Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
ווער ס'קען אביסל די השתלשלות הפאליטיק ביי די פרשה ווייסט אז ר' זושא אויש'ס חתימה דא איז די גרעסטע דזשויק.און וואס איז מיט הרב זושא אויש? אים האט מען דאך טאקע אויפגענומען מער צופרידנצושטעלן די יונגווארג. זיין איסור זאגט אסאך!
אשריך שזכיתאיך האב ביז יעצט מיך נישט אריינגעמישט ווייל איך ווייס באמת נישט. אבער, איך בין מוחה אויף דעם בזיון תלמידי חכמים!
איך קען פערזענליך ר' בנימין לאנדא, ר' זלמן לייב פילאף ר' געצל ר' דוד לייב פישערַ( אגב איז ער אן איידעם ביי מעכי אבערלענדער, און ער האט א בילדינג וואס ער אוינט.ַערַ דארףַ דעם קרעדיט קארדס געלט בערך ווי דו דארפסט א דריטער לאך אינעם נאז), ר' שלמה לייב און עס זענען דא נאך אויסגערופענע וואס איך קען זיי נישט פערזענליך.די אלע וועם איך קען פערזענליך קען איך מעיד זיין אז פאר קיין געלט אויף די וועלט וואלטן זיי זיך נישט געבויגן צו קיין שום זייט. האמת נר לרגלם!
איך פרעג דיך. דערצייל מיך וויאזוי די געלט אפפער איז צוגעגאנגען?
העלוי. איז דאס דער טאש'ער דיין?
יא.
איז השתלת שחלות מותר?
איך דארף דאס דורכטאן.
ליסטען. איך געב דיך פופציג טויזנט דאלאר.ַקעי?
א.ַ יא. פאר נאך צען טויזנט מאך איך אפי' אן אסיפה.
אקעי. די געלט ווערט יעצט געוויייערט.
ביסטו אקעי? דו קענסט אפילו איינער פון די רבנים? די וועלכע איך קען פערזענליך ווייס איך אז זיי וואלטן געלאפן די אנדערע זייט. איי עס איז דא א לוימדישער ניק אויף קרעמל וואס פארשטייט נישט די היתר? מוז מען זאגן אז עס איז דא זאכן וואס דו פארשטייסט נישט!
איגעין. דו האסט געברענגט גאנץ שטארקע ראיות להכה. אבער די אלע רבנים וואס איך קען פערזענליך קען איך מעיד זיין אז עס קלעבט פשוט נישט! דו ווייס אז ר' בנימין לאנדא האט זיך צוריסן מיט איינער פון זיינע גרעסטע גבירים און תומכים ווייל יענער איז געווען א הולך בערכאות? ר' זלמן לייב פילאפ ווייסט אפילו וואס געלט איז?
מיין רב האלט אז דער עירוב אין ברוקלין איז חילול שבת ממש. ער האט גאר שטארקע ראיות דערצו. עכ''ז זיין איידעם, איז אן אייניקל פון איינער פון די מתירים , און ער לאזט אים טראגן. פארוואס איז ער נישט ''מסביר'' פאר זיין איידעם אז עס מוז זיין אז זיין זיידע האט באקומען שוחד. אמער, ער האט דאך אזוינע שטארקע ראיות לאסור?
כך הוא דרכה של תורה. זעה בונה וזה סותר.ַאבער זאגן אז איינער וואס האלט אנדערש פון מיר מוז זיין שוחד,ַאיז א קינדערישקייט!
די האסט גיזאגט א ווארט ״פאליטיק ״ווער ס'קען אביסל די השתלשלות הפאליטיק ביי די פרשה ווייסט אז ר' זושא אויש'ס חתימה דא איז די גרעסטע דזשויק.
נאכמער, ער האט אפי' נישט גע'חתמ'ט אז שחלות איז אסור, ער האט גע'חתמ' בנוגע עפעס א שאלה אין די סוגיא פון מי בראש, שחלות איז אפשר די היכי תמצא אויסצופסקנ'ן מי בראש, אבער נישט דאס איז די נושא בכלל, ואכמ"ל.
ווער ס'קען אביסל די השתלשלות הפאליטיק ביי די פרשה ווייסט אז ר' זושא אויש'ס חתימה דא איז די גרעסטע דזשויק.
נאכמער, ער האט אפי' נישט גע'חתמ'ט אז שחלות איז אסור, ער האט גע'חתמ' בנוגע עפעס א שאלה אין די סוגיא פון מי בראש, שחלות איז אפשר די היכי תמצא אויסצופסקנ'ן מי בראש, אבער נישט דאס איז די נושא בכלל, ואכמ"ל.
