דאס אז די רבנים האבן פשוט נישט ארויסגעהאט דעם מציאות אז דער גאנצער חומר ומהות הוולד ליגט בלויז אינעם ביצת התורמת, און די נתרמת גיבט ממש גארנישט צו צום חומר הוולד בלויז חיות והזנה, און ממילא האט מען זיי דאס מסביר געווען בטוב טעם ודעת, דאס איז מאן דכר שמיה. נאר ס'מוז אוודאי זיין אז מ'האט זיך ארויף געזעצט אויף זייער קאפ.. חזקיה כהן אויף חיד''ו ווייס'נס קאפ, און עפעס א דאקטער אויף הרב וואוזנער.. און ווער האט זיך ארויפגעזעצט אויף הרב אויש'נס קאפ? אה! כהאב מיך שוין דערמאנט! יענע צדיק..
איך בין נאר נייעגעריג צו ווען איינער זאל דאס שרייבן אויף די וואס האבן חוזר געווען פון זייער חתימה לאיסור, וואספארא חוזק ער וואלט געווען. אין דער צייט וואס דארט איז עס פשוט אמת, כידוע וועם זיי שיקן ארום משוגע מאכן און טערארעזירן די חותמים. ווייל מ'קען טאקע עכט מיינען אז די חוזרים האבן נאר געחתמעט ווייל זיי האבן עכט נישט געוויסט אז ס'איז דא מתירים, זיי זענען עס פשוט געוואר געווארן פרייטיג פנחס... און וועגן דעם חוזר געווען..
אבער ניין רעבעלע, מ'האט זיך אויף קיינעם נישט ארויף געזעצט און מ'האט קיינעם נישט געדרייט א קאפ. מ'האט זיי פשוט אויפגעקלערט דעם מציאות, און זיי האבן זיך תיכף איבערצייגט אז אין כאן שום מקום ואפילו הו''א להתיר.
און א בפירושער ראיה האט איר פון דעם וואס ווען מ'קוקט אריין אין די הויפט מקורות פון די מתירים זעהט מען קלאר אז די גדולים פון איבער 100 יאר צוריק האבן ווייט נישט געקענט דעם מציאות וואס אונז ווייס מיר היינט. און דעסטוועגן דאך פארלאזט מען זיך אויף זיי מיט סברות כרסיות בלי שום מקור להתיר דברים חמורים כאלו! איך האב שוין דא מעתיק געווען דעם חת''ס אז אפילו אויף ראשונים טאר מען זיך נישט פארלאזן אויב ס'איז נגד המציאות.
און פון דא איז טאקע נאך א ראיה אז ווען די גדולים לעבן ווען היינט, און ווייסן ווען דעם היינטיגען מציאות וואלטן זיי ווען געאסרט בהחלט!