במילא וויל איך בעטן נאכאמאל: כל מי שיש לו תשובה על זה יבוא וישיב, די גאנצע חילוק פון א געצייטיגטע ביצה און אן אומגעצייטיגטע, ווייסן זיי נאר פון די סייענס. יעצט די זעלבע סייענס זאגט אויך אז ביצירת הוולד מאכט עס גארנישט אויס ווער ס'טוט אביולעיטן דעם ביצה, דאס איז טייטשט זייער קלאר אז דאס קינד איז שוין נעשה ונגמר אין די אומגעצייטיגטע ביצה ''פונקט אזוי'' ווי אין די געצייטיגטע. און צו משתיל זיין אין א פרוי א געצייטיגטע ביצה זענען קיינער פון זיי נישט מתיר. פארוואס? ווייל דאס איז דאך שוין א ''פארטיגער קינד'', און ממילא איז דאס ממש פונקט ווי איך זאל ווען אריין לייגן אן צוויי חדשים'דיגער עיבור בבטן אשה, וואס דאן פארשטייט דאך יעדער אז דאס איז נישט די אשה'ס קינד. כאטשיג די צוויטע אשה מיט אירע כוחות און האורמענ'ס טוט שפייזן די סעלס פונעם קינד עד שישלים את גופו, דאך פארשטייט אבער יעדער אז דאס מאכט גארנישט אויס און דאס איז א פארטיג קינד דורך די ערשטע מאמע. איי ער איז דאך ווייט פון געצייטיגט? און די זעלבע א פארטיגע ביצית איז דאך אוודאי ווייט פון געצייטיגט, דעסטוועגן דאך פארשטייט יעדער איינער אז דאס קינד, דאס טייטשט דער ''חומר ומהות הוולד'' וואס פון דעם חומר ווערט נאכדעם נתהווה פון זיך אליין דער גאנצער גוף הוולד, איז שוין נעשה ונגמר כלו תיכף ברגע יצירת הביצים שעל השחליים.
ער איז נאכנישט געצייטיגט??
נו נאכדעם ווען ער איז שוין א יא אראפ פון די שחליים איז דאך נאך אויך נישט געצייטיגט, ער ברויך נאך ווערן א גוף שלם, און יעצט איז ער נאך א משהו שבמשהו?? אה! אבער ''החומר ומהות שלו'' איז שוין יא פערטיג! איך פארשטיי.
נו דא בעודו מחובר להשחליים איז ער אויך נאך נישט געצייטיגט, אבער ''החומר ומהות שלו'' איז שוין יא פערטיג! נו געוואלד געשריגן מה החילוק בין זה לזה??
סתם איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל דאס איז געצייטיגט און דאס נישט?
דאס איז דער גאנצער היתר?
איז דען פאר איינעם א ספק שבעולם צו הרב מסאטמאר זצ''ל וואלט ממש מרעיש עולמות געווען אויף אזא זאך?? שעמען זיך נישט זיינע אייגענע תלמידים און קענען קומען מתיר זיין אזא מין תועבה נוראה??
און וואס איז מיט דעם חלקת יעקב וואס זאגט "אבל לכתחילה לעשות מעשה הנבלה הלזו לקבל זרע מאחר, חוץ מכל החששות והאיסורים שיש בזה, ''יש להתחשב הרבה עם דעת הרבנים הגאונים שדעתם בהחלט שהולד ממזר והיא נאסרה על בעלה'' ???
נאר ס'קוקט אויס אז טייל פון די רבנים ווייסן בכלל נישט און האבן בכלל נישט ארויס דעם מציאות. און ממילא דארף מען דא ממש איבערקערן די וועלט! מ'דארף צו וויסן אז דא פירט מען דורך א האלאקאוסט אויפן כלל ישראל רח''ל! ווייל וואספארא ביטערע צרות אזא התבוללות וועט אנברענגען איז איום ונורא ממש! ווער ס'קען איז מחיוב ארום צו גיין דו די רבנים המתירים און זיי אויפקלערן דעם שרעליכען אמת וואס דא טוט זיך, אפשר קען מען נאך עפעס ראטעווען.
און פאר די רבנים וואס ווייסן יא דעם אמת אויף וואספארא שטות ושקר דער מכלומר'שטער היתר איז געבויעט, שרייען שלומי אמוני ישראל אויס אויף זיי:
שעמטס ענק! בושה וחרפה תכסה פניכם! הקולר של איסור אשת איש וממזירות ועוד הרבה איסורים חמורים, תלוי על צוואריכם.
