הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

אלץ אבסטראקשנס. באצוקערטע װערטער.

דנ"א עט איטס קאָר איז בּײעלאדזשיקעל מאלעקיולס פון פראטינס, אַמינאָ עסידס און נוּקלעאׂוטײדס. זײ אנהאלטן צװישן אנדערע, קעמיקעלס און מינעראלן װי קארבאן, אקעסדזשין, נײטראדזשין, צוקער, פַאָספעיט און סיטרוּלין, בקיצור בלאָד און גאָרר, מהם פראדעצירט פון די עסן װאס מענטשן עסן, מהם סינטהעסײזד אין די אינערליכע ארגאנען פון די קערפער. די סובסטאנצן קען מען מאנופעלירן מיט אנדערע מאלעקיולער טוּלס װי ענזײמס (סיזערס, נענאָטװיזערס און קאטעליסטן) מאשינען װי טערמאו סײקלערס, פלארעסנט מײקראוסקאופס, פּיפּעטס, אינקיוּבעיטארס, קאמפיוטערס און עלעקטראפראָריסעס עקװיפמענט.

סאױ װען אײנער קומט דיך אײנרעדן דנ"א איז נאר א רעסעפי רעדט ער שטותים. די רעסעפי חלק איז דאס כדאי מענטשן און קאמפיוטערס זאלן עס קענען פארשטײן און ארבעטן דערמיט, גיבט מען די אלע מיליאנע פארשידענע קאמבינאציעס װאס די דנ"א אטאמען, פראטינס און מאלעקיולס קענען אלץ פארמירן, נומערן מיט לעטטערס און סימבאלן - רעפּרעזענטאַציעס אין ענגליש, און אזױ קען מען מאכן די מעטאמאטיקס און שטודיעס אױף דעם טעארעטיש, אױף פאפיר, און נאכדעם אױך אין פראקטיק - אױפ'ן קצב-ברעטל אין די לעבּ. גארנישט אנדערש װי מען גיבט מענטשן'ס בלוט-טײפּס, אותיות און נומערן. נו אװדאי אז אײנער קוקט נאר אױפ'ן פאפיר, זאגט ער דאס איז א רעסעפי אדער במונח רפואתי - א בּלוּ פרינט. אבער דאס װערט ממש דירעקטלי טרענסלעיטעד אין דעם מענטשליכן קערפער אױפ'ן נידעריגסטן לעװל. סאױ זאגן אז ס'איז נאר א געשריבענע רעסעפי איז סתם זאמד געװארפן אין די אױגן.
די אלע ביאלאגישע מאלעקיולס שטעלן צוזאם א פארגעשריטענע אינסטראשענס מעניול, די די ען עי אליינס טוט נישט גארנישט, די סעללס לייענען עס אויס און פאלגן ואס דארט שטייט.
 
דו
הויט קאליר איז נישט עפעס מער יסודות'דיג ווי האר קאליר (א פארשפרייטע טעות וואס זיין מקור איז פון ראסיסטן).

ריכטיג אז ביי תרומת שחלות וועט די הוי קאליר זיין שווארץ אויב די תורמת איז שווארץ, דאס מיינט בלויז אז ווען מען האט געליינט די אינסטרוקציעס וויאזוי צו באשאפן די הויט איז געשטאנען דארט אז מען זאל מאכן שווארצע הויט, וכך הוה, אבער די חומר פאר די שווארצע הויט קומט פון די צווייטע פרוי, די זעלבע וועג וויאזוי זי קען באשאפן שווארצע האר.
דו װײסט דו ביסט נישט די זעלבע מענטש װי -10 יאר צוריק און ס'געהעריג א שאלה פון װױנען מיט דײן פרױ בלי חופה וקידושין. פארװאס? װײל דײנע סעלס ריפּלעיסן זיך אױך יעדע 7 צו צען יאר.
און װֿײהלסט אײם עט איט, איך בין גאר מסופק צו דו ביסט א מענטש בכלל װײל היות דו עסט בעיקר טשיקן און בהמה, נמצא דײן גוף איז געװאקסן פון חיות ועופות במילא האסטו א דין פון א חיה אדער עוף; איך בין נאכנישט זיכער װעלעכע און אױב בראקל?
 
לעצט רעדאגירט:
די אלע ביאלאגישע מאלעקיולס שטעלן צוזאם א פארגעשריטענע אינסטראשענס מעניול, די די ען עי אליינס טוט נישט גארנישט, די סעללס לייענען עס אויס און פאלגן ואס דארט שטייט.
די סעללס לײענען גארנישט אױס. די די ען עי איז די סעללס. זי האלט זיך אין אײן אױסדרוקן, אױסלעשן און אהנצינדן כפי צרכם דורך לכה"פ פינף אנדערע פאראלעל פראצעסן. עידזש, ענװײראנמענט, עפידזשענעטיק, דעמידזש און ריפעיר, און סעל דיװיזשען עט ען עװערידזש אָף 330 ביליאן סעלס פּער דעי. פּלענטי אָף טשאַנס צו מאכן אַן עראר. הער אױף צורעדן בלשון מושאל.
 
