הלכהדיגע שאלה בענין השתלת שחלות - Ovarian Transplant

ר' זילבער האט נאך קיינמאל נישט צוריק געצויגן פון זיינס א פסק דאס זעלביגע קען ער ערווארטן פון אנדערע וואס זענען פונקט אזוי באהאווענט ווי אים אין הלכה און אלעס וואס ער ווייסט ווייסן זיי אויך און נאך בעסער
 
דו ווייסט עס אויך גאנץ גוט, אז די אלע פיר וואס האבן די וואך אינטערגעשריבן להיתר האבן א האלב יאר צוריק ניטאמאל געוויסט וואס מיינט א שחלה בכלל.
ממילא אז זיי זאלן פסקענען אין אזא דבר חמור שבחמורות בניגוד לדעת הרבנים וואס טוען אין דעם שוין יארן, און נאך דערצו אן אפילו זיי פרעגן, איז דאס א שייגעץ שטיק שאין כמוהו!!

ניטאמאל זייער אייגענעם דומ''ץ לעניני רפואה האבן זיי געפרעגט! דאס ווייזט קלאר וואספארא איין שטיק פאלטשקייט און ליצנות דער גאנצער היתר איז.

ממש אזוי ווי דער דברי יואל זצ''ל שרייבט אין זיין תשובה: ''ותמה אני האיך יעלה על הדעת להקל באיסורים נוראים כאלו של אשת איש וממזירות בפטומי מילי כאלה שאין בהם ממש כלל''.
 
דער בעל שייגעצשטיק בעל מכלל יופי ווייסט די ענינים אסאך מער פון רב סילווער טראץ דעם וואס ער פרעגט נישט דעם דעת פון א אינגערמאן מיטן נאמען אויש
 
דער בעל שייגעצשטיק בעל מכלל יופי ווייסט די ענינים אסאך מער פון רב סילווער טראץ דעם וואס ער פרעגט נישט דעם דעת פון א אינגערמאן מיטן נאמען אויש
ווען איינער שרייבט זאכן וואס ער אליין ווייסט אז ס'איז שקר וכזב, מיט אזא איינעם איז נישט דא וואס צו טענה'ן.
 
איך האב יעצט נאכאמאל איבערגעהערט די דרשה פון הרב אויש שליט''א ביים אסיפת הרבנים באולם אנשי ספרד בב''פ, און איך וויל דא מעתיק זיין אות באות וואס ער האט געזאגט דארט אינמיטן די דרשה זיינעם:

ס'איז ביטער און וויי אז מ'קען היינט טערארעזירן רבנים. ס'געווען אמאל אויכעט, אבער היינט גייט מען מיט געלד! מ'וויל געבן געלד אז מ'זאל ארויסרוקן א היתר! מ'מיינט דאס איז א זאך וואס מ'קויפט אויפן סטאק מארקעט, וואס מ'קויפט אין א סטאר. מ'וועט זיך לאזן קאסטן, מ'נעמט א גוטן לויער, ס'וועט ארויסקומען א היתר.
מ'אפערט געלד פאר די רבנים!! א זאך וואס איז נישט געהערט געווארן! ס'נאך אזאנס נישט געהערט געווארן!

עכ''ל.

האמיר א נייעם פשט אין די גמרא קידושין. אמר ר' יהושע בן לוי: כסף מטהר ממזירים..

זאל מען כאטש וויסן וואספארא פנים דער גאנצער היתר האט נעבעך. ה' ירחם עלינו במהרה.
 
