האט עס א פשט צו לערנען קבלה?

מרחשון

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 12, 2024
מעסעדזשעס
616
רעאקציע ראטע
3,174
פונקטן
423
לאמיר אנהייבן מיט א באקאנטע סוגיא: קען א קאמפיוטער "פארשטיין" שפראך?


יעדן טאג נוצן מיר טויזנטער ווערטער. מיר זאגן "איך דארף וואסער", "דער הימל איז בלוי", "איך האב דיך ליב". און עס ארבעט. מענטשן פארשטייען אונז, מיר פארשטייען זיי, און די וועלט דרייט זיך ווייטער.

אבער אויב מען הייבט אן צו פרעגן די פשוט'ע קינדישע פראגע - "וואס באדייט עס אז א ווארט 'באדייט' עפעס?" - שטעלט זיך ארויס אז דאס איז גארנישט אזוי פשוט. דאס איז איינגנטליך פון די עלטסטע פראגעס אין פילאזאפיע.

לאמיר אנהייבן מיט א געדאנקן-עקספערימענט.

שטעלט אייך פאר אז איך זאג אייך: "גרינער דינאזאר."

וואס פאסירט אין אייער קאפ?

מסתמא זעט איר פאר אייך א גרויסער, רעפטיל-באשעפעניש, מיט א לאנגע שוואנץ, שארפע ציין, און גרינע הויט. אפשר זעט איר אן איגואנאדאן אדער א טיראנאזאר, אפילו איך האב נישט געזאגט וועלכע סארט דינאזאר.

די פראגע איז: וויאזוי האב איך דאס געטוהן? וויאזוי האב איך געמאכט אז אין אייער קאפ - אינעם פריוואטן, אומצוגענגליכן פלאץ פון אייער באוואוסטזיין - זאל ערשיינען א בילד פון א גרינע דינאזאר?

איך האב געמאכט קולות מיט מיין מויל. די קולות האבן געשאפן לופט-כוואליעס. די כוואליעס זענען אריין אין אייערע אויערן, האבן געטרייסלט אייער אויער פויק, און דאס האט געשיקט סיגנאלן צו אייער מוח.

אבער דאס אליין ערקלערט נישט פארוואס אט די ספעציפישע קולות - "גרי-נער די-נא-זאר" - שאפן אט דעם ספעציפישן געדאנק אין אייער קאפ.

וואס איז דער פארבינדונג צווישן די לופט-כוואליעס און דעם געדאנק?

דאס איז די הויפט פראגע פון שפראך און באדייט.

דער איינפאכער תירוץ איז, אז דא ליגט א געמיינזאמע פארשטאנד צווישן מיר און דיר, געבויעט אויף פון-פריער-אוועקגעשטעלטע כללים, לויט וועלכע מיר האבן באשלאסן צו קלאסיפיצירן באשעפענישן און קאלירן, אזוי אז די ספעציפישע קולות זאלן באדייטן די ספעציפישע ערשיינונגען וועלכע געפינען זיך אין נאטור.

לויט דעם, פארמאגן די קולות וואס קומען פון דעם ווארט "הונט" טאקע נישט קיין שום נאטורליכער שייכות מיט דעם חיה וואס מען רופט מיט דעם נאמען. אויף ענגליש זאגט מען "dog". אין פראנצויזיש זאגט מען "chien". אויף לשון הקודש זאגט מען "כלב". יעדע שפראך האט אירע אייגענע קולות, און קיין איינס פון זיי איז נישט מער "ריכטיג" ווי אן אנדערע.

דאס ווארט "הונט" באדייט א כלב נישט צוליב א נאטורליכע סיבה, נאר צוליב א קאנווענציע - א געמיינזאמער אפמאך צווישן מענטשן וואס רעדן אידיש. מיר האבן אלע - אויף א סארט וועג וואס מיר פארשטייען נישט אינגאנצן וויאזוי - "באשלאסן" אז די קולות "הונט" זאלן באדייטן די זאך וואס בילט און האט פיר פיס.

אבער דא הייבט זיך אן די ערשטע פראבלעם.

אויב "הונט" באדייט א כלב נאר צוליב א קאנווענציע, וואס האלט אונז צוריק פון ענדערן די קאנווענציע?

למעשה, גארנישט!

