הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

יואלי לאנדא האט געזאגט פאר איינעם, אז מ'זעהט ווי ר' מענדל איז משוחד [ נאך פון די ראבינאוויטש פרשה] השוחד יעור עיני חכמים אז ער שרייבט אזא תשובה, האט איהם די אנדערער געפרעגט איך האב נישט געוויסט אז די צד האוסרים האבן אויך איינער וואס פאנד זיי מיט ריזיגע געלטער.......וד"ל...
 
עטליכע אינגעלייט האבן אפגעשריבן א מענה אויף ר' מענדל זילבערס תשובה
 

בייגעלייגטע פיילס

עטליכע אינגעלייט האבן אפגעשריבן א מענה אויף ר' מענדל זילבערס תשובה
לויט ווי מ'הערט שטייט ר' שבתי קעסטנבוים אינטער דעיס.

ווי זענען אונזער אבן העזר תלמידי חכמים?? [ביי פרשת ראבינאוויטש האט זיך געטוהן דא פלפולים בהלכה]
 
ס'איז זייער פאשקיוויל'ש נישט בכבוד'יג געשריבן, נישט נאר כלפי ר' מענדל זילבער, נאר די לשוה"ק איז בחורי'ש. אבער לגופו של ענין איז דא דארט גוטע נקודות
 
AI איז נישט קטליא קניא ער האט אויכט א דעה
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_1241.jpeg
    IMG_1241.jpeg
    389.2 KB · געזען: 207
מיין כלל ווען ס׳קומט ארויס א קול קורא איז, אז דארך די קול קורא קען מען זען ווער שטעלט זיך נישט אקעגן.
דערווייל איז טאקע דא זייער ווייניג רבנים, ס'איז ממש בושות, איך פארשטיי נישט פאר וואס זיי געבן עס ארויס.....
 
ווען געבט יואלי לאנדא ארויס זיין קול קורא?
 
ק''פ

די היימישע גאס קאכט שוין די לעצטע פאר וואכן איבער די פרישע שערורי, אז עס איז דא א שאלה פון פעטענס פון חזיר וואס אריינגעמישט אין די שווארצע נארי (עלעקטריק טעיפ) וואס האלט צוזאם די סושי ראללס, עס איז דא רבנים האוסרים און רבנים המתירים זה לכאן וזה לכאן.

אלעס האט זעך אנגעהויבן אפאר חדשים צוריק, ווען איינער פון די גרעסטע דיסטריביוטערס פון די סושי באשטאנדטיילן אין די היימישע מארקעט איז געווען אויף א פאאד שוי אין לאס וועגעס, און געטראפן דארט א נייע נארי שיט וואס האלט צוזאם אסאך בעסער די סושי רוילס ווי די נארי וואס מהאט געניצט ביז היינט, זייענדיג אינטער די וואלאווא הכשר איז ער ביים אהיימקומען אריבער געגאנגען צום וואלאווא רב מיט די נייע אייטעם אנפרעגענדיג צו מקען עס אריינברענגען אין די היימישע מארקעט.

דער וואלאווא רב זייענדיג די מומחה בשדה הכשרות שוין די לעצטע 40 יאר סיי אין די מציאות און סיי אין די הלכה חלק, האט ער זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה אין געמאכט זיין ריסוירטש, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין די אייטעם ליגט א געוויסע אינגרידיענטס וואס האט אין זיך א געוויסע קעמיקעל וואס קען געמאכט ווערן מיט וועדזשטיבעל פעטענס און אויך מיט חזיר פעטענס, דער וואלאווא רב זייענדיג די גרויסע מומחה און די אלע קעמיקעלס און אינגרידיענטס, האט ער מברר געווען אז רוב פעקטאריס אין טשיינע ווי די סושי באשטאנדטיילן ווערן געמאכט ניצן וועדזשטעבל פעטענס נישט חזיר פעטענס, הגם אין וויעטנאם איז יא דא פעקטאריס וואס ניצן שומן חזיר פאר די אינגרידיענטס דארף מען נישט חושש זיין אז עס קומט פון וויעטנאם וכו'.