‎א חוץ dna dna dna ivm ivm ivm ממזר ממזר ממזר אין געלט געלט געלט אין עם הארצות שאין כמוהו אין אז קיינער האט נישט געקענט די מציאות האב
איך נאך נישט געהערט א עטנפער הרב הגאון ר שמואל הלוי וואזנער שרייבט א תשובה תשע'א וזל ואמר בטח דאעפי שנפשי סולד להשיב בנדון וכו'מכל מקום לעניין גירות דעתי העני נוטה שאין צריך די תשובה איז געשריבן נאכדעם וואס ער האט געקענט די מציאות איר האט א נארמאלער ענטפער ????????????????????????????????????????? אויב די ענטפער איז א למעשה פירט ער אויס ומ'מ עוד נעיין
זענט איר פטור צו ענטפערן
 
זעהט אויס אז דער אויש האט באקומען געלט צו טוישן זיין דעה כי כל הפוסל במומו פוסל, איר האט איין ברירה זיך נישט משדך זיין מיט די מתירים, איך קען משפחות וואס זענען זיך נישט משדך מיט די מטלטלי העירוב בברוקלין ניו יארק און די וועלט איז נישט אינטער געגאנגען, אלעס פארט ווייטער, תיק''ו ת'שבי י'תרץ ק'ושיות ו'אבעיות, ביז דאן קענט איר בייגל באקן, די גרעסערע קהלות בארה''ב שטייען מיט צד המתירים
 
זייער אינטערעסאנט: סיי פאר וועם פון די וואס האלטן ווי די מתירים איך האב געצייגט דעם שטיקל בן יהוידע, זענען זיי ממש ארויס פון די כלים מיט א ווילדן כעס. איך וואונדער מיך פארוואס רעגט זיי דאס אזוי אויף? נאר זעהט אויס פשוט אז דער אמת טוט וויי! זיי אליין זעהט אויס ווייסן ביי זיך זייער גוט דעם אמת.

ממילא שעלטן און שימפן וועט נישט העלפן צו בארואיגן דעם געוויסן, נאר פשוט צוריק ציען.

אזוי ווי הגר''מ זילבער שליט''א ענדיגט זיין תשובה: אקוה לשמוע שהמתירים זאת יחזרו מדעתם ולא ישמע בבית ישראל דבר הרע הזה.
אונז זאגן מיר, קוה אל ה׳ חזק ויאמץ לבבך
אונז זענען אלע קווים ומשתחווים לה׳
וקוי ה׳ יחליפו כח יעלו אבר כנשרים
אין בית דין פון ה׳ , בית דינו פון קהלה הקודש
איז ארויס דער כרוז
נצחוני בני והלכה כבית הלל
וכוחא דהיתרא עדיף
ומי ראה את יוצאים ולא יצא
וה׳יתן ללב תועים בינה , ודעת חדרים ימלאו
 
‎א חוץ dna dna dna ivm ivm ivm ממזר ממזר ממזר אין געלט געלט געלט אין עם הארצות שאין כמוהו אין אז קיינער האט נישט געקענט די מציאות האב
איך נאך נישט געהערט א עטנפער הרב הגאון ר שמואל הלוי וואזנער שרייבט א תשובה תשע'א וזל ואמר בטח דאעפי שנפשי סולד להשיב בנדון וכו'מכל מקום לעניין גירות דעתי העני נוטה שאין צריך די תשובה איז געשריבן נאכדעם וואס ער האט געקענט די מציאות איר האט א נארמאלער ענטפער ????????????????????????????????????????? אויב די ענטפער איז א למעשה פירט ער אויס ומ'מ עוד נעיין
זענט איר פטור צו ענטפערן

איך האב נישט קיין איינונג פארוואס די הערסט נישט אויף צו פארפירן אזויפיל מיט די תשובה, אז מ'קען מיינען עפעס ווייסעך וואס...

קודם כל: טאקע וועגן דעם שרייבט ער: ועוד נעיין בזה, ווייל ער האט טאקע מעיין געווען און טאקע מחמיר געווען אפילו אויף גיור. ווי הרב ר' משה שאול קליין זיין נענסטער תלמיד גיט איבער בשמו סיי בעל פה און סיי בכתב: ואף מו"ר בשו"ת שבט הלוי (חלק י"א סי' רל' רל"ו) דן בזה ונשאר בצ"ע. וכאשר זכיתי להיות שלוחו להורות בעניינים חמורים אלו, הורה לי כמ"פ למעשה, שבנידון דידן אם עברו ועשו מעשה תועבה כזה אין להתירו לבא בקהל ד' בלא גיור כדת וכהלכה.

