וויאזוי כ׳האב אנגעהויבן גליטשן ארויס פונ׳ם סיסטעם

אלס תמימות׳דיגע טאהש׳ע ווייבל, ערצויגן דורך געטרייע פרומע עלטערן, האב איך קיינמאל נישט געהאט קיין סיבה צו האבן ספיקות אין גאט אדער זיין תורה,
אלעס וואס מ׳האט מיט מיר געלערנט האב איך געגלייבט באמונה שלימה און אלעס אין מיין חינוך האב איך אפגעקויפט פאר גוט געלט.

ביז … איין שיינעם טאג, ווען דער גאנצער בנין האט אנגעהויבן צאמפאלן…
און כ׳האב געמוזט אנהייבן פריש פון א׳ - אונטערזוכן יעדע זאך וואס מ׳האט איינגעבאקן אין מיר, אויב ס׳שטימט טאקע מיט׳ן אמת.

וואס האט מיר געמאכט פארלירן צוטרוי?

איך וועל דא אביסל מיטטיילן פאר ווער ס׳וויל וויסן.
ס׳געווען א השתלשלות פון אסך יאר - און איך וועל פרובירן עס מאכן בקיצור

מיין האפענונג איז, אז ס׳וועט אפשר צוניץ קומען פאר איינעם דא.

איך וויל רעספעקטירן יעדן׳ס boundaries, און אזויווי די קרעמל גרינדער האבן איינגעפירט אזא מחי׳דיגע סיסטעם דא אז יעדער קען האבן שמועסן וועגן כפירה אין מאחורי, וועל איך זיך אוודאי האלטן ביי דעם גדר.

וואס האט פאסירט וואס האט מיר געמאכט איבערלאזן אלע גליקן און ארויסגיין וואנדערן אין א פרעמדע וועלט?

איינע פון די חשוב׳ע טאהש׳ע תלמידות, וועלכע האט פארנומען א גרויסע פּאָסטן אין שטעטל, האט אנגעהויבן ליידן רדיפות פון די הנהלה. איך בין נאך דעמאלס געווען גאר נאיוו און זיך זייער דערשראקן.

וואס איז פשט אז א פרוי וואס איז אין די פארגאנגענהייט געווען מיין היי-סקול לערערין פון אני מאמין און אריינגעבאקן אזויפיל אמונה אין מיר - ווי איז מעגליך אז די הנהלה לאזט ארויס שמועות אויף איר אז זי פארשפרייט אפיקורסוס און מ׳טאר נישט מער האבן קיין שיכות מיט איר?

איך האב זיך אריינגעלייגט אויסצופארשן די נושא און איך בין נבהל ונשתומם געווארן פון וואס ס׳האט זיך אנטפלעקט: די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן נישט געפלויגן און די ליגנט האט געהאלטן אין איין וואקסן, מ׳האט אנגעפאנגען ארויסלאזן קלאנגען אויף איר אז זי איז געגאנגען צו א בית זונות…

וואס איז געשעהן?
זי האט פארנומען גאר א הויכע פלאץ אין די חינוך פון בית צירל (די טאהש׳ע סקול) און מ׳האט איר אפגעזאגט אין אן אופן וואס זעהט אויס זי האט געפילט blindsided.

וואס האט זי געטאן? זי איז געפארן קיין אמעריקע צו עפעס א גרויסע סעלף-העלפּ פלאץ וואס איז אוודאי נישט א פרומע פלאץ (ס׳ניטאמאל געווען עוועילעבל אין יענע צייט קיין self development programs פאר די היימישע עולם)

וואס זי האט דארט אויסגעפינען האט איר זייער באצויבערט און זי האט געפילט ווי ס׳העלפט איר האבן א געזונטערע בליק אויפ׳ן לעבן וואו זי דארף נישט זיין א וויקטים און פילן א קרבן פון דאס וואס האט פאסירט צו איר, און די פיין וואס זי איז דורך קען איר לערנען גאר טיפע זאכן וועגן זיך און אפילו וועגן די וועלכע האבן איר פלוצלונג אוועקגענומען איר פּאסטן.

