חינוך געראנגל: נייע געזעץ איבער פריוואטע שולעס אין ניו יארק סטעיט

די ארגינעלע ניו יארק טיימ'ס ארטיקל אין אידיש וואס האט אויפגעשאקעלט די בארד אפ רידזשענטס צו שטימען פרא יאפעד און די קינדער רעכטן קעגן ישיבה פארנאכטלעסגיקייט און קארופציע.

Telegram
 
איך האב מער קשיות ווי תשובות.

קודם, ביידע סאטמאר'ס האבן געארבעט אויף א אנדערע סטראטעגיע און זיך שטארק באשמוצט איינער דעם צווייטן, וואו קומט דא אריין "ביידע סאטמאר'ס"? זיי זענען אויפן זעלבן פעידזש?

אויכעט, קען מען יעצט אויפלעזן די גאנצע פערלס ארגאניזאציע?

איינע פון די פונקטן פון די נייע געזעץ להצלת החינוך איז, אז נישט די גאנצע מוסד דארף קענען געוויסע טעסטס, עס איז גענוג אז נאר א חלק פון זיי קענען עס, און היות די מיידלעך אין סקול נעמען מערערע רעגירונגס טעסטן, איז מען יוצא מיט דעם... בבחי' בזכות נשים צדקניות נגאלו... איז אבער מיין שאלה, פארוואס קענען די אינגלעך דאס נישט לערנען? פארוואס וויינט מען "כפירה" בשעת די מיידלעך לערנען יא געוויסע חלקים?
א קולט דארף נישט מאכן קיין סענס, ס'איז אזוי ווי זיין סקיצפרעניק, מ'גיט א לאז ארויס א בת קול אז די גאווערמענט איז א threat און די מסורה איז in jeopardy אפילו די מיידלעך ברעכן די מסורה יעדען טאג און אלעס גלייבט.
מיין גרעסטע שאלה איז, אויב יעצט, נאך אזא העפטיגע געפעכט בדמים תרתי משמע, וועלן די מוסדות איינזעהן אז די גאנצע ענגליש (נישט-)געלערנעכץ ביי די יונגלעך איז א שרעקליכע דורכפאל, און מרצונם הטוב (אדער הרע...) פארבעסערן די קוריקולים אז מ'זאל זיי נישט קענען אזוי גרינג זיי קלאגן נאכאמאל? מ'רעדט נישט פון עפעס עקסטער ווייסעך וואס, אבער אפילו נאר די ביז איצטיגע לימודים זאל זיין געלערנט מיט א ערנסטקייט, קינדער זאלן קענען ליינען, ספעלן, רעדן ענגליש, רעכענען, און אפשר אביסל היסטאריע אדער געאגראפיע, אבער מען זאל אלעס מיטהאלטן און דארפן קענען די טעסטס? אדער גייען זיי בלייבן מיט די קאפ אין וואנט און די טיטשערס גייען ווייטער פארציילן סיפורי צדיקים אין אידיש אין די שעה ענגליש?
זיי קענען זיך סתם אזוי צומאכן, איך האב אלס געלאכט פון זייער מארקעטינג... פערלס האט נאר געשטערט די אישאו מיט זייערע נארישע קאנסערוואטיווע שטיקעס מיט באמפער סטיקערס "proud yeshiva parent" און נעמען קרעדיט פאר שלום לעמער'ס גויאישע סוקסעס ווייל דאס האט עס ממש געריקט די אישאו אין די חרדים'ס פעוואר... און די דעקן פרומע קאנסטראקשן שאו'ס like somebody gives a shit

אויב עפעס איז די פייט אהרן ווס. יאפעד ווס. די קאורט אף עפיעלס ווס. בעטי ראזע ווס. די גאווערנער. די חברה ווייסן וויאזוי צו קעמפן שטילערהייט פערלס מיט אבי שיק האבן נאר פארדרייט א קאפ. וויפיל איך האב פיינט אהרן, ווייס איך אויך אז ער איז די שווערסטע threat. פשוט ווייל זיי מאכן פאטאש פון די דעמאקראטן ווי גענגסטערס און זיי ווייסן עס.