ווען ער זאל ווען איבער געבן בשמו להיתר, פארשטייט יעדער אז מ'וואלט ווען טרטמפייטערט דערמיט אין אלע גאסן.

און צווייטענ'ס: ביי הזרעה מלאכותית האט ער דען אויך נישט געהאלטן אז הוולד ממזר? און ממילא וואס איז יעצט? ער אסערט עס בהחלט גמור, און ער רופט עס אן מיט כמה לשונות פון גיעול ותועבה. און די זעלבע דא, ער אסר'ט עס בהחלט, און ער רופט עס אן מיט כמה לשונות פון גיעול ותועבה. הרב אויש זאגט אז ווען ער האט גערעדט מיט אים וועגן דעם איז ער געשפרינגן ווי א צאפ און געשריגן אז ס'איז דור המבול!
ר''ב לאנדא שרייבט אין זיין בריוו:
והנה בדין תרומת ביצית מאשה זרה, שמעתי מאת הגאונים בעל שבט הלוי, והגריש"א, והגרי''י פישער ראב"ד ערה"ח זצ"ל שאסור לעשות כן והוא תועבה גדולה.

ממילא וואס דו פארפירסט אזוי דא האב איך נישט קיין שום השגה, איך האף אז דו יא..

וממילא בלייבט נאר איבער דער עדות פון די גדולי הרבנים וואס זענען מעיד אז ער האט געהאלטן אז השתלת שחלות איז פונקט ווי תרומת ביצית.

למשל הרה''ג ר' מיכל שטייענמעץ וואס איז מעיד אין זיין תשובה אן עדות נאמנה:
ואני בעניי בקרתי אצל מרן הגאון הגדול בעל השבט הלוי זצ"ל בשנת תש"ע לפ"ק יחד עם קבוצה של מומחים מפורסמים הבקיאים בעניני רפואה בכלל, וטיפולי פוריות בפרט, ובסוף האסיפה, אחר שנו"נ בכל הענינים והוראות לענינים אלו, הושיט לי מרן זצ"ל את ידו וביקש ממני שאבטיח לו שבשום אופן שהוא, לא ירהיבו להתעסק בד' דברים הבאים: א)תרומת זרע, ב)תרומת ביציות, ג)פונדקאות, ד)והשתלת שחלות. והביע את דעתו דעת תורה, דהצד השווה שבהם לאיסור ואין להתירם. ועמד בתקיפות שבלא תנאי זה ידיו מסולקות מלסייע עוד העוסקים בזה התחום, וכן אמר לצוות המומחים, ורק לאחר שהבטיחו אותו לקיים פקודתו ושכדבריו כן יעשו, המשיך הגאון בכתב ובעל פה לסייע ולחזק את ידי העוסקים בצורכי ציבור באמונה לעזור לזוגות חשוכי בנים ה"י. המצפים לישועה על פי דרכה של תורה, מבלי לנטות ימין ושמאל.

גם ביקרתי בבית הגאון הגדול רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל ושאלתי את חוו"ד בענין זה, והיה איתן בדעתו על כל זה לאיסור.

ממילא פארפיר נישט, און שרייב נישט אזויפיל קוועסטשן מארקס, ווייל ס'איז נישט דא אויף וואס...
 
לעצט רעדאגירט:
ווען איינער שרייבט זאכן וואס ער אליין ווייסט אז ס'איז שקר וכזב, מיט אזא איינעם איז נישט דא וואס צו טענה'ן.
דער בעל מכלל יופי , האט א שטארקע צוגאנג
הלכה למעשה , ביי א שאלה , ער איז פון די טאפ
מורי הוראה , וואס נעמען אדורך א שאלה ,
ער איז מגדולי הוראה בדורנו
 
