הרב הגאון הצדיק רבינו שמשון רפאל הירש זצוק''ל גרינדער פון די דייטשע תורה עם דרך ארץ נעאוי-ארטאדאקס באוועגונג

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
246
רעאקציע ראטע
881
פונקטן
113
1751279007520.png


הגאון הצדיק רבי שמשון רפאל הירש זצ''ל, איז קודם געווארן געווען דער רב אולדנבורג, עמדין, און דערנאך די שטאט ניקלשבורג, דארטן ווי הרה''ק דער גרויסער חסידישער רבי רבי שמעלקע מ'ניקלשבורג זי''ע, דער גדולי התלמידים פון מעזעריטשער מגיד זי''ע האט געדינט ברבנות מיט א הונדערט יאר פריערט.

ניקלשבורג איז דאן געווען אין מוראויא אויך באקאנט אלץ מעהרין, ר' שמשון רפא' הירש איז געווען דער הויפט רב פון גאנץ מעהרען מוראוויא, נישט נאר אין ניקלשבורג גופא, וואס איז געווען איר הויפט שטאהט, היינט איז דאס אין טשעכיי, עס איז דאן געווען א זעלבסשטענדיג דייטשיש-טשעכיש לענדל, וואס די אוסטרישע מלוכה האט געוועלטיגט דערויף.

אבער מ'האט אים פון דארטן פארטריבן גאנץ פריצייטיג פאר ער האט געהאט צייט זיך צו איינגלידערן נאך א קורצער צייט, איידער ס'האט זיך אויסגעארבייט זיין עמטליכע רבנות פאסטן דארטן, צוליב זיינע מאדערענע אבער אויך פרומע פרא ואנטי רעפארמער וקאנסערוואטיווע וכו' צעמישטע שיטות, וואס ער איז צום סוף קיינעם נישט געפעלען... ווי מ'זאגט, אז א מיטלמעסיגער מענטש איז נישט צו ג-ט און ניט צו לייט, ניט צום ליב האבן און ניט צום פיינט האבן. און ווי מיר וועלן באלד זעהן, האט ער זיך שנעל אויסגעלערנט צו זאגן קאנטראווערסיא'לע זאכן, האלטן אייגענארטיגע שיטות, און זיך נישט פארכטן, צו ארויפצווינגען זיינע 'עקסענטריק' מיינונגען אויף אנדערע ביד רמה ובקומה זקופה ווען עס קומט צו תורה און אידישקיט. וואס דאס האט אים שפעטער פארוואנדעלט, אין צו אזא היסטארישער גרויסער באקאנטער ערליכער פובליק פיגור, אבער אויך א שטארקער קלוגער דענקער פירער רעוואלוציאנער ומנהיג בישרא' ממש ווי די אבות האומה, אנגענומען ביי יעדן איינעם צוגלייך חסידים ומתנגדים מאדערנע און גאר פרומע קנאים!

ר' שמשון רפא'ל הירש איז געווען דער רב רוב ועיקר ימי חייו, אין פראנקפורט א-מיין, דייטשלאנד, ווי ער האט זיך אפגעטיילט פון די סטאטוס קווא קהילה, ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט אפטיילן פון די רעפארמער, במתי מעט מאוד, ממש מיט נאר קארגע 11 פאמיליעס, פונקט ווי די פרומע בני יוא' וואס האבן זיך אפגעטיילט פון סאטמאר אין קרית יוא', צוליב דעם אהרוני מקרי'ס ציונות, אין די ראשית יארן. דאס איז זיך צעוואקסן, אין די שיינע יארן פון ר' שמשון רפא'ל הירש אין שפיץ פון איר, אלץ א קהילה פון 600 משפחות! - ממש גענוי ווי די בני יוא' היינט צוטאגס! דארטן האט ער געשריבן רוב פון זיינע חיבורים און געהאלטן זיינע היסטארישע מלחמות להשם יתברך עמו ותורתו הקדושה.

ר' שמשון רפא' הירש איז פון איין זייט געווען גאר א שטארקער קנאי, ווי די תלמידי החתם סופר, האט ער דאן, - בערך צען יאר שפעטער ווי זיי, אבער אסך אנדערשט, אן אפגערוקט פון מנהגים גיאלאגיע, טענות, און עוואלוציע, וויאזוי דאס איז צוגעגאנגן. האט דאס אבער יא בפירוש געהאט אסאך ענדליכקייטן, - געמאכט א 'טיילונג' אין דייטשלאנד, זיך אפציטיילן פון די סטאטוס קווא קהילה וואס האט זיך נישט געוואלט זיך אפטיילן פון די מער רעפארמער אידן, וואס בראש פון זיי איז געשטאנען זיין איגענט חברותא אברהם גייגער.