עטס זענטס מסלק השראת השכינה מישראל, אזוי ווי בימי מנשה כשהעמיד צלם בהיכל ה'.
ווער ווייסט וואספארא ביטערע צרות ס'קען יעצט חלילה קומען, ה' ישמרנו ויצילנו!
יעצט לאמיר לערנען א שטיקל גמרא אין קידושין דף ע' ע''א: אָמַר רַבָּה בַּר רַב אַדָּא וְאָמְרִי לה אָמַר רַבִּי סלָּא אָמַר רַב הַמְנוּנָא: כָּל הַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה שֶׁאֵינָהּ הוֹגנת לו (רש''י: פסולה לו.) אֵלִיָּהוּ כּוֹפְתוֹ וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא רוֹצְעוֹ. (רש''י: מלקיהו ברצועה.) וְתָנָא: עַל כּוּלָם אֵלִיָּהוּ כּוֹתֵב וְהַקָּדוֹש ׁ בְּרוּךְ הוּא חוֹתָם: אוֹי לו ֹ לַפּוֹסֶל אֶת זַרְעוֹ, וְלַפּוֹגֵם אֶת מִשְׁפַּחְתּוֹ,
ואָמַר רַבִּי אָבִין בַּר רַב אַדָּא אֶמַר רַב: כָּל הַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה שֶׁאֵינָהּ הוֹגֶנֶת לוֹ, כְּשֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוא מִשְׁרֶה שְׁכִינָתוֹ, מֵעִיד עַל כָּל הַשְּׁבָטִים וְאֵין מעִיד עָלָיו, שֶׁנֶּאֱמַר: "שִׁבְטֵי יְהּ עֵדוּת לְיִשְׂרָאֵל", (רש''י: אותן שהן ישראל הוא מעיד עליהן שהן משלו.) אֵימָתִי הָוִי עֵדוּת לְיִשְׂרָאֵל? בִּזְמַן שֶׁהַשְׁבָטִים שבטי יה
אָמַר רַבִּי חָמָא בְּרַבִּי חֲנִינָא: כְּשֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך ְ הוּא מַשְׁרֶה שְׁכִינָתוֹ - אֵין מַשְׁרֶה אֶלָּא עַל מִשְׁפָּחוֹת מְיוּחָסוֹת שֶׁבְּיִשְׂרָאֵל, (רש''י: משפחות שהם ישראל גמורים.) שֶׁנֶּאֱמַר: "בָּעֵת הַהִיא נְאֻם ה' אהיה לֵאלֹהִים לְכל מִשְׁפְּחוֹת יִשְׂרָאֵל", "לְכָל יִשְׂרָאֵל" לֹא נֶאֱמַר, אֶלָּא "לְכֹל משפחות''
זאל מען גוט וויסן מיט וואס מ'שפילט זיך דא!
נאר וואס דען? ווי ס'איז באוויסט פון ספרים הקדושים אז יעדע צרה און יעדע קליפה וואס איז זיך מתגבר חלילה וחס אויפן כלל ישראל, האט א שורש און אן התחלה ווי ס'איז געשהן א פגם וואס דורך דעם האט דער שטן מיט זיינע מקטריגים באקומען א כח איבער אידן צו דורכפירן אזא גזירה.
איז לאמיר זיך מתבונן זיין אביסל. ס'איז ידוע ליידער פאר יעדן וואספארא שרעליכע רשעות והשחתה ס'גייט פאר היינטיגע צייטן בנוגע דעם ענין פון נישט צולאזן טאטעס צו קינדער אין פאל פון א גט אדער כדומה לזה. ס'ליידער געווארן די לעצטע יארן א מצב אז צענליגער צענדליגער אידן ווערן מיט גרויס רשעות נישט צוגעלאזט יארן לאנג צו זייערע קינדער אפילו אין פאל ווען מ'האלט שוין נאכן גט.
זייט וויסן רבותי, אז אזוי ווי אונז רעדט מיר יעצט, זיצן צענדליגער און צענדליגער טייערע אידן און זענען שרוי בצער עמוק מאד עד אין שיעור וערך ווייל מ'לאזט זיי נישט זעהן זייערע טייערע באליבטע קינדערליך.
