יא יא! יעדער ווייס אז דאס לייגט זיך נישט אויפן שכל, אבער דאס איז ליידער דער פאקט!
דאס אז דער נגיד הידוע האט א שטארקע אינטערעס פאר דעם היתר, און שטופט דאס בכל הכח,
דאס איז ליידער א באקאנטער פאקט!
נאכאמאל, איך וויל וויסן צו ר' בנימין לאנדא האט באקומען א טשעק פון דעם נגיד? צו ר' זלמן לייב פילאפ האט באקומען? ווייל גראדע ביי די עופות שערוריא האט רז"ל פילאפף נישט געוואלט גיין אין שפאן מיט די אלגעמיינע מיינונג פון די קהילה, פארוואס האט מען אים דעמאלטס נישט באצאלט?
דאס אז מ'האט געמאכט אן אסיפה להתיר דבר שבערווה החמור שבחמורות, אונטער פארמאכטע טירן, נישט רופענדיג און פשוט טאטעל איגנארירענדיג צענדליגער גדולי הרבנים וואס זיצן אלץ בראש המדברים ביי אזאלכע אסיפות.
וועלכע גדולי הרבנים זיצן אלץ ראשי המדברים ביי אזאלכע אסיפות, דאס איז עפעס א פראטעסט אדער א דינער וואס מען רופט "רעדנערס" צו באצויבערן דעם ציבור? ביי אזעלכע אסיפות רופט מען נאר רבנים וועלכע זענען עוסק אין די הלכות, בהלכה ובמעשה, נישט די וועלכע זענען ראשי המדברים ביי פראטעסטן און מחאות.
און נאך דערצו ווען צווישן די רבנים ציילן זיך אזעלכע וואס זענען ספעציעל באקאנט אין די ענינים שוין יארן לאנג, זיצענדיג בראש פון די עסקנים וואס טוען אין די ענינים ווי בוני עולם און עי טיים. און נאך דערצו איגנארירענדיג די מנהלים זייערע, וואס האבן קלארע צוואות פון די גדולי הדור הקודם בנוגע דעם ענין. און דאס אלעס אין דערצייט וואס רובא דרובא פון די רבנים וואס מ'האט יא גערופן זענען ווייט נישט באקאנט אין די ענינים כידוע לכל.
אזעלכע שטותים צו רעדן? די געלאדענטע רבנים זענען עוסק בשפיר ובשליא טאג טעגליך, פיל מער ווי אנדערע רבנים. יא, אפילו זיי האבן נאכנישט געדינגן קיין שרייבערס צו שרייבן תשובות, דאך זענען זיי מער אויסגעקאכט אין די ענינים, ענטפערן פיל מער שאלות טאג טעגליך, און האבן מער סמכות להלכה.
און אויב דו האסט שוין יא דערמאנט די ארגאניזאציעס און עסקנים וועלכע טוען אין די ענינים, ווייסטו דאך אליינס אז די "צד האוסרים" איז געבויעט אויף א קאנקורענץ צווישן די ארגאניזאציעס און עסקנים וועלכע טוען אין די ענינים, דוק ותשכח.
און ווי אויך דער פאקט אז רובא דרובא פון די געלאנדענטע רבנים געהערן צו איין קהילה וואס די פירערשאפט איז אונטערן דירעקטן געלד איינפלוס פון דעם נגיד הידוע, כידוע לכל.
אויך א שקר גס, קוק איבער די רשימה פון די רבנים.
וואס דאס אלעס צייגט קלאר אויף די כראקטער פון די אסיפה אז דאס איז נישט געווען געצילט צו הערן דעם דעת תורה און לויט דעם באשליסן להתיר או לאסור. נאר דער כלומר'שטער דעת תורה איז שוין געווען אפגעמאכט פון פאראויס, און דער אסיפה איז נאר געווען מיטן ציל צו באפעסטיגן בעיני ההמון עם דעם דאזיגען פון פריער באשלאסענעם מיינוג. און ממילא איז נישט בכלל לתועלת צן רופן די וואס וועלן אפשר שטערן..
דאס אלעס איז ליידער א באקאנטער פאקט!