1751282215625.png


1751282183770.png

1751282246568.png


ר' שמשון רפאל הירש אין זיינע אינגע יארן.

אבער פון די אנדערע זייט האט ר' שמשון רפא' הירש אויך אסך אליינס געטאן, פיהל רעפארמער מאדערענע טוישונגען;

ווי צום ביישפיל איינגעפירט א ''פוהל פלעדזש'' 'כאר' אין זיין שוהל, אז א תפילה זאל זיך הערן אזוי שיין און ציענד ווי א מוזיקל קאנצערט, נאכגעמאכט פון די קירכע. בכלל האט ער איינגעפירט דאס בויען הערליכע פרעכטיגע שוהלן, ווי קירכעס. און האט אפי' איין יאר מבטל געווען די תפילת 'כל נדרי' יום כיפור ביינאכט, ווארשיינליך צוליב ער האט געהאלטן דאס אלץ א מנהג שטות, אז מ'איז זיך מבטל די נדרים, סתם אזוי, נישט אין בית דין, אבער האט דאס צוריקגעשטעלט, נאך אסאך קריטיק, אויף דאס אנדערנ'ס יאר יום כיפור, זאגענדיג דערביי, אז ער איז בלויז א דעת יחיד, נגד רוב גדולי הרבנים, מילא איז ער זיך מבטל זיין דעת פאר זיי.

גראדע האט ר' שמשון רפאל הירש איינגעפירט אזא 'חדש אסור מן התורה' מנהג וואס איז ווי א רעפארמער איינפירונג טויש, אבער לחומרא, אז די רבנישע הכשרים ווערן געצאלט צו די קהילה קאסע, נישט צום רב פערזענליך אין טאש אריין. וואס דאס האט געראטעוועט און בעסער געמאכט די כשרות סטאנדארטן אבער עס איז געווען דאן א נייער זאך וואס ער האט איינגעפירט אז מ'זאל נישט קענען משחד זיין די רבנים וואס זענען דאן געווען בשפל המצב אסאך. היינט איז שוין איכשר דרא, די רבנים זענען גאנץ ערליכער על כל פנים אזוי האלטן זיי זיך, נעמען זיי יא צוריק אן, צו געבן הכשרים באצאלט פאר זיי דירעקט אין טאהש אריין, נישט דורך קיין קהילה, ווי די נירבאטער וואלאווער און ווייסמאנדל וכו', נישט קיין בית דין ווי התאחדות הרבנים. אבער ביי די חושן משפט דין תורות זענען זיי נאך זייער קארופטירט ליידער. אזוי טענה'ן די פארלירער על כל פנים.... מ'טאר אוואדי נישט מקבל זיין לשון הרע. איך ברענג נאר דאס נאך צו פארציילן ווי שטארק ר' שמשון רפא'ל הירש האט געראטעוועט זיין דור מיט דעם רעפארמער איינפירונג כלפי השגחות וואס היסטאריע האט אנערקענט און מקבל געווען פון אים על פי רוב.

ווי אויך האט ר' שמשון רפא' הירש איינגעפירט דעם נייעם רעפארמער מנהג ישרא', פון מאכן א מי שברך, פאר די סעקולארע, - אפי' זיי זענען אנטי דת, - רעגירונג, דארטן ווי מיר וואונען בגלות, מחמת 'הוי מתפלל בשלומה של מלכות' אפי' אין א מקום קדוש און נאכדערצוה א תפילה קדושה; דאס ווערט נאך היינט געטאן און אלע מאדערן ארטאדאקסישע קהילות.

אבער, בעיקר, איז ר' שמשון רפא' הירש באקאנט מיט זיין מלחמה קעגן די עולם הישיבות פון מזרח אייראפע, ווי מ'לערנט אלט מאדישע הלכות, און מ'טענה'ט זיך אויף בריסקע חקירות, אן זאכליכע השלכות פאר היינט צוטאגס צום לעבן, וואס דאס ברענגט נישט קיין שום נוצן אין א מאדערענע פראקטישע וועלט גארנישט, ווי יאפפ''ד טענה'ט היינט. ער האט טאקע אסאך געליטן אליינס, פאר דעם מסירת נפש, טאקע ווי מ'זאגט פון זיין אייגן קנאות'דיגען מעדיצין, פון מער קאנסערוואטיווע טראדיציאנאלע רבנים, ווען ער האט געעפענט זיין בית מדרש לרבנים ווי מ'האט געלערנט תורה עם דרך ארץ, דאס הייסט, 'הויך', קאלעדזש ואוניווערסיטעט שטודיעס.

