- זיך איינגעשריבן
- נאוו. 1, 2024
- מעסעדזשעס
- 451
- רעאקציע ראטע
- 2,170
- פונקטן
- 413
ברעקינג: נייע ביל להצלת החינוך אויף וואס עסקנים פון ביידע סאטמאר אינאיינעם מיט אלע חרדישע פארשטייער און פאליטישענס אין ניו יארק איז ב"ה אריבער ביידע לעגיסלאטיווע הייזער אין אלבאני. קומענדיגע וואך דארף עס די גובערנאטארשע אונטערשרייבן.
די פאטענציאלע דיעל איז יארן ארבעט פון שתדלנות פון די חסידישע פירער.
אין אלבאני איז נארוואס אריבער א נייע געזעץ וואס וועט פארגרינגערן די גאנצע צוגאנג פון ניו יארק סטעיט לגבי די לימודים אין די מוסדות התורה, און עס איז איינגעשטעלט געווארן פארשידענע קריטישע ענדערונגען וואס וועט צונישט מאכן די גזירת החינוך. מיטן נייעם געזעץ וועלן מוסדות התורה ווייטער קענען אנגיין מיטן חינוך אן קיין ענדערונגען, און מען האט אפגעשטופט מיט עטליכע יאר דאס דארפן נעמען טעסטס. און אפילו די לייכטע טעסטס וואס מען גייט נעמען, וועט זיין אינגאנצן אויסגעהאלטן אידישליך, און מען וועט גרינג קענען זיין אין קאמפלייענס מיט די פארלאנגן פון די סטעיט, אן איינשטעלן קיין שום טויש, אזוי ווי עס איז געווען אלע יארן ביזן באקאנטן "פעלדער געזעץ".
דער נייער געזעץ טוט קלאר דעטאלירן אז דאס טוט אפווארפן אלע ביז היינטיגע רעגולאציעס, ברענגענדיג אז די "גיידליינס" וואס די ניו יארק "עדיוקעישן קאמישאנער" האט ארויסגעגעבן, ווערט יעצט גענצליך אנולירט, דער אפטייטש פונעם אלטן געזעץ פון 120 יאר צוריק ווערט אויסגעבעסערט צו א קלארע מהלך וואס קען נישט אזוי שנעל גענוצט ווערן צו איינטיילן די מוסדות וואס צו לערנען, און איינצייטיג ווערן אלע 15 מוסדות פון ניו יארק סיטי וועלכע זענען שוין געווען באשטעטיגט אלס "דורכגעפאלן" צוריק לעגאליזירט.
לויט'ן נייעם נארוואס-באשטעטיגטער געזעץ וואס איז אדורך אינעם סטעיט סענאט און דאן אינעם סטעיט אסעמבלי, און וועט אצינד גיין פאר'ן אונטערשריפט פונעם גאווערנאר וועלכע האט שוין באשטעטיגט איר חתימה צוזאגנדיג אז זי וועט באשטעטיגן דעם בודזשעט ביל, ווערט אהערגעשטעלט א מהלך פאר די אלטע געזעץ פון "סובסטענשל עקוויווילענט" אז מ'דארף זיך נישט אונטערנעמען צו ווערן עקוויוועלענט צום פאבליק סקול, נאר אנשטאט וועט מען קענען גרינג נאכקומען דעם געזעץ דורך פארשידענע אופנים.
די עדיוקעישן קאמישאנער, וואס שטייט אין שפיץ פונעם "רידזשענטס" קאמיטע וועלכע האבן איינגעשטעלט די גיידליינס וואס זענען געווען אקטיוו ביז היינט און געצווינגען מוסדות צו נעמען א "פעטוועי" וואס זאל באשטעטיגן אז מען קומט נאך די גיידליינס, האט שוין לעצטע וואך געמאלדן איר געגנערשאפט צום נייעם געזעץ, ווי פארשטענדליך, און זי האט ארויסגעהויבן די ערווארטונג אז דאס וועט געטראגן ווערן אין געריכט, וואו עס וועט מעגליך זיין דער קומענדיגער סטאנציע פונעם געפעכט.