הקב"ה ברא את העולם כדי להטיב לבריות?

אין קורצן?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווער רעדט פון צישטעלן?

@Yesh האט ארויפגעברענגט א שטארקע קשיא, אז ווי אזוי קען זיין די באשעפער האט באשאפן די מענטש אויף דעם עולם השפל פאר די מענטשען'ס אייגענע טובה, כדי די שכר וואס מ'באקומט זאל נישט זיין נהמה דכסופה, אבער די מענטש האט נישט די אפשען צי זאגן 'NO THANKS'?
דו זאגסט אז דער אייבירשטער איז א כל יכול און ער קען אלעס ממילה קען ער אויך מאכן אז מען זאל זיך נישט שעמען ושלום על ישראל, זאג איך אז די אייבירשטער קען טאקע אבער ער האלט נישט דערביי ער וויל פירן די וועלט אזוי
 
דאס איז הא תינח אויב דו ווייסט אז ס'טאקע אזוי
 
דער רמב"ן זאגט עס אין פרשת בא, והוא הדין יעדע זאך, ניין?
און אנדערע ראשונים טענה'ן אז מ'ווייסט נישט פארוואס גאט האט באשאפן די וועלט
 
אויף דעם איז דאך דא די תירוץ פון נהמא דכסופא
איך פארשטיי נישט, האסט נישט געליינט מיין קשיא?
פאר נהמא דכסופא קען מען יוצא זיין עס זאל זיין בלויז מצוות ומעשים טובים.
ווי מער מצוות דו טוסט, פארדינסטו מער שכר אין עוה"ב, א מחי'!!
רצה הקב"ה "לזכות" את ישראל לפיכך הרבה להם תומ"צ. לזכות מיינט לפי כמה מפרשים מאכן ריין.

פארוואס האט אויסגעפעלט צו באשאפן עבירות? און נאך מוסיף זיין א יצר הרע? נסיונות? און תאוות, יצר לב האדם רע מנעוריו...
די עבירות מאכן דאך שמוציג!!!
יעצט לכבוד דעם מוז שוין זיין א גיהנם... ווייל מ'קען דאך נישט אריינגיין שמוציג אין גן עדן...
כאפסט???
 
לעצט רעדאגירט:
לפי ר' משה ליאון והזוהר כל הנסיונות הקשים והצרות הוא בגלל שאנו מצויים בשמיטה השנייה שכנגד מידת הגבורה בבריאת העולם, לפי זה העולם יחרב עוד כ200 שנה ובשמיטה הבא עלינו לטובה יהיו כאן חיי גן עדן, לא להתייאש כלל.

וזה לשונו בנפש החכמה:

ולא את אבותינו גאל בלבד.. כי הראשנים יהיו אחרונים עד לנח חנוך ואדם כי כאשר בא הכל ילך הכל ויתעלה אל הגוף אשר בא משם, ומשם לשמיטה משמיטה עד היובל הגדול אשר לו הארץ היא יציאת מצרים כי משם יצאנו כולנו ובאנו בבית הבחירה לראות פני שכינה... ואחר עשות זאת השמיטה עוד יחדש עולמו כבראשונה ויהיה בנין פלטין יפים ונחמדים כולו זרע אמת ואמונה הכל תורה ואנשי אמת כולם ידעו את ה' בנין קויים באמת, לא יתעצב אל ליבו כי יהיה אמת ושלם בארץ, וכן בניין פלטין שעברו כולם חס"ד וחיים טובים ארוכים וברכה לאב. אבל בשמיטה בה כולה קשה ויצירות קשים ורעים ורעות רעות ומשפחות משונות וחטאים ועוונות והרג ואבדון וחיים רעים וקצרים וגלות קשים ורעים ולא קיום תורה ומצוות, אבל ביטול תורה ושכחת ה' וע"ז וממזרין ויצר הרע. אבות אכלו בוסר ואנחנו עוונותיהם סבלנו, הם תתקע"ד דורות שצלם בכל דור ודור, ומהם גולים נגלים ונסתרים שעליהם נאמר לא יומתו אבות שאין נראים על בנים הנראים, כי האדם רואה את בניו ואינו מכירן.

