- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 957
- רעאקציע ראטע
- 4,274
עס בּאדערט מיר שטארק די נושא, ווייל געווענטליך איז מיר גרינג ווען איך קען קאטעגאריש זאגן: דער מענטש איז א פאלשער און דער איז אן אמת׳ער (דאס לעבן איז קלארער און רוהיגער ווען מ׳האט א קלארע בילד מיט וואס מ׳האנדלט)
וואס טוסטו אבער אויב דיין פרוי איז אן אמת׳דיגע מענטש און אויך זייער א געטרייע. יעדן טאג זארגט זי צו געבן א גוטע געזונטע פרישטאג פאר די קינדער און קאכן א נארהאפטיגע נאכמאל. ווען ס׳ווערט קאלט אינדרויסן זארגט זי יעדער זאל האבן קאפל, שאל, הענטשוך און ס׳נישט גענוג א ווארימע מאנטל, די קינדער ווייסן שוין אז איר צופרידנצושטעלן דארף מען: אדער איבערצייגן אז ס׳בכלל נישט קאלט היינט, אדער זיך אונטערגעבן און מיטנעמען דעם קאפל א.א.וו.
אפשר איז עס codependency און אפשר איז עס פשוט א פחד ארום געזונט און לעבן. יעדע זאך איז כאילו א שאלה פון לעבן און טויט.
אבער די מאדנע איראניע איז אז ווען ס׳קומט צו איר געזונט ווערט זי ברוגז געפערליך אויב איך רעד עפעס אריין. אויב איך שלאג איר פאר צו טרינקען א גלעזל וואסער (און אפפער איר צו ברענגען) אדער פרעג צו זי האט שוין עפעס גענומען אין מויל היינט, פילט זי כאילו איך בין איר קאמאנדיר (אין אירע ווערטער: כאילו איינער זעצט זיך אויף איר קאפ און זי פילט זי קען עס נישט דערהייבן)
וואס וואלט איר פארגעשלאגן אין אזא צייט?
זי פארשטייט אז ס׳קוקט אויס ווי היפאקריטיע
אז נאר זי מעג טראגן יעדן׳ס דאגות וועגן עסן געהעריג און זיך אנטון ווארעם וכו׳ און אין די זעלבע צייט איז עס ווי זי קען זיך נישט העלפן
עפעס א געפערליכע טריגער ווען איך וויל זיין געטריי פאר איר
(אפשר זארג איך זיך אויך פאר איר געזונט?
אבער לויט איר, פילט עס ווי בּאַלעבּאַטעווען אויף איר)
כ׳וואלט ליב געהאט צו הערן וואס אנדערע קלערן