זי האט אזוי ליב געהאט די רעזאלטאטן אין איר לעבן וואס זי האט געהאט פון דעם נייעם פראגראם, זי האט געפילט ווי א נייע חיות איז אין איר געווארן אריינגעבלאזן און געוואלט מהנה זיין אירע חבר׳טעס: אפשר וועט עס זיי אויך העלפן פארבעסערן זייער לעבן…

מער האט נישט אויסגעפעהלט… די הנהלה וואס האט דעמאלס געפירט טאהש מיט א שטארקע האנט האט נישט געוואלט זי זאל האבן א ווארט אויסער זיי. ס׳האט געפילט ווי זייער מאכט הייבט זיך אָן צוברעקלען, און אוודאי האבן זיי אנגעהויבן נעמען אלע מיטלען איר צו שטעלן חוץ למחנה.

איך האב אבער נאך דעמאלס נישט געהאט קיין אהנונג וועגן דעי אינערליכע קאמפּעטישן. וואס איך האב געמיינט, איז אז די פרוי וואס פארשפרייט שרעקליכע לשון הרע אויף מיין לערערין איז באמת פארנארט געווארן דורך איר מאן, און זי גלייבט נעבעך אז ס׳אמת.

איך האב געשיקט א בריוו צו איר און זיך געבעטן זי זאל אויפהערן פארגיסן אומשילדיג בלוט. אבער אוודאי האט עס נישט געהאלפן, פארקערט! יעצט בין איך געווארן א דארן אין אויג פאר די פירער, ווייל איך שטעל זיך (אומוויסנדיג) אנטקעגן זייער אגענדע…

ווען איך האב זיך אויפגעוועקט פון שלאף און געכאפט אז יענער איז בכלל נישט תמימות׳דיג, נאר זי האט אויך דא א נגיעה אז מיין לערערין זאל ווערן ארויסגעטריבן פון שטעטל - ווייל זי האט שוין יארן געהאט א שטיקל קאמפעטישן מיט איר, דעמאלס האט עס מיר אויפגעשאקלט ביז די טיפענישן פון מיין נשמה.

ביז היינט האב איך געמיינט, אז יעדער איז אזוי ערליך און אמת׳דיג ווי מיינע עלטערן.
ווען א קינד זעהט נישט פאר זיך קיין היפאקריטיע אינדערהיים און וואקסט אויף אין א פארמאכטע פלאץ, איז נישטא פארוואס חושש צו זיין אז אנדערע וואס זעען אויס פרום און עהרליך זאלן זיין סתם שפילער וואס זיכן כבוד און מאכט און זיי ווייסן אז אזוי איז עס גרינג צו באקומען. ווייל ווי פרומער און הייליגער דו שפילסט-אלס א העכערע מדריגה פארעכנט מען דיר…

אבער דא האט זיך ארויסגעשטעלט א נייע בילד פלוצלונג, וואס האט מיר געעפנט די אויגן צו א קארופציע וואס איך האב קיינמאל נישט גע׳חלומ׳ט: די זעלבע פרוי, וועלכע האט געהאלטן פייערדיגע דרשות וועגן דינען דעם באשעפער לשם שמים, און וועמען איך פלעג באטראכטן מיט אזא עהרע, האט סתם געפלאפערט וואס ס׳האט זיך איר געלוינט, און ווען איך בין געקומען צו איר פרעגן וויאזוי מ׳קען טון אזא פארברעכן און מוציא שם רע זיין אויף מיין לערערין האט זי בכלל נישט געקעירט וואס ״רצון ה׳׳ איז נאר ווייטער אנגעגאנגען צו העלפן באגראבן די לערערין 💔

המשך יבוא.
 
לעצט רעדאגירט:
מיר קעננע גיין אין אישי, אבער מען קען שמועסן דא אויך, ס'זיכער דא נאך אין מיין מצב און קענען הנאה האבן פון די שמועס.

