הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

זאגסט גוט
און אז די האסט א שאלה אויף א מראה , זוכסטו
דוקא א מחמיר , אדער די ווייסט שוין ווי ציפרעגן
אפשר זאל מען א קול קורא אויף מראה געה״ל
יש מקילין ויש מחמירים
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אין אז עס איז א שאלה פון מניעת הריון , פאר א סיבה , איז דא חילוקי דעות
דארף מען א קול קורא , פון מתירים מיט אוסרים
מען דארף דאך וויסן וואס הרב חיים דוד כ״ץ האלט
און וואס אנדערע האלטן ,
וד״ל
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האב ביז יעצט מיך נישט אריינגעמישט ווייל איך ווייס באמת נישט. אבער, איך בין מוחה אויף דעם בזיון תלמידי חכמים!
איך קען פערזענליך ר' בנימין לאנדא, ר' זלמן לייב פילאף ר' געצל ר' דוד לייב פישערַ( אגב איז ער אן איידעם ביי מעכי אבערלענדער, און ער האט א בילדינג וואס ער אוינט.ַערַ דארףַ דעם קרעדיט קארדס געלט בערך ווי דו דארפסט א דריטער לאך אינעם נאז), ר' שלמה לייב און עס זענען דא נאך אויסגערופענע וואס איך קען זיי נישט פערזענליך.די אלע וועם איך קען פערזענליך קען איך מעיד זיין אז פאר קיין געלט אויף די וועלט וואלטן זיי זיך נישט געבויגן צו קיין שום זייט. האמת נר לרגלם!
איך פרעג דיך. דערצייל מיך וויאזוי די געלט אפפער איז צוגעגאנגען?
העלוי. איז דאס דער טאש'ער דיין?
יא.
איז השתלת שחלות מותר?
איך דארף דאס דורכטאן.
ליסטען. איך געב דיך פופציג טויזנט דאלאר.ַקעי?
א.ַ יא. פאר נאך צען טויזנט מאך איך אפי' אן אסיפה.
אקעי. די געלט ווערט יעצט געוויייערט.
ביסטו אקעי? דו קענסט אפילו איינער פון די רבנים? די וועלכע איך קען פערזענליך ווייס איך אז זיי וואלטן געלאפן די אנדערע זייט. איי עס איז דא א לוימדישער ניק אויף קרעמל וואס פארשטייט נישט די היתר? מוז מען זאגן אז עס איז דא זאכן וואס דו פארשטייסט נישט!

איגעין. דו האסט געברענגט גאנץ שטארקע ראיות להכה. אבער די אלע רבנים וואס איך קען פערזענליך קען איך מעיד זיין אז עס קלעבט פשוט נישט! דו ווייס אז ר' בנימין לאנדא האט זיך צוריסן מיט איינער פון זיינע גרעסטע גבירים און תומכים ווייל יענער איז געווען א הולך בערכאות? ר' זלמן לייב פילאפ ווייסט אפילו וואס געלט איז?
מיין רב האלט אז דער עירוב אין ברוקלין איז חילול שבת ממש. ער האט גאר שטארקע ראיות דערצו. עכ''ז זיין איידעם, איז אן אייניקל פון איינער פון די מתירים , און ער לאזט אים טראגן. פארוואס איז ער נישט ''מסביר'' פאר זיין איידעם אז עס מוז זיין אז זיין זיידע האט באקומען שוחד. אמער, ער האט דאך אזוינע שטארקע ראיות לאסור?
כך הוא דרכה של תורה. זעה בונה וזה סותר.ַאבער זאגן אז איינער וואס האלט אנדערש פון מיר מוז זיין שוחד,ַאיז א קינדערישקייט!
 
לעצט רעדאגירט:
נאך איין שאלה @בינה ודעת. האסטו שוין פרובירט רעדן צו די אוסרים? דו שרייבט דאך דברים של טעם. אפשר האבן זיי וואס צוריקצוענפערן? אפשר וועלן זיי מודה זיין? ביזטו דען נישט מחויב צו עכ''פ פרובירן רעדן צו זיין כדי למעט ממזרים בישראל?
 
און וואס איז מיט הרב זושא אויש? אים האט מען דאך טאקע אויפגענומען מער צופרידנצושטעלן די יונגווארג. זיין איסור זאגט אסאך!
ווער ס'קען אביסל די השתלשלות הפאליטיק ביי די פרשה ווייסט אז ר' זושא אויש'ס חתימה דא איז די גרעסטע דזשויק.