דו

דו װײסט דו ביסט נישט די זעלבע מענטש װי -10 יאר צוריק און ס'געהערט א שאלה פון װױנען מיט דײן פרױ בלי חופה וקידושין. פארװאס? װײל דײנע סעלס ריפּלעיסן זיך אױך יעדע 7 צו צען יאר.
און װֿײהלסט אײם עט איט, איך בין גאר מסופק צו דו ביסט א מענטש בכלל װײל היות דו עסט בעיקר טשיקן און בהמה, נמצא דײן גוף איז געװאקסן פון חיות ועופות במילא האסטו א דין פון א חיה אדער עוף; איך בין נאכנישט זיכער װעלעכע און אױב בראקל?
איך נוץ די טענה טעגליך... "נישט איך האב געבארגט געלט פון דיר, יענע מענטש איז שוין לאנג נישטא...

אבער ערנסט, אוודאי טוישט דאס נישט קיין מענטש אזויווי די וועסט מודה זיין אז דזיען עדיטינג וועט נישט טוישן די דין פון א מענטש.

די שאלה איז נאר ביי אזעלכע אומקלארע פעלער ווי עס איז נישט קלאר וואס די דין איז, וואס וועט מען נוצן צו מכריע זיין
 
דו

דו װײסט דו ביסט נישט די זעלבע מענטש װי -10 יאר צוריק און ס'געהעריג א שאלה פון װױנען מיט דײן פרױ בלי חופה וקידושין. פארװאס? װײל דײנע סעלס ריפּלעיסן זיך אױך יעדע 7 צו צען יאר.
און װֿײהלסט אײם עט איט, איך בין גאר מסופק צו דו ביסט א מענטש בכלל װײל היות דו עסט בעיקר טשיקן און בהמה, נמצא דײן גוף איז געװאקסן פון חיות ועופות במילא האסטו א דין פון א חיה אדער עוף; איך בין נאכנישט זיכער װעלעכע און אױב בראקל?
👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍
 
די סעללס לײענען גארנישט אױס. די די ען עי איז די סעללס. זי האלט זיך אין אײן אױסדרוקן, אױסלעשן און אהנצינדן כפי צרכם דורך לכה"פ פינף אנדערע פאראלעל פראצעסן. עידזש, ענװײראנמענט, עפידזשענעטיק, דעמידזש און ריפעיר, און סעל דיװיזשען עט ען עװערידזש אָף 330 ביליאן סעלס פּער דעי. פּלענטי אָף טשאַנס צו מאכן אַן עראר. הער אױף צורעדן בלשון מושאל.
די די ען עי איז בערך 20 פראמענט פונעם סעל, עס ליגט אינמיטן און טוט נישט גארנישט, די סעל שיקט mRNA צו לייענען וואס דארט שטייט און פירט אויס די הוראות.
 
היות מיין ציל דא איז צו איבערצייגן דעם אמת פאר וועם ס'אינטערעסירט דעם אמת, און היות איך האלט נישט איין רגע אז איינער גלייבט אין די טענה פון די דאזיגע תגובה, וויל איר אליין גלייבט אויך נישט אין דעם, און ס'איז קלאר ניכר מדבריכם אז איר זענט כסדר מגיב מיט אפענע דברים וטענות שאין להם שחר כלל, און איז געשריבן מיטל ציל בלויז לקנתר, במילא בין איך דא פארטיג מיט אייך. הצלחה מרובה.
נעם אפאר מינוט צו לייענען וויאזוי א גוף ווערט באשאפן , וועסטו מער נישט זיין אזוי זיכער מיט זיך.

כנראה דיין הבנה וויאזוי א קינד ווערט באשאפן איז אז די מאמע'ס ביצה בלאזט זיך אויף און וואקסט ממש יש מאין , די מציאות איז נישט אזוי.
 
די
די די ען עי איז בערך 20 פראמענט פונעם סעל, עס ליגט אינמיטן און טוט נישט גארנישט, די סעל שיקט mRNA צו לייענען וואס דארט שטייט און פירט אויס די הוראות.
נו, די רעסט איז אױף צו אױספירן װאס די דנ"א פארשריפטן זענען? און װער פראגראמירט די רעסט 80 פראצענט פון די סעל, אױכעט די דנ"א!?

איך פארשטײ אפילו נישט אױף װאס מען טענה'ט זיך דא. די דנ"א איז װאס פרעזענט אלע מעגליכע אפשענס פונװאס דו קענסט קאמבינאציעס מאכן! די אלע מעגליכע אפשענס און די רױע מאטריאל צו ארבעטן מיט, קומען אלע פון די ערשטע מאמע. די צװײטע מאמע גיבט נאר מזון צו שפײזן די מאטרעאל ס'זאל קענען װאקסן - כולו לפי די "אינסטרוקשענס" און די אפשענס פראװײדעד בּײ די ערשטע מאמע'ס דנ"א.
 
