Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
בתחילת כבודך, אבער דיין טענות זענען היבש שוואך וכנראה ביסטו נישט עקסטער אויסגעקאכט אינעם מציאות פון די היינטיגע מדע.
איך ווייס נישט אויב דו האסט שוין אמאל געהערט פון גענע עדיטינג, אבער דאס איז א סארט מציאות וואס פארשער שפילן זיך שוין ארום מיט א שיינע תקופה (דורך crispr technology), און זיין האבן נישט לאנג צוריק באוויזן צו נעמען ביציות און זרע פון היינטיגע וועלף און עס ארומגעטוישט לויט די גענעס פון א פארצייטישע וואלף וואס איז שוין געגאנגען עקסטינקט פאר צענדליגע טויזנטער יארן (למספרם), איז ס'איז טאקע נולד געווארן די פארצייטישע סארט וועלף.
די זעלבע קען מען טון מיט מענטשן און איך גלייב שווער אז ס'וועט זיין איינער וואס וועט האלטן אז טאמער וואלט מען געטוישט מיין גענעס צו מעטשן דיינע (אדער א שווארצנ'ס), וועט די געבוירענע קינד ווערן גערעכנט ווי דיינס (אדער דעם שווארצנ'ס) ע"פ הלכה.
כעיאל הגוח כעטילכטו נהכטיקח. ניעוך מיוחדןה טילטול יןךקאה מעוח חלקרך, עמחא חלךימ חןךיקע?
שטותים! איך האב דאס געלייענט עט די טיים; ס'האט נישט איינגעשטויסן מיט די אמאליגע דיערוואלףס.
ס'איז טאקע נישט נאכגעמאכט הונדערט פראצענט, ווייל ס'איז גאר א קאמפליצירטע פראצעדור (אפשר מיט עי איי וועט מען יא קענען?). אבער זיין האבן נאכגעמאכט אסאך אספעקטן דערפון.שטותים! איך האב דאס געלייענט עט די טיים; ס'האט נישט איינגעשטויסן מיט די אמאליגע דיערוואלףס.
אױב איז זי װי מײן באבע װאס לײגט ארײן איר גוף ונשמה אין א קעיק, װעט די קעיק טאקע זײן די שכנ'טע.כאילו איינער זאל טענהן אז ווען מיין ווייב בארגט א רעסיפי בוק צו באקן א קעיק וועט די קעיק באלאנגן צום שכנ'טע.
זיי האבן בעיקר געפאוקעסד אויף די דרויסענדיגע אויסזען (על מה שאנו דנין בכאן, און ביטע נישט פארפארן פונעם דיוןדו רופסט 20 עדיטס צו 14 דזשינס (אקעי שליסל-גענעס), װען א װײסע װאלף האט ארום 19,000 דזשינס, נישט נאכגעמאכט %100?
ער זאגט גוט צו דער זאך , דנ״א איז גורם די געשטאלט פון א מענטש , אזוי ווי א רעסיפי איזאױב איז זי װי מײן באבע װאס לײגט ארײן איר גוף ונשמה אין א קעיק, װעט די קעיק טאקע זײן די שכנ'טע.
דאס הייסט אז ב'אמת וואלט דאס קינד'ס הויט געווען ווייס, גלייך צו די צווייטע מאמע וואס דאס איז דאך די שאיפה און די ציל פון די נשתלת, גייען אבער די דאקטורים און להכעיס שפילן זיי זיך ארום מיט די דזשינס צו מאכן די הויט שווארץ אז ס'זאל אויס ווי די ערשטע מאמע.... רחמנא שזיב..בתחילת כבודך, אבער דיין טענות זענען היבש שוואך וכנראה ביסטו נישט עקסטער אויסגעקאכט אינעם מציאות פון די היינטיגע מדע.
איך ווייס נישט אויב דו האסט שוין אמאל געהערט פון גענע עדיטינג, אבער דאס איז א סארט מציאות וואס פארשער שפילן זיך שוין ארום מיט א שיינע תקופה (דורך crispr technology), און זיין האבן נישט לאנג צוריק באוויזן צו נעמען ביציות און זרע פון היינטיגע וועלף און עס ארומגעטוישט לויט די גענעס פון א פארצייטישע וואלף וואס איז שוין געגאנגען עקסטינקט פאר צענדליגע טויזנטער יארן (למספרם), איז ס'איז טאקע נולד געווארן די פארצייטישע סארט וועלף.
די זעלבע קען מען טון מיט מענטשן און איך גלייב שווער אז ס'וועט זיין איינער וואס וועט האלטן אז טאמער וואלט מען געטוישט מיין גענעס צו מעטשן דיינע (אדער א שווארצנ'ס), וועט די געבוירענע קינד ווערן גערעכנט ווי דיינס (אדער דעם שווארצנ'ס) ע"פ הלכה.
די מישט אויס צווי זאכן תרומות ביצים איז נישט דא קיין איין היימישע רב וואס האט געהאלטען אז סאיז נתייחס להתורמת רב וואזנער וואס האט עס געאסרט שרייבט קלאר אין חלק י"א אז סאיז נתייחס לנתרמת און דער סאטמערע דיין אדער ווי אנדערע רופן עם דער ראב"ד האט אויך אזוי געהאלטען.
און איך רעדט שוין נישט פון דעם אז לויט דעתו המטופשת איז דאך תרומת ביצית אויך מותר אויף 1000%, אזאך וואס אין גם אחד פון די מתירים וואס האלט אז ס'איז מותר.