פערלס איז אין מיינע אויגן אויסגעשפילט און האט נישט קיין טשענס צו טוישן, נאר די דעמאקראטן, און נאר אויב זיי ארבעטן מיט מיט די בלאק/ר' אהרן/ווידער/אייכנשטיין/פעטלין די מינוט ס'איז דא אינפייטינג קאמפליצירט עס נאר מער פאר זיי אליין.

איך בין שטארק דערקעגן אבוויעסלי, איך קוק עס נאר צו פון די זייט און ס'איז געווען א מסטעיק די גאנצע פערלס, דער וואס האט עס געעפנט איז אמאל געווען א ענגליש טיטשער אין UTA :ROFLMAO: קען נישט זיין בעסער...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ברעכנדע נייעס!

פריידע וויזעל האט נארוואס ארויסגעלייגט אן אינטערוויאו מיט נפתלי מאסטער, וואו נפתלי ברענגט ארויס אז ער האט עטוואס חרטה אין די וועג וויאזוי זיי זענען צוגעגאנגען צו די גאנצע מערכה.

פאר מיר איז עס א פערזענליכע הנאה צו זעהן אז אפילו ער איז אויך אויף מיין זייט. און די ריכטיגע טויש וועט ענדערש קומען פון אינווייניג, ווי איידער עס ארויפצוצווינגען פון אינדרויסן.

בכלליות האב איך זייער הנאה געהאט פון די אינטערוויאו ווי ס'ווייזט זיך אויס אז דער נפתלי איז היינט א גאר באלאנסירטער אינגערמאן.

איך קען קוים ווארטן אויפן טאג ווי אנהאלטן די אידישע קולטור וועט מער נישט זיין פארבינדן מיט בלינדע-גלויבן אד"ג, און מען וועט קענען אנהאלטן די פאזיטיווע חלקים בשעת'ן פארמינערן די נעגאטיווע זייטן.

קליק אויפן לינק פאר די אינטערוויא.
View: https://youtu.be/IRTvj1_4_14?si=fRq10xTYg8oj5iKM
 
אהן אריין גיין אין אלע טענות, וואס איז טאקע בעסער, און וואס איז אויסגעהאלטן אויף ביידע וועגן

למעשה איז נישט דא עכט קיין וועג ווי מ'קען ארויפצווינגן אויף די חרדישע מוסדות אז זיי זאלן זיך מוזן צושטעלן

ווען מ'זאל רעדן פון איין מוסד, אדער איין קהילה מיט עטליכע הונדערט משפחות וואלט די רעגירונג זיך נאך געקענט שלאגן,
אבער די חרדישע אידן אין ניו יארק ציילן זיך שוין היינט קרוב צו הונדערט טויזנט משפחות צעשפרייט אין צענדליגע קהילות, קלענערע און גרעסערע

די שטאט קען נישט פירן א מערכה כבידה קעגן אזויפיל מענטשן!
מ'קען נישט פארשפארן אזויפיל מוסדות, וכו'
און נאכדערצו ווען זיי דארפן אנקומען צו די וואוטס

פאר די אלעקשענס ווען זיי וועלן אפי' אראפ רופן די קאנגרעס ספיקער צו באקומען שטיצע, ס'מיינט אז די אידן האבן דא א כח, און אייביג גייען זיין פאליטישענס וואס וועלן זיך צושטעלן

עכ''פ די וועג פון ארויפצווינגן איז נישט ממש שייך (סטראשענן און רעדן קען מען יא, אבער אויף למעשה נישט)

ווען מ'וואלט געלייגט מער געוויכט נישט אויף צווינגן, נאר אויף בעסער מאכן פון אינעווייניג וואלט מען זיכער געקענט מער אויפטוהן

ווען מ'וואלט געגעבן מער פאר די וואס געבן א בעסערע עדיוקאציע וואלט עס לכאורה עפעס געריקט, אבער קומען מיט צוואנג האט נישט עכט קיין וועג
 
מ'קען נישט פארשפארן אזויפיל מוסדות, וכו'
און נאכדערצו ווען זיי דארפן אנקומען צו די וואוטס
ווי איך פארשטיי איז די עדזשיקעידשן דיפארטמענט א ביוראקרעסי פאר זיך..
עני קאנדידאט וואס גייט דארפן אונזערע וואטוס, וועט האבן א אפענע טיר ביי אינזערע עסקנים, אין וועט ווארפן זאמד אין די אויגן אז ס'האט גארנישט מיט זיי..

