חינוך געראנגל: נייע געזעץ איבער פריוואטע שולעס אין ניו יארק סטעיט

החוקר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
נאוו. 1, 2024
מעסעדזשעס
451
רעאקציע ראטע
2,169
פונקטן
413

ברעקינג: נייע ביל להצלת החינוך אויף וואס עסקנים פון ביידע סאטמאר אינאיינעם מיט אלע חרדישע פארשטייער און פאליטישענס אין ניו יארק איז ב"ה אריבער ביידע לעגיסלאטיווע הייזער אין אלבאני. קומענדיגע וואך דארף עס די גובערנאטארשע אונטערשרייבן.


די פאטענציאלע דיעל איז יארן ארבעט פון שתדלנות פון די חסידישע פירער.

אין אלבאני איז נארוואס אריבער א נייע געזעץ וואס וועט פארגרינגערן די גאנצע צוגאנג פון ניו יארק סטעיט לגבי די לימודים אין די מוסדות התורה, און עס איז איינגעשטעלט געווארן פארשידענע קריטישע ענדערונגען וואס וועט צונישט מאכן די גזירת החינוך. מיטן נייעם געזעץ וועלן מוסדות התורה ווייטער קענען אנגיין מיטן חינוך אן קיין ענדערונגען, און מען האט אפגעשטופט מיט עטליכע יאר דאס דארפן נעמען טעסטס. און אפילו די לייכטע טעסטס וואס מען גייט נעמען, וועט זיין אינגאנצן אויסגעהאלטן אידישליך, און מען וועט גרינג קענען זיין אין קאמפלייענס מיט די פארלאנגן פון די סטעיט, אן איינשטעלן קיין שום טויש, אזוי ווי עס איז געווען אלע יארן ביזן באקאנטן "פעלדער געזעץ".

דער נייער געזעץ טוט קלאר דעטאלירן אז דאס טוט אפווארפן אלע ביז היינטיגע רעגולאציעס, ברענגענדיג אז די "גיידליינס" וואס די ניו יארק "עדיוקעישן קאמישאנער" האט ארויסגעגעבן, ווערט יעצט גענצליך אנולירט, דער אפטייטש פונעם אלטן געזעץ פון 120 יאר צוריק ווערט אויסגעבעסערט צו א קלארע מהלך וואס קען נישט אזוי שנעל גענוצט ווערן צו איינטיילן די מוסדות וואס צו לערנען, און איינצייטיג ווערן אלע 15 מוסדות פון ניו יארק סיטי וועלכע זענען שוין געווען באשטעטיגט אלס "דורכגעפאלן" צוריק לעגאליזירט.

לויט'ן נייעם נארוואס-באשטעטיגטער געזעץ וואס איז אדורך אינעם סטעיט סענאט און דאן אינעם סטעיט אסעמבלי, און וועט אצינד גיין פאר'ן אונטערשריפט פונעם גאווערנאר וועלכע האט שוין באשטעטיגט איר חתימה צוזאגנדיג אז זי וועט באשטעטיגן דעם בודזשעט ביל, ווערט אהערגעשטעלט א מהלך פאר די אלטע געזעץ פון "סובסטענשל עקוויווילענט" אז מ'דארף זיך נישט אונטערנעמען צו ווערן עקוויוועלענט צום פאבליק סקול, נאר אנשטאט וועט מען קענען גרינג נאכקומען דעם געזעץ דורך פארשידענע אופנים.

די עדיוקעישן קאמישאנער, וואס שטייט אין שפיץ פונעם "רידזשענטס" קאמיטע וועלכע האבן איינגעשטעלט די גיידליינס וואס זענען געווען אקטיוו ביז היינט און געצווינגען מוסדות צו נעמען א "פעטוועי" וואס זאל באשטעטיגן אז מען קומט נאך די גיידליינס, האט שוין לעצטע וואך געמאלדן איר געגנערשאפט צום נייעם געזעץ, ווי פארשטענדליך, און זי האט ארויסגעהויבן די ערווארטונג אז דאס וועט געטראגן ווערן אין געריכט, וואו עס וועט מעגליך זיין דער קומענדיגער סטאנציע פונעם געפעכט.
 

קורצע איבערזיכט:​

די געזעץ איז – אלס טייל פון די סטעיט בודזשעט - אן אמענדמענט צו די 'עדיוקעישאן געזעץ' וואס האט אפגעשטופט און אריינגעלייגט באדייטענדע פארלייכטערונגען אין די גזירת החינוך און עס באדייטענד אפגעלייגט.

