הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

דו זאגסט "יעדעס קינד האט די זעלבע דנ''א ווי די מאמע" און איך זאג "רוב קינדער האבן די זעלבע דנ''א ווי די מאמע", איינמאל DNA איז נישט די סיבה פארוואס א קינד איז זיך מתייחס נאך די מאמע איז נישטא קיין וועג צו מוכיח זיין איין וועג אדער די אנדערע.

נאכמער, אויב זאגט מען אז די אבר ווערט בטל האט די קינד אויך די זעלבע DNA ווי איר מאמע, די זעלבע ווי איר מאמעס אווערי.

איך זעה די כאפסט נישט די נקודת הדבר.

א קינד האט אייביג דעם זעלבן דנ''א ווי די מאמע!!
אין דבר כזה בעולם אז א קינד מיט א מאמע זאלן נישט האבן דעם זעלבן דנ''א!!

אין אנדערע ווערטער: אויב זעה איך א קינד מיט אן אנדערען דנ''א ווי א פרוי, ווייס איך בבירור אז דאס איז נישט זיין מאמע!!!

און מ'דארף וויסן רבותי אז ווען מ'רעדט דא פון דנ''א מיינט עס נישט עפעס א זייטיגע זאך, דאס מיינט דעם כל כולו פונעם חומר ומהות הוולד מכף רגלו ועד קדקדו, אלעס איז ''בלויז פון די תורמת''.
נו אויב אזוי ווי קען מען אפילו ארויפברענגען אזא נארישקייט אז די נתרמת איז די מאמע?

ס'איז דאך אזא שטות והבל שאין כדוגמתו ממש!!
 
Black Swan Fallacy

דו ווייסט אז עס זענעם דא פעלער וואס חלקים פונעם מענטש האבן אן אנדערע DNA ווי אנדערע חלקים? און אויב די קינד וועט האבן אן אנדערע DNA ווי די מאמע'ס קאפ וועט עס נישט זיין איר קינד?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Black Swan Fallacy

דו ווייסט אז עס זענעם דא פעלער וואס חלקים פונעם מענטש האבן אן אנדערע DNA ווי אנדערע חלקים? און אויב די קינד וועט האבן אן אנדערע DNA ווי די מאמע'ס קאפ וועט עס נישט זיין איר קינד?
נאכאמאל זייער קלאר: יעדעס קינד אויף דער וועלט האט 50% דנ''א דומה צו מאמען, און 50% צום טאטען.

''אין דבר כזה בעולם'' אז א קינד מיט א מאמע זאלן ''בכלל נישט'' האבן קיין איידענטיקעל דנ''א!!

ממילא איז קלאר: אז אויב זעה איך א קינד וואס האט נישט דנ''א דומה צו א געוויסע פרוי ניטאמאל אויף איין אבר שבגופו, ווייס איך בבירור גמור אז דאס איז נישט זיין מאמע!!

און צו זאגן אנדערש, הייסט געלייקענט א מציאות שמש בצהריים! דאס איז פונקט ווי איינער זאל זאגן אז מ'קען נאך נישט ליינען קריאת שמע של שחרית. איי איך זעה דאך אז מיין זייגער ווייזט 10:00? אבער ווי זעהט מען אז די תורה רעכענט זיך מיט א זייגער....?

רחמנא ליצלן ווי מענטשן קענען אזעלכע שטותים רעדן...
 
און מ'דארף וויסן רבותי אז ווען מ'רעדט דא פון דנ''א מיינט עס נישט עפעס א זייטיגע זאך, דאס מיינט דעם כל כולו פונעם חומר ומהות הוולד מכף רגלו ועד קדקדו, אלעס איז ''בלויז פון די תורמת''.
נו אויב אזוי ווי קען מען אפילו ארויפברענגען אזא נארישקייט אז די נתרמת איז די מאמע?

ס'איז דאך אזא שטות והבל שאין כדוגמתו ממש!!