ס'לויפט יעצט א קנדידאט דא, וואס ווען זאכן זענען געגאנגען סאוט ביי קאוויד, האט ער עס אנגעליייגט אויף אינז אידן איינמל אין נאכאמאל,
די מאמענט האט אים אינטערוויאט יעצט, די אינטערוויאערס האבן פרעקטיקלי דזשאסט ג'בעגט פאר אן עפאלעדזשי פון אים, אבער ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, להד"ם.

טא רעפ איט אפ, עני קאנדידאט וואס שטייט גוט אין די פאולס, ווייסט שוין ביי נאו, אז ער גייט עניוועי האבן דעם היימישען עולם, ניטאמאל אן עפאלעדזשי פילט ער פאר וויכטיג צי געבן, אינז זענען יוספאל אידיעטס..
 
נישט פונקטליך ווי דו זאגסט

קאומא באקומט די שטיצע אין די דעמאקראטישע פריימעריס ווייל צווישן אלע קאנדידאטן איז ער נאך די בעסטע, און ער זאגט אויך צו גאלדענע גליקן
אבער מוז נישט זיין אז מ'גייט אים שטיצן אין די אלעקשענס

אבער חוץ א מעשה, זעהסטו דאך ווי שטארק ער וויל אונזער שטיצע, אויב גייט מען צושפארן אלע מוסדות התורה גייען די פלאטיקאנטן נישט באקומען און גיין אפי' נישט קענען קומען בעטן אז מיר זאלן שטיצן נאך וואס זיי פארמאכן אונזערע מוסדות

און אויב גייט מען אנהייבן צו ארעסטירן אלע עלטערן וכו'
בקיצור, אויף למעשה דארפן זיי צוקומען צו אונז, און אונז האבן א כח
 
מיין נקודה איז נישט אז מיר וואוטען אריין וואס איז טאקע די בעסטע פאר אונז, ווייל אסאך מאל באקומען אונזערע וואוטס אזעלכע וואס נאר געוויסע האבן א טובת הנאה, בעיקר די עסקנים וכו'
אבער איינער פון אונז דארף האבן די אינטערעסע, אויב גיין זיי אנהייבן צו פירן א מערכה כבידה מיט די היימישע עולם, מיט די מוסדות וכו', גיין זיי נישט קענען באקומען די שטיצע, און די מציאות איז אז זיי ווילן אונזער שטיצע

נאכמער ווי אין שטאט איז אפסטעיט, אין ראקלענד און אראנזש קאונטי דארפן זיי שטארק צוקומען צו אונז, ס'קומט פאר העפטיגע קאמפיינס יעדעס מאל פון ביידע זייטן, ביידע צאלן גרויס געלט פאר היימישע מארקעטערס צו באקומען אונזער שטימע
די פלאטיקאנטן לויפן ארום צו אלע רבנים וכו', אויב זאלן זיי אנהייבן פירן א ברייטע מערכה מיט אונז, וועלן זיי נישט קענען קומען, און פארדעם גייט נישט זיין קיין גרויסע מערכה

איך ווייס אז די עדזשיקעידשן דיפארטמענט האט נישט מיט די וואטס, אבער זיי קענען נישט אליינס פירן אזא גרויסע מערכה אהן די שטאטישע טאטעס, צו פארמאכן אלע מוסדות און צווינגן די עלטערן צו שיקן אין אנדערע מוסדות, פארדעם מוזן זיי צוקומען צו די שטאט, וואס גייט זיי נישט קענען העלפן קעגן אזא פאפולאציע

אויב וויל מען מאכן שנוים אין אונזערע מוסדות איז נישט די עצה מיט אט מלחמה קעגן, נאר פארקערט, פון אינעווייניג