דעת הגר"א שלא כהאר"י והרמ"ק, שהזוהר מאמץ את תורת השמיטות

בתחילת תיקון ל"ו: בראשית, שהוא שבת בראשית, שהרי שבע שבתות הן, ולכל אחת יש לו ששה ימי המעשה, וכל יום של הקדוש ברוך הוא הוא אלף שנים, זהו שכתוב כי אלף שנים בעיניך וכו'. ושבת בראשית ששת הימים שלו הם שני אלפים תהו, שני אלפים תורה, שני אלפים ימות המשיח. וכותב שם הגר"א: "מכאן משמע כדברי הראשונים דשבע שמיטות הם ואנן בשניה", כמו שכתב בתיקון ל"ה: "בתשרי אתברי עלמא חסר חד חסר א' להיות בראשית, זה אדם שנברא בתשרי, ומשום שעתידה הארץ להתקלל בגללו, זהו ארורה האדמה בעבורך, הסתלק מן תשרי ופתח בב' שהיא ברכה שתתברך הארץ. וכן בתיקון מ"א: "ועל התשרי הזה נאמר בתשרי נברא העולם, ושם שבת שניה מאותן שבע שבתות".
 
לעצט רעדאגירט:
איך פארשטיי נישט, האסט נישט געליינט מיין קשיא?
פאר נהמא דכיסופא קען מען יוצא זיין עס זאל זיין בלויז מצוות ומעשים טובים.
ווי מער מצוות דו טוסט, פארדינסטו מער שכר אין עוה"ב, א מחי'!!
רצה הקב"ה "לזכות" את ישראל לפיכך הרבה להם תומ"צ. לזכות מיינט לפי כמה מפרשים מאכן ריין.

פארוואס האט אויסגעפעלט צו באשאפן עבירות? און נאך מוסיף זיין א יצר הרע? נסיונות? און תאוות, יצר לב האדם רע מנעוריו...
די עבירות מאכן דאך שמוציג!!!
יעצט לכבוד דעם מוז שוין זיין א גיהנם... ווייל מ'קען דאך נישט אריינגיין שמוציג אין גן עדן...
כאפסט???
ניין, נהמא דכיסופא האב איך נישט געענטפערט אויף דיין שאלה, אויף דיין שאלה קען מען ברענגען די רמב"ן אויף פרשת בא אז דער אייבירשטער טוט וואס אים געפעלט און דעי מהלך וויל דער אייבירשטער.

מדי דברי טראכט איך יעצט אז ס'איז דא נאך א נקודה, אז דער אייבירשטער האט הנאה ווען יודן פלאגן זיך און טוען מצוות און זענען זיך מתגבר אויפן ייצר, דאס איז די אייבירשטער'ס פריוואטע הנאה, און נאכדעם קענסטו צולייגן די רמב"ן פרשת בא אז די אייבירשטער טוט וואס אים געפעלט און אלעס שטימט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך פארשטיי נישט, האסט נישט געליינט מיין קשיא?
פאר נהמא דכיסופא קען מען יוצא זיין עס זאל זיין בלויז מצוות ומעשים טובים.
ווי מער מצוות דו טוסט, פארדינסטו מער שכר אין עוה"ב, א מחי'!!
רצה הקב"ה "לזכות" את ישראל לפיכך הרבה להם תומ"צ. לזכות מיינט לפי כמה מפרשים מאכן ריין.

פארוואס האט אויסגעפעלט צו באשאפן עבירות? און נאך מוסיף זיין א יצר הרע? נסיונות? און תאוות, יצר לב האדם רע מנעוריו...
די עבירות מאכן דאך שמוציג!!!
יעצט לכבוד דעם מוז שוין זיין א גיהנם... ווייל מ'קען דאך נישט אריינגיין שמוציג אין גן עדן...
כאפסט???
והשנית מצוות וואלט נישט געווען גענוג פאר נהמא דכיסופא ווייל ס'איז נישט קיין קונץ צו טון מצוות אנע ייצר הרע און אן תאוות
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
והשנית מצוות וואלט נישט געווען געניג פאר נהמא דכיסופא ווייל סאיז נישט קיין קונץ צו טון מצוות אנע ייצר הרע און אן תאוות
דאס בין איך מיט דיר.
לפי"ז וואלט געדארפט זיין ווי פאלגענד: צב"ש עס איז דא א מצוה צו לייגן תפלין און דאווענען יעדן טאג.
עס איז דא א יצר הרע וואס מאכט דעם מענטש פויל דערצו, האט נישט קיין נערוון, וכדומה.
אויב איז דער מענטש זיך מתגבר אויף זיינע פוילקייטן און יצה"ר, באקומט ער שכר, ס'מער נישט קיין נהמא דכיסופא.
אויב נישט? פארדינט ער נישט די שכר!
פונקט ווי א ארבעטער - האסט אריינגעפאנטשט אין די ביזנעס און געטון דיין דזשאב? באקומסטו באצאלט, אז נישט, באקומסטו נישט.

