הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

איז פארװאס האט ער נישט געשריבן קײן תשובה?
דאס ווענט נישט אפּ, אז למעשה איז ער א רב וואס איז באקאנט אלץ א בקי גדול בעניני רפואה.

און בפרט ביי די ענינים וואס ער פסק'נט שוין שווערע שאלות יארן לאנג

און אז ביי השתלת שחלות האט ער שוין קלאר געזאגט אז דעתו להקיל

איי פארוואס שרייבט ער נישט קיין תשובה, קען זיין ווייל ער איז נישט גוט אין שרייבן אדער עפעס אנדערש
 
וויאזוי האסטו נאר געשריבן פאריגע וואך? אשריך שזכית
למחות על עלבון גדולי תורה ומורי הוראה..
כנראה רבו דעת המתירים ,
אטו כרוכלא ליזל וליחשב …
ולמעשה אז ביי איינעם איז דא א שאלה ווייס ערווי צי פרעגן , די מתירים וועלן דאך נישט צוריקציען , זיי זענען גענוג שטארק גיבויעט , אויף יסודות חז״ל און פוסקים , וואס רעכענען זיך בכלל נישט מיט DNA
אזוי ווי מען האט דערמאנט פון כמה מקומות ,
מען זעהט אז אפילו די חותמים לאיסור זאגן אז
די חתימה איז נאר בכלליות , נישט בפרטיות (הרב
הארפענעס) - הגם עס איז שווער ציפארשטיין ,
ווייל יעדע אזא שאלה איז א פרטיות ( א ספעשל קעיס) עכ״פ אזוי זאגט ער,
א צוייטער הרב קויפמאן זאגט אז ער האט נישט געוואוסט אז עז איז דא מתירים( וואס האט ער יא געוואוסט) עכ״פ אזוי זאגט ער
עס וועט נאך זיין, נאך חוזרים להיתר
לתמוך בעזר ובסיוע ,בית יעקב אלו הנשים
רני עקרה לא ילדה , והנה הנה נפקדה
והביאו בניך בחוצן .
 
אינעם לינק פון בלאט 6 פון דעם אשכול איז דא א קונטרס מיטן נאמען ''קובץ דברי הפוסקים בענין השתלת שחלות''
װאס איז פשט אז אױף דף 38-49 איז דא א תשובה װאס הױבט זיך אהן מיט א לעדער העד פון ר' מיכל שטײנמעץ אבער איז אונטערגעשריבן פון ר' יוחנן װאזנער, סקװירא דײן פון מאנטרעאל?

בכלל, זעה איך אז דארטן, אין דעם דרײװ, װערט געברענגט נאך תשובות װאס מען האט נישט דא געברענגט. איך װיל װיסן רעקאמענדעישאנס. זענען זײ װערט צו לײענען? למשל זײאנץ און נאכדעם נאך אײנער אַן אַנאָנימעס אוסר פון פעידזשעס 94-97?
 
לעצט רעדאגירט:
ויש להאריך עוד בדבר, און מיר האלטן אינמיטן צוגרייטן א שנירל וואס וועט מלקט זיין אלע פעלער ווי די "גדולי הפוסקים" האבן דורכאויס די יארן רעפארמירט און אפגעווישט גאנצעטע דאורייתא'ס און דרבנן'ס, ועוד חזון למועד
דאס איז שוין ארויסגעקומען לאור עולם אדער מ'ארבייט נאך דערויף? אויב יא ביטע לינקן, די טאפיק איז מיר זייער אינטערעסאנט
ייש"כ
 
בקיצור ארונים/ זאליס אויף איין פעיזש מיט דעם ?
 
וויאזוי האסטו נאר געשריבן פאריגע וואך? אשריך שזכית
למחות על עלבון גדולי תורה ומורי הוראה..
ביסט אינגאנצען צודרייט? ווער איז זושע אויש דאס גאנצע מאכן אים גרויס איז גיווען א פערדריי
 
װאס איז פשט אז אױף דף 38-49 איז דא א תשובה װאס הױבט זיך אהן מיט א לעדער העד פון ר' מיכל שטײנמעץ אבער איז אונטערגעשריבן פון ר' יוחנן װאזנער, סקװירא דײן פון מאנטרעאל?
אה איך זעה שױן, דער עיקר איז ר' מיכל שטײנמעץ און ר' יוחנן װאזנער האט זיך נאר מצרף געװען.
 
יא! ער טענה'ט מיט רעכט וואס איך שריי דא כסדר, מ'האט געמאכט אזא אסיפה בענין חמור כזה, און דעם הויפט מחותן האט מען נישט גערופן.
נו האט נאך איינער א ספק בכלל איבער די ממש אנזעהבארע פאלטשקייט פונעם א.ג. היתר? נו אויב אזוי וואס האט ער נאך בכלל צו זוכן ביי אזעלכע מסלפי התורה!

א חרפה און בושה וואס דא גייט פאר!

און איך הער פון איינעם נאכן צווייטן א קלא דלא פסיק אויף איינעם פון די הויפט מתירים אז נישט נאר ווען מ'האט געוואלט אריבערקומען צו איהם האט ער זיך גענומן שרייען ארויס פון מיין שטוב, נאר ער האט נאך געהאט אין זיך די מאס עזות אנצושרייען איינער פון די אוסרים פארוואס ער וואגט זיך צו אסר'ן! הערסט א חוצפה און א שקרנות?? מ'טאר שוין נישט זאגן א מיינונג אויך נישט!