לאז אפ די מוסדות, באדער נישט, אזוי וועט קיינער נישט דרייען
און עפען פרישע היימישע מוסדות, מיט קליינע שנוים,
עס זענען למעשה נישט דא עכט קיין עכט היימישע מוסדות וואס געבן א בעסערע עדיוקאציע,

מ'קען עפענען א מוסדות וואס זאל געבן אפי' א בעסערע אידישע עדיוקעישן, ביידע זאלן זיין אויף א בעסערע לעוויל, און ס'זאל פארשטייט זיך נישט זיין טייער

אויב וועט מען עס נאך מאכן ביליגער, וועט עס זיכער שטארק מצליח זיין, און ס'וועט נישט זיין קיין שום אפהאלט, אפי' אויב רבנים וועלן ווילן ארויסקומען קעגן דעם, וועלן זיי נישט האבן מיט וואס צו סטראשען, ווייל זיי קענען דיך שוין נישט ווארפן פון זייערע מוסדות...

אז מ'דארף א רב קען מען נעמען אזא איינער ווי ר' שמואל ניימאן פון מאנסי, ער האט נישט מורא אז מ'זאל ארויסקומען קעגן אים, ער קען זיין די נשיא המוסד,
די סאסייאיטי וועט עכט נישט האבן קיין וועג עס צו פייטן, און פארקערט, איינמאל ר' שמואל וועט האבן א מוסד, וועט מען אים פלוצלינג אנהייבן רופן צו אלע אסיפות הרבנים, ווייל די איינציגסטע כח וואס די סאסייאיטי האט איז אז אלע מוסדות ארבעטן מיט, ווייל אויב איז דא היימישע מוסדות וואס ארבעטן נישט מיט, דעמאלסט האבן זיי נישט קיין סטראשע

(אזויווי די בעלזא דיין פון מאנסי, אפי' ער איז ארויס אפען שטיצן זכו האט מען אים אריין געלייגט אין די וועד הרבנים, ווייל למעשה האט ער א היימישע חסידישע מוסדות אונטער אים, מוזן זיי אין האבן)

די מציאות איז אז רוב היימישע אידן, אפי' זיי ווילן טוישן געוויסע זאכן, ווילן זיי בלייבן אין די היימישע סביבה, רוב מענטשן ווילן נישט טוישן קיין סביבה, און וועגן דעם האט די סאסייעטי אזא כח, וויבאלד די עולם וויל נישט אוועק גיין, און די מוסדות זענען אלע געפירט ביי זיי, אבער איינמאל ס'וועט זיך עפענען היימישע חסידישע מוסדות (ס'דארף זיין דווקא היימיש און די היימישע געגענטער, פאר היימישע חסידישע קינדער, נישט וואס ווילן זיין אביסל מאדערן א.ד.ג. גאר פארקערט היימיש וואס ווילן אביסעל אנדערש - פונקט ווי ס'געפינט זיך לעצטענס ת''ת וואס לערנען אויף אנדערע מהלכים ווי ביז יעצט, ווי מ'לערנט קודם חמשה חומשי תורה, דערנאך רוב ששה סדרי משנה און דערנאך גמרא, זאל מען עפענען היימישע מוסדות וואס לערנען אביסל א בעסערע ענגליש וכו', אלץ פאר די זעלבע חסידישע אידן, וואס ווילן ווייטער אויפשטעלן חסידשע שטובער)
אז ס'איז אויסגעשטעלט לכתחילה פאר היימישע חסידישע אידן וואס ווילן אזוי בלייבן, און נאכדערצו אויב ס'וועט זיין ביליגער ווי די אנדערע מוסדות און מ'וועט מאכן סיי די אידישע לימודים בעסער און סיי די ענגלישע לימודים, אזא זאך וועט זיכער מצליח זיין און שלאגן טיפע ווארצלן

איינמאל אזא זאך איז סוקסעספול, וועלן צוביסלעך אלע היימישע מוסדות דאס מוזן נאכמאכן, כדאי די עולם זאל נישט אנטלויפן
 
א שמועס פון גדלי סעגעדין, די ווילידזש אדמיניסטראטור פון קרית יואל ארום זייערע פלענער צו טוישן די פאליטישע קלימאט און אלבאני און וויאזוי זיי ארבעטן מיט שמחה אייכנשטיין און בנציון ווידער צו שטערן די חינוך געזעצן

פון הונטער די קוליסן - די 4 יאר פראצעדור פארן נייעם חינוך ביל - הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין קרית יואל ווילעדזש אדמיניסטראטאר.mp3
 
ברעכנדע נייעס!