פארוואס צולייגן עבירות, תאוות, שבעה מדורי גיהנם מיט ענדלאזע יסורים אויף ביידע וועלטן? וואס העלפט דאס פאר נהמא דכיסופא?

שטעל דיר פאר א בעה"ב וואס אויב דער ארבייטער קומט נישט אריין אין די ארבעט איין טאג, האקט ער אים אן די ביינער מכות רצח, און ער איז אים מסביר אז ער טוט עס כדי ער זאל נישט נהנה זיין נהמא דכיסופא....
 
ניין, נהמי דכסופה האב איך נישט געענטפערט אויף דיין שאלה, אויף דיין שאלה קען מען ברענגען די רמב"ן אויף פרשת בא אז דער אייבירשטער טוט וואס אים געפעלט און דעי מהלך וויל דער אייבירשטער.

מדי דברי טראכט איך יעצט אז ס'איז דא נאך א נקודה, אז דער אייבירשטער האט הנאה ווען יודן פלאגן זיך און טוען מצוות און זענען זיך מתגבר אויפן ייצר, דאס איז די אייבירשטער'ס פריוואטע הנאה, און נאכדעם קענסטו צולייגן די רמב"ן פרשת בא אז די אייבירשטער טוט וואס אים געפעלט און אלעס שטימט
ממש איך כאפ נישט וואס דו שרייבסט.
איך האב נישט געפרעגט עפעס א אייגנארטיגע שאלה מדעת עצמי אויף וואס איך זוך א תירוץ, און דער רמב"ן פארענטפערט עס...
איך האב געפרעגט אויף די קאנצעפט אז דער רבש"ע איז מטבע הטוב להטיב לברואיו, און די גאנצע וועלט איז נאר באשאפן געווארן צו טון גוטס, אויף דעם פרעג איך א"כ למה לי גיהנם, צרות ויסורים און שמוץ? וואו פונקטליך שטעקט גוטסקייט דערין?
אויב גייסטו ווי דער רמב"ן אז דער רבש"ע "טוט וואס אים געפעלט", מאכסטו אים ווי א דיקטאטור, פונקט קאפויער פון א 'להטיב לברואיו' באשעפער.
 
וואס מיך האט אלץ געבאדערט איז, וואו פאלגענד:

ווען איינער טוט תשובה פאר'ן שטארבן, ווערט דאך אלעס נתכפר. אבער טאמער ער שטארבט פלוצלונג אהן א טשענס צו תשובה טון ביפאר, באקומט ער בריעדיגע גיהנום פאר יעדע ב"ה וב"ש ער האט אויסגעלאזט. אוואו איז די יושר?

ספינס זענען וועלקאם
 
מיך האט מען געזאגט אז ר׳ נחמן שלעפט ארויס זיינע חסידים פין גהינום. וואס בין איך שילדיג אז איך בין נישט קיין ברעסלעווע וועיגען דעים קומט זיך מיך שוין גהינום פאר יעדע ברוך שאמר וואס כ׳הטב נישט געקושט די ציצית ווי איז די יושר?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך פארשטיי נישט די תירץ פון נהמא דכיסופא

די שכר למשל פון איין אמן איז אין לשער, איז דאס נישט נהמא דכיסופא? וואס האט ער שוין געטוהן האט דאך פלעין געזאגט אן אמן
פונקט ווי די צאלסט איינעם מיליאן דאלער פאר זאגן א גוט מארגן