דער אמת איז אז איך זיך איר נישט צו טוישן, מצידי קען זי זיין ערליך ביז די דאך. די עיקר וואס איך זיך איז אז זי זאל מיר לאזן לעבן מיין לעבן, און דאס קען פארשטייט זיך נישט ארבעטן אן דעם וואס זי ווערט אויפגעקלערט.

אז זי איז ערליך און פרום, וויאזוי קען זי לעבן מיט א מאן וואס האט ספיקות אין אמונה? וואס דאוונט נישט געהעריג, וכ' וכ' זי ברענגט כסדר ארויף וואס וועט זיין מיט די קינדער? אביסל ווארימקייט, נו...? קיצור, ס'ארבעט נישט.

וועגן שלאגן האב איך נישט אזוי שטארק מורא, היינטיגע צייטן שלאגט מען שוין על פי רוב נישט.
איך האב ליב דיין שאלה, ווייל ס׳איז א fair question
וואס איז טאקע די פוינט פון אלע פלאג, אויב נאך אלעם וואס מ׳ארבעט אזוי שווער צו מאכן זיכער דיין קינד איז ערליך - לאזט ער אלעס אפ און פירט צום סוף א פרייע לעבן?

ס׳דערמאנט מיר די ערשטע פורים נאכ׳ן איבערלאזן די חסידישע וועלט -ווען מיר זענען געפארן קיין טאהש מיט די קינדער ברענגען משלוח מנות פאר מיינע עלטערן (מיין זון האט זיך פארשטעלט ווי א clown 🤡 מיט די פארביגע פאלשע האר, ממילא האט מען אפיציעל נישט געזעהן אז ער האט נישט קיין געקרייזלטע פיאות…

דעמאלס האט מיין מאמע געהאט אן ערנסטע שמועס מיט מיר און איך האב איר מסביר געווען אז ס׳בכלל נישט איר שולד. זי האט באמת אלעס געטון וואס זי האט נאר געקענט.

איך האב איר דערציילט א משל פון צוויי משפחות וואס וואוינען אין א דארף, און ס׳דא א טייך צווישן זייערע הייזער, מיט א בריק אריבערצוגיין. שטעל זיך פאר זייערע קינדער האבן געוואלט פארברענגען און באשלאסן זיך צו טרעפן אינמיטן פונ׳ם בריק, אבער פלוצלונג איז די בריק צוזאמענגעפאלן און ביידע זענען אריינגעפאלן אין וואסער. און די צוויי משפחות הייבן זיך אן באשולדיגן איינע די צווייטע, ווען נישט דיין קינד וואלט נישט געשעהן אזא געפערליכע זאך…

אבער ס׳אזוי נאריש! אין אמת׳ן האט עס נישט מיט קיין איינע פון די משפחות ווייל די בריק איז געווען א פעלערהאפטיגע צובראכענע בריק, וואס דען האסטו ערווארטעט? די חידוש וואלט געווען ווען ס׳וואלט נישט געשעהן אזא זאך!

די זעלבע זאג איך איר איז דא, אזוי נאריש צו זאגן דער איז שילדיג, יענער איז שילדיג, ווען די אמת איז פשוט, אז די סיסטעם איז צובראכן!
 
איך האב ליב דיין שאלה, ווייל ס׳איז א fair question
וואס איז טאקע די פוינט פון אלע פלאג, אויב נאך אלעם וואס מ׳ארבעט אזוי שווער צו מאכן זיכער דיין קינד איז ערליך - לאזט ער אלעס אפ און פירט צום סוף א פרייע לעבן?

ס׳דערמאנט מיר די ערשטע פורים נאכ׳ן איבערלאזן די חסידישע וועלט -ווען מיר זענען געפארן קיין טאהש מיט די קינדער ברענגען משלוח מנות פאר מיינע עלטערן (מיין זון האט זיך פארשטעלט ווי א clown 🤡 מיט די פארביגע פאלשע האר, ממילא האט מען אפיציעל נישט געזעהן אז ער האט נישט קיין געקרייזלטע פיאות…

דעמאלס האט מיין מאמע געהאט אן ערנסטע שמועס מיט מיר און איך האב איר מסביר געווען אז ס׳בכלל נישט איר שולד. זי האט באמת אלעס געטון וואס זי האט נאר געקענט.