אבער ער האט זיך נישט אפגעשטעלט, זיך זייער אסאך אריין געטאן אין שרייבן רעדן און עסקענן, ביז ער איז דערנאך געווארן כשר ביי די מזרח אייראפעישע אידן אין פולין און אין רוסלאנד אויך, ווי אויך אין אונגערן ביי די תלמידי החתם סופר ווי ער האט גענומען זיין איידעם און ממשיך דרכו הרב ברויער פון פאפא, - טראץ זיין תורה עם דרך ארץ מאדערענע אידאלאגיע אז מ'מוז לערנען לימודי חול נישט נאר גלייך צו די פובליק שולעס, נאר טאקע אויך גיין אין קאלעזש ואוניווערסיטעט אלץ ישיבה גדולה בחור און כולל אינגערמאן, ארויסצונעמן א פי.עיטש.די. דעגרי. יעדער איינער, אבער איבערהויפט פירער, ווי רבנים און פרנסים, פון כלל ישרא', וואס דארפן זיין מער ארויפגעקוקט פונעם המון עם.


1751279266958.png

הרה''ק משאפראן זצוק''ל, דער גרויסער סאטמערער ראש ישיבה, וואס ליגט, אגב, אין ניי-סקווירא בית החיים, זעהט אויס ער האט געהאט רוח הקודש אז דער אהרוני מקרי גייט דאס פארכאפן און באגראבן זיין ראש הקהל וואס איז דערטראנקן געווארין אין מיאמי ביעטש, הארט נעבן רביה''ק מסאטמאר דער בעל ויוא' משה זי''ע, דערמיט פארשוועכנדיג דעם מקום קדוש אין צו א מערת פריצים, נישט לאזנדיג זאלי'ן ארויפגיין צו זיין טאטענ'ס קבר מיט לעלו עס.יו.ווי.'ס מיט די מאסן חסידים ותלמידים זיינע.

דער הייליגער שאפראנער רב הגאון הצדיק רבינו שמעון ישרא' פאזען זצ''ל, א דייטשער געבוירענער, וואס זיין טאטע און זיידע זענען געווען די דיינים ממשיכים און ממלא מקום ביי ר' שמשון רפא' הירש אין קהילה אין פראנקפורט, האט גענומען ר' שמשון רפאל הירש'ס קנאות א טריט ווייטער און געווארן א מונקאטשער חסיד, פונעם הייליגער בעל מנחת אלעזר זצ''ל, אלץ בחור, און אלץ עלטערער איד, איז גאר אויפגענומען געווארן אלץ דער סאמער סאטמערער ראש ישיבה, דאהי אין ניו יארק נאכ'ן האלאקאוסט, אפי' ער האט טאקע געלערנט אין קאלעזש ואוניווערסיטעט, אבער א שאד זיין פי.עיטש.די. איז אויף נארישע קבלה, נישט קיין זאכליכער סטאדי פון אנערקענטע סייענס היינט צוטאגס, נאר היסטארישע אבססטראקטע פילאזאפישע אויסגעדראשענע שטותים און לאקשן וואס קיינער פארשטייט דאס נישט היינט צו טאגס מילא נישט, זיינע אייניקלעך ווי חילא פאזען דער זינגער און די שאפראנע רבנים היינט צוטאגס שעמען זיך שוין נישט מיט זיין קאלעדזש דעגרי זיי האבן דאס פארשפרייט לעצטענס אנליין, און עס לייענט זיך ווי א קאמיע, כאטשיג סאיז לאנג ווי א גאנצער קונטרס.

1751282449073.png


ר' שמשון רפא' הירש איז געווען פון די ערשטע, ווי היינט סאטמערע קנאים, וואס האבן גענוצט דער ויוא' משה'ס שלוש שבועות ארגומענט פון די גמרא קעגן די ערשטע ציונים פון זיין צייט! ס'איז דאן געווען גאנץ אין אנהייב פון ציונות, נאך נישט געווען קיין רעדע פון א מיליטער, אבער דירעקט יא פון א מאסן עלי' קיין ארץ ישרא', ווייל די רוסישע אידן האבן דאן געליטן פון גאר אסאך פאגראמען ליידער.