די

נו, די רעסט איז אױף צו אױספירן װאס די דנ"א פארשריפטן זענען? און װער פראגראמירט די רעסט 80 פראצענט פון די סעל, אױכעט די דנ"א!?
מסכים, טעקניקלי איז די גאנצע גוף דא אויסצופירן די פארשריפטן פון די די ען עי (כידוע תורת דוקינס), נאכאלץ א מענטש איז נישט זיין די ען עי, און די די ען עי זיצט פאסיוו און ווארט אז די גוף זאל אויספירן זיינע הוראות
 
99.99 פראצענט פון די די ען עי קומט פון די מאמע'ס מאמע בעצם, אי משום הא דארף יעדע קינד זיין א ממזר אלס בא על חמותו (אויב רעכנט מען בלויז אויף די ען עי).
 
דאס איז נישט די פוינט. די פוינט איז אז די דנ"א פון א פרוי אין וועלכע די ביצה האט זיך געמאכט, איז געליגן, און געוואקסן 18 יאר אדער מער איז מער חשובה ווי די דנ"א פון די פרוי אין וועלכע די ביצה ליגט נאר א קארגע 9 חדשים.
 
דאס איז נישט די פוינט. די פוינט איז אז די דנ"א פון א פרוי אין וועלכע די ביצה האט זיך געמאכט, איז געליגן, און געוואקסן 18 יאר אדער מער איז מער חשובה ווי די דנ"א פון די פרוי אין וועלכע די ביצה ליגט נאר א קארגע 9 חדשים.
מנא לך הא?
אפשר איז דער וואס ברענגט עס ארויס לידי ולד מער חשוב? (אזוי זאגט מיין דעת בעל הבית, ובפרט וואס די אלע דופליקאציעס פון די צעלן זענען געשען אינעם רעציפיענט'ס גוף, וואלט דער ערשטער מער חשובע צעלן געדארפט בטל ווערן אין די נייע צעלן)
 
בתחילת כבודך, אבער דיין טענות זענען היבש שוואך וכנראה ביסטו נישט עקסטער אויסגעקאכט אינעם מציאות פון די היינטיגע מדע.
איך ווייס נישט אויב דו האסט שוין אמאל געהערט פון גענע עדיטינג, אבער דאס איז א סארט מציאות וואס פארשער שפילן זיך שוין ארום מיט א שיינע תקופה (דורך crispr technology), און זיין האבן נישט לאנג צוריק באוויזן צו נעמען ביציות און זרע פון היינטיגע וועלף און עס ארומגעטוישט לויט די גענעס פון א פארצייטישע וואלף וואס איז שוין געגאנגען עקסטינקט פאר צענדליגע טויזנטער יארן (למספרם), איז ס'איז טאקע נולד געווארן די פארצייטישע סארט וועלף.
די זעלבע קען מען טון מיט מענטשן און איך גלייב שווער אז ס'וועט זיין איינער וואס וועט האלטן אז טאמער וואלט מען געטוישט מיין גענעס צו מעטשן דיינע (אדער א שווארצנ'ס), וועט די געבוירענע קינד ווערן גערעכנט ווי דיינס (אדער דעם שווארצנ'ס) ע"פ הלכה.
לויט ווי איך פארשטיי פון די אוסרים וועט אויסקימען אז טאמער מישט מען ארייו אנדערע דנ״א וועט עס זיין א פראבלעם אבער טאמער גייט מען אראפנעמן פין די דנ״א אליין זאכן גייט עס נישט זיין א פראבלעם וועגן עס איז נאכאלץ אייגגענע דנ״א סך הכל אראפגענומען ביישטאנטיילען פון די דנ״א.
 
אין חלק י''א איז ער דן לגבי גירות, און ער ענדיגט צו ''ועוד נעיין''.
אבער דא האסטו וואס ער שרייבט אין חלק ט' סי' רס''ג.