נאכמער, ער האט אפי' נישט גע'חתמ'ט אז שחלות איז אסור, ער האט גע'חתמ' בנוגע עפעס א שאלה אין די סוגיא פון מי בראש, שחלות איז אפשר די היכי תמצא אויסצופסקנ'ן מי בראש, אבער נישט דאס איז די נושא בכלל, ואכמ"ל.
 
ר הערשל סברא ראשונה להתיר איז גווען באצאלט?
 
וואס זאל איך טון אז מען האט מיר נישט אריין געלאזט צום צדיק' (וואס וועט זיין ווען דער צדיק וועט זאגן מען אין צוויי יאר ארום אז מען קען זיך סומך זיין אויף די מחותן ער איז אגרויסע בעל הוראה ווערט ר הערשל תשובה אויס)? ער האט אפילו געוואלט מתיר זיין תרומות ביצית ער האט פארגעסן פין dna ?
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
וואס איז די הלכה אויב מען לייגט אריבער א פינגער פין א אשת איש צו א צווייטע מעג די מאן קיקען לשם הנאה ‏‎?‎
 
  • האהא
רעאקציעס: Yesh
איך האב ביז יעצט מיך נישט אריינגעמישט ווייל איך ווייס באמת נישט. אבער, איך בין מוחה אויף דעם בזיון תלמידי חכמים!
איך קען פערזענליך ר' בנימין לאנדא, ר' זלמן לייב פילאף ר' געצל ר' דוד לייב פישערַ( אגב איז ער אן איידעם ביי מעכי אבערלענדער, און ער האט א בילדינג וואס ער אוינט.ַערַ דארףַ דעם קרעדיט קארדס געלט בערך ווי דו דארפסט א דריטער לאך אינעם נאז), ר' שלמה לייב און עס זענען דא נאך אויסגערופענע וואס איך קען זיי נישט פערזענליך.די אלע וועם איך קען פערזענליך קען איך מעיד זיין אז פאר קיין געלט אויף די וועלט וואלטן זיי זיך נישט געבויגן צו קיין שום זייט. האמת נר לרגלם!
איך פרעג דיך. דערצייל מיך וויאזוי די געלט אפפער איז צוגעגאנגען?
העלוי. איז דאס דער טאש'ער דיין?
יא.
איז השתלת שחלות מותר?
איך דארף דאס דורכטאן.
ליסטען. איך געב דיך פופציג טויזנט דאלאר.ַקעי?
א.ַ יא. פאר נאך צען טויזנט מאך איך אפי' אן אסיפה.
אקעי. די געלט ווערט יעצט געוויייערט.
ביסטו אקעי? דו קענסט אפילו איינער פון די רבנים? די וועלכע איך קען פערזענליך ווייס איך אז זיי וואלטן געלאפן די אנדערע זייט. איי עס איז דא א לוימדישער ניק אויף קרעמל וואס פארשטייט נישט די היתר? מוז מען זאגן אז עס איז דא זאכן וואס דו פארשטייסט נישט!

איגעין. דו האסט געברענגט גאנץ שטארקע ראיות להכה. אבער די אלע רבנים וואס איך קען פערזענליך קען איך מעיד זיין אז עס קלעבט פשוט נישט! דו ווייס אז ר' בנימין לאנדא האט זיך צוריסן מיט איינער פון זיינע גרעסטע גבירים און תומכים ווייל יענער איז געווען א הולך בערכאות? ר' זלמן לייב פילאפ ווייסט אפילו וואס געלט איז?
מיין רב האלט אז דער עירוב אין ברוקלין איז חילול שבת ממש. ער האט גאר שטארקע ראיות דערצו. עכ''ז זיין איידעם, איז אן אייניקל פון איינער פון די מתירים , און ער לאזט אים טראגן. פארוואס איז ער נישט ''מסביר'' פאר זיין איידעם אז עס מוז זיין אז זיין זיידע האט באקומען שוחד. אמער, ער האט דאך אזוינע שטארקע ראיות לאסור?
כך הוא דרכה של תורה. זעה בונה וזה סותר.ַאבער זאגן אז איינער וואס האלט אנדערש פון מיר מוז זיין שוחד,ַאיז א קינדערישקייט!
אשריך שזכית
למחות על עלבון גדולי תורה ומורי הוראה
שכותבים כאן גיבובי דברים , כאילו שיש איזה
דרישה לכבוד התורה ובית ישראל , וכל הכוונה
היא לקעקע יסודות ולחפור בארות נשברים למען
הריב ולמען הניצוח
כבר יצאה הוראה , מעמודים שיש לסמוך עליהם
והרוצה להחמיר , עליו לברר אם אינו כסיל בחשך .
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווער ס'קען אביסל די השתלשלות הפאליטיק ביי די פרשה ווייסט אז ר' זושא אויש'ס חתימה דא איז די גרעסטע דזשויק.