מ'דארף ווערן אויפגעשוידערט אז א רב בישראל א רב אין א שוהל זאל זיך וואגן ברבים מוציא לעז זיין אויף רבנים יראי ה' וחושבי שמו אז זיי באקומען שוחד זיי נעמען פשוט געלט להתיר את האסור אן קיין ראיות ברורות וקבלת עדות, ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען אים געדארפט מנדה זיין, מנדין על כבוד הרב, אלעס צו שטיצן זיין אגענדע חוצפה איז נישט די ריכטיגע טערמין, איך האב געהאט א שמועס מיט א חשובן רב וואס האט מעיין געווען אין ביידע צדדים און ער נעמט נישט קיין שטעלונג, זאגט ער ער פארשטייט די שווערע ארבעט פון די מתירים וואס רייסן זיך איין להתיר מיט אלע אופנים ווייל שקדו חכמים על תקנתן של בנות ישראל, אבער די וואס רייסן און זוכן ווי מער צו אסר'ן נאך און נאך איז דאס נאר מחמת פ'ול ר'שעות ו'וייניג מ'צוות פשוט שלעכקייט זיי וועלן זוכן יעדע חוט השערה נאר צו אסר'ן, און בכלל אלעס דרייט זיך ארום הרב וואזנער ז''ל יא געזאגט נישט געזאגט, לויט ווי איך האב געהערט לעבט ער שוין נישט, ואין לך אלא שופט שבימיך שנתנה להם רשות לחכמי הדור לשפוט לדון ולהורות כפי דעתם הגדולה, הרב וואזנער ז''ל האט זיך נישט גערעכנט מיט די איסור חמור פון די עדה החרדית ובראשם רבינו הקדוש בעל ויואל משה זצ''ל פון נהנה זיין פאר זיין ישיבה פון די קופת הציונות אלע יארן, ער האט נישט געחתמעט א איסור הליכה לבחירות ועוד ועוד ווייל ער האט פאר זיך מברר געווען אנדערש, איך האב נישט קיין טענות ער האט געמעגט מברר זיין לפי דעתו הגדולה אנדערש, ממילא הכי נמי דכוותי' קענען די מתירים שוקד זיין על תקנות בנות ישראל למצא להם מזור ותרופה נישט קיין נפקא מינא צו א רב וואס איז שוין נישט דא בזמן הזה אפילו כגובה ארזים גבהו האט געזאגט אזוי אדער אזוי
 
יישר כח פאר די אויפריכטיגע רייד
כמה וכמה דברים , איז דא וואס פריעריגע האבן נוטהגיוועהן לאיסור. און מורי הוראה דורות שפעטער נעמען אהן לקולא ,
אין לך אלא שופט שבימיך , און צו שרייבן מיט
אזא העזה און חוצפה , כאילו אז דער יראת שמים
פלאקערט אין עהם , דא אויף די אןנטערנעץ איז
מביא לידי גיחוך .
 
א חבר מיינער פרעגט מיר אז ער איז נייגעריג יעצט אז די מערכה ענדיגט זיך שוין, וועט ר' מענדל זילבער האלטן אז א קינד וואס ווערט געבוירן פון די שחלות וועט מעגן חתונה האבן מיט די פרוי וואס האט מקבל געווען די שחלות אדער ער וועט האלטן אז מ'דארף דאך מחמיר זיין אז אפשר איז זי זיין מאמע?

אדער וועט ר' בנימין לאנדא האלטן אז די קינד מעג חתונה האבן מיט א טאכטער פון די פרוי וואס האט געגעבן די שחלה, אדער ער וועט האלטן אז מ'קען יא מחמיר זיין אויף די שיטה פון די וואס האלטן אז די אווערי האט יא עפעס מיט די פרוי וואס האט עס געגעבן?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האב נישט קיין איינונג פארוואס די הערסט נישט אויף צו פארפירן אזויפיל מיט די תשובה, אז מ'קען מיינען עפעס ווייסעך וואס...

קודם כל: טאקע וועגן דעם שרייבט ער: ועוד נעיין בזה, ווייל ער האט טאקע מעיין געווען און טאקע מחמיר געווען אפילו אויף גיור. ווי הרב ר' משה שאול קליין זיין נענסטער תלמיד גיט איבער בשמו סיי בעל פה און סיי בכתב: ואף מו"ר בשו"ת שבט הלוי (חלק י"א סי' רל' רל"ו) דן בזה ונשאר בצ"ע. וכאשר זכיתי להיות שלוחו להורות בעניינים חמורים אלו, הורה לי כמ"פ למעשה, שבנידון דידן אם עברו ועשו מעשה תועבה כזה אין להתירו לבא בקהל ד' בלא גיור כדת וכהלכה.