ווען איך האב דאס געהערט, האב איך מיך דערמאנט א גוט ווארט. לכאורה וואס איז די טענה אויף די אידן אז זיי האבן זיך צוגעהערט צו די מרגלים, מ'האט דא צוועלעף מענטשן, צען זאגן נישט גוטס אויף ארץ ישראל, און צוויי זאגן יא גוטס, נו אוודאי האבן זיי ענדערש געגלייבט די צען?
נאר דער תירוץ איז, אז ווען מ'קוקט אריין אין פסוק זעהט מען אז אזוי ווי די מרגלים האבן געענדיגט זאגן זייערע ווערטער, האבן יהושע וכלב אנגעהויבן זאגן זייער זייט. וואס שטייט נאכדעם אין פסוק? ''ויאמרו כל העדה לרגום אותם באבנים'' אזוי! הייסט עס אז נישט די הערסט ביידע צדדים און נאכדעם האסטו באשלאסן לויטן רוב. נאר די ווילסט דייקא הערן נאר איין צד, און דעם צווייטען צד איז נישט נאר די הערסט אפילו נישט אויס, נאר דו לאזט איהם ניטאמאל זאגן זיין מיינוג. איז דאך דאס א באווייז אז אלעס איז שקר וכזב!

און פארפאלן מ'מוז זאגן דעם אמת! צו ס'שמעקט יא צו נישט. די מתירים וואס ווייסן קוים אז ס'איז דא גדולי רבנים האוסרים איז איין זאך. אבער די מתירים וואס זענען מתיר אזא דבר שבערווה חמור שבחמורות אן ניטאמאל צו וועלן הערן אדער זיך דורך רעדן מיט רבנים וואס זיי ווייסן גאנץ גוט אז זיי קענען די נושא דורך און דורך שוין אזויפיל יארן, און זיי קענען דאס סאך און סאך בעסער ווי זיי, אויף זיי איז געזאגט געווארן די גמרא אין מסכת שבת קל''ט ע''א:
תניא רבי יוסי בן אלישע אומר אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל, שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל. שנאמר (מיכה ג, ט) שמעו נא זאת ראשי בית יעקב וקציני בית ישראל המתעבים משפט ואת כל הישרה יעקשו בונה ציון בדמים וירושלים בעולה ראשיה בשוחד ישפוטו וכהניה במחיר יורו ונביאיה בכסף יקסומו ועל ה' ישענו וגו'

נישט דא נאך א גרעסערע דוגמא פון 'המתעבים משפט ואת כל הישרה יעקשו' ווי דאס.
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט אין סאטמער האט שוין דער ראב"ד הגריח"מ פרידמאן מתיר גיווען השתלות ביצים
 
ביסט אינגאנצען צודרייט? ווער איז זושע אויש דאס גאנצע מאכן אים גרויס איז גיווען א פערדריי
וודאי בין איך מסכים מיט דיר 100%
א וואהלע אברך , (הרב אויש) ער טוט אביסל אין רפואות
אין מען דארף שוין זיין משועבד צי זיין ״דעת תורה״
די מתירים זענען מיוסד על אדני הלכה וכל רוחות
שבעולם וועלן זיי נישט רירן
די אלע שרייבעריי דא
איז סתם זיך אויס ציגעבן יעדער איינער לפי רוחו .
די היתר איז יצא לאויר העולם און ער איז שריר וקיים
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך מײן ביסט נישט גערעכט. את הדבר הקשה יביאון אל בעלי חו"מ ואבהע"ז.
באמת האט איר א טעות דעיס איז בכלל נישט קיין שווערע שאלה דעיס איז א שיקול הדעת שאלה וואס יעדער ירא שמים בקי בהוראה קען עס אויספאסקנען
 
  • לייק
רעאקציעס: Dna
אין די ״יו״ד׳ ניקעס״ ווייסן וואס טיט זיך אין הלכות זרעים? אדער דעיס דארף מען זיך שוין רעכענען מיט די חושן משפט אבע״ז דיין אויכעט? בקיצור עס איז איין גרויסע תורה.
דו מיינסט נעבעך אז די דיינים וואס זיצען ביי דין תורות קענען יא הלכות זרעים איך האב דיר נייעס אפילו חו"מ מיז ער נישט קענען ער ברויך נאר קענען די בעסיקס
 
.
 
לעצט רעדאגירט:
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט אין סאטמער האט שוין דער ראב"ד הגריח"מ פרידמאן מתיר גיווען השתלות ביצים
דאס איז שוין א ברייטע קלעים וואס דארף דעקונג

פון ווי נעמסטו אזא זאך?
 
דו מיינסט נעבעך אז די דיינים וואס זיצען ביי דין תורות קענען יא הלכות זרעים איך האב דיר נייעס אפילו חו"מ מיז ער נישט קענען ער ברויך נאר קענען די בעסיקס
ממש נישט אמת!
ווען א מענטש ווייסט אז ער וויל רופן איינעם צו א ד"ת פרעגט ער זיך נאך 10 מאל ווער ס'איז די בעסטע 'ס'ליגט דאך דא ריזיגע געלטער וואס ער וויל נישט פארלירן\ געוואונען' די מציאות איז ס'דא דיינים וואס האבן בתי דינים זיי זענען אבער ליידיג, 5 א יאר, משא"כ למשל רבי אברהם ברוך ראזענבערג, רבי מענדל זילבער,ועוד, האבן נישט קיין ליידיגע מינוט צו צולייגן צו זייער סקעדזשועל פארוואס? איינער הייסט גיין צו זיי? נאר זיי האבן יארן עקספיריענס זיי זענען אמת'ע ת"ח, זיי קענען דורך און דורך חו"מ לויפט מען זיי נאך, די וואס זענען נישט קיין ת"ח זיי קענען נאר אביסעל בעיסיק וואס זיי האבן צוזאם גענומען אין א פאלדער.. האבן נישט קיין ד"ת'ס אפשר דא דארט אפאר קליינע.. והבן!
 
Back
Top