ליתר שאת האט זיך דער וואלאווא רב פארבינדן מיט ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א וואס איז שוין אויך אין די כשרות ליין די לעצטע 35 יאר, און ער איז אויך נאכגעגאנגען די גאנצע שאלה, און אויך געשריבן א תשובה להיתר.

למעשה איז האדמו"ר מניקלשבורג געוואויר געווארן פון די שאלה, און ער האט אפגעשריבן א לאנגע תשובה לאיסור, אז ער האט מברר געווען אז עס איז יא דא פאבריקן אין טשיינע וואס ניצו שומן חזיר אין די קעמיקאל, און די פאבריקן זענען רוב וכו'. אויך ר' איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א איז ארויסגעקומען מיט א תשובה לאיסור.
האדמו"ר מניקלשבורג שליט"א נאכן ארויסקומען מיט זיין תשובה לאיסור, איז ער ארימגעגאנגען צוזאמנעמען חתימות פון רבנים אויף א קול קורא מזאל נישט ניצן די נייע אייטעם אין די סושיס, וויבאלד אס איז א חשש שומן חזיר וואס איז אסור, כהיום איז שוין אינטערגעשריבן אויף די קול קורא ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א סקולען רבי שליט"א, ר' אהרן מענדיל טווערסקי בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א ויתר החתימות יתפרסמו...
 
אגב מ'דארף באגריסן ר' יצחק שטיין, ש'עלה לגדולה, סערשטע מאל ער שרייבט אינטער א קול קורא אלס "גאב"ד פאלטישאן".... אז מ'לעבט דערלעבט מען...
 
ר' מענדל זילבער האט היינט ארויס געקומען מיט א תשובה פון 9 זייטן, לאיסור
ער שרייבט צום סוף אז ער האפט אז אלע מתירים וועלן צוריקציען פון זייער היתר...
שמעתי אז ר' חיים אהרן אונגאר האט אפגענטפערט בתשובה ר' מענדל גאנצע תשובה, איינער ווייסט מער?
 
שמעתי אז ר' חיים אהרן אונגאר האט אפגענטפערט בתשובה ר' מענדל גאנצע תשובה, איינער ווייסט מער?

קוק אויבן תרמב האט עס געברענגט!
לענ"ד האט עס נישט חיים אהרן געשריבן ווייל ער האט געשריבן די שאלה צו ר' מענדל, איז פארשטענדליך אז ער גייט נישט טוהן אזא זאך
א מבין האט מיך געזאגט אז ס'קומט פון שבתי קעסטנבוים
ואגב ס'איז ארויסגעקומען א מענה אויף דעם ווי ער פארענטפערט אלע זיינע פירכא'ס!
 
לויט ווי איך האב פארשטאנען די תשובה פון הרב זילבער, איז די פראבלעם אז ס'הייסט אז מ'האט חתונה מיט די אנדערע פרוי וואס האט מנדב געווען די אויבעריס.

אבער אויב מטיט די טרענספלענט פאר די חתונה, אין די נדבן איז נאך א בתלה, דעמאלט האלט ער אויך אז ס'איז אסור?
 
שוין... חד גדיא חד גדיא
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 58985.jpeg
    58985.jpeg
    42.1 KB · געזען: 29
ס'איז א שאד אז מ'האט זיך אויסגעוועלט אזא נושא וואס טוט וויי אזויפיל צובראכענע קאפפעלס
און מ'מאכט זייער לעבנ'ס החלטות

ענדערשער זאל מען צוריקגיין צו וויליאמסבורג'ער עירוב, גבולות קרית יואל אריזאנע ווייץ, צומת הגידין, פלייש און סןפערמארקעטס וכדו'
 
Back
Top