איך האב איר דערציילט א משל פון צוויי משפחות וואס וואוינען אין א דארף, און ס׳דא א טייך צווישן זייערע הייזער, מיט א בריק אריבערצוגיין. שטעל זיך פאר זייערע קינדער האבן געוואלט פארברענגען און באשלאסן זיך צו טרעפן אינמיטן פונ׳ם בריק, אבער פלוצלונג איז די בריק צוזאמענגעפאלן און ביידע זענען אריינגעפאלן אין וואסער. און די צוויי משפחות הייבן זיך אן באשולדיגן איינע די צווייטע, ווען נישט דיין קינד וואלט נישט געשעהן אזא געפערליכע זאך…

אבער ס׳אזוי נאריש! אין אמת׳ן האט עס נישט מיט קיין איינע פון די משפחות ווייל די בריק איז געווען א פעלערהאפטיגע צובראכענע בריק, וואס דען האסטו ערווארטעט? די חידוש וואלט געווען ווען ס׳וואלט נישט געשעהן אזא זאך!

די זעלבע זאג איך איר איז דא, אזוי נאריש צו זאגן דער איז שילדיג, יענער איז שילדיג, ווען די אמת איז פשוט, אז די סיסטעם איז צובראכן!
אפשר ביסטו מער מרחיב וויאזוי מען קען אביסל עפענען א הארטע פרומע ווייבל וואס וויל נישט הערן פון גארנישט?
 
אפשר ביסטו מער מרחיב וויאזוי מען קען אביסל עפענען א הארטע פרומע ווייבל וואס וויל נישט הערן פון גארנישט?
קיין שום גוטע ציל אין לעבן דערגרייכט מען נישט אן קיין פלאג און שוועריגקייטן. די שאלה איז אמת׳דיג: וויפיל לוינט זיך דיר, זיך צו לאזן קאסטן פאר דעם?

(אין מיין פאל, איז מיין מאן געווען קלאר מיט׳ן ציל אז ער וויל פארמיידן פאר אונזערע קינדער די פּיין וואס ער איז דורך, ממילא איז ער גרייט געווען צו צאלן יעדע פרייז)
 
קיין שום גוטע ציל אין לעבן דערגרייכט מען נישט אן קיין פלאג און שוועריגקייטן. די שאלה איז אמת׳דיג: וויפיל לוינט זיך דיר, זיך צו לאזן קאסטן פאר דעם?

(אין מיין פאל, איז מיין מאן געווען קלאר מיט׳ן ציל אז ער וויל פארמיידן פאר אונזערע קינדער די פּיין וואס ער איז דורך, ממילא איז ער גרייט געווען צו צאלן יעדע פרייז)
וואס מיינסטו זיך לאזן קאסטן?
זיך גט'ן?!
נחבי בן ופסי פרעגט (און איך וויל עס אויך וויסן) וויאזוי מ'קען עפענען א הארטע ווייב
געלט בין איך גרייט צו צאלן און אפי' מער פון דעם אויכעט, פארשטייט זיך אויך וויסן וויאזוי וואס ווען ווי, אבער גט'ן איז שוין א גאנץ א אנדערע מעשה...
 
וואס מיינסטו זיך לאזן קאסטן?
זיך גט'ן?!
נחבי בן ופסי פרעגט (און איך וויל עס אויך וויסן) וויאזוי מ'קען עפענען א הארטע ווייב
געלט בין איך גרייט צו צאלן און אפי' מער פון דעם אויכעט, פארשטייט זיך אויך וויסן וויאזוי וואס ווען ווי, אבער גט'ן איז שוין א גאנץ א אנדערע מעשה...
לויט ווי איך פארשטיי מיינט זי צוזאגן,
אז די דארפסט זיין גרייט צו ארבעטן שווער אויף דעם מיט אסאך געדולד און ווארעמקייט,
ס'גייט נישט אין איין מינוט ביי פרויען, אבער אז מ'לאזט זיך קאסטן אסאך געדולד און כוחות, (מיטן פיפטן חלק שו"ע) קען מען דערגרייכן...
 