דאס הייסט אין אנדערע ווערטער אזוי: דאס אז דאס קינד איז דומה בכל רמ''ח איבריו בשרו דמו וגידיו צו די תורמת, דאס איז גארנישט! איך רעכן מיך נישט מיט דעם אז וועגן דעם זאל זי הייסן די מאמע. וואס עפעס יא? איך האב דען א ראיה פון די תורה...?

אבער מיט וואס רעכען איך מיך יא? ווער הייסט יא די מאמע? דער וואס טוט מיט אירע הארמאונס העלפן אז די זרע הקיים זאל נתבשל ווערן, אה! היא אמו! זי איז די מאמע! אויף דעם האמיר דאך שוין א ראיה מפורשת פון די תורה אז ווער ס'איז מבשל די ביצה, זאל זיין אפילו יענעמס ביצה, דער איז די עכטע מאמע...

איי חז''ל זאגן דאך אמו מזריע אודם שממנו בשר גידין ועצמות? נעה! דאס מיינט אז זי איז מזריע יענעמס אודם....

רחמנא ליצלן ווי מ'קען מיט אזעלכע סברות של שטות והבל ודברי רוח אריינפירן דעם כלל ישראל אין אזא ביטערן מכשול פון ממזירות והתבללות, ה' ישמרנו.
 
נאכאמאל זייער קלאר: יעדעס קינד אויף דער וועלט האט 50% דנ''א דומה צו מאמען, און 50% צום טאטען.

''אין דבר כזה בעולם'' אז א קינד מיט א מאמע זאלן ''בכלל נישט'' האבן קיין איידענטיקעל דנ''א!!

ממילא איז קלאר: אז אויב זעה איך א קינד וואס האט נישט דנ''א דומה צו א געוויסע פרוי ניטאמאל אויף איין אבר שבגופו, ווייס איך בבירור גמור אז דאס איז נישט זיין מאמע!!

און צו זאגן אנדערש, הייסט געלייקענט א מציאות שמש בצהריים! דאס איז פונקט ווי איינער זאל זאגן אז מ'קען נאך נישט ליינען קריאת שמע של שחרית. איי איך זעה דאך אז מיין זייגער ווייזט 10:00? אבער ווי זעהט מען אז די תורה רעכענט זיך מיט א זייגער....?

רחמנא ליצלן ווי מענטשן קענען אזעלכע שטותים רעדן...
דא איז די קינד'ס DNA אויך דומה צו די מאמע'ס (יעצטיגע) אווערי.
 
הער אויף צו נוצן די חז"ל כאילו עס איז א ראי' צו דיר, די חז"ל האט קלאר פארשטאנען אז די זרע איז די דם, אמו מזרעת "אודם".
 
דאס הייסט אין אנדערע ווערטער אזוי: דאס אז דאס קינד איז דומה בכל רמ''ח איבריו בשרו דמו וגידיו צו די תורמת, דאס איז גארנישט! איך רעכן מיך נישט מיט דעם אז וועגן דעם זאל זי הייסן די מאמע. וואס עפעס יא? איך האב דען א ראיה פון די תורה...?

איי חז''ל זאגן דאך אמו מזריע אודם שממנו בשר גידין ועצמות? נעה! דאס מיינט אז זי איז מזריע יענעמס אודם....

רחמנא ליצלן ווי מ'קען מיט אזעלכע סברות של שטות והבל ודברי רוח אריינפירן דעם כלל ישראל אין אזא ביטערן מכשול פון ממזירות והתבללות, ה' ישמרנו.
אין האשה מטמאה בלובן
ולא האיש באודם אלא האשה
באודם והאיש בלובן
 
אין האשה מטמאה בלובן
ולא האיש באודם אלא האשה
באודם והאיש בלובן
אודם מיינט נישט דם, און רש''י שפעטער זאגט אזוי קלאר. איך וועל באלד מסביר זיין וואס איך מיין.