און די זעלבע סוגיא פון מי בראש איז רילעוואנט ביי די מתירים וד״ל, ואכמ״ל.ווער ס'קען אביסל די השתלשלות הפאליטיק ביי די פרשה ווייסט אז ר' זושא אויש'ס חתימה דא איז די גרעסטע דזשויק.
נאכמער, ער האט אפי' נישט גע'חתמ'ט אז שחלות איז אסור, ער האט גע'חתמ' בנוגע עפעס א שאלה אין די סוגיא פון מי בראש, שחלות איז אפשר די היכי תמצא אויסצופסקנ'ן מי בראש, אבער נישט דאס איז די נושא בכלל, ואכמ"ל.
ווי דען?
נאך איין שאלה @בינה ודעת. האסטו שוין פרובירט רעדן צו די אוסרים? דו שרייבט דאך דברים של טעם. אפשר האבן זיי וואס צוריקצוענפערן? אפשר וועלן זיי מודה זיין? ביזטו דען נישט מחויב צו עכ''פ פרובירן רעדן צו זיין כדי למעט ממזרים בישראל?
איך בין געוועהן די דאנערשטאג אין א זאלישע ביהמ"ד ס'האבן דארט געשמועסט אזא 7,8, אידן איבער די נושא, וועגן די קול קורא איינער האט געזאגט ווער איז ר'ישראל דוד'ן בכלל? ווי קומט ער דא אריין? די צווייטער לייגט צו, קיינער רעכנט זיך נישט מיט איהם! ער איז שוין לאנג א שטיק לצנות ער איז א גוטע מוץ'ל צו פסקנ'ן הלכות שבת! א קיצור די עולם דארט האט איהם שטארק אוועק געמאכט
איך בין געוועהן די דאנערשטאג אין א זאלישע ביהמ"ד ס'האבן דארט געשמועסט אזא 7,8, אידן איבער די נושא, וועגן די קול קורא איינער האט געזאגט ווער איז ר'ישראל דוד'ן בכלל? ווי קומט ער דא אריין? די צווייטער לייגט צו, קיינער רעכנט זיך נישט מיט איהם! ער איז שוין לאנג א שטיק לצנות ער איז א גוטע מוץ'ל צו פסקנ'ן הלכות שבת! א קיצור די עולם דארט האט איהם שטארק אוועק געמאכט
טרעף איך היינט צופרי 3 פון די חשובע אידן 'האסט געזעהן ר' י"ד בריוו ס'איז פיין, זעהסט, ער פארשטייט גוט א עסק, ער איז מיט אונז, ער שרייבט קלאר 'כאילו יש פגיעה בעריות וחשש יוחסין'.. דאס געבט יעצט א מורא'דיגע כח פאר די מתירים, עולם הפוך ראיתי!! ס'ווענדט זיך פשוט אויף וועלכע זייט מ'איז....
I see it hereאה! אה! מ'זעהט שוין ברוך השם אז דער פאלטשער אויסגעטראכטער היתר ממזירים הייבט אן זיך צו צוברעקלען!
דאס אז אייגענע דיינים קומען ארויס איינס נאך די אנדערע, דאס אליין ווייזט ווי ווייט זיי זעהן דא ניטאמאל א סרך היתר, און ווי ווייט זיי זעהן דא אן איסור חמור מאד. ווייל מ'דארף וויסן אז דאס איז די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס סאטמארע דיינים קומען ארויס בריש גלי קעגן די אייגענע פירערשאפט, דאס זאגט זייער אסאך!
ספעציעל איז דאס א משמעות לגבי הרה''ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט''א וואס דער נגיד איז פון זיינע גרויסע שטיצער'ס, אבער מפני גודל חומר האיסור איז ער ארויס געקומען מיט זיין חתימה לרבים.
ממילא די וואס ווילן זיך ממש יעצט שוין באנוצן מיטן פאלטשן היתר, זאלן בעסער טראכטן אביסל פאר זיי טוען עפעס, ווייל דאס התנגדות ווערט גרעסער און גרעסער, און קיין וועג אויף צוריק איז נישט דא. ממילא שב ואל תעשה עדיף.
ידוע לכל? ידוע איז אז צווישן אלע רבנים וואס האבן דא אריינגערעדט איז ר' בנימין לאנדא די גרעסטער בקי אין די זאכןאון יעדער ווייסט אויך אויף 1000% אז דאס באהאווענטקייט פון זיי אין די ענינים שטייגט איבער פון רוב מתירים פי כמה וכמה, כידוע לכל.