- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,564
- רעאקציע ראטע
- 3,456
- פונקטן
- 443
א קולט דארף נישט מאכן קיין סענס, ס'איז אזוי ווי זיין סקיצפרעניק, מ'גיט א לאז ארויס א בת קול אז די גאווערמענט איז א threat און די מסורה איז in jeopardy אפילו די מיידלעך ברעכן די מסורה יעדען טאג און אלעס גלייבט.איך האב מער קשיות ווי תשובות.
קודם, ביידע סאטמאר'ס האבן געארבעט אויף א אנדערע סטראטעגיע און זיך שטארק באשמוצט איינער דעם צווייטן, וואו קומט דא אריין "ביידע סאטמאר'ס"? זיי זענען אויפן זעלבן פעידזש?
אויכעט, קען מען יעצט אויפלעזן די גאנצע פערלס ארגאניזאציע?
איינע פון די פונקטן פון די נייע געזעץ להצלת החינוך איז, אז נישט די גאנצע מוסד דארף קענען געוויסע טעסטס, עס איז גענוג אז נאר א חלק פון זיי קענען עס, און היות די מיידלעך אין סקול נעמען מערערע רעגירונגס טעסטן, איז מען יוצא מיט דעם... בבחי' בזכות נשים צדקניות נגאלו... איז אבער מיין שאלה, פארוואס קענען די אינגלעך דאס נישט לערנען? פארוואס וויינט מען "כפירה" בשעת די מיידלעך לערנען יא געוויסע חלקים?
זיי קענען זיך סתם אזוי צומאכן, איך האב אלס געלאכט פון זייער מארקעטינג... פערלס האט נאר געשטערט די אישאו מיט זייערע נארישע קאנסערוואטיווע שטיקעס מיט באמפער סטיקערס "proud yeshiva parent" און נעמען קרעדיט פאר שלום לעמער'ס גויאישע סוקסעס ווייל דאס האט עס ממש געריקט די אישאו אין די חרדים'ס פעוואר... און די דעקן פרומע קאנסטראקשן שאו'ס like somebody gives a shitמיין גרעסטע שאלה איז, אויב יעצט, נאך אזא העפטיגע געפעכט בדמים תרתי משמע, וועלן די מוסדות איינזעהן אז די גאנצע ענגליש (נישט-)געלערנעכץ ביי די יונגלעך איז א שרעקליכע דורכפאל, און מרצונם הטוב (אדער הרע...) פארבעסערן די קוריקולים אז מ'זאל זיי נישט קענען אזוי גרינג זיי קלאגן נאכאמאל? מ'רעדט נישט פון עפעס עקסטער ווייסעך וואס, אבער אפילו נאר די ביז איצטיגע לימודים זאל זיין געלערנט מיט א ערנסטקייט, קינדער זאלן קענען ליינען, ספעלן, רעדן ענגליש, רעכענען, און אפשר אביסל היסטאריע אדער געאגראפיע, אבער מען זאל אלעס מיטהאלטן און דארפן קענען די טעסטס? אדער גייען זיי בלייבן מיט די קאפ אין וואנט און די טיטשערס גייען ווייטער פארציילן סיפורי צדיקים אין אידיש אין די שעה ענגליש?
אויב עפעס איז די פייט אהרן ווס. יאפעד ווס. די קאורט אף עפיעלס ווס. בעטי ראזע ווס. די גאווערנער. די חברה ווייסן וויאזוי צו קעמפן שטילערהייט פערלס מיט אבי שיק האבן נאר פארדרייט א קאפ. וויפיל איך האב פיינט אהרן, ווייס איך אויך אז ער איז די שווערסטע threat. פשוט ווייל זיי מאכן פאטאש פון די דעמאקראטן ווי גענגסטערס און זיי ווייסן עס.
פערלס איז אין מיינע אויגן אויסגעשפילט און האט נישט קיין טשענס צו טוישן, נאר די דעמאקראטן, און נאר אויב זיי ארבעטן מיט מיט די בלאק/ר' אהרן/ווידער/אייכנשטיין/פעטלין די מינוט ס'איז דא אינפייטינג קאמפליצירט עס נאר מער פאר זיי אליין.
איך בין שטארק דערקעגן אבוויעסלי, איך קוק עס נאר צו פון די זייט און ס'איז געווען א מסטעיק די גאנצע פערלס, דער וואס האט עס געעפנט איז אמאל געווען א ענגליש טיטשער אין UTA