פריידע וויזעל האט נארוואס ארויסגעלייגט אן אינטערוויאו מיט נפתלי מאסטער, וואו נפתלי ברענגט ארויס אז ער האט עטוואס חרטה אין די וועג וויאזוי זיי זענען צוגעגאנגען צו די גאנצע מערכה.

פאר מיר איז עס א פערזענליכע הנאה צו זעהן אז אפילו ער איז אויך אויף מיין זייט. און די ריכטיגע טויש וועט ענדערש קומען פון אינווייניג, ווי איידער עס ארויפצוצווינגען פון אינדרויסן.

בכלליות האב איך זייער הנאה געהאט פון די אינטערוויאו ווי ס'ווייזט זיך אויס אז דער נפתלי איז היינט א גאר באלאנסירטער אינגערמאן.

איך קען קוים ווארטן אויפן טאג ווי אנהאלטן די אידישע קולטור וועט מער נישט זיין פארבינדן מיט בלינדע-גלויבן אד"ג, און מען וועט קענען אנהאלטן די פאזיטיווע חלקים בשעת'ן פארמינערן די נעגאטיווע זייטן.

קליק אויפן לינק פאר די אינטערוויא.
View: https://youtu.be/IRTvj1_4_14?si=fRq10xTYg8oj5iKM
קעירפול מיט דיינע ווערטער, ס'קען ווערן אויסגעטייטשט ראנג, emphasis on עטוואס

ער האלט נאך אלס אז די אישאו איז א וויכטיגע און פארלעצט הומען רייטס!
ער האלט נאר נישט מער אז טשעינדזש קומט נאר פונדרויסן ס'איז נישט אזוי ברעכנד. ער האט שוין נישט שייכות מיט יאפעד אזא 4 יאר, סא ער איז שוין לאנג נישט ביזי און די forefront פון די אישאו. ער נעמט נאך אלס קרעדיט אויף די שטורעם און פאלעמיק וואס ער האט געמאכט. די גאנצע ניו יארק טיימ'ס ארטיקל האט ער אנגעדרייט און די באורד אף רידזשענטס האט געעקט אדאנק דעם, פילע פאליטיקאנטן האבן ארויסגעטוויט דערוועגן און אין general אסאך געשטופט די אישאו אין די ריכטיגע טרעק. איך בין מסכים און יאפעד אויך, סא די גאנצע נאראטיוו איז א self imposed ignorance וואס מ'דארף ניטאמאל פארענטפערן, ווייל דאס נעמט זיך פון דעם וואס גלייבט אז יאפעד זענען כאילו פאר לעפט קומוניסטן פון וואס מ'דארף ציטערן אז זיי ווילן ווער ווייסט וואס אויסלערנען ווען אין ריעליטי עגריען זיי אויך אז די אייגטליכע טויש וועט מוזן פאסירן פון אינעווייניג נישט חלילה פון אויסעווייניג.

קיינער טראכט דאך נישט גראד... ווער וועט פאנד'ן די סקולס? ווער געבן העכערונג פאר די טיטשערס אז ס'זאל זיך זיי לוינען צו ארבעטן מיט די סטעיט? ווער וועט אריינברענגען די איידיע'ס וואס און וויאזוי צו פארבעסערן די קאריקילום? ווער וועט עקנאלידזשן אז מ'דארף בכלל פארבעסערן און אז אביוז קומט סיסטעמאטיש פאר? אוודאי קומט עס פאר אינעווייניג, אבער אזוי ווי ביי די וועבערמאן עפאכע, נאר איינמאל ס'קומט שווערע קנסות ווערט פלוצים א טויש from within ס'איז א געמיש פון ביידע... זייער סימפל.
 
