ק''פ
די היימישע גאס קאכט שוין די לעצטע פאר וואכן איבער די פרישע שערורי, אז עס איז דא א שאלה פון פעטענס פון חזיר וואס אריינגעמישט אין די שווארצע נארי (עלעקטריק טעיפ) וואס האלט צוזאם די סושי ראללס, עס איז דא רבנים האוסרים און רבנים המתירים זה לכאן וזה לכאן.
אלעס האט זעך אנגעהויבן אפאר חדשים צוריק, ווען איינער פון די גרעסטע דיסטריביוטערס פון די סושי באשטאנדטיילן אין די היימישע מארקעט איז געווען אויף א פאאד שוי אין לאס וועגעס, און געטראפן דארט א נייע נארי שיט וואס האלט צוזאם אסאך בעסער די סושי רוילס ווי די נארי וואס מהאט געניצט ביז היינט, זייענדיג אינטער די וואלאווא הכשר איז ער ביים אהיימקומען אריבער געגאנגען צום וואלאווא רב מיט די נייע אייטעם אנפרעגענדיג צו מקען עס אריינברענגען אין די היימישע מארקעט.
דער וואלאווא רב זייענדיג די מומחה בשדה הכשרות שוין די לעצטע 40 יאר סיי אין די מציאות און סיי אין די הלכה חלק, האט ער זיך אריינגעלייגט בעובי הקורה אין געמאכט זיין ריסוירטש, למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין די אייטעם ליגט א געוויסע אינגרידיענטס וואס האט אין זיך א געוויסע קעמיקעל וואס קען געמאכט ווערן מיט וועדזשטיבעל פעטענס און אויך מיט חזיר פעטענס, דער וואלאווא רב זייענדיג די גרויסע מומחה און די אלע קעמיקעלס און אינגרידיענטס, האט ער מברר געווען אז רוב פעקטאריס אין טשיינע ווי די סושי באשטאנדטיילן ווערן געמאכט ניצן וועדזשטעבל פעטענס נישט חזיר פעטענס, הגם אין וויעטנאם איז יא דא פעקטאריס וואס ניצן שומן חזיר פאר די אינגרידיענטס דארף מען נישט חושש זיין אז עס קומט פון וויעטנאם וכו'.
ליתר שאת האט זיך דער וואלאווא רב פארבינדן מיט ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א וואס איז שוין אויך אין די כשרות ליין די לעצטע 35 יאר, און ער איז אויך נאכגעגאנגען די גאנצע שאלה, און אויך געשריבן א תשובה להיתר.
למעשה איז האדמו"ר מניקלשבורג געוואויר געווארן פון די שאלה, און ער האט אפגעשריבן א לאנגע תשובה לאיסור, אז ער האט מברר געווען אז עס איז יא דא פאבריקן אין טשיינע וואס ניצו שומן חזיר אין די קעמיקאל, און די פאבריקן זענען רוב וכו'. אויך ר' איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א איז ארויסגעקומען מיט א תשובה לאיסור.
האדמו"ר מניקלשבורג שליט"א נאכן ארויסקומען מיט זיין תשובה לאיסור, איז ער ארימגעגאנגען צוזאמנעמען חתימות פון רבנים אויף א קול קורא מזאל נישט ניצן די נייע אייטעם אין די סושיס, וויבאלד אס איז א חשש שומן חזיר וואס איז אסור, כהיום איז שוין אינטערגעשריבן אויף די קול קורא ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א סקולען רבי שליט"א, ר' אהרן מענדיל טווערסקי בן האדמו"ר מסקווירא שליט"א ויתר החתימות יתפרסמו...