נאכמער, ער האט אפי' נישט גע'חתמ'ט אז שחלות איז אסור, ער האט גע'חתמ' בנוגע עפעס א שאלה אין די סוגיא פון מי בראש, שחלות איז אפשר די היכי תמצא אויסצופסקנ'ן מי בראש, אבער נישט דאס איז די נושא בכלל, ואכמ"ל.
די האסט גיזאגט א ווארט ״פאליטיק ״
עס איז גיווארן פאליטיק -שקר- גארנישט מיט
הלכה
 
ר' משה שטערבוך שליט''א האט אמאל געזאגט אז אין ארץ ישראל ווערט יעדע פאליטיק א שאלה פון דעת תורה. אין אמעריקא ווערט יעדע שאלה פון דעת תורה א פאליטיק.
 
.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20250718-WA0060.jpg
    IMG-20250718-WA0060.jpg
    281.9 KB · געזען: 84
ווער ס'קען אביסל די השתלשלות הפאליטיק ביי די פרשה ווייסט אז ר' זושא אויש'ס חתימה דא איז די גרעסטע דזשויק.

נאכמער, ער האט אפי' נישט גע'חתמ'ט אז שחלות איז אסור, ער האט גע'חתמ' בנוגע עפעס א שאלה אין די סוגיא פון מי בראש, שחלות איז אפשר די היכי תמצא אויסצופסקנ'ן מי בראש, אבער נישט דאס איז די נושא בכלל, ואכמ"ל.

אז מ'קען פעלטשן א מילתא דלא עבידא לגלויי, וואס ברויך מען גיין צו א מילתא דעבידא לגלויי?
ר' זושא אויש האט געשריבן א תשובה לאיסור אין זיין ספר שו''ת מאזני הלכה חלק ג' סימן כ''ו און ער ענדיגט אזוי:
''לאור כל האמור יוצא דמעשה זו של השתלת שחלות אין לה מקום בכרם בית ישראל ושומר נפשו ירחק מזה וכיוצא בה. ולציין דבמכתב מבעל שבט הלוי ז''ל משנת תש''ע בדבר האירגון בוני עולם הדגיש שהשתלת שחלות הוא דבר פסול''.
 
ווער ס'קען אביסל די השתלשלות הפאליטיק ביי די פרשה ווייסט אז ר' זושא אויש'ס חתימה דא איז די גרעסטע דזשויק.

נאכמער, ער האט אפי' נישט גע'חתמ'ט אז שחלות איז אסור, ער האט גע'חתמ' בנוגע עפעס א שאלה אין די סוגיא פון מי בראש, שחלות איז אפשר די היכי תמצא אויסצופסקנ'ן מי בראש, אבער נישט דאס איז די נושא בכלל, ואכמ"ל.
און די זעלבע סוגיא פון מי בראש איז רילעוואנט ביי די מתירים וד״ל, ואכמ״ל.
 
נאך איין שאלה @בינה ודעת. האסטו שוין פרובירט רעדן צו די אוסרים? דו שרייבט דאך דברים של טעם. אפשר האבן זיי וואס צוריקצוענפערן? אפשר וועלן זיי מודה זיין? ביזטו דען נישט מחויב צו עכ''פ פרובירן רעדן צו זיין כדי למעט ממזרים בישראל?

באמת דארף איך טאקע פרובירן, און נישט נאר איך, נאר יעדער איד וואס ווייסט און איז איבערצייגט אין די לעכערליכקייט פון דעם היתר, דארף פרובירן צו טוהן כל מה שביכלתו להציל את הכלל ממכשול חמור כזה.