ווען ער זאל ווען איבער געבן בשמו להיתר, פארשטייט יעדער אז מ'וואלט ווען טרטמפייטערט דערמיט אין אלע גאסן.

און צווייטענ'ס: ביי הזרעה מלאכותית האט ער דען אויך נישט געהאלטן אז הוולד ממזר? און ממילא וואס איז יעצט? ער אסערט עס בהחלט גמור, און ער רופט עס אן מיט כמה לשונות פון גיעול ותועבה. און די זעלבע דא, ער אסר'ט עס בהחלט, און ער רופט עס אן מיט כמה לשונות פון גיעול ותועבה. הרב אויש זאגט אז ווען ער האט גערעדט מיט אים וועגן דעם איז ער געשפרינגן ווי א צאפ און געשריגן אז ס'איז דור המבול!
ר''ב לאנדא שרייבט אין זיין בריוו:
והנה בדין תרומת ביצית מאשה זרה, שמעתי מאת הגאונים בעל שבט הלוי, והגריש"א, והגרי''י פישער ראב"ד ערה"ח זצ"ל שאסור לעשות כן והוא תועבה גדולה.

ממילא וואס דו פארפירסט אזוי דא האב איך נישט קיין שום השגה, איך האף אז דו יא..

וממילא בלייבט נאר איבער דער עדות פון די גדולי הרבנים וואס זענען מעיד אז ער האט געהאלטן אז השתלת שחלות איז פונקט ווי תרומת ביצית.

למשל הרה''ג ר' מיכל שטייענמעץ וואס איז מעיד אין זיין תשובה אן עדות נאמנה:
ואני בעניי בקרתי אצל מרן הגאון הגדול בעל השבט הלוי זצ"ל בשנת תש"ע לפ"ק יחד עם קבוצה של מומחים מפורסמים הבקיאים בעניני רפואה בכלל, וטיפולי פוריות בפרט, ובסוף האסיפה, אחר שנו"נ בכל הענינים והוראות לענינים אלו, הושיט לי מרן זצ"ל את ידו וביקש ממני שאבטיח לו שבשום אופן שהוא, לא ירהיבו להתעסק בד' דברים הבאים: א)תרומת זרע, ב)תרומת ביציות, ג)פונדקאות, ד)והשתלת שחלות. והביע את דעתו דעת תורה, דהצד השווה שבהם לאיסור ואין להתירם. ועמד בתקיפות שבלא תנאי זה ידיו מסולקות מלסייע עוד העוסקים בזה התחום, וכן אמר לצוות המומחים, ורק לאחר שהבטיחו אותו לקיים פקודתו ושכדבריו כן יעשו, המשיך הגאון בכתב ובעל פה לסייע ולחזק את ידי העוסקים בצורכי ציבור באמונה לעזור לזוגות חשוכי בנים ה"י. המצפים לישועה על פי דרכה של תורה, מבלי לנטות ימין ושמאל.

גם ביקרתי בבית הגאון הגדול רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל ושאלתי את חוו"ד בענין זה, והיה איתן בדעתו על כל זה לאיסור.

ממילא פארפיר נישט, און שרייב נישט אזויפיל קוועסטשן מארקס, ווייל ס'איז נישט דא אויף וואס...
‎אויב האט איינער פארשטאנען וואס בינה ודעת האט מיר געענפערט איז מכובד אריינצוקומען מסביר זיין

@אפענער?​

@פנים יפות?​

@דאקטאר-ראבינער?​

לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ר' מענדל זאגט אז די קינד איז א ממזר, א ממזר טאר נישט חתונה האבן.
 
ר' מענדל זאגט אז די קינד איז א ממזר, א ממזר טאר נישט חתונה האבן.
אופס טאקע נישט געכאפט, אבער וואס וועלן האלטן די אוסרים וואס האלטן אז די קינד איז נישט קיין ממזר?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ארויפברענגען אזא נארישקייט אז די נתרמת איז די מאמע?

