נאך איין שאלה
@בינה ודעת. האסטו שוין פרובירט רעדן צו די אוסרים? דו שרייבט דאך דברים של טעם. אפשר האבן זיי וואס צוריקצוענפערן? אפשר וועלן זיי מודה זיין? ביזטו דען נישט מחויב צו עכ''פ פרובירן רעדן צו זיין כדי למעט ממזרים בישראל?
באמת דארף איך טאקע פרובירן, און נישט נאר איך, נאר יעדער איד וואס ווייסט און איז איבערצייגט אין די לעכערליכקייט פון דעם היתר, דארף פרובירן צו טוהן כל מה שביכלתו להציל את הכלל ממכשול חמור כזה.
אבער די שאלה איז צו דאס גייט נישט אריין אינעם כלל וואס די גמרא זאגט אין יבמות דף סה ב: "אמר רבי אילעא משום ר' אלעזר בר' שמעון: כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע, כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שאינו נשמע.
איינער האט דא פריער גערעדט ווער ס'האט געוויסט דריי וואכן צוריק וואס ס'מיינט א שחלה. איז אזוי. דאס אז די רוב פון די מתירים האבן עכ''פ א האלב יאר צוריק נישט געוויסט וואס ס'מיינט א שחלה בין איך נישט 100% זיכער, אבער יא 90% אז זיי האבן נישט געוויסט. אבער דאס צו אז א גרויס חלק פון די אוסרים וואס דאס רעכענט אריין די רבני בוני עולם ועי טיים, האבן אפילו פאר צען יאהר צוריק געוויסט וואס ס'מיינט א שחלה, דאס ווייסט יעדער אויף 1000% אז יא.
און יעדער ווייסט אויך אויף 1000% אז דאס באהאווענטקייט פון זיי אין די ענינים שטייגט איבער פון רוב מתירים פי כמה וכמה, כידוע לכל.
איז ממילא דאס אליין אז איסור והיתר דיינים זאלן פסקענ'ן להיתר בדבור חמור כזה, אין דערצייט וואס רוב בוני עולם און עי טיים רבנים פסקענען לאיסור, איז פאר זיך אליין א שרעקליכע זאך!
און נאך דערצו ווען דער פסק איז געקומען אן זיך בכלל דורך רעדן מיט די רבנים, איז אוודאי אז דאס טוט אויפשוידערען יעדן רעכטדעקנדען איד וויאזוי אזא דבר חמור מאד ווערט באהאנדלט מיט אזא קלות כאילו מ'רעדט דא פון א המלצה בריוו פאר עפעס א צדקה צוועק, רחמנא ליצלן!
און ממילא איז קלאר אז דא גייען נישט זאכן ווי נארמאל. ס'איז קלאר אז עפעס גאר מאדנע שפילט זיך דא אפ פון הינטער די קוליסן, עפעס א פיפיגער כח המניע דרייט דאס רעדל דא. איז ממילא פאר מ'גייט רעדן צו איינעם דארף מען קלאר וויסן ווער פונקטליך ס'מישט ארום אינעם טאפ דא, אז נישט איז א שאד דאס גאנצע רעדן. כידוע לכל יודעי קצת היסטאריע וד''ל.
און איך האב געהערט פון איינעם, אז א טייל אוסרים זענען אריבערגעקומען צו איינע פון די מתירים, און יענער האט האט זיך גענומען שרייען ארויס פון מיין שטוב! אויב איז דאס אמת, דעמאלטס זעהט עטס דאך קלאר אויף וואספארא כח השקר וכזב דער היתר איז געבויעט.