ר' שמשון רפא' הירש האט דאן מסביר געווען אז אן קיום התורה טאר מען נישט גיין קיין ארץ ישרא' ווי סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע. ס'האט זיך דאן גערעדט אז גאר אסך עמך אידן גייען ארויף גיין צוזאמען אלץ א מאסן אויסוואנדערונג אהין, מילא וועלן די רבנים נישט האבן דעם רוב, ווי ביי אים אין קהילה, דער דעת תורה, וואס ער האט זיך דאך אפגעטיילט דערפאר אליינס.

ר' שמשון רפא' הירש האט אויך געהאלטן ווי סאטמער רב, דער בעל ויוא' משה זי''ע, אז מ'מוז בויען אידישקייט דייקא אין 'גלות' המר והנמהר, אזוי ארום צו ברענגן משיח דורך אזא ספירטואלער רוחניותדיגע לעזונג און אויסלייזונג מהקב''ה כביכול אליינס, נישט דורך כוחי ועוצם ידי, הגם דאן איז נאך נישט געווען דער מציאות פון א מיליטער מיט באמבעס און געווער פון צה''ל ווי היינט, איז דאס יא געווען א רעדע און א היץ צו ארויפגיין מיט א מאסן עלי', מיט פאליטישע שטיצע, ווי היינט פון אונזערע אמעריקאנע ביליאנען שטייערן, צו אינטערדרוקן די נעטיוו פאליסטיניעס, און די דערנעבנדיגע אראבישע שכנים רח''ל, ווי היינט איראן און מארגן סיריע און אזוי ווייטער נאכאנאנדיגע בלוט פארגיסונגען, ''זשענאסייד'', מיט אינטערנאציאנאלע מלחמה פארלעצונגען, ה''י, רח''ל.

1751279089224.png


איך ערווארט אז אסך ציונים וועלן דא שפרינגן און זאגן אז דער סאטמער רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע האט נישט געהאלטן פון אים, צוליב זיין מאדערענע תורה עם דרך ארץ אידיאלאגיע, ווי זיי האבן געטאן ביי פרופסר הרב ר' ישעי' לייבאוויץ זצ''ל, זאגנדיג, אז ער זאל ניט האבן געגלייבט אין תורה מן השמים; א ציוניסטישער שקר גס! ולהבדיל בין חיים לחיים, ביי הרב הגאון הצדיק דער הארווערד פראפעסאר אין ''פייער איילענד'' ראביי, רבי שאול מגיד שליט''א, אז וויבאלד ער גייט אן א קאפל זאל סאטמער רבי ניט האבן געהאלטן פון אים, אויך א ציוניסטישער שקר!

אבער די פאקט פארבלייבט אז די אלע גאר שטארקע אנערקענטע אנטי ציוניסטישע דענקער רבנים פירער ותלמידי חכמים, זענען קעגן ציונות פונקט ווי ר' שמשון רפא'ל הירש זצ''ל, און גענוי ווי סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע, און דאס אז זיי האבן געהאט מחלוקת'ער, און אנדערע דיעות פארשידנארטיגקייטן, בנוגע אנדערע אנגעלגנהייטן אין אידישקייט, מאכט זיי נאך נישט אויס פאראייניגט, כלפי זייער התנגדות וקנאות קעגן ציונות.

במציאות איז ר' שמשון רפא' הירש היינט צוטאגס זייער אן אנערקענטער פארהייליגטער פיגור, נישט נאר אין סאטמער גופא, נאר אויך איבעראל, אפילו אין אלע גרעסטע ציוניסטישע קרייזן פון מזרחי ומתנחלים, ווי וויי.יו. דאהי אין אמעריקע, און ביי הרב קוק'ס אנהענגער אין ארה''ק, טאקע דארטן אין די סאמע אקופירטע געביטן, פון די אראבער, ווי די מערב ברעגן, ווי זיי ווערן געשאכטן, און לאזן זיך הארגענען על קידוש השם, פון מצות ישוב הארץ היינט צוטאגס, וואס רוב בנין ומנין פון ערליכע אידן האלטן דאס פאר א שרעקליכער דירעקטער עבירה, אויפ'ן עובר זיין אויף די שלוש שבועות חמורות, ווי אויך אז דאס מאכט נישט קיין טראפ ''סענס'', צו איינעמען יענעם'ס לאנד, און פארטרייבן די ארטיגע גוים, ווי געשריבן דא, אז עס איז ניט נאר בלויז כנגד השכל פון אנושיות, נאר אויך קעגן ר' שמשון רפא'לס 'שיטה הקדושה', - טראץ זיין התנגדות וקנאות קעגן זייער ציונות!
 