די עסקנים האבן זייער נאנט געארבעט מיט'ן אסעמבלימאן שמחה אייכענשטיין הי"ו, וועלכער איז געווען דער טשאמפיאן און הויפט טרייב-קראפט אינערהאלב די רעגירונג פאר'ן געזעץ. אדאנק זיין ארבעט, איז די געזעץ דאס בעסטע געשטאנען אינערהאלב די אסעמבלי, און פון די אסעמבלי זייט איז עס שטארק געשטופט געווארן. אינאיינעם מיטאים האבן מיטגעארבעט די אנדערע חרד'ישע אסעמבלי-לייט, קלמן יעגער הי"ו פון בארא פארק; אהרן בנציון ווידער הי"ו פון ראקלענד קאונטי; דוד וועפרין, דער אומפארמאלער טשעיר פון די שומר שבת קאקוס אין אלבאני, זייענדיג דער עלטסטער שומר שבת געזעצגעבער; סעם בערגער און נאך אסעמבלי מיטגלידער.

אויפ'ן סענאט זייט, איז דער שטערקסטער שטיצער און טשאמפיאן פונעם געזעץ געווען דער סטעיט סענאטאר דזשעימס סקופיס, וועלכער פארטרעט קרית יואל און די אומגעגנט. סקופיס האט עטליכע מאל געווינען זיין פאזיציע בלויז א דאנק די שטימען פון תושבי קרית יואל, און ער איז דעריבער דאנקבאר געווען דערויף און קעגן געקומען דעם היימישן ציבור.

סענאטאר סקופיס האט בעפאר די פארלאפענע וואלן געהאט זיצונגען מיט ביידע סאטמארע אדמורי"ם וואו ער האט הייס פארשפראכן אז ער וועט ארבעטן אויף א געזעץ לטובת חינוך צו פארזיכערן אז דאס ברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן.

אין סענאט איז למעשה געווען א שטארקע קעגנערשאפט צום געזעץ, און פאראיאר איז דאס צוליב דעם דורכגעפאלן צוויי מאל ווען עס האט אויסגעזען אז עס גייט שוין אט אט דורכגיין. אויך היי יאר איז געקומען שטארקע קעגנערשאפט, איבערהויפט נאך וואס די דעטאלן פונעם געזעץ איז ארויסגערינען צו די פרעסע, אריינגערעכנט גאר א שארפע אטאקע אין די 'ניו יארק טיימס' אינאיינעם מיט העצערייען דורך די סטעיט עדיוקעישאן קאמישאנער.

גאר א שטארקע הילף איז גווען די שטיצע פון איינפלוסרייכע סענאטארן וועלכע ווערן פאררעכנט אלס שטארק ליבעראל. דא האט געשפילט א הויפט ראלע די וויליאמסבורגער סטעיט סענאטארין דזשוליע סאלאזאר, און זי איז געווען פון די שטערקסטע פארטיידיגער פונעם געזעץ אינערהאלב די סענאט. סטעיט סענאטאר זעלנאר מיירי פון קראונהייטס, אן איינפלוסרייכער סענאטאר, און סענאטאר ברייען קאוואנא וועלכער האט געהאט פארטרעטן וויליאמסבורג און נאך האבן אויך שטארק געשטיצט דעם געזעץ.

די סענאט דעמאקראטישע פירערשאפט האט אויך מיטגעהאלטן ווי ביי אלע פארמעסטן אין חרד'ישע געגנטער איז חינוך געווען די הויפט אישו. דאס האט איינגעשלאסן פאראיאר אין מאנסי, און איצט אין די ספעציעלע וואלן אין בארא פארק וואס וועט פארקומען די קומענדיגע וואך, ווי דער דעמאקראטישער קאנדידאט סעם סוטאן האט שטארק געשטופט פאר דעם געזעץ. דאס האט געברענגט אז די סענאט פירערשאפט זאל איינזען די וויכטיגקייט פון די אישו פאר די חרד'ישע געמיינדע און מיטארבעטן.

פון די פעדעראלע רעגירונג זענען געקומען צוהילף, צוויי קאנגרעסלייט פון די דעמאקראטישע פארטיי, קאנגרעסמאן פעט רייען, וועלכע איז גאר נאנט מיט קרית יואל, וואס האט בעפאר די וואלן פארשפראכן ארויסצוהעלפן. רייען האט איינגעשפאנט דעם דעמאקראטישער מינאריטעט פירער אין קאנגרעס האקים דזשעפריס, וועלכער האט אפעלירט צום גאווערנאר.