יעצט זאג די מיר צו די נימוקים וואס ער שרייבט דא איז נישט פונקט אזוי שייך ביי שחלות, און דאס איז חוץ מזה וואס זיינע אייניקלעך און תלמידים ווי הגרא''צ וואוזנער, הגרי''ב וואוזנער, ר' מ''ש קליין, ר' מיכל שטיינמעץ, ר' שלמה באכנער, ועוד, גיבן אלע איבער בשמו אז ער האט גיהאלטן אז השתלת שחלות איז פונקט ווי תרומת ביציות.
האסט מיר נישט גיענטפערט צום עניין וואס איז די חילוק פון גירות
איך ווייס אויך פון דעם ועוד נעיין אבער זיין סברא פשוטה איז אז סאיז נתייחס לנתרמת אדרבה פאר וואס ברענגסטע נישט ארויף זיין תשובה בשלימות אזוי ווי די האסט ארופגברענגט די אנדערע דארט רעדט ער אויך זייער שארף אז מטאר עס נישט טוהן
אונז זענען מודה אז נאכדעם וואס משה שאול קליין מיט חזקיה כהן זענען גיווען ביי אים מיט א דאקטער און זיי האבען אים אראפגישטעלט כאלו דאס איז ממש ביצים האט ער עס געאסרט
דאס מיינט ביי א נארמאלע מענטש אז משה שאול האט עס געאסרט

איך וויל וויסען פאר וואס אין די שאלה וואס מהאט לעצטנס מפרסם גיווען פון ר' משה שאול קליין צו זיין רבין רב וואזנער ברענגט ער נישט ארויף א צד דן זיין אפשר ווי באלד סאיז נישט נגמר האט עס נישט קיין דין זרע
 
זיין גאנצע יסוד אז ס'מוז זיין אז אשה מזרעת תחילה מיינט עפעס אנדערש ווי ביצה, און ווער ס'זאגט אז נישט איז א כופר.. איז מופרך מעיקרא.
קודם כל דער רמב''ן אין די רבינו בחיי אין פרשת תזריע זאגן קלאר אנדערש פשט.
דער רמב''ן זאגט קלאר אז מזרעת מיינט הוצאת דם מהרחם: "אבל אמרם 'מזרעת', על דם הרחם שיתאסף בשעת גמר ביאה באם ומתאחז בזרע הזכר, בי לדעתם הולד נוצר מדם הנקבה. און כמעט די זעלבע זאגט די רבינו בחיי.

יעצט לאמיר לערנען א שטיקל גמרא אין סוטה בה, ב: "אמר רב נחמן אמר רבה בר אבוה: מחלוקת בעקרה וזקינה, אבל איילונית – דברי הכל לא שותה ולא נוטלת כתובתה, שנאמר (במדבר ה, כח): וְנִקְתָה וְנִזְרְעָה זָרַע, מי שדרכה להזריע, ''יצאה זו שאין דרכה להזריע".

שטעלט זיך די שאלה וואס הייסט אין דרכה להזריע? זי האט עפעס נישט קיין דם? און נאך מער איז קשה די פשוטע מציאות וואס אלע ווייסן היינט אז די פרוי איז גארנישט מזריע בשעת מעשה, נו וויאזוי שטימט דאס מיט חז''ל?
זייער פשוט: דאס איז אמאל זיכער אז אויסער די ביצה איז די פרוי גארנישט מזריע, נאר מיט דעם רמב''ן און רביינו בחיי איז אלעס מובן.

די ''דם הרחם שיתאסף בשעת גמר ביאה'' ווי דער לשון הרמב''ן איז, אדער ווי טייל היינטיגע ווילן עס רופן ''לחלוחית'' וואס דאס זעהט מען במציאות, דאס טוט ארויס שווענקען דעם ביצה פון די מקומות הרחוקים אז ס'זאל זיך שנעלער צוזאמטרעפן מיט די זרע הבעל, משא''כ א איילונית ל''ע וואס האט נישט קיין ביציות, מעג זי האבן דם הרחם אדער לחלוחית פונקט ווי אנדערע, זאגן אבער חז''ל אויף איר ''אין דרכה להזריע''. און ממילא איז דברי חז''ל מיטן מציאות הכל עולים בקנה אחד כפתור ופרח. וזה פשוט וברור לכל מבקש האמת
די האסט דא געשריבן געבראטנע שטותים איך ווייס נישט פון ווי אנצוהייבן
 
מ'רעדט דא אזויפיל פון דנ''א, סעלס, ערשטע מאמע, צווייטע מאמע, טייל אירע ווארפן צוזאם הויכע טערמינען וואס סתם מענטשן פארשטייען נישט בכלל, איז לאמיר איינמאל פאר אלעמאל בעזר שמו יתברך אויסקלארן די זאך מיט אן אמת, אויף אן קלארן אופן אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין, אבער בקיצור נמרץ:

איז אזוי: יעדער מענטש בהמה וחיה איז צוזאמגעשטעלט פון סעלס, דהיינו אז דאס איז זיין מהות וחומר הגשמי שלו, א צוזאמשטעל פון טריליאנען סעלס. געוויסע סעלס טוישן זיך מיט די צייט צו פרישע סעלס, דהיינו זיי צוטיילן זיך און דאפלען זיך און באשאפן פון זיך אליין פרישע סעלס, ווי למשל די הויט און בלוט נעגל און האר סעלס. און געוויסע סעלס בלייבן פערמענאנט ווי למשל די מח הארץ און אויגן סעלס, און געוויסע טוישן זיך נאר לעיתים רחוקות.
יעצט וואס הייסט זיי צוטיילן זיך? איין סעל צוטיילט זיך אין צוויי, די צוויי אין פיר, וכו'.

