האט אונז דער באשעפער ליב?

די פסוק זאגט אנדרעש :

רְאוּ עַתָּה כִּי אֲנִי אֲנִי הוּא וְאֵין אֱלֹהִים עִמָּדִי אֲנִי אָמִית וַאֲחַיֶּה מָחַצְתִּי וַאֲנִי אֶרְפָּא וְאֵין מִיָּדִי מַצִּיל.
דאס זאגט בעסיקלי יעדע דיקטעטאר להבדיל…
דאס איז א קשיא און נישט קיין תירוץ.
 
ער זאגט דאך ולא ישיגוהו משיגי הגוף - דאס מיינט לכאורה אז עס איז נישט פאסיג צו זאגן געפילן אויף גאט.
די אלע אויסדרוקן וואס געפינט זיך אין תנ"ך אויף גאט, איז דער מורה נבוכים מאריך מבאר צו זיין, אלץ משלים און דוגמאות, פאר דעם מענטש וואס איז פאמיליער מיט זיינע עמאציאנעלע הרגשים, לשבר את האוזן, פונקט אזוי ווי יעדער פארשטייט אז די אלע השתלשלות און ספירות פון די מקובלים זענען מערכות לקרב אל השכל פאר מבין מדעתו.
די געפילן פון א מענטש איז א משל צו די געפילן פון דעם באשעפער. אונז פארשטיי מיר נישט די מציאות פון דעם באשעפער, אבער דער באשעפער האט די יכולת צו שפירן, היוצר אהבה הלא יאהב! און אז ס'שטייט אין די תורה אז גאט האט אונז ליב דאן איז עס אמת. די ספרים וואס זאגן אנדערש - אדער פארשטייסטו נישט וואס זיי זאגן אדער פארשטייען זיי נישט וואס זיי שרייבן...
 
ס'איז א א טעות ! זיכער האט דער באשעפער געפילען ! היוצא עין הלא יביט !
דער באשעפער האט באשאפען געפילען וועסטען זאגען אז דער באשעפער איז אזוי ווי א טריקענע בלעטעל אן געפילען ? אוודאי האט דער באשעפער געפילען .
אונז האב מיר נישט קיין השגה וואס דער באשעפער איז . אבער אוודאי האט ער געפילען . די תורה רעד א גאנצע צייט פון געפילען לגבי דעם באשעפער.

א פאר נארישע קבלה ספרים וואס פילאזאפירען אהער און אהין מיט נארישע קאוד ווערטער קענען נישט טוישען די תורה !!
די תורה שרייבט אסאך מאל חלקים פונעם גוף פון באשעפער, אבער ווידער איז דאס נאר א משל לשבר את האוזן ווי די רמב"ם שרייבט און איז להדיא נישט כפשוטו, און עס איז זאגער פון די י"ג עיקרים וואס מיר אידן גלייבן אלע דערין.

די באשעפער האט באשאפן געפילן, ער האט אויך באשאפן גופים, אבער ער האט נישט די אלע משיגי הגוף.
 
די תורה שרייבט אסאך מאל חלקים פונעם גוף פון באשעפער, אבער ווידער איז דאס נאר א משל לשבר את האוזן ווי די רמב"ם שרייבט און איז להדיא נישט כפשוטו, און עס איז זאגער פון די י"ג עיקרים וואס מיר אידן גלייבן אלע דערין.

די באשעפער האט באשאפן געפילן, ער האט אויך באשאפן גופים, אבער ער האט נישט די אלע משוגי הגוף.

ס'נישט כפשוטו מיינט נאר צי זאגען אז ס'איז נישט קיין ענין גשמי. נישט אז ס'איז בכלל נישטא אזא זאך. מען קען נישט אויסרייסען א ווארט פון די תורה !
 
די אמת איז א לייקענען אין גאט ווען ס'דא שוועריקייטען איז נישט לאגיש. ס'איז בכלל נישט קיין חלק פון די דעבאטע

עס איז יא א חלק פון די דעבאטע.
אויב איז גאט א שלעכטער, איז ער א דיפעקטיוו צובראכענע גאט, וואס מיינט אז ער איז לימיטעד (נישט כל יכול), און א לימיטעד גאט איז קיין גאט נישט.
 
כ'ווייס נישט אויב איינער וועט פארשטיין א האלבע ווארט. אבער א איד טוט...

נאכן ארומחושן אין דעם אזוי לאנג האבעך פאר א שטיק צייט געמיינט אז כ'האב געקרעקט דעם סוד... ס'דא א וועג ארויס פונעם פלאנטער...

דו ביסט גאט! ס'נישטא קיין גוט אדער שלעכט, אלעס איז גאט! אלעס איז איינס. ס'נישט נוגע וואס פונקטליך געשעט צום קליינעם פארעם פון זיך, ווייל פאר די גרויסער ענדלאזער זיך (וואס דו ביסט באמת) מאכט עס נישט אויס.
(און דערפאר מעסט מען נישט גוטס און שלעכטס לויטן פערספעקטיוו פונעם גוף עקספיריענס)

אין אני והוא יכולין לדור, הער אויף טראכטן אז ס'איז מיך און נישט אים.

