הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

און א בפירושער ראיה האט איר פון דעם וואס ווען מ'קוקט אריין אין די הויפט מקורות פון די מתירים זעהט מען קלאר אז די גדולים פון איבער 100 יאר צוריק האבן ווייט נישט געקענט דעם מציאות וואס אונז ווייס מיר היינט. און דעסטוועגן דאך פארלאזט מען זיך אויף זיי מיט סברות כרסיות בלי שום מקור להתיר דברים חמורים כאלו! איך האב שוין דא מעתיק געווען דעם חת''ס אז אפילו אויף ראשונים טאר מען זיך נישט פארלאזן אויב ס'איז נגד המציאות.

און פון דא איז טאקע נאך א ראיה אז ווען די גדולים לעבן ווען היינט, און ווייסן ווען דעם היינטיגען מציאות וואלטן זיי ווען געאסרט בהחלט!
וואס זאלען מיר טוהן אז מיר קוקען אריין אין תשובות מנחת יצחק ח"ג ס' קי"ג וואס ער ברענגט פון די קובצים פון פארען קרוק אז איינער האט געטאנעט דיין טענה אז די יצירה איז דאך פון די ערשטע און מען זעט דאך אין בעלי התוספות אז מען גייט נאך די יצירה און די רבנים האבן אים נישט גיענטפערט אז די מציאות איז נישט אזוי נאר אז אין למידין הלכה מאגדה
 
איינער קען דא ארויפלייגן די תשובות פון ר' שלמה מילער און ר' בנימין כהן שליט"א?
 
Back
Top