פארן גאווערנאר געגאנגען אין לעבן אונטערצושטיצן די דעמקראטישע קאנגרעס קאנדידאטן, ממילא האבן זייערע פארלאנגן צו איר צו אדרעסירן די אישו, און כסדר עס אויפברענגן, איר שטארק באאיינפלוסט. אין די לעצטע וואכן איז קאנגרעסמאן רייען געווען אין נאכאנאנדע פארבינדונג מיט די גאווערנאר צו פארזיכערן אז דער געזעץ רוקט זיך פאראויס.

די סטעיט בודזשעט איז די צייט ווען עס איז די גרינגסטע דורכצופירן די אישו, אן דארפן עס ברענגן פאר א באזונדערע אפשטימונג וואו מ'דארף האבן א רוב פון די לעגיסלאטור, וואס רוב פון זיי האבן נישט קיין חרדי'שע וויילער. איצט, ביי די סטעיט בודזשעט האט מען באוויזן דורכצופירן די אמענדמענט וואס ברענגט באדייטנדע פארלייכטערונגען אין די געזעץ.

עס בלייבט דער פאקט אז יעדע פריוואטע סקול דארף עווענטועל ווערן באשטעטיגט אז זיי קומען נאך רעגירונג סטאנדארטן, און אז נישט קען די סטעיט זיי דערקלערן אלס א סקול וואס קומט נישט נאך דעם געזעץ און באדראען עלטערן מיט שטראפן פאר שיקן זייערע קינדער אין אזא מוסד. ווי אויך, וועט נאך אכט יאר רוב חלקים צוריק אריינגיין אין קראפט, אויב עס וועט זיך גארנישט טוישן. די עדיוקעישאן קאמישאנער האט עפנטליך אראפגעריסן דעם געזעץ, און ביי א מיטינג פון די "באורד אוו רידזשענטס" האבן זיי געשימפט קעגן דעם געזעץ.
 
  • איך האב עס געשריבן פון א טיפישע חרידישע קוק-ווינקל אבער נאכאלס מיט א נייטראלע טאן, מער ווייניגער.
  • אדער, כשם שאי אפשר לבר בלי תבן, אי אפשר לארטיקל בלי שגיאות.
Pick whichever suits your taste.
 
  • איך האב עס געשריבן פון א טיפישע חרידישע קוק-ווינקל אבער נאכאלס מיט א נייטראלע טאן, מער ווייניגער.
  • אדער, כשם שאי אפשר לבר בלי תבן, אי אפשר לארטיקל בלי שגיאות.
Pick whichever suits your taste.
כ'ווייס כ'האב ח"ו נישט קיין טענות צו דיר נאר פאר'ן חרדישן היימישן מהלך המחשבה, אז אויב וואלט מען ווען געלערענט סעקולארע לימודים עטליכע שעה אין טאג דאן וואלט די חינוך געגאנגן לעזאזל
 
כ'ווייס כ'האב ח"ו נישט קיין טענות צו דיר נאר פאר'ן חרדישן היימישן מהלך המחשבה, אז אויב וואלט מען ווען געלערענט סעקולארע לימודים עטליכע שעה אין טאג דאן וואלט די חינוך געגאנגן לעזאזל
געצווינגענערהייט וואלט קיינער ווען נישט פארדינט; אפילו מען דארף באמת טאקע לערנען נארמאל לימודי חול, קען אבער א פאזיטיווער טויש נאר פאסירן ווען דער עולם איז דערביי דערפאר אינגאנצן אליינס, אן קיין שום דרויסנדיגע מיניפולאציע אדער צוואנג.
 
א גרויסן דאנק @החוקר פאר די קלארע באריכט!

למעשה לויט דעם נייעם געזעץ, טוישט זיך עפעס ביי די מוסדות פון וואס מען איז געווען געוואוינט מימים ימימה?
 
א חלק אין מיר פרייט זיך אויף די גאנצע געווינס, פשוט, פארוואס זאלן אפאר אנגעגעסענע אפישלס דיקטעיטן אונזער חינוך?
באג אף! קוק אריין אין דיין אייגענע טעלער.. וואס האסטו דיך פונקט ארויפגעזעצט אויף א קאמיאנעטי וואס האט די קלענסטע קריים רעיט?

אבער א אנדערע חלק אין מיר ציטערט פון די מעסעדזש וואס די קהילות/מוסדות/רבנים באקומען יעצט...

"אינזער חינוך איז פעסט!!" שאלן אידן פאר פרייד אין שול, "קיינער גייט נישט מער טאטשען די הייליגע חינוך" מענטשן געבן זיך לחיים!! אפילו אלבעני האט מודה געווען אז גארנישט איז רונג מיט אונזער חינוך..

ווער ווייסט וואסערע סעטבעק דעי "וויקטארי" האט געמאכט פאר מענטשן וואס האבן געהאפט פאר עפעס א טויש..