יעצט, יעדער סעל האט אינעם צענטער פונעם סעל דארט ווי עס ווערט גערופן די ''נוקליעס'' פונעם סעל, א ''די ען עי'' וואס דאס איז ווי א קאוד, א בלו פרינט, וואס זאגט פארן סעל סיי וויאזוי צו וואקסן, דהיינו זיך צוטיילן און מאלטיפלייען, און סיי וויאזוי צו אנגיין און פאנקציאנירן כל ימי חייו פונעם סעל. און ווען א סעל ווערט צוטיילט אין צוויי, אין אין פיר וכו' באקומט יעדע פון די נייע סעלס אן עקסטערע די ען עי בדומה ממש צום ערשטן, וואס איז כסדר מדריך דעם סעל וויאזוי צו וואקסן און פאנקציאנירן.
יעצט קומט אויס אזוי, אז ווען איינער פרעגט וואס איז דער מהות הגשמי פונעם בשר דם גידין ואברי האדם? איז דער תירוץ איין ווארט: ''סעלס''.

יעצט כדי די סעלס זאלן קענען ווייטער לעבן אנגיין און פונקציאנירן ברויכן זיי האבן ענערדזשי. וואס דאס באקומען זיי פונעם נוטרישען, דהיינו פונעם עסן וואס דער מענטש עסט, און פונעם אקסעדזשין וואס דער מענטש נעמט כסדר אריין אין זיך דורך די לופט וואס ער אטעמט. אן קיין ענערדזשי וועלן זיי אפשטארבן חלילה. און מיט ענערדזשי וועלן זיי קענען ווייטער לעבן און זיך פארמערן בע''ה.

יעצט לאמיר גיין צום שורש, דהיינו וויאזוי זענען באשאפן געווארן און אפיר געקומען די אלע סעלס וואס פארמירן דעם שטיק חומר וואס רופט זיך מענטש? איז אזוי: דער הייליגער בורא כל עולמים דער יוצר כל היצורים וואס אין חקר לתבונתו האט אזוי געמאכט, אז ווען אן איינצעלנער זרע סעל פונעם מאן, באגעגענט זיך מיט אן אייצעלנער ביצה סעל פון די פרוי, יענער רגע טוען זיי די ביידע סעלס באשאפן און פארמירן אן אייצעלנער יוניק סעל וואס ווערט גערופן די ''זייגאוט סעל''.

יעצט אין די די ען עי פון דעם איינצעלנעם זייגאוט סעל, ליגט אלע דשענעריק אינסטראקשענס וואס פעלט זיך אויס, צו דעוועלעפען פון דעם איינעם סעל צו א קאמפליט גאנצער היומען ביאינג. יעצט וויאזוי גייט דער דעוועלעפינג פרעצעדור פון איין איינציגער צעל ביז א גאנצער בארג מיט טריליאנען סעלס וואס פארמירן די בריה וואס הייסט מענטש? איז כדלהלן: פון דעם איינעם סעל הייבט זיך אן א פראסעס פון צוטיילונג און מאלטיפלייענג, דהיינו פון איינס ווערט צוויי און פון צוויי ווערט פיר וכו' וכו' ביז ס'פארמירט זיך א גאנצער געבוי פון סעלס וואס רופט זיך גוף, הענט און פוס, רמ''ח אברים און שס''ה גידים, און אלעס מיט די הדרכה פון די דנ''א וואס קומט מיט אין יעדן סעל וואס איז מדריך די סעלס פונקטליך וויאזוי צו פארמירן פרישע שטיקער סעלס וואס גייען פארמירן הענט פוס און אזוי אלע רמ''ח אברים און שס''ה גידים, און דאס איז אלעס דורך די פלאי הבריאה וואס דער יוצר כל היצורים האט אזוי אוועקגעשטעלט בכוחו הנפלא והנורא, וברוב חכמתו ותבונתו עד אין חקר!

''מה רבו מעשיך ה', כולם בחכמה עשית''

יעצט פונקט ווי ביי א פערטיגן מענטש, כדי די סעלס זאלן קענען פונקציאנירן פעלט זיך אויס ער זאל באקומען חיות ענערדזשי פון נוטרישן און אקסעדשין, אזוי אויך דארף דער זייגאוט סעל כדי זיך צו צוטיילן און דאפלן פאר פרישע סעלס, און אזוי ווייטער נאכדעם פאר אלע ווייטערדיגע צעלן כדי זיי זאלן זיך קענען פארמערן און אנגיין, ברויכן זיי באקומען חיות און ענערדזשי פון נוטרישן און אקסעדשין וואס דאס באקומען די סעלס וואס פארמירן דעם עיבור במשך די ניין חדשים במעי אימו נישט פון זיך אליין אזוי ווי אלע מענטשן, ווייל ער איז דאך איינגעשפארט במעי אמו? דאס באקומט ער פון די מאמע! און דאס איז וואס חז''ל זאגן אונז אין נדה דף ל' ע''א: ''ואוכל ממה שאמו אוכלת ושותה ממה שאמו שותה''

קומט אויס די הויפט ראלע וואס די מאמע וואס טראגט דעם קינד במשך די תשעה ירחי לידה טוט שפילן דא? איז צושטעלן ''נוטרישן און אקסעדשין''.

