטאסיס. דערין איז פארהאן א גראפע צעלן וועלכע פארמאגן דריי שיכטן. פון דער דרויסענדע שיכט וועט זיך אנטוויקלען, צווישן אנדערע, די הויט, די נערוון און דער מוח. פון דער מיטלעסטע שיכט פארמירן זיך די מוסקלען, ביינער און דאס הארץ. דער אינערווייניגסטע שיכט איז פאראנטווארטליך אויף די אינערליכע ארגאנען, ווי דער מאגן, די קישקע און אזוי אויך די לינגען. אין דער צייט וואס די גמרא צעטיילט זייער שיין די געביין אין דעם מענטש צווישן טאטע און מאמע אויף א וועג, וואס איז, ווי עס שיינט, געווען אנגענומען אין יענער צייט.

אריסטאטאל זאגט גאנץ אן ענליכע געדאנק און טאמער חז״ל האבן זיך באצויגן צו איהם, באדייט דאס אז זיי ווילן זאגן, אזוי ווי מען האט פאקטיש געהאלטן דעמאלס, אז דאס קינד פארמירט זיך פון די בלוט פון דער מאמע׳ס ווסת וועלכע איז מזריע דאס קינד און געבט איהם די נויטיגע ליחות. פאר די גמרא איז דאס געווען גענוג אויף צו באציען דאס קינד נאך זיין מאמען, איינפאך צוליב דעם וואס זי האט איהם געשאנקען איר מוטער-געבער פאר ניין מאנאטן.

און אויב שוין די. ען. עיי, וואלטן מיר אלע געדארפט זיין מער א קינד פון אונזער מאמע ווי פון אונזער טאטע, ווייל ווי מיר ווייסן, איז די מאמע דער איינציגסטע וועלכע שענקט דער מיטאקאנדריען פון דער צעל און אלא אירע די. ען. עיי. זענען בלויז מוטערליך. איי וועסטו וועלן פרעגן, די אויפגאבע פון די מיטאקאנדריע איז בלויז צו פארזארגן ענערגיע און שפילט נישט א ראלע אין דאס אנטוויקלונג פון דאס קינד׳ס כאראקטארן? דאן פילייכט קען מען זאגן דאר זעלבע זאך אויף מוסקל-צעלן, די בלוט, אפילו דאס הארץ, קיין איינס פון זיי איז נישט באאויפטראגט אויף די כאראקטער פון דעם מענטש.

און פילייכט גאר, דארף מען קוקן און זען אין די גענעטישע אלעאלס (Genetic Alleles) ווער דאמינירט מער די כאראקטארן פון דעם מענטש און פון וועם זיי שטאמען און לויט דעם באשליסן דעם מענטש'ס יחוס?

איך מיין אז יחוס איז א הלכה'דיגע שאלה און איבערהויפט נישט קיין סייענטיפישע. עס גייט אפשר אריין אין דער שנירל פון מי אני איבער מערידזש און אידישע יחוס און שפעטער דא. (איך ברענג עס בלויז צו, צו ווייזן אז צו קענען פסקנ'ען איז נישט גענוג צו דערגיין דער שורש פון די ביאלאגישע און פיזיאלאגישע אספעקט דערפון נאר מען דארף פונקט אזוי, גוט דורכטוהן ביז צום שורש, אלס אנבאלאנגט יחוס און עלטערנשאפט אין דער הלכה'דיגע זין.)
קודם כל א ישר כח פאר אייער יישר כח, און אנטשולדיגט מיר פארן נישט רעאגירן ביז היצט, טרוד הייתי מאד. יעצט צום ענין וועל איך פרובירן צו מעיר זיין על ראשון ראשון.

בנוגע די 23 כראמאטידן פארשטיי איך נישט וואס אייער טענה איז? איר פרעגט פונקט אזוי אויפן מציאות ווי אויף חז''ל, דאס איז דער קלארער פאקט אז די יצירה געשעהט פון ביידע, סאו איר טענה'ט אז ס'וואלט דאך ווען געקענט געשהן פונקט אזוי פון איינס, די קשיא איז עפעס אויף חז''ל מער ווי אויפן מציאות?

בנוגע די דריי שיכטן: זעה איך בכלל נישט דא עפעס א סתירה צו חז''ל. זיי די רופאים באציען זיך צום פארטיגן שוין צוזאמגעשטעלטן זייגאוט, און זיי באציען זיך בכלל נישט וועלכער חלק קומט פון ווי. משא''כ חז''ל רעדן יא איבער וויאזוי דער זייגאוט ווערט צוזאמגעשטעלט ווער גיבט וואס. במילא ווי איר זעהט דא סתירה צווישן זיי, ווייס איך נישט.

בנוגע דעם מיטאקאנדריען און כאראקטער: האב נישט באמת פונקטליך פארשטאנען וואס איר ווילט ארויס ברענגען, אבער ווי געזאגט פריער, דאס אז דער עיבור סעל איז נוצר געווארן פון די זרע האב סעל מיט די ביצת האם סעל, און דער עיבור סעל דאפלט זיך און פארמערט זיך איינער פונעם צווייטען ביז צו א גוף שלם, און דאס אז די צווייטע מאמע האט גארנישט קיין שייכות מיטן עצם מהותו וחומר הוולד אויסער דאס אז זי שטעלט צו נוטרישען און אקסיגען להחיות את הסעלס, דאס איז א קלאר באשטעגטיגטער פאקט, וואס ס'איז נישט דא וואס צו טענה'ן אדער מפלפל זיין אויף דעם.