איך וואלט דיר געראטן דו זאלסט אויסהערן די גאנצע אינטערוויאו, און וועסט הערן אז ער איז מסכים אז טוישונגען (within) זענען שוין געווען אויפן וועג, און מעגליך אז זיין (אלטע) מהלך האט נאר פארדארבן.

מיין ארגומענט דא אין די פארגאנגענהייט איז געווען ממש דאס. איך האלט אז אין אונזער יעצטיגער צושטאנד איז "ארויפצווינגען" עפעס וואס קען שטארק בעקפייערן, און די בעסטע איז אויב מען קען העלפן און שטופן די טוישונגען פון within.

איך וועל ווידעהוילן מיין מיינונג, אז די בעסטע וועג וועט זיין צו נידערן די קאסטן פון רעליגיעזע שולעס וואס שטעלן אויך צו א גוטער סעקולארע עדיוקאציע.
 
1750277454441.png

The New York Court of Appeals issued its long-awaited decision in the litigation challenging the State Education Department regulations. While the court disappointingly upheld the lower court decision in form, it did so in practice by limiting the State Education Department’s authority over yeshivas and yeshiva parents. Specifically, the Court of Appeals instructed that SED is not authorized to close yeshivas and is not authorized to direct parents to unenroll their children from the yeshiva they chose for them.

This is very significant, because SED and the New York City Department of Education had directed six yeshivas to close, and had advised dozens of parents that their children cannot receive crucial special education services there this coming year. YWN expects the Adams Administration to now notify those parents that their children can remain in their chosen yeshivas and receive their services.

Indeed, the final sentence of the Court of Appeals decision declares that “parents . . . must determine how then to ensure their compliance with the Education Law.” That’s what YWN has been saying all along: it is parents and not the State or City that control how their children are educated.

The decision also undercut another recent claim made by the State Education Department: that the six yeshivas deemed non-equivalent by SED cannot become equivalent using the new pathways created by the recent amendments to the Education Law.​
 
View attachment 5986

ישיבה ווארלד ניוז שרייבט ליגענט, קוק אריין אין דע צעהן פעידזשעס, איך האב דאס דורכגעקוקט שנעל. עס סאונד ווי אבי שיק האט מיאוס פארלוירן.

https://yeshivaworld.b-cdn.net/wp-content/uploads/2025/06/56opn25-Decision.pdf

אפדעיט, אנטשולדיגט כ'האב נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן פריערט.

די ישיבה ווארלד ניוז, פרובירט זאגן, אז דא איז געווען א דיון צו די קאמישענער א.) 'קען פארמאכן מוסדות' אדער ב.) 'זאגן פאר די עלטערן ארויסצונעמען זייערע קינדער צו נישט?' - דאס איז אן אבסאלוטער שקר.

דער גאנצער דיון איז דא געווען אוועקצונעמען פון דעם קאמישענער דעם כוח, פון זאגן אז א מוסד וואס לערנט נישט עקוויוועלענט, דאס הייסט, גלייכע, לימודי חול צו די פובליק סקולס אין זייער דיסטריקט, - אלץ נישט אנערקענטע שולע, סקול.

עס האנדעלט זיך בעיקר פון 6 מוסדות, סאטמאר בארא פארק פון די אהרונים, אונטער אהרן וועלץ, בראשם. - זיי האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן צו קיין פעהטוועיס. וואס די קאמישענער האט פארלאנגט, און רוב חסידישע מוסדות האבן יא דאס זיך אונטערגענומען, צו ווערן עקוויוועלענט אין די עתיד.

א פאריגער אפיעלס קארט דזשאדזש, מיט'ן נאמען, 'ריבא', האט געאורטיילט קעגן א פריערדיגען געריכט, לטובת די 6 מוסדות. דהיינו, ריבא האט געפסקנ'ט:

א.) אז די עדיוקעישן קאמישענער האט נישט דעם כוח צו זאגן, אז א שולע איז נישט קיין שולע, אויב זיי לערנען כאטש עפעס וואס מיט קינדער, אפי' נאר רעכענען ווי די 6 מוסדות האבן געטנה'ט אז מ'לערנט יא. ווייל דורכדעם פארמאכט די קאמישענער מוסדות.