אפשר זאגסטו מיר וועמען פון די רבנים המתירים האט מען גערופן ביי די אסיפה אין אנשי ספרד? און אויב איז עס געווען אן אסיפה צו דן זיין אויף די הלכה, וויאזוי האט שוין דער יושב ראש געוואוסט תיכף ביים אנהייב פון די אסיפה, וואס די הלכה איז? אויב האט מען געגעבן א געלעגנהייט צו דן זיין כדת של תורה, קען דאך זיין אפשר וועט זיך אויפשטעלן א רב און איבערווייזן אז די הלכה איז אנדערש?
דאס אז דיינים ומוצי''ם וואס זענען בעיקר עוסק להורות בעניני איסור והיתר, זאלן מיטאמאל מתיר זיין א דבר שבערווה חמור שבחמורות, בניגוד לדעת גדולי הרבנים וואס זענען בעיקר געשטעלט לדון ולהורות בעניני חו''מ ואבהע''ז וואס שרייען אז דא איז דא אן ערענסטער חשש ממזירות, איז א דבר מוזר עד מאד וואס לייגט זיך ביי קיינעם נישט אויפן שכל,
דאס איז ליידער א באקאנטער פאקט!
יא, רבנים ומוצי"ם וועלכע זענען עוסק להורות בעניני איסור והיתר, קומט אן צו זיי אזעלכע סארטן שאלות כסדר, און זיי זענען גאנץ שטארק אויסגעקאכט אין די ענינים. אדרבה, וואו קומען אריין רבנים וועלכע זענען געשטעלט לדון ולהורות בעניני חו"מ, ביי אזא שאלה?
ומכאן התמיה נשגבה, אז איינער פון די הויפט רעדנערס אין אנשי ספרד איז א רב וואס איז אלע יארן עוסק אין חו"מ, און קיינמאל נישט געטוהן אין די ענינים, ער איז מסתמא געוואויר געווארן פאר 3 חדשים צוריק אז א פרוי האט א רחם און א שחלה, און ער דארף זיין דער מכריע קעגן די חשובע רבנים המתירים וועלכע זענען טאג טעגליך עוסק אין די סארט שאלות.
האלב פון די חותמים אויף די "קול קורא" לאיסור, זענען רבנים וועלכע זענען כמעט נישט עוסק אין אזעלכע שאלות בכלל, אבער זיי מעגן פסק'נען אין אזעלכע ענינים, נאר די רבנים ומוצי"ם וועלכע זענען עוסק להורות בעניני איסור והיתר, זיי טארן נישט.
דאס אז רבנים האבן מעיד געווען אז מהאט געאפערט געלד כדי להתיר,
דאס איז ליידער א באקאנטער פאקט!
אדרבה, זאל זיך אויפשטעלן א רב און זאגן אז מען האט אים געאפערט געלט, קיינער האט עס נאכנישט געזאגט, ווייל עס איז א שקר גס.
איז יעצט אז מ'זאגט די אלע פאקטן ארויס אפן און גראב לעיני הכל כדי לגלות את השקר הגלוי ממילא, קומסטו און די מאכסט דיך תאמעוואטע כאילו לא היה?
וואס מיינסטו דער עולם איז אינגאנצן משוגע צו וואס?
מ'קומט מיט שקרים וכזבים און מ'וויל פשוט מיטן כח הממון אויסרייסן די תורה מיטן כלל ישראל, און אז מ'זאגט אויס דעם אמת שרייט מען נאך מיט ליצנות בזיון התורה??
פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן האט אונז די וואך פונקטליך אויסגעלערנט וואס מ'דארף צו טוהן ווען מ'וויל זיין א בועל ארמית, ווען מ'וויל חלילה מתיר זיין את הנכרית, ער האט אונז פונקטליך אויסגעלערענט דעם במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב.
במילא וואס מיינען זיי? כלל ישראל וועט זיך דערשרעקן פון סיי וואס? ניין און ניין! מ'וועט מגלה זיין דעם גראבן שקר און צביעות וואס שטייט אונטער דעם היתר איינמאל און נאכאמאל, ביז דער פאלטשער היתר ממזירים וועט אויסגעריסן ווערן פון כלל ישראל בע''ה.
די התעוררות דרשה לאז איבער פאר שלש סעודות...