נאך א הויפט ראלע וואס די מאמע טוט שפילן, און דאס איז ''פראטעקשן און ענוויירעמענט''. דהיינו די רחם האם טוט צושטעלן א פראטעקטיוו און סטאבילע ענוויירעמענט, אז די סעלס זאל זיך קענען פארמירן און וואקסן ווי עס דארף צו זיין.

יעצט באמת איז דא א קליינע אמאונט פון סעלס וואס גייען אויך פון די מאמע צום קינד און פון די קינד צום מאמען במשך די ירחי לידה, און דאס ווערט גערופן די ''טו וועי סעל עקסטשענדש''.
דהיינו אז טראץ וואס די עיבור'ס אלע סעלס ווערן ווי געזאגט פארמירט פון דעם זייגאוט סעל, וואס איז באשאפן געווארן בשעת די צוזאמטרעף פון די זרע האב מיט די ביצת האם. עקזעסטירט אבער אויך אזא ערשיינוג וואס ווערט גערופן ''מיקרוכימריזם''
דהיינו א טו וועי דיירעקשענעל טרענספער, פון סעלס פון די קינד צום מאמען, וואס בלייבט אין איר פאר א לאנגע צייט נאכן געבוירן, און הייסט אז דאס שפילט א ראלע אין די ערהאולינג פון די מאמע נאכן געבורט, און אין די געזונט פון די מאמע. און די זעלבע גייט עטליכע סעלס פון די מאמע צום קינד, וואס גייט אריין אין די בלאד סטריעם פונעם עיבור, וואס הייסט אז דאס שפילט א ראלע אין די עמיון סיסטעם פונעם קינד, און אזוי אויך אין אנדערע אספעקטן פון זיין געזונט,. אבער ווי געזאגט פריער, איז די גאנצע פארמעישן פראסעס פון די סעלס פונעם קינד, מתחילתו ועד סופו, אלעס נאר פון די פערטילייזעישן וואס באשאפט דעם זייגאוט סעל, און דער סעל באשאפט פון זיך ווייטער פרישע צעלן דורכן זיך צוטיילן און דאפלן עד גמר הגוף כנ''ל. און די עיקר הויפט ראלע וואס די מאמע שפילט במשך די ירחי לידה איז, צוצושטעלן ''נוטרישן און אקסעדשין'', און ווי אויך ''פראטעקשן און ענוויירעמענט''.

יעצט כדי בעסער צו פארשטיין ווי ווייט די ''מהות'' פונעם קינד דהיינו די סעלס זיינע, איז בלויז פונעם הפרייה, פונעם פרוכטבארן געשעהעניש צווישן די טיפה מיט די ביצה, און אלעס נאכדעם איז בלויז ענערדזשי פאר די סעלס, פונקט ווי אונז ערוואסענע מענטשן ברויכן ענערדזשי פאר אונזערע סעלס, וועלמיר רעדן א ווארט וועגן אן עיבור וואס דארף צוקומען צו אן אינקעבעטער.