נאר יעצט לאמיר זעהן וואס דעת חז''ל איז אויף דעם. איר שרייבט וועגן אריסטו, אז דאס קינד פארמירט זיך פון די בלוט פון דער מאמע׳ס ווסת וועלכע איז מזריע דאס קינד און געבט איהם די נויטיגע ליחות.
איז באמת דער רמב''ן און די זעלבע דער רבינו בחיי ווילן טאקע זאגן בערך אזוי, דער רמב''ן זאגט אז די אשה גיט די ''דם הרחם שמתקבץ בשעת מעשה'' און דער רשב''ץ אין זיין ספר מגן אבות לייגט צו, אז ''כי הוא אריסטו לדקות שכלו הגיע למה שקבלו חז''ל''. נאר וואס דען? איר ווייסט וואס נאך זיי זאגן? אז ס'איז בכלל נישט דא אזא זאך ווי זרע האשה!! דער רמב''ן גראדע זאגט עס נאר אלץ ספק אבער עכ''פ. און וואס נאך זאגט דער אבן עזרא מיט די רבינו בחיי? אז דער עיבור ווערט נאר נוצר מדם האשה, און די זרע האיש האט גארנישט קיין שייכות מיטן חומר הוולד נאר דאס אז ס'איז מקפיא דעם דם האשה אז ס'זאל קענען ווערן דערפון אן עיבור! וואס דאס אלעס זענען זאכן וואס ווי אונז ווייס מיר אלע, אז דער קלארער מציאות איז גענצליך אנדערש.
און נאך מער, דער רמב''ם אין הלכות איסורי ביאה פרק ה' הלכה ד' זאגט קלאר נישט ווי זיי, נאר לייגט אראפ דאס מציאות ווי מיר ווייסן דאס היינט. און רבי מאיר אבן אלדבי אן אייניקל פונעם רא''ש אין זיין ספר שבילי אמונה הנתיב הרביעי השביל השני ד"ה הרחם, זאגט אויך זייער קלאר אזוי ווי מיר ווייסן עס היינט צוטאג, וזה לשונו: וסמוך לרחם הם שני ביצי האשה שהם מקום זרע לאשה, ומהם ישפך זרע האשה לחלל הרחם דרך גרונו, וכאשר יוצק זרע הזכר ברחם, יצא גם כן זרע מאותם ביצי האשה, וישתתף עם הזרע ההוא של הזכר ואז יולד מהם מה שנולד.
און אויך אין ספר מעשה טוביה (גן נעול פ''א) פון איינעם פון די קדמונים זאגט ער אויך קלאר נישט ווי זיי, ער הייבט דארט אן אזוי: רופאים האחרונים מבעלי הדתיות והמודים בתורתינו הקדושה הכו על קדקדו (של אריסטו בעבור סברתו שאין לאשה זרע כלל) והביאו ראיות אחרות הסותרות ראיותיו הכזביות, וקצתן אזכירה וכו' עיין שם ההמשך.

עכ''פ האמיר דא אזוי: מ'האמיר א לשון הגמרא וואס לויט ווי טייל ראשונים לערנען פשט אין די גמרא איז דאס קעגן דעם פשוט'ן מציאות, און לויט ווי אנדערע ראשונים לערנען איז דאס גאר א ראיה צום פשוט'ן מציאות.

איז די שאלה אזוי: צו דאס הייסט אויך ווי א פאל וואס חז''ל זאגן אנדערש ווי א מציאות וואס דעמאלטס גייט מען בלינדערהייט ווי חז''ל? אדער זאג איך אז חז''ל אליין שטימען זייער גוט מיטן מציאות, ס'איז נאר די ראשונים וואס זייער פירוש אין די גמרא שטימט נישט מיטן מציאות, איז אויף אזא פאל זאג איך יא אז איך נעם נישט אן דעם פירוש, ווייל די ראשונים האבן נאר אזוי מפרש געווען לפי זייער דעמאלטס'דיגער ידיעה אינעם מציאות, אבער היינט אז מזעהט קלאר אז דער מציאות איז אנדערש, גייט מען יא פשט אין די גמרא לויטן היינטיגען מציאות, ובפרט אז געוויסע ראשונים זענען שוין אויך אזוי מפרש.

אויף דעם זאגט דער הייליגער חתם סופר זייער קלארע ווערטער. קודם אין חידושי חת''ס אויף נדה י''ח ע''א וזה לשונו:
''כאן כשנמצא בקרקע פרוזדור. מהו פרוזדור וחדר וגג וקרקע ועליה. אחרי החקירה מפי ספרים וסופרים וחכמי הניתוח אי אפשר לנו להכחיש המציאות שאינו כפירוש רש''י ותוספות וציור מהר''ם לובלין ואין לנו אלא מה שכתב הרמב''ם בחיבורו איסו''ב פ''ה ה''ג ובפירוש המשנה. אלא ששם בפירוש המשנה יש איזה גמגום בסופו עיין שם. ותמצא הציור הנכון בספר מעשה טוביה ובספר שבילי אמונה וכו', ולכן לא הטרחתי כלל בביאור דברי רש''י ותוס' בשמעתין, כי אי אפשר להולמן לפי המציאות האמיתי, ואתה דע לך''. עכ''ל.