לעצט רעדאגירט:
דער אמת איז אז איך זיך איר נישט צו טוישן, מצידי קען זי זיין ערליך ביז די דאך. די עיקר וואס איך זיך איז אז זי זאל מיר לאזן לעבן מיין לעבן, און דאס קען פארשטייט זיך נישט ארבעטן אן דעם וואס זי ווערט אויפגעקלערט.

אז זי איז ערליך און פרום, וויאזוי קען זי לעבן מיט א מאן וואס האט ספיקות אין אמונה? וואס דאוונט נישט
כ'ווייס נישט צו ס'האט צו טוהן מיט אויפגעקלערטקייט, ס'טייטש אין אנדערע ווערטער אויב איין ספּאוס איז פרום, אפילו גאר פרום און פארמאגט אן אקצעפטירונג זייט אין זיך און נישט וואו מ'האט אונז אויסגעלערענט אז ס'נאר פארהאן שווארץ און ווייס, הלנו את או מצרנו, נאר ס'אויך פארהאן א ריזיגע ספעקטרום אינדערמיט און רובא דרובא מענטשן באלאנגן צו דעם ספעקטרום, און די ספאוס וואס איז אדער געווארן אנדערש קען דער אנדערער ספּאוס אקסעפטן פונקט ווי עלטערן מיטשען זיך צו אקצעפּטירן א קינד וואס איז געווארן אנדערש דאן ברויך עס קענען ארבייטן אפילו מ'איז בכלל נישט אויפגעקלערט נאר מצומצום ביז גאר.

די פראבלעם איז אבער, דער גרעסטער פראבלעם אין אינזער סאסייעטי איז דעם נישט אקצעפטירן און פארשטיין איינער וואס איז אנדערש פון דיר, און די פראבלעם מאכט זיך נישט נאר ביי מאן און ווייב נאר אפילו ביי עלטערן צו קינדער, הגם די הינזיכט ווערט שוין אסאך בעסער ביי עלטערן צו קינדער א דאנק די אלע ארגאניזעישאנס וואס טוען אין דעם.

יעצט ווען עלטערן ווערן אנדערש איינס פונעם צווייטן ווערט א גרויסע פראבלעם ביי די קינדער, איז אויב זענען ביידע עלטערן געווארן אנדערש דאן הערשט א הארמאניע און די קינדער וועלן מיטפארן מיט ווינט פון שטוב, דער פראבלעם איז נאר ווען איינער פון די עלטערן טוישן זיך דאן ווערט א גרויסע אישו מיט די קינדער, דארט קומט אבער אריין די נקודה פון אקסעפטן וואס איך האב מקדים געווען פריער, אז די ספאוסעס אקסעפטן זיך איינער דעם אנדערן דאן וועט עס לכאורה נישט אפעקטן די קינדער און די קינדער קענען אפילו נאכגיין די פרומע ספאוס אזוי ווי ס'איז פארהאן און רוב פעלער. און נאכמער וועל איך מוסיף זיין אז די מינוט וואס דיין ווייב וועט שפירן אז דו אקצעפסט איר מיט אלע אירע פרומקייט און דו רעכענסט דיך מיט איר וועט זי לכאורה נאכטאנצן נאך דיר גאנץ שנעל אבער דאס איז אן עבודה קשה שבמקדש מיט אסאך טעראפי, כך שמעתי פון עטליכע וואס זענען עס דורך געגאנגן און האבן מצליח געווען, און נאכדעם איז פארהאן אנדערע וואס מיטשען זיך אפ פאר יארן און אין ערגעץ נישט אנגעקומען, גיי ווייס. אבער דער עיקר איז אז דאס אלעס איז אונזער טובה, גיי פארשטיי.
 