ווי יעדער ווייסט, אז אויב א קינד האט סיי וועלכע פראבלעם ברחם אימו, נעמט מען אים ארויס און מ'לייגט אים אריין אנשטאט, אין אן אינקאבעטער, וואס במשך די.תקופה טוט מען ריפלעיסן ווי וויט מעליך די ראלע פון די רחם האם, צו שפייזן און פראטעקטען די סעלס עד גמירא. די אינקיבעטער מאשין אליין גיט בעיקר די פראטעקשן און ענווירעמענט חלק, און נוטרישען און אקסעדשין ווערט צוגעשטעלט דורך אנדערע מעטאדן. יעצט די פריעסטע צייט וואס מ'קען ארויס נעמען א עיבור פון די רחם האם און לייגן אין אן אינקיבעטער, און ס'זאל קענען איבערלעבען, איז בערך ביי 5 חדשים, פארוואס נישט פריער? ווייל פריער פון דעם זענען נאכנישט די מח, הארץ, און די לונגען, און נאך סיסטעמען, גענוג שטארק צו קענען פארנעמען די דרויסענדיגע נערונג, אויף אן עפעקטיוו וועג צו קענען שפייזן די סעלס, ממילא מוז מען בעפאר דעם האבן די רחם האם צו קענען שפייזן און אויפהאלטן די סעלס. אבער אפילו ביי די פינעף חדשים איז נאך דער מח מיט לונגען נאך נישט אינגאנצן פערטיג, און די מוסקעל'ס האלטן זיך נאך אויך אינמיטן דעוועלעפן, וואס דאס געשעהט שוין במשך תקופות האינקעבעטער. וויאזוי? דורך די זעלבע וועג ווי די ערשטע פינעף, און דאס איז דורך די סעלס, נאר מיטן כח המזון פון דרויסן אז די סעלס זאלן קענען לעבען און זיך פארמערן. ווייל סיי אין די מאמע און סיי אין דרויסן פון די מאמע באקומט ער בעיקר נאר נערונג און מזון פאר די סעלס צו קענען לעבן און זיך פארמירן ווייטער און מער ביזן שלימות כל הגוף, פונקט אזוי ווי פארטיגע מענטשן מוזן באקומען. אבער די סעלס גופא, דהיינו דער עצם גוף בשר האדם אנגעהויבן פונעם ערשטן זייגאוט סעל, ביזן סוף השלמת הגוף, באשאפן זיך אליינס איינער פונעם אנדערן מרישא ועד גמירא.
און די מאמע איז בלויז אן עקסטערנעל לייף סופארט סיסטעם פאר די סעלס.

און יעצט וועט איר גוט פארשטיין די משנה אין אבות, ''מאין באת? פון ווי קומסטו? פון ווי איז דיין מהות? ענפערט די משנה ''מטיפה סרוחה'' פון דארט איז דיין מהות!! (גראדע האב איך געזעהן איינעם פון די מפרשים פרעגן פרוואס זאגט נישט די משנה ''מטיפות סרוחות'' כולל צו זיין די ביצת האם, אבער עכ''פ).

און זייט וויסן רבותי אז אלעס וואס איך האב דא געשריבן איז נישט מדמיון אדער מהשערה, אלעס איז קלאר לאנגיעריגע באשטעטיגטע פאקטן וואס יעדער איינציגער OB דוקטער וועט אייך דאס קענען באשטעטיגן אויף הונדערט פראצענט אז ס'איז אמת, בלי שום גוזמא כלל.

יעצט לאמיר נאכאמאל לערנען די גמרא אין נדה ל''א ע''א ''תנו רבנן שלשה שותפין יש באדם: הקב"ה ואביו ואמו.
אביו מזריע הלובן שממנו עצמות וגידים וצפרנים ומוח שבראשו ולובן שבעין.
דאס איז טייטש, דעם טאטע'נס טיפה גיט אריין די כח אינעם זייגאוט סעל וואס מאלטיפלייעט זיך נאכדעם אין די עצמות וגידים וצפרנים ומוח ולובן שבעין צעלן.

אמו מזרעת אודם שממנו עור ובשר ושערות ושחור שבעין.
דאס איז טייטש, די מאמעס ביצה גיט אריין אינעם זייגאוט סעל דעם כח וואס מאלטיפלייעט זיך נאכדעם אין די עור ובשר ושערות ושחור שבעין צעלן.

והקב"ה נותן בו רוח ונשמה וקלסתר פנים וראיית העין ושמיעת האוזן ודבור פה והלוך רגלים ובינה והשכל.

בקיצור אין איין ווארט: עצמות וגידין מוח ועין עור ובשר ושערות וצפרנים איז בעצם ''סעלס''. און צוטיילטע סעלס קומען פון זייערע אייגענע גאנצע סעלס ביז דעם ערשטען סעל, וואס קומט פון ווי? פון די זרע האב סעל צוזאמען מיט די ביצת האם סעל!!

יעצט רבותי ווען איינער וועט אייך פרעגן: ווען איך לייג אריין א ביצה, אדער א שחלה פיל מיט ביצים, פון איין פרוי, אריין אין די רחם פון א צווייטע פרוי, און ס'ווערט א קינד, ווער איז די מאמע פונעם קינד? דהיינו פון וועלכע פון די צוויי פרויען קומט די ''גאנצער מהות'' פונעם קינד? וועט איר שוין קענען ענפערן מיט א קלארקייט? איך מיין אז יא!!

יעצט האטס מיר אלע א לעכטיגן פרייליכן שבת!
 
לעצט רעדאגירט:
יישר כח @בינה ודעת, אמת'דיג גוט און שיין געשריבן.

איך וויל אבער פראבירן צו פארשטיין, טאמער שוין שרייבן לויט ווי מיר ווייסן היינט, וויאזוי ערקלערסטו די גמרא ״אביו מזריע הלובן שממנו עצמות וגידים וצפרנים ומוח שבראשו ולובן שבעין און אמו מזרעת אודם שממנו עור ובשר ושערות ושחור שבעין״ און דער צייט וואס אין פאקט ווייסן מיר אז אין יעדער פון די 23 כראמאטידן וועלכע יעדער איינער פון די עלטערן ביישטייערן, ליגט די גענעטישע אינפארמאציע צאמצושטעלן א פולקאמע באשעפעניש?