איך קען יעצט באשליסן אז איך וועל רופן א כלב "גילמעפ" און א בענקל "בלורקוויל". אויב איר אלע שטימט צו צו נוצן די זעלבע נייע ווערטער, וועלן מיר קענען קאמוניקירן פונקט אזוי גוט ווי פריער.

דאס קלינגט מאדנע, אבער למעשה איז דאס וואס פאסירט טאקע! שפראכן ענדערן זיך שטענדיג. ווערטער וואס האבן באדייט איין זאך פאר הונדערט יאר, באדייטן היינט עפעס אינגאנצן אנדערש. נייע ווערטער ווערן געבוירן און אלטע ווערטער שטארבן אויס.


מיט די אלע הקדמות, קען מען צוגיין צום פראגע וואס דער פילאזאף דזשאן סירל האט געפרעגט: קען א קאמפיוטער "פארשטיין" שפראך?

זיין ענטפער איז אז ניין. און ער ברענגט א געדאנקען-עקספערימענט וואס איז ברייט באקאנט אלס "דער כינעזער צימער."

שטעלט אייך פאר אז איר זענט אין א פארמאכטע צימער. איר פארשטייט נישט קיין ווארט כינעזיש. אבער איר האט א ריזיגע בוך מיט אינסטרוקציעס אויף אידיש.

אנדערע מענטשן שטופן פאפירן אונטער די טיר מיט כינעזישע סימבאלן. איר קוקט אין אייער בוך, וואס זאגט: "אויב איר זעט די סימבאלן X און Y, שרייבט צוריק סימבאל Z."

איר פאלגט די אינסטרוקציעס. איר שרייבט סימבאל Z און שטופט עס צוריק אונטער די טיר.

פאר די מענטשן אינדרויסן, זעט עס אויס ווי איר פארשטייט כינעזיש! זיי שטעלן פראגעס אין כינעזיש, און איר ענטפערט (דורך די אינסטרוקציעס אינעם בוך) אין כינעזיש.

אבער דער אמת איז אז איר פארשטייט נישט קיין ווארט! איר נוצט נאר מעכאנישע כללים.

יעצט פרעגט סירל: וואס איז דער חילוק צווישן אייך אין דעם צימער, און א קאמפיוטער וואס "שמועסט" כינעזיש?

דאס איז סירל'ס נקודה. קאמפיוטערס פראצעסירן סימבאלן לויט כללים. זיי האבן נישט קיין "פארשטאנד" פון וואס די סימבאלן באדייטן.

לאמיר דאס אויסמאלן נאך קלארער.

"סינטעקס" איז די סטרוקטור פון שפראך - וויאזוי ווערטער קומען זיך צוזאמען צו פארעמען זאַצן, די כללים פון גראמאטיק.

"סעמאנטיקס" איז די באדייט - וואס די זאצן מיינען.

א קאמפיוטער קען באהאנדלען סינטעקס. ער קען זען אז "דער הונט לויפט" איז א ריכטיגער זאץ און "לויפט הונט דער" איז נישט.

אבער קען ער באהאנדלען סעמאנטיקס? ווייסט ער וואס א הונט איז? וואס עס באדייט צו לויפן?

פאר אונז, מענטשן, זענען ווערטער פארבונדן מיט ערפארונגען. ווען איך הער "הונט", רופט דאס ארויס זכרונות פון הינט וואס איך האב געזען און געהערט בילן. עס איז פארבונדן מיט מיין פיזישער ערפארונג פון דער וועלט.

אבער א קאמפיוטער? פאר אים איז "הונט" נאר א שטריקל פון ביינערי קאוד: 01101000 01110101 01101110 01110100.

ער קען זען אז "הונט" קומט אפט צוזאמען מיט "בילט" און "שוואנץ", און אז "הונט" איז א סארט "חיה". אבער ער האט נישט קיין שום פיזישע ערפארונג פון וואס דאס אלעס באדייט.

פאר אים איז דאס גארנישט אנדערש ווי ווען איר הערט אז "קויס" קומט אפט צוזאמען מיט "עלנטאד" און "כעטשוי", און אז "קויס" איז א סארט "בייע" - ווערטער וואס האבן פאר אייך גארנישט קיין באדייט ווייל איר האט נישט די ערפארונג וואס שענקט זיי אינהאלט.