נאר כדרכם פון די בני יאל און אלע עקסטרעמיסטן שוטים, מאז ומקדם, אז ביי יעדע שערוריא נוצט מען די דריי טערמינען 'חז''ל' 'סייענטיסטן' 'כופרים' און מיט דעם ענדיגט זיך עס.. ווער וויל דען זיין א כופר חלילה...
נאר מרוב סכלות סגנון הדברים קוקט ער מיר ענדערש אויס ווי איינער א פיפיגער זאלי מ.ג. האט איהם געדינגן צו פארשטאפן די מיילער און פארטושן די מוחות פון די ''היליגע פרומע''... אז כדי צו עקטען פרום און קנאיש, דארף מען יעצט שרייען אז ס'איז מותר...
זעסטו, אין דעם 'בענין השתלת שחלות' דאקומענט (אדער אזױ װי תרמב האט עס א נאמען געגעבן 'די ארגינעלע מאמר') קענסטו זעהן אַן "עקזעמפל" פון שרײבן א תשובה און קװאָטן סױרסעס. דאס מײנט אַיעדע מקור, צוגעברענגט, ערקלערט, און עלאבערירט. דאס לײענט זיך װי פּיטער ברױט.איך האב א חבר א אינגערמאן מיט אסאך נאלעזש און א גוטע פעדער, זיינע ארומיגע האבן אים געפרעגט וואס איז די שאלה פון די שחלות, האט ער דעסיידעט עס אפצושרייבן, מיט אלע דעטאלן מיט שיינע הסברים אלע צדדים, ס'איז אויסגעקומען א שיינע לאנגע דאקומענט, ער האט צוגעענדיגט אז ער נעמט נישט קיין צד, מי אני להכניס את ראשי בין ההרים הגדולים וכו'.
ער האט עס נישט געשיקט צו די פובליק, ס'האט נישט געדארפט אנקומען צו די פובליק בכלל.
סאו איך ברענג דא אלע דאקומענטן, ס'איז אינטערסאנט.
פון ווי נעמט איר דאס?גדולי דור הקדום האבן ג'פסקנט אז היות די ביצה איז געווארן ראוי להוליד ביים ערשטן, איז דאס איר זרע,
זייט מסביר אייער שאלה
איך ווייס נישט ווי די שעמסט דיך נישט צו זאגן ליגנד משקר זיין במילתא דגלוים די ווייסט נישט אז רב וואזנער שרייבט קלאר אין די תשובות שבט הלוי חלק י"א אז סאיז נתייחס לנתרמת נאר די תירוץ איז אז דו ווייסט אויך אז ר' הערשיל אויש איז קודם גיווען להיתר נאר האסט אגיטע רבי וואס וויסט אויך די אלע זאכן און ער מיינט אז דער עולם גידענק נישט וואס ער האט געזאגט אין אנהייב אז עפס א רב וואס האט אויך גיוואלט מתיר זיין אין פעשאווארסקער רבי האט אים אפגשטעלט100% אז די צווייטע האט ''אויך'' א געוויסע השפעה, נישט אינעם מהות נאר מער אין חיצוניות'דיגע הינזיכטן, - דאס טייטש צו נעמען די יסודות פון די ערשטע און זיך ארום שפילן דערמיט - פאר דעם איז טאקע דא אסאך פוסקים וואס האלטן אז מ'דארף גיין לחומרא נאך ביידע מאמעס לגבי קרובות וכדו', הרב וואוזנער מיינעך האט אויך אזוי געהאלטן. אבער צו זאגן אז מ'גייט ''נאר'' נאך די צווייטע איז פשוט מכחיש געווען שמש בצהריים.
הויט קאליר איז נישט עפעס מער יסודות'דיג ווי האר קאליר (א פארשפרייטע טעות וואס זיין מקור איז פון ראסיסטן).ווען מ'לייגט אריין א שחלה פון א שווארצע פרוי גייט די קינד זיין שווארץ אדער האלב שווארץ. דאס איז אויך נישט קיין מהות און פאקטישע אודם נאר א רעסעפי בוק? דאן פון ווי האט די צווייטע מאמע אפיר געקראצט די שווארצע הויט אנצוקליידן דערמיט דאס קינד? הא רעבעלע?
די אויסזעהן פונעם קינד, די גרימאסן פונעם פנים זעהט אויס ווי די תורמת, אויך נישט קיין מהות נאר א רעסעפי בוק?
לויט גוגעל ווען מ'גייט אריין לייגן א שחלה פון א מאנקי אין א פרוי, און מיט אסאך טערעפי זאל עס ווען געלונגען צו געבוירן, וועט דאס קינד זיין חצי מאנקי חצי מענטש. דאס איז אויך נישט קיין מהות נאר א רעסעפי בוק?
יעצט לאמיר זעהן ווער ס'פארדרייט גמרות...
און צום וויפעלטן מאל: לויט די פאלטשע הנחה דארף פונקט אזוי זיין מותר תרומת ביצה. במילא צו קומען מיט די סברא להתיר שחלה ולאסור ביצה איז שקר און מופרך מעיקרא.
אין חלק י''א איז ער דן לגבי גירות, און ער ענדיגט צו ''ועוד נעיין''.די מישט אויס צווי זאכן תרומות ביצים איז נישט דא קיין איין היימישע רב וואס האט געהאלטען אז סאיז נתייחס להתורמת רב וואזנער וואס האט עס געאסרט שרייבט קלאר אין חלק י"א אז סאיז נתייחס לנתרמת און דער סאטמערע דיין אדער ווי אנדערע רופן עם דער ראב"ד האט אויך אזוי געהאלטען