די זיגאטא פארמירט א בלאסטאסיס. דערין איז פארהאן א גראפע צעלן וועלכע פארמאגן דריי שיכטן. פון דער דרויסענדע שיכט וועט זיך אנטוויקלען, צווישן אנדערע, די הויט, די נערוון און דער מוח. פון דער מיטלעסטע שיכט פארמירן זיך די מוסקלען, ביינער און דאס הארץ. דער אינערווייניגסטע שיכט איז פאראנטווארטליך אויף די אינערליכע ארגאנען, ווי דער מאגן, די קישקע און אזוי אויך די לינגען. אין דער צייט וואס די גמרא צעטיילט זייער שיין די געביין אין דעם מענטש צווישן טאטע און מאמע אויף א וועג, וואס איז, ווי עס שיינט, געווען אנגענומען אין יענער צייט.

אריסטאטאל זאגט גאנץ אן ענליכע געדאנק און טאמער חז״ל האבן זיך באצויגן צו איהם, באדייט דאס אז זיי ווילן זאגן, אזוי ווי מען האט פאקטיש געהאלטן דעמאלס, אז דאס קינד פארמירט זיך פון די בלוט פון דער מאמע׳ס ווסת וועלכע איז מזריע דאס קינד און געבט איהם די נויטיגע ליחות. פאר די גמרא איז דאס געווען גענוג אויף צו באציען דאס קינד נאך זיין מאמען, איינפאך צוליב דעם וואס זי האט איהם געשאנקען איר מוטער-געבער פאר ניין מאנאטן.

און אויב שוין די. ען. עיי, וואלטן מיר אלע געדארפט זיין מער א קינד פון אונזער מאמע ווי פון אונזער טאטע, ווייל ווי מיר ווייסן, איז די מאמע דער איינציגסטע וועלכע שענקט דער מיטאקאנדריען פון דער צעל און אלא אירע די. ען. עיי. זענען בלויז מוטערליך. איי וועסטו וועלן פרעגן, די אויפגאבע פון די מיטאקאנדריע איז בלויז צו פארזארגן ענערגיע און שפילט נישט א ראלע אין דאס אנטוויקלונג פון דאס קינד׳ס כאראקטארן? דאן פילייכט קען מען זאגן דאר זעלבע זאך אויף מוסקל-צעלן, די בלוט, אפילו דאס הארץ, קיין איינס פון זיי איז נישט באאויפטראגט אויף די כאראקטער פון דעם מענטש.

און פילייכט גאר, דארף מען קוקן און זען אין די גענעטישע אלעאלס (Genetic Alleles) ווער דאמינירט מער די כאראקטארן פון דעם מענטש און פון וועם זיי שטאמען און לויט דעם באשליסן דעם מענטש'ס יחוס?

איך מיין אז יחוס איז א הלכה'דיגע שאלה און איבערהויפט נישט קיין סייענטיפישע. עס גייט אפשר אריין אין דער שנירל פון מי אני איבער מערידזש און אידישע יחוס און שפעטער דא. (איך ברענג עס בלויז צו, צו ווייזן אז צו קענען פסקנ'ען איז נישט גענוג צו דערגיין דער שורש פון די ביאלאגישע און פיזיאלאגישע אספעקט דערפון נאר מען דארף פונקט אזוי, גוט דורכטוהן ביז צום שורש, אלס אנבאלאנגט יחוס און עלטערנשאפט אין דער הלכה'דיגע זין.)
 
לעצט רעדאגירט:
מנא לך הא?
אפשר איז דער וואס ברענגט עס ארויס לידי ולד מער חשוב? (אזוי זאגט מיין דעת בעל הבית, ובפרט וואס די אלע דופליקאציעס פון די צעלן זענען געשען אינעם רעציפיענט'ס גוף, וואלט דער ערשטער מער חשובע צעלן געדארפט בטל ווערן אין די נייע צעלן)
ביסט גערעכט איך דארף מיך פאררעכטן:
די פוינט איז אז די דנ"א פון א פרוי אין וועלכע די ביצה האט זיך געמאכט, איז געליגן, און געוואקסן 18 יאר אדער מער, איז מער חשובה ווי די דנ"א פון די פרוי אין וועלכע די ביצה ליגט נאר א חודש בערך; דהיינו פון ווען די שחלה געוווינט זיך צו איר נייע ענוויראנמענט, און הויבט אהן ווידער ווי געהעריג, ביז ווען די ביצה איז ראוי להפרייה?
פארוואס? ווייל דו ביסטאך אויך מודה אז א פערטיגע ביצה איז אסור צו אימפּלאַנטן..
 
Back
Top