איך האב יעצט נאכאמאל איבערגעהערט די דרשה פון הרב אויש שליט''א ביים אסיפת הרבנים באולם אנשי ספרד בב''פ, און איך וויל דא מעתיק זיין אות באות וואס ער האט געזאגט דארט אינמיטן די דרשה זיינעם:
ס'איז ביטער און וויי אז מ'קען היינט טערארעזירן רבנים. ס'געווען אמאל אויכעט, אבער היינט גייט מען מיט געלד! מ'וויל געבן געלד אז מ'זאל ארויסרוקן א היתר! מ'מיינט דאס איז א זאך וואס מ'קויפט אויפן סטאק מארקעט, וואס מ'קויפט אין א סטאר. מ'וועט זיך לאזן קאסטן, מ'נעמט א גוטן לויער, ס'וועט ארויסקומען א היתר.
מ'אפערט געלד פאר די רבנים!! א זאך וואס איז נישט געהערט געווארן! ס'נאך אזאנס נישט געהערט געווארן!
עכ''ל.
האמיר א נייעם פשט אין די גמרא קידושין. אמר ר' יהושע בן לוי: כסף מטהר ממזירים..
זאל מען כאטש וויסן וואספארא פנים דער גאנצער היתר האט נעבעך. ה' ירחם עלינו במהרה.