אבער די שאלה איז צו דאס גייט נישט אריין אינעם כלל וואס די גמרא זאגט אין יבמות דף סה ב: "אמר רבי אילעא משום ר' אלעזר בר' שמעון: כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע, כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שאינו נשמע.
איינער האט דא פריער גערעדט ווער ס'האט געוויסט דריי וואכן צוריק וואס ס'מיינט א שחלה. איז אזוי. דאס אז די רוב פון די מתירים האבן עכ''פ א האלב יאר צוריק נישט געוויסט וואס ס'מיינט א שחלה בין איך נישט 100% זיכער, אבער יא 90% אז זיי האבן נישט געוויסט. אבער דאס צו אז א גרויס חלק פון די אוסרים וואס דאס רעכענט אריין די רבני בוני עולם ועי טיים, האבן אפילו פאר צען יאהר צוריק געוויסט וואס ס'מיינט א שחלה, דאס ווייסט יעדער אויף 1000% אז יא.
און יעדער ווייסט אויך אויף 1000% אז דאס באהאווענטקייט פון זיי אין די ענינים שטייגט איבער פון רוב מתירים פי כמה וכמה, כידוע לכל.
איז ממילא דאס אליין אז איסור והיתר דיינים זאלן פסקענ'ן להיתר בדבור חמור כזה, אין דערצייט וואס רוב בוני עולם און עי טיים רבנים פסקענען לאיסור, איז פאר זיך אליין א שרעקליכע זאך!
און נאך דערצו ווען דער פסק איז געקומען אן זיך בכלל דורך רעדן מיט די רבנים, איז אוודאי אז דאס טוט אויפשוידערען יעדן רעכטדעקנדען איד וויאזוי אזא דבר חמור מאד ווערט באהאנדלט מיט אזא קלות כאילו מ'רעדט דא פון א המלצה בריוו פאר עפעס א צדקה צוועק, רחמנא ליצלן!

און ממילא איז קלאר אז דא גייען נישט זאכן ווי נארמאל. ס'איז קלאר אז עפעס גאר מאדנע שפילט זיך דא אפ פון הינטער די קוליסן, עפעס א פיפיגער כח המניע דרייט דאס רעדל דא. איז ממילא פאר מ'גייט רעדן צו איינעם דארף מען קלאר וויסן ווער פונקטליך ס'מישט ארום אינעם טאפ דא, אז נישט איז א שאד דאס גאנצע רעדן. כידוע לכל יודעי קצת היסטאריע וד''ל.
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין געוועהן די דאנערשטאג אין א זאלישע ביהמ"ד ס'האבן דארט געשמועסט אזא 7,8, אידן איבער די נושא, וועגן די קול קורא איינער האט געזאגט ווער איז ר'ישראל דוד'ן בכלל? ווי קומט ער דא אריין? די צווייטער לייגט צו, קיינער רעכנט זיך נישט מיט איהם! ער איז שוין לאנג א שטיק לצנות ער איז א גוטע מוץ'ל צו פסקנ'ן הלכות שבת! א קיצור די עולם דארט האט איהם שטארק אוועק געמאכט
טרעף איך היינט צופרי 3 פון די חשובע אידן 'האסט געזעהן ר' י"ד בריוו ס'איז פיין, זעהסט, ער פארשטייט גוט א עסק, ער איז מיט אונז, ער שרייבט קלאר 'כאילו יש פגיעה בעריות וחשש יוחסין'.. דאס געבט יעצט א מורא'דיגע כח פאר די מתירים, עולם הפוך ראיתי!! ס'ווענדט זיך פשוט אויף וועלכע זייט מ'איז....
 
אה! אה! מ'זעהט שוין ברוך השם אז דער פאלטשער אויסגעטראכטער היתר ממזירים הייבט אן זיך צו צוברעקלען!

דאס אז אייגענע דיינים קומען ארויס איינס נאך די אנדערע, דאס אליין ווייזט ווי ווייט זיי זעהן דא ניטאמאל א סרך היתר, און ווי ווייט זיי זעהן דא אן איסור חמור מאד. ווייל מ'דארף וויסן אז דאס איז די ערשטע מאל אין היסטאריע וואס סאטמארע דיינים קומען ארויס בריש גלי קעגן די אייגענע פירערשאפט, דאס זאגט זייער אסאך!

ספעציעל איז דאס א משמעות לגבי הרה''ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט''א וואס דער נגיד איז פון זיינע גרויסע שטיצער'ס, אבער מפני גודל חומר האיסור איז ער ארויס געקומען מיט זיין חתימה לרבים.

ממילא די וואס ווילן זיך ממש יעצט שוין באנוצן מיטן פאלטשן היתר, זאלן בעסער טראכטן אביסל פאר זיי טוען עפעס, ווייל דאס התנגדות ווערט גרעסער און גרעסער, און קיין וועג אויף צוריק איז נישט דא. ממילא שב ואל תעשה עדיף.
I see it here
 
Back
Top