און חז''ל האבן נישט געזאגט זאכן היפך המציאות ח''ו אז פון דם קומט בשר גידין ועצמות, אודם מיינט זרע נישט דם, ווען חז''ל רעדן פון בלוט זאגן זיי דם נישט אודם, וואס עפעס פלוצלונג זאגן זיי אודם? נאר אודם מיינט די זרע האשה נישט עפעס אנדערש.
 
לעצט רעדאגירט:
דא איז די קינד'ס DNA אויך דומה צו די מאמע'ס (יעצטיגע) אווערי.

דו טרייסט זייער שטארק אוועקצוקריכן פון די הויפט נקודה כדי זיך צו באפעסטיגן מיטן שקר, אבער סוועט דיר גארנישט העלפן.

א קינד'ס דנ''א איז אייביג דומה צו די מאמע. נאר אויב די מאמע האט אן איידענטיקל טווין איז עס אויך דומה צום שוועסטער.

אבער דאס איז קיינמאל נישט פארהאנען אז א קינד'ס דנ''א זאל ''נישט זיין'' דומה צו זיין מאמע.

ממילא דא אז מען איז דן אויף א מציאות וואס מ'וויל מאכן א פרוי וואס איר דנ''א איז בכלל נישט דומה צום קינד'ס, אז זי זאל זיין די מאמע, איז דאס פשוט נגד המציאות.

ממילא איך גלייב דיר נישט אז דו האסט געטוישט מיינונג וועגן אזא סברא של שטות והבל. נאר וואס יא?...
 
עס איז ממש א שאד אפצורייבן מיין קיבאורד דיר צו מסביר זיין וואס איך האב שוין מסביר געווען
אויב זאגט מען אז די אבר ווערט בטל האט די קינד אויך די זעלבע DNA ווי איר מאמע, דהיינו די זעלבע ווי איר מאמעס אווערי.
 
ממילא איך גלייב דיר נישט אז דו האסט געטוישט מיינונג וועגן אזא סברא של שטות והבל. נאר וואס יא?...
איך האב באקומען א שיינעם טשעקל פון יואלי לאנדא

איך וועל נישט זיין סופרייזד אז מארגן גייען די אוסרים שרייען אז די מתירים האבן קלאר מודה געווען אז זיי באקומען געלט :)
 
די זאך פון וואס די קנה בושם רעדט איז אנגענומען להיתר היינטיגע צייטן ביי אלע היימישע רבנים וואס טוען אין אינפערטיליטי, ס'איז שוין דא אסאך בעביס פון דעם, ס'קוקט אויס ווי השתלת שחלות גייט גיין אין דעם ריכטונג.

אנפאנג וועט זיין עטליכע וואס וועלן נישט וועלן ענטפערן אויף דעם, און מיט די צייט וועט עס ווערן א נחלת הכלל ביי די רבנים וואס טוען אין אינפערטיליטי.
וואס רעדסטו נארישקייטן??
דו ביסט מדמה צוויי זאכן וואס זענען כרחוק מזרח ממערב. ווייל אפילו לפי דעתו זענען די קינדער יהודים כשרים, די גאנצע שאלה איז צו ס'גייט אן דער איסור סירוס דערביי און צו זיי ווערן א כרות שפכה צו נישט.
אבער דא רעדט מען דאך קודם כל אז מ'איז מוליד ממזירים וגוים, און ווי אויך איז יעדער ביאה א איסור כרת דאשת איש או אשת אח. און אפילו די וואס האלטן נישט אז הוולד ממזר אבער שמא ישא אח את אחותו איז זיכער דא.

און כדי דער עולם זאל כאפן פון וואספארא דברים חמורים מ'שפילט זיך דא ארום, וועל איך נאכאמאל אהער ברענגען די דרשה פון הגאון אב''ד פריימאן וראב''ד התאחדות הרבנים שליט''א, געזאגט ביים גרויסן אסיפות הרבנים באולם אנשי ספרד בב''פ, ווי ער גייט איבער בקיצור נמרץ די אלע פרטי הדברים, און ער פירט אויס אז דא רעדט מען פון אן ערענסטע חשש ממזירות רחמנא ליצלן.