ביז א קארצער צייט האב איך איינגעזעהן אז די עגא שטארבט נישט אפ צוליב דעם תורה. די עגא וויל דוקא לעבן אין א פארעם וואס שפירט גוט.

און יעצט איז מיין שאלה מער נישט איבער גוט און שלעכט, ווייל פאר גאט איז דאך אלעמאל גוט.

נאר פארוואס טאקע האבן אונז אן עגא וואס פיהלט יא די צער און פּיין פון אונזער לעבן און וויל דוקא אנהאלטן דעם לעבן אין א וועג וואס קוקט אויס גוט?!

און דאן ווידער א בום... דאס אליין אז מיר ליידן פונעם עגא'ס פערסעפשאן איז אויך גאט.
-

העלעך לאזן גאט פראבירן געוואר צו ווערן פארוואס ער ליידט אינעם פארעם פון עגא...
 
עס איז יא א חלק פון די דעבאטע .
אוןב איז גאט א שלעכטער, איז ער א דיפעקטיוו צובראכענע גאט, וואס מיינט אז ער איז לימיטעד (נישט כל יכול) און א לימיטעד גאט איז קיין גאט נישט.
איך פארשטיי נישט אויב איז ער א גוטער און מוז נאר זיין גוט און קען נישט זיין שלעכט אפילו ווען ער איז אין א שלעכטע גוסטע. אדער דעס אז ער קען נישט זיין אין א שלעכטע מאאד איז דאך אויך א לימיטעד גאט.
 
אויב איז ער א כל יכול מוז ער זיין א פערפעקט גאט. ווייל אויב איז ער נישט פערפעקט איז ער א קראנקע גאט דהיינו נישט א כל יכול. אויב איז ער א פסייקאטיק מאסן מערדער מיט א פעטיש צי אויסראטן זיין אויסדערוועלטן פאלק איז ער ווייט פון פערפעקט.
 
ס'נישט כפשוטו מיינט נאר צי זאגען אז ס'איז נישט קיין ענין גשמי. נישט אז ס'איז בכלל נישטא אזא זאך. מען קען נישט אויסרייסען א ווארט פון די תורה !
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט דא.

דו טענה'סט אז ווען די פסוק שרייבט למשל אין שמות (פרק כ"ד פסוק י') וַיִּרְאוּ אֵת אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל וְתַחַת רַגְלָיו כְּמַעֲשֵׂה לִבְנַת הַסַּפִּיר וּכְעֶצֶם הַשָּׁמַיִם לָטֹהַר, איז די פשט אז ער האט יא פיס, נאר נישט גשמיות'דיגע פיס?
 
רבותי רבותי!!! יא, עס טוט וויי, אמת אמת! און מען מעג פרעגן פארוואס, מען מעג שרייען אז עס טוט וויי, אז מען פארשטייט נישט, עפן אויף א תהילים וועסטו זעהן דוד המלך שרייט אויך צום באשעפער, למה ה'!!!
מענטשעלע מענטשעלע דו האסט טאקע אין די וועלט א חלק, אבער וויסן זאלסטו אז דו ביסט א גאסט אויף צייטווייליג, ער פירט שוין די וועלט טויזענטער יארן, יעדער זאך האט א חשבון א קלארן, און אונז זענען קוים געקומען צו גיין (צינד עס אן און זיי זיך מחזק מיט עס)

נאר וואס, נישט ווארטן אויף א תשובה, ווייל דעמאלטס זאגט ער פון אויבן "אהה, דו ווארטסט אויף א תשובה, קום איך וועל דיר ווייזן פון אויבן"... דארט אויבן איז אלעס קלאר ווי דער טאג אז אזוי האט געדארפט געשען, און אז יעדע קויל האט א אדרעס ליידער ליידער.

סאו מיין פרענד, יא יא, עס טוט וויי, עמו אנכי בצרה, זיי דיר מחזק, האב א לעכטיגן חנוכה 🫂
הוא בורא ומנהיג, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים!
 
כ'ווייס נישט אויב איינער וועט פארשטיין א האלבע ווארט. אבער א איד טוט...

נאכן ארומחושן אין דעם אזוי לאנג האבעך פאר א שטיק צייט געמיינט אז כ'האב געקרעקט דעם סוד... ס'דא א וועג ארויס פונעם פלאנטער...

דו ביסט גאט! ס'נישטא קיין גוט אדער שלעכט, אלעס איז גאט! אלעס איז איינס. ס'נישט נוגע וואס פונקטליך געשעט צום קליינעם פארעם פון זיך, ווייל פאר די גרויסער ענדלאזער זיך (וואס דו ביסט באמת) מאכט עס נישט אויס.
(און דערפאר מעסט מען נישט גוטס און שלעכטס לויטן פערספעקטיוו פונעם גוף עקספיריענס)

אין אני והוא יכולין לדור, הער אויף טראכטן אז ס'איז מיך און נישט אים.