ס'איז דאך אזא שטות והבל שאין כדוגמתו ממש!!
‎אפי ווען מען זאגט אז מען דארף יא גירות לחומרה איז וועגן ס'איז דא א צד אז די תרומות איז די מאמע אבער נישט זיכער
רבי איד וואס מיינט לחומרה?
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אופס טאקע נישט געכאפט, אבער וואס וועלן האלטן די אוסרים וואס האלטן אז די קינד איז נישט קיין ממזר?
‎קענסט פרעגן ר מענדל צו אזא קינד איז מותר בממזרת
 
אין אנדערע נייעס...

GymIiCwbAAA21LH.webp
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Gyf5wFnawAAnPFR.webp
    Gyf5wFnawAAnPFR.webp
    46.8 KB · געזען: 46
אין אנדערע נייעס...

from aistudio.google

דער ראָבאָט וואָס וועט טראָגן אונדזערע קינדער: אמת'ע רעוואָלוציע אָדער א געלונגענער בלאָף?​

אין די לעצטע וואָכן פון אויגוסט 2025 האָט א נייעס אויפגעציטערט די וועלט און אָנגעצונדן וויכוחים ביי מיטאָג-טישן און אין וויסנשאפטלעכע צייטשריפטן. די מעלדונג, וואָס האָט געקלונגען ווי א סצענע פון א וויסנשאפטלעכער פאַנטאַזיע-פילם, האָט דערציילט וועגן א כינעזער פירמע וואָס שטייט גרייט צו פּראָדוצירן דעם וועלט'ס ערשטן "שוואַנגערשאַפט ראָבאָט" – א מאַשין וואָס קען אויסטראָגן א מענטשליך קינד. אָבער, די געשיכטע וואָס האָט אויסגעזען ווי א שפּרינג אין דער צוקונפט, האָט זיך גיך אַרויסגעוויזן צו זיין מער פאַנטאַזיע ווי וויסנשאַפט.

די סענסאַציאָנעלע מעלדונג

לויט די ערשטע באריכטן, האָט א פירמע מיטן נאָמען "קאַיוואַ טעכנאָלאָגיע" (Kaiwa Technology) פון גואַנגזשאו, כינע, געמאָלדן איר אַמביציעזן פּלאַן: צו שאַפֿן א מענטש-ענליכן ראָבאָט מיט אן איינגעבויטן קינסטליכן טראַכט (artificial womb). דער ראָבאָט, האָט מען געזאָגט, וואָלט געקענט טראָגן אן עמבריא פאַר צען חדשים, אים צושטעלן די נויטיגע שפייז און באַשיצונג, און צום סוף געבערן דאָס קינד.

די מעשה איז געוואָרן נאָך מער גלויבּווירדיג ווען מען האָט צוגעגעבן דעטאַלן:

  • דער גרינדער: א געוויסער "ד"ר זשאַנג קיפענג" האָט אַלעדזשדלי פּרעזענטירט דעם געדאַנק ביי דער 2025 וועלט ראָבאָט קאָנפערענץ אין בעידזשינג.
  • דער צייטפּלאַן: א פּראָטאָטיפּ וואָלט געווען גרייט ביז 2026.
  • דער פּרייז: דער ראָבאָט וואָלט געקאָסט אונטער 100,000 יואַן (בערך $13,900), מאכנדיג עס צוטריטלעך פאַר מיליאָנען.
  • דער ציל: צו העלפן פּאָרפֿעלקער וואָס ליידן פון אומפרוכפּערקייט און צו געבן אן אָלטערנאַטיוו פאַר פרויען וואָס ווילן אויסמיידן די פיזישע שוועריקייטן פון שוואַנגערשאַפט.
די נייעס, באַגלייט מיט דראַמאַטישע AI-גענערירטע בילדער פון א ראָבאָט וואָס האַלט א קליין קינד, האָט זיך פאַרשפּרייט ווי א פייער.