איך האף איך דמיון
 
איך האב מער קשיות ווי תשובות.

קודם, ביידע סאטמאר'ס האבן געארבעט אויף א אנדערע סטראטעגיע און זיך שטארק באשמוצט איינער דעם צווייטן, וואו קומט דא אריין "ביידע סאטמאר'ס"? זיי זענען אויפן זעלבן פעידזש?

אויכעט, קען מען יעצט אויפלעזן די גאנצע פערלס ארגאניזאציע?

איינע פון די פונקטן פון די נייע געזעץ להצלת החינוך איז, אז נישט די גאנצע מוסד דארף קענען געוויסע טעסטס, עס איז גענוג אז נאר א חלק פון זיי קענען עס, און היות די מיידלעך אין סקול נעמען מערערע רעגירונגס טעסטן, איז מען יוצא מיט דעם... בבחי' בזכות נשים צדקניות נגאלו... איז אבער מיין שאלה, פארוואס קענען די אינגלעך דאס נישט לערנען? פארוואס וויינט מען "כפירה" בשעת די מיידלעך לערנען יא געוויסע חלקים?

מיין גרעסטע שאלה איז, אויב יעצט, נאך אזא העפטיגע געפעכט בדמים תרתי משמע, וועלן די מוסדות איינזעהן אז די גאנצע ענגליש (נישט-)געלערנעכץ ביי די יונגלעך איז א שרעקליכע דורכפאל, און מרצונם הטוב (אדער הרע...) פארבעסערן די קוריקולים אז מ'זאל זיי נישט קענען אזוי גרינג זיי קלאגן נאכאמאל? מ'רעדט נישט פון עפעס עקסטער ווייסעך וואס, אבער אפילו נאר די ביז איצטיגע לימודים זאל זיין געלערנט מיט א ערנסטקייט, קינדער זאלן קענען ליינען, ספעלן, רעדן ענגליש, רעכענען, און אפשר אביסל היסטאריע אדער געאגראפיע, אבער מען זאל אלעס מיטהאלטן און דארפן קענען די טעסטס? אדער גייען זיי בלייבן מיט די קאפ אין וואנט און די טיטשערס גייען ווייטער פארציילן סיפורי צדיקים אין אידיש אין די שעה ענגליש?
 
מיין גרעסטע שאלה איז, אויב יעצט, נאך אזא העפטיגע געפעכט בדמים תרתי משמע, וועלן די מוסדות איינזעהן אז די גאנצע ענגליש (נישט-)געלערנעכץ ביי די יונגלעך איז א שרעקליכע דורכפאל, און מרצונם הטוב (אדער הרע...) פארבעסערן די קוריקולים אז מ'זאל זיי נישט קענען אזוי גרינג זיי קלאגן נאכאמאל? מ'רעדט נישט פון עפעס עקסטער ווייסעך וואס, אבער אפילו נאר די ביז איצטיגע לימודים זאל זיין געלערנט מיט א ערנסטקייט, קינדער זאלן קענען ליינען, ספעלן, רעדן ענגליש, רעכענען, און אפשר אביסל היסטאריע אדער געאגראפיע, אבער מען זאל אלעס מיטהאלטן און דארפן קענען די טעסטס? אדער גייען זיי בלייבן מיט די קאפ אין וואנט און די טיטשערס גייען ווייטער פארציילן סיפורי צדיקים אין אידיש אין די שעה ענגליש?
דיין תמימות איז עפעס אויסטערליש. גארנישט גייט זיך נישט טוישן, ווילאנג די מוסדות האבן דעם צומי (פראגראמן מיט די צענדליגער מיליאנען דאללער) אין זייער מויל און די שטאט ווייערן אריין די פעטע פאנדס מדי חודש בחודשו גייט זיך גארנישט טוישן אלעס גייט ווייטער פארן פונקט ווי פריער
 