דערפאר איז שווער צו פארשטיין וויאזוי א מצוה העלפט עס זאל נישט זיין קיין נהמא דכיסופא פאר די ריזיגע שכר וואס מען באקומט פאר איין מצוה וואס דאס איז נאך מער ווי גאנץ עולם הזה
 
לעצט רעדאגירט:
לאמיר נאר פרעגן איין שאלה.
ענק האלטן טאקע אז אונזער גאנצע לעבן דא איז נאר צו סקאָרן פוינטס, און אנזאמלען טאָוקענס צו באקומען א פרייס פאר א ענטרי טיקעט און גן עדן??
איז דאס די גאנצע תכלית??
אזוי ווי א מאנאפאלי געים.

דו מאכסט סך הכל דיין גאנצע אייבעשטער און דיין לעבן פאר א ביליגע זאך.

נישטא קיין גן עדן מיט קיין גיהינום, Get over it.

די לעבן האט מער ווערד ווי דעם.
 
נישטא קיין גן עדן מיט קיין גיהינום, Get over it.
פליז זאג עס נישט!

איך בין זיך כסדר מחזק אז אלע רשעים און נאציס פלאקערן אין גיהנם. זאג מיר נישט אז די אלע רשעות וואס זיי האבן געטון האט נישט קיין קאנסעקווענצן!
 
לאמיר נאר פרעגן איין שאלה.
ענק האלטן טאקע אז אונזער גאנצע לעבן דא איז נאר צו סקאָרן פוינטס, און אנזאמלען טאָוקענס צו באקומען א פרייס פאר א ענטרי טיקעט און גן עדן??
איז דאס די גאנצע תכלית??
אזוי ווי א מאנאפאלי געים.

דו מאכסט סך הכל דיין גאנצע אייבעשטער און דיין לעבן פאר א ביליגע זאך.

נישטא קיין גן עדן מיט קיין גיהינום, Get over it.

די לעבן האט מער ווערד ווי דעם.
מען זאגט אז די ערשטע זאך נאכן ארויפקימען אין בית דין של מעלה גייט מען זעהן א ריזיגע סיין

קאלערוואר!!!
 
מען זאגט אז די ערשטע זאך נאכן ארויפקימען אין בית דין של מעלה גייט מען זעהן א ריזיגע סיין

קאלערוואר!!!
נאכאמזל אז מ'איז שוין טויט, אסאך חברה וואלטן צאמגעפאלן און געשטארבן אויפן פלאץ...
 
ממש איך כאפ נישט וואס דו שרייבסט.
איך האב נישט געפרעגט עפעס א אייגנארטיגע שאלה מדעת עצמי אויף וואס איך זוך א תירוץ, און דער רמב"ן פארענטפערט עס...
איך האב געפרעגט אויף די קאנצעפט אז דער רבש"ע איז מטבע הטוב להטיב לברואיו, און די גאנצע וועלט איז נאר באשאפן געווארן צו טון גוטס, אויף דעם פרעג איך א"כ למה לי גיהנם, צרות ויסורים און שמוץ? וואו פונקטליך שטעקט גוטסקייט דערין?
אויב גייסטו ווי דער רמב"ן אז דער רבש"ע "טוט וואס אים געפעלט", מאכסטו אים ווי א דיקטאטור, פונקט קאפויער פון א 'להטיב לברואיו' באשעפער.
אויף דעם זאג איך אז דער גהינם איז טאקע וועגן להיטיב ווייל דער אייבירשטער ווייסט אז סאיז די בעסטע טובה פאר דער מענטש צו ג'יין אין גהינם זיך צו רייניגן באפארן באקימען די אומגעהויערע שכר....

כאילו איך פארשטיי יא... איך פראביר עס נאר צו פארענטפערן
 
אויף דעם זאג איך אז דער גהינם איז טאקע וועגן להיטיב ווייל דער אייבירשטער ווייסט אז סאיז די בעסטע טובה פאר דער מענטש צו ג'יין אין גהינם זיך צו רייניגן באפארן באקימען די אומגעהויערע שכר....
אין לב טהור האט מען טאקע אויך אזוי געהאלטן
 
  • ווייטאגליך
רעאקציעס: Yesh
Back
Top