ווען דער בנין האָט אָנגעהויבן קראַכן

אָבער, פּונקט אַזוי שנעל ווי די נייעס האָט זיך פאַרשפּרייט, האָבן פאַקט-קאָנטראָלירער און זשורנאַליסטן אָנגעהויבן גראָבן טיפער, און די גאַנצע געשיכטע האָט אָנגעהויבן צעפאַלן ווי א קאַרטן-הויז.

  1. דער "דאָקטאָר" איז פאַרשוואונדן: דער נאַניאַנג טעכנאָלאָגישער אוניווערסיטעט אין סינגאַפּור, וואו ד"ר זשאַנג האָט אַלעדזשדלי שטודירט, האָט אפיציעל דערקלערט אז קיין סטודענט מיט אַזאַ נאָמען האָט קיינמאָל נישט גראַדואירט פון דאָרט, און קיין שום פאָרשונג פון דעם סאָרט איז דאָרט נישט אָנגעפירט געוואָרן.
  2. קיין שפּור פון דער פירמע: עס איז נישט געלונגען צו געפֿינען קיין רעגיסטרירטע פירמע מיטן נאָמען "קאַיוואַ טעכנאָלאָגיע" וואָס אַרבעט אויף אַזאַ פּראָיעקט. אויך אויף דער ליסטע פון רעדנער ביי דער וועלט ראָבאָט קאָנפערענץ איז דער נאָמען פון ד"ר זשאַנג נישט געפונען געוואָרן.
  3. די בילדער – נישט מער ווי אַ קאָמפּיוטער-שאַפונג: עס איז באַשטעטיגט געוואָרן אז די בילדער וואָס האָבן באַצירט די אַרטיקלען זענען געווען 100% געשאַפֿן דורך קינסטלעכער אינטעליגענץ (AI) און האָבן נישט געהאַט קיין שייכות מיט אן עכטן פּראָדוקט.
פאַרוואָס האָט די וועלט געוואָלט גלייבן?

די געשיכטע פונעם "שוואַנגערשאַפט ראָבאָט" איז אַ פאַסצינירנדער ביישפּיל פון ווי אַ פאַלשע נייעס קען ווערן וויראַל. זי האָט אָנגערירט טיפע מענטשלעכע האפענונגען און זארגן: דער וואונטש צו האָבן קינדער טראָץ ביאָלאָגישע שוועריקייטן, דער דעמאָגראַפישער קריזיס אין לענדער ווי כינע, און די אַלגעמיינע איבערצייגונג אז טעכנאָלאָגיע קען לייזן יעדע פּראָבלעם.

די מעשה דערציילט אונדז מער וועגן אונדזער צייט ווי וועגן דער צוקונפט פון טעכנאָלאָגיע. אין א וועלט וואו AI קען שאַפֿן רעאַליסטישע בילדער און טעקסטן, ווערט די גרענעץ צווישן אמת און פאַנטאַזיע אַלץ מער צעשוואומען.

מסקנא: א לעקציע פאַר דער דיגיטאַלער וועלט

דער שוואַנגערשאַפט ראָבאָט וועט נישט אָנקומען אין 2026, ווייל ער האָט וואַרשיינליך קיינמאָל נישט עקזיסטירט. אָבער די געשיכטע אַליין דינט ווי א וויכטיגע דערמאָנונג: אין דעם היינטיגן דיגיטאַלן דור, איז קריטיש וויכטיג צו זיין סקעפּטיש, צו קאָנטראָלירן די קוועלער, און נישט צו לאָזן אונדזערע וואונטשן פאַר אַ בעסערער צוקונפט פאַרבלענדן אונדזערע אויגן פון דעם אמת. די מעשה פונעם "שוואַנגערשאַפט ראָבאָט" איז דעריבער נישט קיין געשיכטע וועגן ראָבאָטן, נאָר אַ געשיכטע וועגן אונדז – אונדזערע חלומות, אונדזערע פחדים, און די וויכטיקייט פון פרעגן אַ קשיא איידער מיר אָננעמען אַן אומגלויבליכן אמת.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top