קודם, ביידע סאטמאר'ס האבן געארבעט אויף א אנדערע סטראטעגיע און זיך שטארק באשמוצט איינער דעם צווייטן, וואו קומט דא אריין "ביידע סאטמאר'ס"? זיי זענען אויפן זעלבן פעידזש?
ער רעדט דא פון דעם יעצטיגן געזעץ. די יעצטיגע געזעץ איז געווארן דורכגעפירט דורך עסקני סטמאר מהר"א, און סאטמאר מהרי"י האבן עס געשטיצט שטילערהייט. כך שמעתי.
געצווינגענערהייט וואלט קיינער ווען נישט פארדינט; אפילו מען דארף באמת טאקע לערנען נארמאל לימודי חול, קען אבער א פאזיטיווער טויש נאר פאסירן ווען דער עולם איז דערביי דערפאר אינגאנצן אליינס, אן קיין שום דרויסנדיגע מיניפולאציע אדער צוואנג.
פונקט אזוי. איינע פון די עיקר סיבות - לדעתי, וואס די משכילים זענען געווארן אזוי אויסגעשפיגן פונעם היימישן עולם, איז נאר ווייל זיי זענען געגאנגען מיט מסירות און השמצות, אזוי טוט מען גארנישט אויף. די איינציגסטע מהלך עפעס צו רוקן, איז צו פארשפרייטן דעם דבר ה' ברמה, פארשפרייטן'ס קטלא קניא'ס חיבור 'ותינוק ללמדו' אא"וו. מיט מסירות וועט עס נאר בעקפייערן אלף פעמים ככה.
 
ער רעדט דא פון דעם יעצטיגן געזעץ. די יעצטיגע געזעץ איז געווארן דורכגעפירט דורך עסקני סטמאר מהר"א, און סאטמאר מהרי"י האבן עס געשטיצט שטילערהייט. כך שמעתי.
דו האלטסט באמת אז עס איז דא עסקני מהר"א, און עסקני מהרז"ל, און ווען די צוויי זייטיגע עסקנים פארשטייען, אדער האלטן, אז פאר דאס אידישע עקזיסטענץ דארף מען אזוי טוהן ווערן זיי פשוט פאראיינונגט אין זייער מיינונגס פארשידענהייטן ?

דו האסט איין הו"א אז דא זענען דא עסקנים וואס טוהן ממש לשם ולתרתו ? היעלה על הדעת, אז די צוויי, אדער סיי ווער אין די סענזאציע מיינט גארנישט נאר בלתי לשם לבדו ? איך קען אזוי גיין ווייטער און ווייטער.

ווער עס טוהט דערינען איז אריינגעטויבעלט מיט מאנעטערי געין, אדער פארלוסט. נישט קיין חילוק אויף וועלעכע זייט ער שטייט, און פון ווי זיין מאנטערי געין גייט קומען. אבער סיי וואספארא מיינונג ער שטופט, שטופט ער נאר זיין אייגענע אדזשענדע.

איי ווי אזוי, וואס פארדינט ער דערפון? איך ווייס נישט, לאמיר איהם אפיר נעמען אפאר מינוט און קוועטשען די ריכטיגע קנעפלעך, און דו וועסט געוואויר ווערן.
 
וואס האט דאס מיט סאטמאר בכלל? פילע מוסדות זענען געווען פארמישט פון וויזניץ ביז בעלזא און פון סקווירא ביז צעהלים, באבוב מיט פאפא און חב'"ד און פיל מער. זיי האבן ממש גארנישט געהאלפן?
 
פילע מוסדות זענען געווען פארמישט פון וויזניץ ביז בעלזא און פון סקווירא ביז צעהלים, באבוב מיט פאפא און חב'"ד
ווער זענען זיי בכלל ? אין די אויגען פון סאטמאר עקזעסטירט נישט קיינער אויסער זיי. איז וואס ווילסטו אז פאפא, בעלזא, באבוב זאלן באקריגען עפעס קרעדיט ?
 
מוסדות סאטמאר בפ האט אפיציעל פארלוירן שטאטישע פראגראמען, און די עלטערן דארפן אפיציעל זוכן א צווייטע מוסד אדער פובליק סקול....

1000395792.jpg
 
מוסדות סאטמאר בפ האט אפיציעל פארלוירן שטאטישע פראגראמען, און די עלטערן דארפן אפיציעל זוכן א צווייטע מוסד אדער פובליק סקול....
צי וועם האבן זיי דאס געשיקט? וואט עבאוט די גרויסע וויקטארי?
 
ווער עס טוהט דערינען איז אריינגעטויבעלט מיט מאנעטערי געין, אדער פארלוסט. נישט קיין חילוק אויף וועלעכע זייט ער שטייט, און פון ווי זיין מאנטערי געין גייט קומען. אבער סיי וואספארא מיינונג ער שטופט, שטופט ער נאר זיין אייגענע אדזשענדע.
הדא היא דכתיב Follow the money
 
אויכעט, קען מען יעצט אויפלעזן די גאנצע פערלס ארגאניזאציע?
ווען האסטו ס'לעצטע מאר געהערט אז אן ארגענעזאציע וואס שנארט צוזאם מיליאנען דאללער זאל זיך סתם אזוי פארמאכן ווען די סיבה פארוואס ס'האט זיך געעפענט איז מער נישט נוגע??
 
Back
Top