ביז א קארצער צייט האב איך איינגעזעהן אז די עגא שטארבט נישט אפ צוליב דעם תורה. די עגא וויל דוקא לעבן אין א פארעם וואס שפירט גוט.

און יעצט איז מיין שאלה מער נישט איבער גוט און שלעכט, ווייל פאר גאט איז דאך אלעמאל גוט.

נאר פארוואס טאקע האבן אונז אן עגא וואס פיהלט יא די צער און פּיין פון אונזער לעבן און וויל דוקא אנהאלטן דעם לעבן אין א וועג וואס קוקט אויס גוט?!

און דאן ווידער א בום... דאס אליין אז מיר ליידן פונעם עגא'ס פערסעפשאן איז אויך גאט.
-

העלעך לאזן גאט פראבירן געוואר צו ווערן פארוואס ער ליידט אינעם פארעם פון עגא...


ביסט גוט ... אבער סוף כל סוף האט דער באשעפער אונז באשאפען צו זיין מענטשען .... און צו שפירען וואס אונז שפיר מיר
 
ח‘‘ו איך האב נישט געמיינט צו אוועקמאכן די פילינגס פינקט פארקערט ליין עס נאכאמאהל😄
פארקערט פרעהג,האב פילינגס, וויין אבער זיי דיר מחזק אז עס איז דא באשעפער אויף די וועלט
עפר אני תחת רגליכם צו ח‘‘ו אוועקמאכן ענקער פילינגס
דאס איז געווען א תשובה צו שעפטאל
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אינטערעסאנט. כ'האב אמאל געטראכט אז צו מצדיק זיין דעם באשעפער צופיל אויף זייער שלעכטע זאכן קען ברענגען אז א מענטש זאל ווערן אומסענסעטיוו צו יענעם'ס צרות.

ס'איז זייער א הייקעלע פונקט.
 
כ'ווייס נישט צו דו, אבער די זינדיגע מענטשן האבן עס געטון, אזוי שטייט אין ספרים, אז זינדיגן האלט אפ גוטס, און ס'לאזט די רע שולט זיין ל"ע, דו מוזט נישט גלייבן די ספרים וואס שרייבן אזוי, און אז דו פילסט גוט מיט מטיח זיין דברים כלפי מעלה קען איך דיר נישט העלפן, אבער לויט די אידישע רעליגיע איז מאתו לא תצא הרעות והטוב, ס'האט מיט אונזערע מעשים.
איינער וואס בויעט אויף א סיסטעם ווי אומשולדיגע מענטשן וועלן ווערן געשטראפט פאר די זונד פון אנדערע, קען ווערן אנגערופן א גוטער?

אויב איינער מאכט אפ, אז וויבאלד זרח האט זיך נישט גוט אויפגעפירט, גייט ער פייניגן א צוויי וואכנדיגע בעיבי, קען מען זאגן אז ער איז בארעכטיגט?
 
@אבינועם טייערע, איך ווייס נישט וואס דו גייסט יעצט אריבער, און איך גיי אויך נישט אריין אין קיין טעאלאגישע שמועסן, אבער זאלסט וויסן אז די לעבן וועט דיר נאך שיינען איין טאג! האלט אן שטארק ביז אהין, מיר זענען אלע מיט דיר!
וואס איז דאס? א הבטחה? א נבואה? א מאטעמאטישע חשבון?

ווער זאגט אז די לעבן גייט איין טאג שיינען?
 
@אבינועם טייערע, איך ווייס נישט וואס דו גייסט יעצט אריבער, און איך גיי אויך נישט אריין אין קיין טעאלאגישע שמועסן, אבער זאלסט וויסן אז די לעבן וועט דיר נאך שיינען איין טאג!
פון וואו ווייסטו? גאט האלט דיר אינפארמירט?

האקט
 
די געפילען פון א מענטש איז א משל צו די געפילען פון דעם באשעפער. אונז פארשטיי מיר נישט די מציאות פון דעם באשעפער אבער דער באשעפער האט די יכולת צי שפירען , היוצר אהבה הלא יאהב . און אז ס'שטייט און די תורה אז גאט האט ליב דאן איז עס אמת. דעי ספרים וואס זאגען אנדרעש אדער פארשטייסטו נישט וואס זיי זאגען אדער פארשטייען זיי נישט וואס זיי שרייבען ...
אויב שוין פיקן און טשוזן וואס צו גלייבן, גיי איך מיט די ספרים וואס שרייבן פון וואו זיי נעמען וואס זיי זאגן, און נישט מיט די ספרים וואס זאגן פון בויך (רוח הקודש) ארויס...
 
איינער וואס בויעט אויף א סיסטעם ווי אומשולדיגע מענטשן וועלן ווערן געשטראפט פאר די זונד פון אנדערע, קען ווערן אנגערופן א גוטער?

אויב איינער מאכט אפ, אז וויבאלד זרח האט זיך נישט גוט אויפגעפירט, גייט ער פייניגן א צוויי וואכנדיגע בעיבי, קען מען זאגן אז ער איז בארעכטיגט?
אויב איינער זינדיגט מיט זיין פוס, מעג מען שלאגן זיין האנט?
 
Back
Top