געלט, געלט און נאכאמאל געלט....
אפשר וויל מיר איינער אויך באצאלן? איך האב שוין גענוג זיך אנגענומען דא פאר די צד המתירים, אפשר קען מיר איינער ערלעדיגן א טשעק?
רבי לעבן! הער שוין אויף מיט די שטותים, מיט די בזיון תלמידי חכמים, ווער האט באקומען געלט? ר' בנימין לאנדא איז מתיר וועגן געלט??? ר' זלמן לייב פילאפף איז מתיר וועגן געלט??? ביזטו אויפן קאפ געפאלן???
דו ווילסט נישט ס'זאל זיין מותר, נו גוט, פריי דיך אז יצחק שטערן ארבעט פאר דיר, ער ערלעדיגט דיר חתימות וויפיהל דו ווילסט, אבער הער אויף צו רעדן שטותים, ביטע!!!
יא יא! יעדער ווייס אז דאס לייגט זיך נישט אויפן שכל, אבער דאס איז ליידער דער פאקט!
דאס אז דער נגיד הידוע האט א שטארקע אינטערעס פאר דעם היתר, און שטופט דאס בכל הכח,
דאס איז ליידער א באקאנטער פאקט!
דאס אז מ'האט געמאכט אן אסיפה להתיר דבר שבערווה החמור שבחמורות, אונטער פארמאכטע טירן, נישט רופענדיג און פשוט טאטעל איגנארירענדיג צענדליגער גדולי הרבנים וואס זיצן אלץ בראש המדברים ביי אזאלכע אסיפות. און נאך דערצו ווען צווישן די רבנים ציילן זיך אזעלכע וואס זענען ספעציעל באקאנט אין די ענינים שוין יארן לאנג, זיצענדיג בראש פון די עסקנים וואס טוען אין די ענינים ווי בוני עולם און עי טיים. און נאך דערצו איגנארירענדיג די מנהלים זייערע, וואס האבן קלארע צוואות פון די גדולי הדור הקודם בנוגע דעם ענין. און דאס אלעס אין דערצייט וואס רובא דרובא פון די רבנים וואס מ'האט יא גערופן זענען ווייט נישט באקאנט אין די ענינים כידוע לכל. און ווי אויך דער פאקט אז רובא דרובא פון די געלאנדענטע רבנים געהערן צו איין קהילה וואס די פירערשאפט איז אונטערן דירעקטן געלד איינפלוס פון דעם נגיד הידוע, כידוע לכל.
וואס דאס אלעס צייגט קלאר אויף די כראקטער פון די אסיפה אז דאס איז נישט געווען געצילט צו הערן דעם דעת תורה און לויט דעם באשליסן להתיר או לאסור. נאר דער כלומר'שטער דעת תורה איז שוין געווען אפגעמאכט פון פאראויס, און דער אסיפה איז נאר געווען מיטן ציל צו באפעסטיגן בעיני ההמון עם דעם דאזיגען פון פריער באשלאסענעם מיינוג. און ממילא איז נישט בכלל לתועלת צן רופן די וואס וועלן אפשר שטערן..
דאס אלעס איז ליידער א באקאנטער פאקט!
דאס אז דיינים ומוצי''ם וואס זענען בעיקר עוסק להורות בעניני איסור והיתר, זאלן מיטאמאל מתיר זיין א דבר שבערווה חמור שבחמורות, בניגוד לדעת גדולי הרבנים וואס זענען בעיקר געשטעלט לדון ולהורות בעניני חו''מ ואבהע''ז וואס שרייען אז דא איז דא אן ערענסטער חשש ממזירות, איז א דבר מוזר עד מאד וואס לייגט זיך ביי קיינעם נישט אויפן שכל,
דאס איז ליידער א באקאנטער פאקט!
דאס אז א רב האט מעיד געווען ברבים אז מהאט געאפערט געלד פאר רבנים כדי להתיר,
דאס איז ליידער א באקאנטער פאקט!
איז יעצט אז מ'זאגט די אלע פאקטן ארויס אפן און גראב לעיני הכל כדי לגלות את השקר הגלוי ממילא, קומסטו און די מאכסט דיך תאמעוואטע כאילו לא היה?
וואס מיינסטו דער עולם איז אינגאנצן משוגע צו וואס?
מ'קומט מיט שקרים וכזבים און מ'וויל פשוט מיטן כח הממון אויסרייסן די תורה מיטן כלל ישראל, און אז מ'זאגט אויס דעם אמת שרייט מען נאך מיט ליצנות בזיון התורה??
ווער פונקטליך איז דא מבזה די תורה? הא?
פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן האט אונז די וואך פונקטליך אויסגעלערנט וואס מ'דארף צו טוהן ווען מ'וויל זיין א בועל ארמית, ווען מ'וויל חלילה מתיר זיין את הנכרית, ער האט אונז פונקטליך אויסגעלערענט דעם במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב.
במילא וואס מיינען זיי? כלל ישראל וועט זיך דערשרעקן פון סיי וואס? ניין און ניין! מ'וועט מגלה זיין דעם גראבן שקר און צביעות וואס שטייט אונטער דעם היתר איינמאל און נאכאמאל, ביז דער פאלטשער היתר ממזירים וועט אויסגעריסן ווערן פון כלל ישראל בע''ה.