בייגעלייגטע פיילס

  • 1751279027563.png
    1751279027563.png
    35.8 KB · געזען: 2
לעצט רעדאגירט:
רבי שמשון רפאל הירש איז בעיקר באקאנט פאר
תורה עם דרך ארץ , וואס איז גיוועהן ריכטיג אין
דייטשלאנד , ווי חסידות און תורת הישיבות האט
נישט גיהאט א פלאץ .
ער איז בכלל נישט גידענקט אלץ בעל מלחמות
מיט ישיבות , און אפילו ער האט זיך אזוי קען
זיין אויסגעדרוקט , ווהאו קערס.
דעס ענין פון התנגדות קעגן ציונות קומט פון
דייטשער פאטריאטישקייט , וואס ער האט זיך
איינגירעדט אז מען וועט זיין דארט עד ימות המשיח
עס איז גיוועהן גוט דארט לפי שעה פאר יידן
פונקט אזוי ווי די אונגארישע יידן פאטריאטן פאר
אונגארן , מאדיאריש,וואס איז זיי גאנץ גוט גיוועהן
דארט , זענען זיי גיוועהן קנאים.
עיין משך חכמה פרשת בחוקתי , זיי האבן גימיינט
אז בערלין איז ירושלים ,
די יידן פון מזרח , וואס האבן שוין פריער געפילט
די רשעת הגוים , זענען נאטירליך גיווארן נוטה צי
ציונות , ועיר ציון פליטה
 
@שמייכל
פארדריי נישט קיין היסטאריע.
ערשטנס האט ער נישט געקענט זיין אנטי-ציוני אפילו ער וואלט געוואלט ווייל די מאוומענט איז נאך נישט געווען.
צווייטנס האט ער נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט אידן וואס ווילן זיך באזעצן אין ארץ ישראל, און פארקערט ער האט עס געהאלטן פאר א חשיבות.
וואס יא, ער האט געהאלטן איז אז אידן זאלן נישט ארויפגיין ״אלץ א פאלק״ קיין ארץ ישראל וויבאלד עס וועט אוועקנעמען די רעליגיעזע אספעקט פון אידישקייט, און מאכן אידישקייט פאר א נאציענאליסטישע מאוומענט.

איז וואס האט דאס מיט סאטמער?
 
לעצט רעדאגירט:
פארדריי נישט קיין היסטאריע.
ערשטנס האט ער נישט געקענט זיין אנטי-ציוני אפילו ער וואלט געוואלט ווייל די מאוומענט איז נאך נישט געווען.
צווייטנס האט ער נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט אידן וואס ווילן זיך באזעצן אין ארץ ישראל, און פארקערט ער האט עס געהאלטן פאר א חשיבות.
וואס יא, ער האט געהאלטן איז אז אידן זאלן נישט ארויפגיין ״אלץ א פאלק״ קיין ארץ ישראל וויבאלד עס וועט אוועקנעמען די רעליגיעזע אספעקט פון אידישקייט, און מאכן אידישקייט פאר א נאציענאליסטישע מאוומענט.

איז וואס האט דאס מיט סאטמער?
ביסט גירעכט אז ער איז גיוועהן פריער פון ציונות
אבער דער רעיון איז שוין יא גיוועהן ,גענוג צידערמאנען רב קאלישער ,גריידיצער , אלקלעי
זיין לימוד איז א יסוד פאר אנטי ציונות , ציזיין
א גלות ייד , אזוי אויך סאטמאר לערנט מען די חיוב
פון גלות
מיין אבזערוואצעע איז , אז אין די לענדער ווי יידן
האבן גינאסן פרייהייט איז גיווארן א מושג פון חיוב
גלות , מען האט זיך געפיהלט באקוועם ,
יישר כח
 
ביסט גירעכט אז ער איז גיוועהן פריער פון ציונות
אבער דער רעיון איז שוין יא גיוועהן ,גענוג צידערמאנען רב קאלישער ,גריידיצער , אלקלעי
זיין לימוד איז א יסוד פאר אנטי ציונות , ציזיין
א גלות ייד , אזוי אויך סאטמאר לערנט מען די חיוב
פון גלות
מיין אבזערוואצעע איז , אז אין די לענדער ווי יידן
האבן גינאסן פרייהייט איז גיווארן א מושג פון חיוב
גלות , מען האט זיך געפיהלט באקוועם ,
יישר כח

סארי, מיין ענטפער איז געווען פאר שמייכל נישט פאר דיר.
איך וואלט עס געדארפט אויסקלארן.
 
Back
Top