ב.) ווי אויך האט ריבא דערקלערט לטובת די 6 מוסדות, אז די קאמישענער מישט זיך אריין, אין עלטערן'ס אויסשליסלעכער אחריות, זיי איינצוטיילן, אוואו צו שיקן זייערע אייגענע קינדער, אויב זי שיקט בריוו אז די 6 מוסדות זענען נישט קיין שולעס ווי מ'קען נישט שיקן קינדער אהין.

דערויף, איז דאס היינטיגער פסק געקומען קלאר און דייטלעך, קעגן דזשאדזש ריבא, לטובת די קאמישענער, כדלהן:

א.) אז די קאמישענער האט יא א כוח צו זאגן אז די שולע איז קיין שולע נישט, און דאס הייסט נישט ''פארמאכט א סקול''; ווי אבי שיק מיט דזשאדזש ריבא טענה'ן בשקר.

ב.) ווי אויך הייסט דאס נישט ''איינגעטיילט פאר די עלטערן ווי צו מחנך זיין זייערע קינדער''; ווי אבי שיק מיט דזשאדזש ריבא טענה'ן בשקר.

ווייל די קאמישענער זאגט סך הכול, איר באפולמעכטיגעטע חוות דעת, באשטעטיגט דורך דעם 'פעלדער געזעץ' - אז זי איז באפולמעכטיגט אזוי צו זאגן.

א.) איי די מוסד ווי סאטמאר בארא פארק פון די אהרונים, פארלירט דורך דעם די רעגירונג פראגראמען, מילא מוזן זיי זיך פארמאכן? זאגט היינט די פסק, זאלן זיי יא לערנען, די פארלאנגטע על פי חוק, לימודי חול, גלייך צו פובליק סקולס, וועלן זיי זיך נישט מוזן פארמאכן.

ב.) און דאס וואס די קאמישענער שרייבט צו די עלטערן א בריוו ''אז מ'זאל ארויסנעמען די קינדער'', זאגן די דזשאדזשעס היינט ביים אורטייל, אז דאס הייסט נישט איינטיילן פאר די עלטערן ווי צו שיקן. נאר איז פשוט אן עצה טובה, אז אויב ווילן די עלטערן עני רעגירונג שטיצע, דהיינו מ'זאל זיי באצאלן די ''ספעשל עד'' געלטער פון די שטייער צאלער, פאר זייערע קינדער, דאן מוזן די דאזיגע קינדער פארלאזן די דאזיגע 6 מוסדות, וואס זענען נישט אנערקענט דורכ'ן קאמישענער אלץ געהעריגע סקולס, און זיי אריין שטעלן פאר נייעם חינוך יאר, צו געהעריגע אנערקענטע שולעס, וואס לערנען יא די גלייכע לימודי חול ווי די פובליק שולעס.

איז געגאנגן ישיבה ווארלד ניוז, און ארויסגענומען די היינטיגע דזשאדזשעס' ווערטער, אלץ ניצחון פאר אבי שיק;

א.) אז זיי לאזן נישט דעם קאמישענער מער פארמאכן קיין מוסדות התורה; כאילו זי האט דאס געטאן...

ב.) און אז זיי לאזן איר מער נישט איינטיילן פאר עלטערן ווי צו שיקן זייערע קינדער; כאילו זי האט דאס געטאן...

א.) ניין, אהרן וועלץ קען ווייטער בלייבן אפען, ווי אויך די איבעריגע 5 מוסדות. קיינער האט זיי קיינמאל נישט געוואלט פארשליסן.

ב.) און די עלטערן קענען ווייטער שיקן אהין זייערע קינדער. אבער קיין שטאטישע פראגראמען פאר סעפשל עד לאנטש פראגרעמס און באסעס וכדו' זאלן זיי שנארן פון זייערע עשירים. נישט פון די רעגירונג.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top