דו װילסט רעדן פון ר' װײסמאנדל אדער דו װילסט רעדן פון ר' פנחס כץ? כ'װײס נישט פ"װ דו ענטפערסט אזױ קורץ. ס'קוקט אױס װי אדער האסטו קײן געדולד געהאט צו לײענען מײן גאנצע, אדער מײנסטו אז אנדערע זענען צו פױל צו לײענען מער פון עטליכע שורות. ממילא װעט מען דיך לײענען און מיך אױסלאזן. נו, ר' פנחס כץ זעהט אױך אױס צו טראכטן עלאנג דיע לײנס

.
דו האסט געזאגט אז זײ מײנען די זעלבע זאך האב איך אױפגעװיזן אז נישט. יעצט װילסטו גײן צו ר' פנחס כץ'נס חידוש שבדה מליבו און עס ארײנקװעטשן אין רמבם אױכעט, כאטש אפי' ער אלײנס פרובירט נישט דאס צוטוהן. סאױ לאמיר זעהן.
דא איז די בילד פון
@פעדער'ס
ארטיקל.
View attachment 5913
חצוצרות פארשטײ איך איז די 'פּעלאופיען טיוּבּ'.
סאוי קודם װעל איך דערמאנען די פירכות װאס איז פובליצירט געװארן אין די 'תגובה על מכתב הרהג ר"פ כץ שליטא':
1) כץ איגנארירט דעם פאקט אז די ביצות פאנגען זיך אהן אינעם עיבור מיט געצײלטע סעלס און מולטיפּלײען זיך צו מילאנע סעלסס דורכדעם װאס איר גוף איז 'פועל' דאס צוטוהן, און שפעטער נאך גיל 12, װאקסן זײ גרעסער און גרעסער דורך אירע הורמונס, ביז זײ זענען ראוי להזריע.
2) די װארט
תזריע װײזט יענער אױף פון רשי - אונקלס, תרגום יונתן, רסג, רשבם - מײנט פשוט "װערן טראגעדיג" און גארנישט צוטוהן מיט
װיאזױ די הריון איז געשעהן.
3)װען חזל זאגן אביו מזריע, אמו מזרעת, רעדן זײ פשוט פונדעם פאקט אז זײ בײדע זענען א
חלק צום יצירה פון קינד אהן זיך מתײחס זײן צו זײערע
פעולות דערצו. א ראיה װײל
כל ש"ז שאינו יורה כחץ מיקרי "אינה מזרעת" כאטש װאס ער האט זעכער געטוהן א פעולה, װײל
מ'קען נישט פונדעם מאכן א קינד.
4)די חצוצרות איז נישט א חלק פונדעם רחם לױטן רמבם און אױב דארף די הזרעה געשעהן אינדעם רחם האט קײן אײן קינד נישט קײן מאמע. און זיכער נישט אַן אײַ װי עף קינד.
אבער באמת אז מ'קוקט ארײן אינדעם רמבם איז נישט קלאר צו ער האט
יא געװיסט די מציאות, קוקט אױפ'ן בילד אױבן און לײענט פעדער'ס ארטיקל, און נאכדעם זעהט די רמבם'ס לשון אינעװײניג:
כ'װײס נישט אױב פרוזדור אדער חדר זענען אינטערטשעינדזשעבּל אדער פרוזדור איז די װעדזשײנע, און חדר איז די רחם? ס'איז נישט קלאר װאס ער מײנט 'בין חדר לפרוזדור'? איך װאלט געזאגט אז ער מײנט אפשר דאס די אװעריס הענגען אראפ ביז זײ זענען פאראלעל צו די פּױנט פון 'בין חדר לפרוזדור', נאר װי פעדער האט געזאגט איז זײן בילד נישט פראפארשענל. כ'האב נישט קײן נערװען יעצט צוגײן נאכקוקן אין װיקיפידיע װײל כ'װעל נישט ענדיגן ביז בײנאכט. װײטער װײס איך נישט װאס ער מײנט 'נקב פתוח'\'לול' און 'והאיבר נכנס לפנים מן הלול'.
אפילו פון ר' פנחס אלײנס איז נישט קלאר אױב ער סעטטלד אז 'הזרעה' איז װען ס'קומט אהן אין חצוצרות אדער װען ס'ערײװד אין די רחם? (פון די יעניגע װאס האבן פובליצירט די אױבן דערמאנטע פירכות קוקט אױס װי זײ האבן אנגענומען ער האלט הזרעה געשעהט אינדעם רחם). אבער װי ר' פנחס שרײבט שפעטער קוקט אױס װי ער האלט ס'איז אינעדעם חצוצרות. קען זײן װײל ס'איז אים װיכטיג געװען צו שטימען מיט'ן רמבם. ער איז צוריקגעבליבן מיט א 1000 יאהר:
צומײנט
שחרורן מהשחלה להחצוצרות? הָא קנאָוּס?
אבער שפעטער שרײבט ער:
מערקט זײן שטיק: 'אינדעם
חצוצרות װאס איז
מחובר צו די
רחם.
צוריק, צום רמבם:
סאױ דאס איז זיכער אז די רמבם רופט די גאנצע
אװערי, די גאנצע
שחלה -
'א ביצה' װאס איז א טעות. און אױב
'שבילים' מײנט ער די
'חצוצרות', זאגט ער, לכאו' אנדערש װי ר' פנחס, אז דארטן װערן די ביצים נאר נתבשל (נישט מִופרֶה), אױך עפעס װאס איז נישט אמת. זײ װערן נתבשל אינדעם שחלה און מופרה, אינדעם חצוצרות. אױך איז משמע פון דא אז אױב ר' פנחס' אזױ גערופענע 'הזרעה' איז א טהינג (די ביצה װערט נגמר להתבשל וראויה להפרייה),
געשעהט עס לױט'ן רמבם אינסײד די חצוצרות, װאס איז װידער נישט אין די רחם. מסתמא האט מען בימיו פונדעם רמבם שױן געזעהן די ביצה זיך פארזױמען אין די חצוצרות, האבן זײ דערפאר גערעכנט אז דארט װערט עס נתבשל? װײס איך נישט אױב די ביצה איז שױן גענוג גרױס יענע צײט אז מ'זאל שױן בימיו עס האבן געקענט זעהן מיט'ן אױג דורך א כלי? לגבי הפרייה, האט לכאו' דער רמבם אױך געהאלטן אז ס'געשעהט אינדעם רחם.
אױך, אז מען איז גוט מעײן אין ר' פנחס' װערטער (זעה אױבן און אױך װאס איך ברענג דא):
זעהט מען ער איז זיך סותר מיניה וביה װײל בתורמת ביצה, איז דאך די תורמת אױך
נישט א 'מזרעת' װײל ס'איז מסתבר אז מ'נעמט דאך ארױס די ביצה דירעקט פונדעם שחלה. און אױך איז עס נישט א
ספק װי ער װיל זאגן, נאכװאס ער כאפט זיך אז די א.ג. 'הזרעה'
געשעהט אינדרױסן, נאר מ'האט עס געאסרט װײל מ'זאגט אז דאס קינד איז
קלאר פונדעם ערשטן מאמע - בלי ספק.
שױן גענוג געפּאַטשקעט. איך האב געפלאנט קודם ארױפצוברענגען ר' מנחם זכריה זילבר און גײן לפי סדר פרסומם; אבער זעהט זיך אױס ר' פנחס איז דײן פעיװאריט, האסטו אים געגיבן דין קדימה. פײן!