כוואליעס ארטיקל הרב רפאל זלמן הכהן לעווין - דער זון פון דער ״מלאך״

דער ארטיקל איז ערשינען אין דער "כוואליעס" אויסגאבע

כוואליעס

בלעטל רעדאקציע
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 10, 2024
מעסעדזשעס
40
רעאקציע ראטע
692
פונקטן
103
די זעקסטע ״כוואליע״ וואס איז ערשינען לכבוד שבועות תשפ״ה ענטהאלט א טראנסקריפט פון א זעלטענער רעקארדירטער שמועס וואס רבי רפאל זלמן הכהן לעווין ז״ל האט געגעבן פאר א נאנטן פריינט און פארערער אפגעשריבן אין אידיש דורך הרב פנחס אליעזר הלוי (פיני) דונר.

רבי רפאל זלמן הכהן לעווין ז״ל - וועם זיינע באקאנטע האבן גערופן ר׳ זלמן, איז געווען א זון פון רבי חיים אברהם דובער לעווין ז״ל - באקאנט אלץ ״דער מלאך״.

רבי זלמן איז געווען א מערקווירדיגער גדול וואס האט געפירט א פשוט׳ע אומבאקאנטע לעבן אין אלבעני ניו יארק.

ארומזוכענדיג בילדער פון אט דעם גדול האבן מיר כמעט גארנישט געקענט געפונען, קיין צייטונגען האבן אים נישט באשריבן בחיים חיותו און אפילו לאחר מותו איז ער ווייניג וואס באשריבן געווארן.

איין בילד וואס מיר האבן געטראפן פון אים איז אין אן ארטיקל פון ישראל בעססער אין דער ״משפחה״ וואס איז זעלבסט א וואונדערבארע באשרייבונג איבער רבי זלמן׳ס לעבן:

His Own Man - Mishpacha Magazine
IMG_5959.webp


די ״כוואליע״ לכבוד שבועות איז דא צו באקומען ביי די פאלגענדע לינקס:
Amazon.com
Amazon.co.uk

די פי-די-עף וועט ווערן ארומגעשיקט פאר די סובסקרייבער דעם דאנערשטאג אי״ה.
 
אין די הקדמה פון די בריוו פון די מלאך, שרייבן זיי אז ער איז געווען א חשוב'ער מענטש, נאר דער מלאך ברוב חמימתו און שארפקייט, האט זיך באצויגן צו אים כאחד הריקים. ווען מען האט ארויסגעגעבן די בריוו פון דער מלאך, האט ער געלאזט נעמען זיינע בריוו און זיך נישט געשעמט דערמיט, מען האט אים געפרעגט צי מען זאל צענזורירן געוויסע חלקים וואס ענהאלטן שארפע קריטיק קעגן אים, האט ער נישט געלאזט און געהייסן אריינלייגן די בריוו כמו שהיא.

אויך ר' יצחק לעבאוויטש פון וואדרידזש, זאגט אז ער איז געווען א חשובער מענטש. איך האב געהערט פון זיין מויל, "ווען דו זאלסט האבן אזא טאטע ווי דער מלאך, וואלט ער דיר אסאך הארבער באוואשן, ווי זיין חשוב'ער זוהן ר' זלמן'.
 
וואס איז געווען די באציאונג צווישן די וויליאמסבורגע ״מלאכים״ אידן מיט ר׳ זלמן? איז געווען עפעס א שייכות? איז ער אמאל געקומען באזוכן זיין טאטענס נאכפאלגער?
 
וואס איז געווען די באציאונג צווישן די וויליאמסבורגע ״מלאכים״ אידן מיט ר׳ זלמן? איז געווען עפעס א שייכות? איז ער אמאל געקומען באזוכן זיין טאטענס נאכפאלגער?
ליין ישראל בעססער אין משפחה ארטיקל אויבן.

זיי פלעגן אים קומען באזוכן.

(צווישן די שורות קומט מיר אויס אז ער האט זיי נישט געגליכן, מילד גערעדט.)
 
(צווישן די שורות קומט מיר אויס אז ער האט זיי נישט געגליכן, מילד גערעדט.)
יא יא, עס איז מיר געווען אינטערעסאנט און טאקע צוליב דעם פרעג איך, אפשר דרייט זיך דא א היימישער וואס פארמאגט מער אינפארמאציע
 
וואס איז געווען די באציאונג צווישן די וויליאמסבורגע ״מלאכים״ אידן מיט ר׳ זלמן? איז געווען עפעס א שייכות? איז ער אמאל געקומען באזוכן זיין טאטענס נאכפאלגער?
ליין ישראל בעססער אין משפחה ארטיקל אויבן.

זיי פלעגן אים קומען באזוכן.

(צווישן די שורות קומט מיר אויס אז ער האט זיי נישט געגליכן, מילד גערעדט.)
איך האב עס נישט געליינט, אבער מונח בזכרוני אז ווען איך איהם געפארשט אביסעל האב פארשטאנען אז ער האט נישט געוואלט קיין שייכות מיט די חבורה, אויך בימי אביו איז ער געשטאנען אביסעל ווייט פון דעם, בפרט נאך די חתונה

געוועהן א מתמיד עצום און א גאון עולם געקענט גאמצע שטיקער ראשונים בע"פ אויף די לשון
 
Back
Top