אנקעטע חילול שבת - ניצן די פאון

ניצסטו דיין פאון שבת?

  • חלילה קיינמאל

    Votes: 42 62.7%
  • יא, איך האלט אז עס איז נישט ממש אסור

    Votes: 5 7.5%
  • יא, איך האב נישט קיין פראבלעם מיט חילול שבת

    Votes: 11 16.4%
  • אמאל פאל איך דורך אבער נישט אפט

    Votes: 9 13.4%

  • Total voters
    67
דאס איז נישט ריכטיג,ווייל דער מנחת כהן האט ביי די זאך די לעצטע ווארט, ווייל ער זאגט מילתא בטעמא, אז עס גייט לויט די אופק אויך לויט רבינו תם , בלייבט נאר איבער די שיטת הגאונים פון מהר״ם אלשקר, אז ביי די שקיעה הייבט זיך אהן בין השמשות, און אזוי איז טאקע נהוג אז א ירא שמים טוט נישט א מלאכה נאך שקיעה
און די וואס ווארטען 72 אדער 90 איז סתם לחומרא .
אזוי זאגסטו
ביי אונז מאכט מען מלאכות נאכן ערשטן זמן
די בית יוסף שרייבט אויף די ערשטע שקיעה שעדיין יום גמור הוא
מילא דריי מיך נישט קיין קאפ
 
לכאורה ביי הלכות מילה שרייבט ער נישט אזוי
מען דארף נאכקוקען,- למעשה נאך די שקיעה, הרבה נזהרים פון טון א מלאכה, עס איז דא וואס זענען זיך מיקל אין טראגען ברשות הרבים ווייל דארט איז דאך עניוועי דא אן עירוב, אבער א מלאכה הס מלהזכיר
 
לעצט רעדאגירט:

ביי אונז מאכט מען מלאכות
און אפילו ביי הלכות נידה האט ביי אונז מקיל געווען נאך די ערשטע שקיעה
 
ביי הפסק טהרה פלעגט מען מיקל זיין ביז 15 מינוט נאך שקיעה , היינט דוכט זיך איז מער אהנגענומען אז נאך די שקיעה איז נישט אהקעי
 
לעצט רעדאגירט:
לכאורה ביי הלכות מילה שרייבט ער נישט אזוי
מען דארף נאכקוקען,- למעשה נאך די שקיעה, הרבה נזהרים פון טון א מלאכה, עס איז דא וואס זענען זיך מיקל אין טראגען ברשות הרבים ווייל דארט איז דאך עניוועי דא אן עירוב, אבער א מלאכה הס מלהזכיר
ביי הפסק טהרה פלעגט מען מיקל זיין ביז 15 מינוט נאך שקיעה , היינט דוכט זיך איז מער אהנגענומען אז נאך די שקיעה איז נישט אהקעי
מיין דיין לאזט נאך ביז פופצן מינוט
(איך אליין וואלט געלאזט ביז 35-40 מינוט)
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
פון תשובות חת״ם סופר איז דא א משמעות אז מען האט אין פרסבורג תחת דגלו געטון א מלאכה נאך שקיעה ,
ווערט יעצט דער חזון אי"ש אנגענומען בכל תפוצות ישראל ואין להרר אחריו?
 
אין להרהר אחריו איז נישט שייך צוזאגען
יעצט פורים- האי שתא - איז ארויס א פסק פון עדה חרדית דיין ,לגבי דעם דין ווען מען הייסט א בן כרך צולייענען די מגילה אין ט״ו , אז מען זאל זיך פירען ווי דער פסק פון משנה ברורה , נישט ווי דער פסק פון חזון אי״ש ,
 
אויך אן דעם עדה חרדית דיין
כדי זאל זיין אין להרהר אחריו דארף מען זיין זייער גרויס און מיר ווייסן אז די לעצטע וואס איז אזוי געווען איז די הייליגע חת״ס (@מאה שערים ער איז נישט מיינס א זיידע)
ער איז די לעצטע גדול בישראל וואס איז מוסכם אויף אלעמען נאך עם אויף אלעמען איז דא חולקים

און אויך אויף גדולי ישראל בכל הדורות וואס מהאט געזאגט אויף זיי אז זיי זענען פוסק אחרון איז מען מיש פוסק כוותיה בכל מקום
איז ממילא זיכער און זיכער באופן של ק״ו ב״ב של ק״ו מיט נאך אפאר מאל אז ביי די חזו״א נישט שייך אין להרהר אחריו
 
ריכטיג כך דרכה של תורה זה בונה וזה סותר
נהרא נהרא ופשטיה אויך לגבי דעם חת״ם סופר האט מען נישט אהנגענומען אלע פסקים ביי גאנץ כלל ישראל
ביי די שיעורים פון מצות האט מען נישט אהנגענומען
ביי נוסח התפילה האבען חסידים נישט אהנגענומען
ביי איסור חדש אויך נישט
ביי שערות הראש די איגרות משה נישט
ביי בירט קאונטראל נישט
ביי זמנים נישט
און נאך
 
דו גענקסט נאך וויאזוי די דו"ד האט זיך אנגעהויבן?
ווען מען רעדט פון חילול שבת מן התורה מוז מען זיך רעכענען מיט חזון אי״ש , אנדערע פסקים זיינע זענען דרך כלל נישט אהנגענומען ווי לדוגמא ביי שיעורים , און ביי סוכה ביי דבר המעמיד ,ביי חליבה בשבת,אדער חלב סתם - אבער ביי שמיטה איז ער דער מלך,בין לקולא בין לחומרא , ביי די ציבור - הגם ביי פירות נכרים האט מען איהם נישט אהנגענומען אין ירושלים,נו שמיטה בזמן הזה איז לרוב דעות דרבנן, אבער ביי שבת מחלליה מות יומת, דארף מען חושש זיין לדבריו,
 
דו גענקסט נאך וויאזוי די דו"ד האט זיך אנגעהויבן?
א וודאי געדענק איך ,קען איך זאגען נצחוני.

שלא להשאיר הגליון חלק , ערלויב מיר מוסיף זיין אז ביי די
סעל פאון איז אויסער דער פראבלעם פון בונה וואס דאס איז א חידוש פון חזון אי״ש,איז עס אהנגענומען ביי אלע
מורי הוראה אז עס איז אסור צובאנוצען שבת וועגען די אנדערע איסורים - עס איז כמדומה נישט דא איינער א
בר הכי וואס זאגט להיתר.
 
לאז יא ליידיג
 
ריכטיג כך דרכה של תורה זה בונה וזה סותר
נהרא נהרא ופשטיה אויך לגבי דעם חת״ם סופר האט מען נישט אהנגענומען אלע פסקים ביי גאנץ כלל ישראל
ביי די שיעורים פון מצות האט מען נישט אהנגענומען
ביי נוסח התפילה האבען חסידים נישט אהנגענומען
ביי איסור חדש אויך נישט
ביי שערות הראש די איגרות משה נישט
ביי בירט קאונטראל נישט
ביי זמנים נישט
און נאך
בקיצור און אנדערע ווערטער קומסט דא דרייען א קאפ
האסט אנגעהויבן אז אין להרהר אחריו און דא ביזטו שוין מודה
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top