הגאון הגדול אב''ד פריימאן וראב''ד התאחדות הרבנים שליט''א.wav
 
@‎ ‎בינה ודעת‏ איך זעה אז די‎ ווילסט נישט כאפן וואס די חידוש פין קנה בושם איז ער זאגט א אויב נעמט מען די זרע פריער וועט עס קימט ארויס איז די קינדער ַַַנישט זיינע קינדער לענינינו. דא נעמט מען ארויס אױך פריער סאוי קענסט שוין גיין שלאפן עפעס א סרך התיר איז דא ‏
 
לעצט רעדאגירט:
@בינה ודעת נעם עס נישט אזוי פערזענלעך, ס'איז צוויי צדדים וואס מ'קען טראכטן, איך פארשטיי ביידע צדדים, הגם איך בין מער נוטה צי איין זייט, מ'דארף קענען פארשטיין אז ס'איז דא מענטשן וואס טראכטן אנדערשט
 
עס איז ממש א שאד אפצורייבן מיין קיבאורד דיר צו מסביר זיין וואס איך האב שוין מסביר געווען
הייסט עס אזוי: די דנ''א ווייזט קלאר אז די תורמת איז די מאמע, זאגסטו אז ניין די נתרמת איז די מאמע ווייל דער אבר איז דאך בטל....? ניטאמאל פאר א פורים תורה איז עס גוט...

און דו ווילסט נאך איינעם איינרעדן אז דו גלייבט אליין אין דעם שטות וואס דו האסט דא געשריבן.
 
דו האסט א טעות, מ'רעדט פון דעם אז מ'זאל קענען משתיל זיין די אברים וואס באשאפן די ספערם אין די מאן, זכרים ווערן נישט געבוירן מיט די ספערם סעלס, ס'ווערט באשאפן שפעטער, ביי די מענער וועט לכאורה יעדער מודה זיין אז ס'איז נישט קיין פראבלעם.

מ'דארף טאקע וויסן וועמענס די ען עי ס'גייט זיין. לכאורה פונעם צווייטן.
די האלטס שוין ביי א טעקסטיל אימפלענט, איך רעדט סתם אריישפריצן זרע און יענעם'ס טעקסטיל,
 
נאכאמאל זייער קלאר: יעדעס קינד אויף דער וועלט האט 50% דנ''א דומה צו מאמען, און 50% צום טאטען.

''אין דבר כזה בעולם'' אז א קינד מיט א מאמע זאלן ''בכלל נישט'' האבן קיין איידענטיקעל דנ''א!!
נישט ממש ווייל אויב אזוי וואלטן אלע קינדער געדארפט זיין די זעלבע, אבער דאס איז א לאנגע אריכות

ממילא איז קלאר: אז אויב זעה איך א קינד וואס האט נישט דנ''א דומה צו א געוויסע פרוי ניטאמאל אויף איין אבר שבגופו, ווייס איך בבירור גמור אז דאס איז נישט זיין מאמע!!
ביסט גערעכט אז דאס זענען אירע עמריאס
די שאלה איז וואס מאכט א מאמע זיין א מאמע,
אפשר דער וואס טראגט די קינד איז די מאמע, פטר רחם,
ס'איז ווילד פרעמד געב עס צייט...
די פארשטייסט ביי פקדונות כאטש מחמיר צו זיין מיט אחותו פון די צווייטע פרוי?

און צו זאגן אנדערש, הייסט געלייקענט א מציאות שמש בצהריים! דאס איז פונקט ווי איינער זאל זאגן אז מ'קען נאך נישט ליינען קריאת שמע של שחרית. איי איך זעה דאך אז מיין זייגער ווייזט 10:00? אבער ווי זעהט מען אז די תורה רעכענט זיך מיט א זייגער....?

רחמנא ליצלן ווי מענטשן קענען אזעלכע שטותים רעדן...
לייג אוועק דיין אלע אגדענדעס פראבירט אמתדיג איין מינוט צו פארשטיין די אנדערע זייט
 
Back
Top