און דאס ברענגט אונז צו נאך א טיפערע פראגע: האט עס א פשט צו לערנען קבלה, אויב מען האט נישט קיין רוח הקודש?

א תלמיד-חכם זיצט און לערנט ספר הזוהר. ער ליינט וועגן די עשר ספירות - כתר, חכמה, בינה, חסד, גבורה. ער קען שוין אויף אויסעווייניג די יחודים און די שמות. ער ווייסט אז דער אות י' איז פארבונדן מיט חכמה, א צדיק איז יסוד און דוד המלך איז מלכות. ער קען די גענויע כללים וויאזוי די אותיות פונעם שם המפורש קומען זיך צוזאמען אין פארשידענע סודות.

איז ער נישט פונקט ווי דער מענטש אין כינעזער צימער?

ער מאניפולירט סימבאלן. ער ווייסט די כללים. אויב עמיצער פרעגט אים א קבלה'דיגע שאלה, קען ער ענטפערן לויט די אינסטרוקציעס וואס ער האט געלערנט אין די ספרים. פאר אנדערע מענטשן זעט עס אויס ווי ער "פארשטייט" קבלה.

אבער דער אמת איז אז ער פראצעסירט נאר סינטעקס - די סטרוקטור פון די מיסטישע סיסטעם - אן קיין סעמאנטיקס, אן קיין אמת'ער פארשטאנד אין די רוחניות'דיגע מציאות וואס די ווערטער און סימבאלן דארפן אנווייזן.

פאר אן אמת'ן מקובל - איינער מיט רוח הקודש - זענען די זעלבע ווערטער פארבונדן מיט ערפארונגען. "כתר" ברענגט אים ארויס א זכרון פון א רגע פון גילוי אלקות. "יחוד" איז פארבונדן מיט א עכטע חוויה פון אחדות. "דבקות" איז עפעס וואס ער האט געשפירט, נישט נאר געליינט.

אבער פאר איינעם וואס האט נאכנישט זוכה געווען דערצו - רעפערענסד דוד המלך בלויז א געוויסע מענטש וואס האט געלעבט מיט אפאר טויזנט יאר צוריק און איז געווען קעניג איבער כלל ישראל. מלכות בלויז א ווארט וואס באשטייט פון פינף אותיות, און ווערט גענוצט אין צוזאמענהאנג מיט קעניגן. וואס באדייטן די אלע ווערטער אייגנטליך אין קבלה? פאר אים - גארנישט.


דא קען אויך אריינקומען א צווייטע געדאנקען עקספערימענט איבער טעאלאגיע והמסתעף, וועלכע פרעגט "וואס וואלט געווען אנדערש ווען די זאך וואלט נישט עקזיסטירט?"

די געשיכטע איז איבער צוויי חברים וואס זענען אנגעקומען צו א שיינע גארטן באוואקסן מיט בלומען, און איינער פון זיי איז געקומען צום החלטה אז עס מוז זיין א גערטנער וואס פלאנצט און פלעגט זיי.

נאכ'ן ווארטן עטליכע שעה, און קיינעם נישט זען, קומט ער צום מסקנא אז דער גערטנער מוז זיין אומזעהבאר. נאכ'ן לייגן א צוים מיט עלעקטראנישע אויפכאפער קומט ער צום החלטה אז דער גערטנער איז נישט געמאכט פון עלעקטראנען און ממילא רעאגירן די אויפכאפער נישט צו אים. און אזוי ווערט דער גערטנער אלס ווייניגער און ווייניגער עקזיסטירנד, ביז דער חבר פרעגט אים: "מיט וואס איז דיין גערטנער אנדערש ווי א גערטנער וואס עקזיסטירט בכלל נישט?"


דאס זעלבע קען געפרעגט ווערן אויף רוב טעאלאגישע מושגים, אין שפיץ פון קבלה. וואס וואלט געווען אנדערש, על כל פנים פאר דיר, אין דיין ערפארונג און פארשטאנד, אויב דוד המלך וואלט נישט געצייגט אויף מלכות?
 