און אין תשובות חתם סופר יו''ד סימן קס''ו זאגט ער אזא לשון:
האמת שלפמ"ש תוס' נדה מ"ב ע"ב ד"ה שהוציא, משמע דבית החיצון שהשמש דש שם הוא חוץ לפרוזדור, וא"כ דברי נב"י נכונים, כיון דבבשרה היינו חוץ לפרוזדור ה"ה ההרגשה נמי שם הוא והיינו זיבת דבר לח. אבל באמת כל זה כתבו תוס' לפי הבנתם, וכן רש"י ז"ל פי' סוגיא דפרוזדור (י"ז ע"ב) לפי מה שצייר מהר"ם לובלין, הכל לפי שכלם, אבל אחר בקשת המחילה מרבותינו הקדושים לא צדקו דבריהם בזה, כי האמת עם הרמב"ם כאשר יעיד הנסיון ע"פ חכמי וספרי הניתוח אשר לפנינו מספרי בני ישראל כמו מעשה טוביה וספר שבילי אמונה, ושם במעשה טוביה יש טעות קצת בציור הלול, ויש לפני עוד ספרים מדויקים מרופאים מומחים אשר לא מבני ישראל המה, בכמה וכמה ציורים כולם יעידון ויגידון כהרמב"ם ז"ל, ומיניי לא נזוע. גם שאלתי רופאים וכך אמרו לי. עכ''ל

זעהט מען דאך שפתותיו הקדושים ברור מללו אז בכי האי גווני גייט מען פשט אין חז''ל לויט ווי דער אמת'דיגער מציאות איז. במילא ווי נאריש און פאלטש איז צו קומען על סמך זה מקיל צו זיין אין אזעלכע דברים חמורים קעגן דעם טרוקענעם הארטען מציאות? ובפרט ווי איך האב שוין אזויפיל מאל ערווענט אז לפי די סברא וואלט פונקט אזוי מותר געווען תרומת ביצה, אזאך וואס די מתירים אליין האבן בעבר עס געאסרט בתוקף. קומט מען אויף מיט חילוקים של הבל געבויעט אויף סייענס וואס איז ווייטער קעגן מציאות וואס ווייזט קלאר און דייטליך נישט אזוי, ענפערט מען אז מ'גייט מיט חז''ל.. וחוזר חלילה...

פילפולים של שקר עד אין שיעור קען מען מאכן אויף יעדע זאך, ואין קץ לדברי רוח, אבער ווער ס'טוט דורך דעם ענין אן קיין נגיעות, דער זעהט גאנץ גוט דעם ריינעם אמת אז דער היתר איז געבויט אויף הויל שקר וכזב, דברי הבל ורעות רוח. ובפרט ווי ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד אז נאר געלט שטייט דא אונטער די גאנצע מערכה, און מ'לייגט אן קיין בושה שרעקליכע טעראר אויף די רבנים מ'זאל נישט משמיע זיין דעם דעת תורה האמיתי בענין חמור כזה און נאכדעם שרייט מען נאך וואס ווילסטו? ס'איז דא רבנים המתירים? רחמנא ליצלן! דאס הייסט א דעת תורה? אז לא די מ'מאכט אסיפות און מ'איגנארירט גענצליך די דעת האוסרים, נאר מ'האט נאך די חוצפא ועזות מצח צו לייגן טעראר אויף רבנים נישט צו משמיע דעם דעת תורה האמיתי בראש כל חצות אין לך חוכא וטלולא מהתורה גדול מזה!
פאר אביסל געלד און טעראר פארקויפט מען די תורה הקדושה מיטן כלל ישראל ?

ומכאן הקריאה יוצאת לכל רבנים המתירים בשם כל יראי השם הנאמנים לה' ולתורתו הקדושה:
אל נא אחי תרעו גורם צו זיין חלילה אזא שרעקליכן פגם חמור בקדושת היחס של זרע ישראל עם קודש ולהרבות ממזירים בישראל רחמנא ליצלן ולגרום על ידי זה הסתלקות השכינה מישראל חס מלהזכיר,
להיות לך לאלקים ולזרעך אחריך, דאין השכינה שורה אלא על המיוחסים שבישראל. אדרבה קומטס ארויס בריש גלי מיטן אמת אן קיין פחד ומורא מיטן אמת'ן דעת תורה וואס עטס ווייסט גאנץ גוט אליין דעם אמת, ולהעמיד קדושת עם ישראל על מכונו וטהרתו, און דורך דעם מקרב זיין די גאולה בב''א.
 
לעצט רעדאגירט:
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ר' אהרן גלייכט נישט דעם חת"ס.
 
Back
Top