נישט לאנג צוריק חנוכה צייט האט מען אריין געטראגן א יונגערמאן אין שפיטאל מיט א צובראכענעם היפ. וואס איז? ס'איז חנוכה ביי אידן, פון די שענסטע צייטן ביי א יודישע משפחה, און ער קען נעבעך נישט זעהן זיינע קינדער, ווייל אזוי האבן אפאר עסקנים רוצחים ואכזרים באשלאסן. און נישט קענענדיג אויסהאלטן דעם צער האט ער זיך אזוי אנגעטרונקען ביז ער האט אראפגעטראסקעט און זיך צובראכן דעם היפ ל''ע. פאר איבער א יאהר צוריק האט זיך א בר מצווה בחור'ל גענומען דאס לעבן רח''ל, ווייל מ'האט נישט געלאזן זיין טאטן קומען צו זיין בר מצווה. שומו שמים על זאת. די גאנצע יודישע וועלט וואלט געדארפט אויפציטערן פון אזא שרעקליכער מעשה סדום ועמורה, אבער גארנישט, מ'שווייגט! אלע רבנים און בתי דינים שווייגן! קיין שום דראסטישער קול מחאה וואס זאל אביסל אפשרעקן די רשעים הערט מען נישט. און נישט נאר דאס נאר אין אסאך פעלער איז דא אז געוויסע רבנים ודיינים רשעים גמורים וואס העלפן זיי נאך צו, און זיי זענען גאר די מתחילים בעבירה צו שטופן און מחזק זיין די רשעים עסקנים און בני משפחה צו טוהן די אלע מיני השחתה. אזוי ווי מ'קען אסאך מאל הערן פון זיי ווען מ'האלט זיי פאר פאר זייער רשעות, איז דער תירוץ נעה! די פארשטייסט נישט אלעס.. איך האב א דעת תורה...
און לא די בזה, נאר אין געוויסע פעלער טאמער דער טאטע קומט נישט נאך די אלע רשעות'דיגע פאדערונגען ווערט ער נאך פארמסרט מיט כל מיני שמוציגע בילבולים של שקר ורשעות, און ווערט גאר ארעסטירט פארענט פון זיינע קינדער. און דאס אלעס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם נאר דברים ידועים לכל וואס שפילט זיך כסדר אפ לעיני השמש, און ואין פוצה פה ומצפצף, אלעס גייט ווייטער אן כאילו לא היה כלום.
אויף כל מיני עקסטרעמיזם, מכלומר'שטע פירצות, שטותים והבלים שאין לשער, אויף דעם איז מען כסדר מוחה חדשים לבקרים, דארט ווי מ'קען צוגרינד לייגן א צווייטען איד'ס פרנסה דארט איז יעדער א קנאי ווי דער גוטער יאר. אבער אויף די אמת'דיגע שרעקליכע פשעים הנוראים וואס קומט ליידער פאר במחנינו, אויף דעם פילט קיינער נישט קיין צורך מוחה צו זיין, קיינער קימערט זיך נישט מיטן אמת'דיגן צער און ווייטאג פון טייערע אידישע קינדער וואס נעמט נישט קיין עק שוין אזויפיל יארן. ליידער קוקט אויס ווי ס'איז געווארן פון דעם א גרויסער קיטרוג וואס קומט ארויס אין אזא מין פארעם. ווייל דער מקטרג טענה'ט: עטס נעמטס צו די טאטעס פון די קינדער? איך וועל צונעמען די מאמעס פון די קינדער! די קינדער וועלן ליידער נישט זעהן זייערע מאמעס!
נארטס ענק נישט רבותי, אויב די מאמע איז נישט די עכטע ביאלאגישע מאמע? גייט סיי דאס קינד דאס שפירן כלפי די מאמע, און סיי די מאמע כלפי דאס קינד. ותוצאותיו מי ישורנה. ה' ירחם.
מיט איין זאך קאן מען זיך מנחם זיין, די גמרא זאגט אין ברכות: ס'שטייט א פסוק: ''נפלה ולא תוסיף קום בתולת ישראל'' טייטשט די גמרא 'נפלה' אז כלל ישראל וועט פאלן אזא מין נפילה אז 'ולא תוסיף לנפול' מ'וועט שוין מער נישט קענען פאלן, דעמאלטס וועט זיין 'קום בתולת ישראל'
ס'איז נישט קיין שום ספק אז כלל ישראל האלט שוין יעצט ביי א מצב פון ולא תוסיף לנפול. אז טאמער די גזירה איז מצליח חס ושלום, איז ביז אפאר יאהר נישטא מער קיין כלל ישראל חס מלהזכיר, רחמנא ליצלן. און די עצם זאך אז רבנים ודיינים פון די שטרענג פרומע סאטמאר זאלן מתיר זיין אזא מין תועבה נוראה וואס פאסט ניטאמאל פאר מזרחי רבנים, איז א לא תוסיף לנפול במלא מובן המילה, במילא וועט אוודאי שוין יעצט זיין קום בתולת ישראל בביאת משיח צדקינו בב''א