לעצט רעדאגירט:
די לימוד קבלה - חוץ וואס א טהייל פון די לערע איז מסורת - איז גימאכט צו באגרייפן מיט שכל און בינה די השתלשלות הבריאה מיט א סדר פון גאט ביז דער עולם העשיה ווי דער מענטש געפינט זיך מען האט גינומען נומבער 10 ווייל דאס איז מיחד די ריבוי המספר די סגולה פון די נומבער ווערט שטארק באהאנדלט אין אבן עזרא, אין זיין פירוש הארוך אויף סדרה שמות , האבען זיי גינומען 10 מדות וואס דירעקטן א מענטש - ווייל זיי קוקען אהן א מענטש אלץ עולם קטן - און וואס עס פאנקשענט ביי דעם מענטש קען מען עקסטרעפעלעיטן אויף די סדר פון די גאנצע וועלט באשאף , זיי גייען מחיל אל חיל,אז מען האט שוין ערפינדען די צעהן מדות עיקריים וואס מאניפולירען דעם מענטש , שטעלט מען זיי אויס לויט די גלידער פון די מענטש , די ערשטע דריי אלאקעיט מען פאר די קאפ און הארץ און פון דארט נעמט מען זיבען און מען האט א מאפע פון א אדם השלם .
נאכער נעמט די זעלבע צו טהיילונג פון צעהן מדות און ער עפלייט עס צו גאט כביכול - דער פסוק זאגט דאך- בצלם אלהים עשה אותו - האמיר שוין עשר ספירות מלמעלה, און פון דארט עפלייט מען עס צו די גאנצע ווירטשאפט פון השתלשלות פון -רישא דלא איתידע צו כתר צו אצילות בריאה יצירה עשיה- אלעס מיט זיווג זכר ונקבה משפיע און מקבל, וואס קומט אויך מיט כלים שבורים ,אזוי ווי עס מאכט זיך אין יעדע שלום בית מיט פיוסים אין נשיקים, אויף אן אופן פון המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, און דער אדם איז נקודה פון די בריאה און דארך איהם מיט יעדע פעולה וואס ער טהוט א רצון פון גאט אפילו מיט וועלטליכע פשוט׳ע זאכען האט עס א ווירקונג אויף די וועעסט צושפרייטע וועלט באשאף
כל שכן א ייד אז ער טהוט א פעולה א מעשה, וואס
איז א קיום פון א מצוה ( מצוה = הויה סאם האו )
ווערט א בליץ פון אורות און השפעות פון למעלה מקצה השמים ועד קצה הארץ, און אז עס ווערט געטהון עבירות ווערט חושך כפול ומכופל,אזוי איז די
מסורה פון לימוד קבלה דרך כלל - די אלע זאכען קען מען פארשטיין - מען דארף נאר גלייבען - יעצט ווי אזוי פונקטליך ווערט פון מצוות אורות און פון עבירות חשכות , ווי אזוי ארבעט דער מעקאניזם איז שוין מער א פרטיות׳דיגער לימוד פאר ווער עס וויל זיך אריינטהון אינדעם - איז דאך היינט צוטאג בנמצא ישיבות פון מקובלים,ווי מען איז זיך מתעמל אויף דעם,און מען זאגט סברות און המצאות מיישב צוזיין און פארענטפערן סתירות און קושיות וואס מאכט זיך ביי יעדע חכמה, אבער אלע לימודים איז גיבויעט אויף כללים מיט שכל און חשבון, עס איז א שיינער לימוד,- פאר איינעם וואס האט פיעלינג פאר איט גאו פאר איט-
רזא דשבת איהי שבת .
 
@ריבי , קענסט דיפיינען אפילו איינס פון די נושאים וואס דו האסט דא ציטירט?...
 
זייער שיין מרחשון קלאר אראפגלייגט,
בעצם איז עס גאר א שטארקע נקודה אסאך פרעגן שוין אז דאס אז תורת קבלה איז אלס נאר א משל איז אז מען איז נישט משיג דעם נמשל דאן וואס האט מען פון דעם גאנצע זאך, מאנכע וועלן זאגען ווי ריבי אז אלס אמונה און דעם סוד, אדער לפי תורה הסוד איז דאך איוך קשה דאס אז שור שנגח את הפרה איז אויך א דבר נעלם איז דאך אויך בעצם נאר א משל,
וואס יא, דאס איז דאך חסידות געריפן רזין דרזין, עס איז מגלה דעם רז פונעם רז דהייני עס געבט דעם יכולת פארן איש שאנו שורה עליו רוח אלוקי צו האבען איזה השגה אינעם תורת הקבלה דורך לינקען אלע פרצופים און עולמות וספירות אינעם נפש האדם , ממילא בלייבט עס איז נישט סתם א קוד פון א דומם מחשב, נאר עס ווערט א מציאות חי פין זיין חוויות חיים וואס ער האט און גייט, און ער זיך משתמש לפי זה חי יום יום לשמה
 
דאס ווארט "הונט" באדייט א כלב נישט צוליב א נאטורליכע סיבה, נאר צוליב א קאנווענציע - א געמיינזאמער אפמאך צווישן מענטשן וואס רעדן אידיש. מיר האבן אלע - אויף א סארט וועג וואס מיר פארשטייען נישט אינגאנצן וויאזוי - "באשלאסן" אז די קולות "הונט" זאלן באדייטן די זאך וואס בילט און האט פיר פיס.

אבער דא הייבט זיך אן די ערשטע פראבלעם.

אויב "הונט" באדייט א כלב נאר צוליב א קאנווענציע, וואס האלט אונז צוריק פון ענדערן די קאנווענציע?
לויט די לימוד פון רבי ישעיה הורביץ ז״ל בעל של״ה
איז לשון מקרא די עצם חיות פון די נבראים
למשל די אותיות כלב איז אויף אן אופן כולל די השתלשלות פון די הונט אז ער איז טאקע א הונט,
און אדם = אפר דם מרה ,איז די שורש פון מענטש
אם קבלה הוא נקבל
 
זייער שיין מרחשון קלאר אראפגלייגט,
בעצם איז עס גאר א שטארקע נקודה אסאך פרעגן שוין אז דאס אז תורת קבלה איז אלס נאר א משל איז אז מען איז נישט משיג דעם נמשל דאן וואס האט מען פון דעם גאנצע זאך, מאנכע וועלן זאגען ווי ריבי אז אלס אמונה און דעם סוד, אדער לפי תורה הסוד איז דאך איוך קשה דאס אז שור שנגח את הפרה איז אויך א דבר נעלם איז דאך אויך בעצם נאר א משל,
וואס יא, דאס איז דאך חסידות געריפן רזין דרזין, עס איז מגלה דעם רז פונעם רז דהייני עס געבט דעם יכולת פארן איש שאנו שורה עליו רוח אלוקי צו האבען איזה השגה אינעם תורת הקבלה דורך לינקען אלע פרצופים און עולמות וספירות אינעם נפש האדם , ממילא בלייבט עס איז נישט סתם א קוד פון א דומם מחשב, נאר עס ווערט א מציאות חי פין זיין חוויות חיים וואס ער האט און גייט, און ער זיך משתמש לפי זה חי יום יום לשמה
תיקון עשיראה: ושור מועד, עשרים וארבע תולדות של נזיקין תלויים ממנו, וכלם תלויים מארבע אבות, שהן קרן ושן וגוף ורגל. הנגיחה בקרן, שן שהיתה אוכלת בגזל רבצה בגוף על הכלים ושברה אותם, ואין כלים אלא תלמידי חכמים, וכן הזיק ברגליו, וכלם נאמרו במשנה, חמור הוא חמור בחמרה של המשנה, ועל התלמיד החכם ששולט עליו נאמר בו עני ורכב על חמור, ומי הוא ששולט עליו? ח'כם מ'פלא ו'רב ר'בנן זה השולט עליו, אבל האחר הוא מחמר אחריו בחמרה של המשנה, וכן שור נגח אותם בקשיה ונשך אותם, ורבץ עליהם ושבר אותם, וזוהי מחלקת, וכן ברגל שובר כלים, ומשום זה בשור ובחמר, שהם הממנים של עשו וישמעאל, יבואו רכובים עליהם שני משיחים ושולטים עליהם, ובעלי המשנה שולטים עליהם, ועליהם אמר יעקב ויהי לי שור וחמור, ששולט עליהם בתלמוד ובמדרשים, ובקשר של תפלין וציצית שולט עליהם, שהם מועדים לקלקל, שנאמר בהם וימררו את חייהם בעבדה קשה בחמר ובלבנים.
 
Back
Top