לעצט רעדאגירט:
1. קודם דארף מען פארשטיין די ווייב, שטעל דיך פאר דיין ווייב קומט איין טאג אהיים אז זי איז געווארען א מוסולמענער, די וואלסט געמיינט אז זי איז משוגע געווארען, די זעלבע מיינט זי יעצט מיט דיר, מען קען נישט פלוצלינג טוישען זאכען.
2. כמעט קיינער אין די וועלט געט נישט קיין דעקל פאר לאגיק, פרובירן משכנע זיין א מענטש מיט לאגיק איז ווי פירן א מלחמה מיט פייל און בויגן. קירוב ארג. מאכען נישט קיין בעל תשובות מיט לאגיק ווייל ס׳ארבעט נישט, זיי וועלן ניצען די געפיל פון א שיינע שבת סעודה און א ווארימער קומזיץ ווייל דעיס פילט גוט.
3. מענטשן טוען וואס לוינט זיך זיי, יא אפילו דער פארפרומטער, צומאל האבן זיי טעותים און זיי מיינען אז ס׳לוינט זיך צו טוען געוויסע זאכן אמאל פאר ע״ב בתולות, אמאל פאר א חופה אין גן עדן, און אמאל באקומט מען א היי פון די עצם פרומקייט.
4. מענטשן האבן נישט ליב זיך צו טוישען, ס׳מיר גוט געוועהן ביז יעצט מאך מיר נישט משוגע, פרעג עני סעילסמאן ווען ער וויל פארקויפען א אביעקטעווער בעסערע פראדוקט פאר א בעסערע פרייז צי א קאסטעמער, וועט ער באקומען תירוצים ווי, ס׳גוט ס׳ארבעט לאז מיך אפ מאך נישט משוגע.
5. א מענטש ווערט נשפע פון זיין סביבה.
6. ווען א מענטש באקומט א באלוינונג פאר א אויפפירעכץ, וועט ער נאכאמאל טוען די אויפפירעכץ.

איינמאל מען פארשטייט דעי הנחות קען מען אנהייבן ארבעטען, גיי זייער שטייט פארשטיי איר אז דאס איז א גרויסע טויש. זיי נישט משכנע ווייל ס׳איז א שאד די צייט. ענדערש געב איר צי טועם זיין למשל ווילסט קוקען א מאווי מיט איר טרעף א פלאץ ווי זי איז יא גרייט למשל א דאקומענטרי האסטו בעסערע טשאנסען, און איינמאל די קוקסט מיט איר א דאקומענטרי קען עס שוין גיין ווייטער פון דארט. טויש איז שווער אפילו ווען זי איז שוין יא מסכים און גרייט פאר טויש איז איר עס שווער צי טוען, פרעשור איר נישט און לאז איר גיין א קליינע טריט לויט איר באקוועמקייט. אויב וואוינסטו אין א שטאט ווי סקווירא אדער קרית יואל׳ער לפני ולפנים, פרוביר אוועקצומאפען, ווייל די פיער פרעשור איז זייער גרויס איז אפילו אויב דיין ווייב וויל שוין יא עפעס טוען גייט איר עס אנקומען זייער שווער. געב איר אסאך עטענטשען און ליבע און נאכדעים בעט איר צו טוען דאס וואס די ווילסט, אזוי זאל זי נישט פילן ווי א אויסגעניצטע שמאטע. נאך זי טוט וואס די האסט געבעטען געב איר אסאך עטענטשען און קאמפלימענטען, דאס וועט גורם זיין אז נעקסטע מאל די בעטסט איר עפעס וועט זי עס גרינגער נאכגעבן.

די עיקר דארף מען געדענקען אז א ווייב איז נישט קיין קאמפיוטער, מען קען נישט דריקען קאנטראל H און ס׳איז דאן. דאס איז א פראצעס פון אפאר יאר, מען דארף האבן געדילד.
 
@דער גאלדענער אדלער און @קהל׳ס נער האבן ארויסגעברענגט some good points
נאר איך האב געמיינט: עס איז נישט א פראבלעם וואס געלט וועט לייזן, דו וועסט דארפן צולייגן הארץ, כח און מח און דרייסטקייט צו זיין גרייט די ריסק אז ס׳וועט נישט גיין וויאזוי דו ווילסט און פונדעסטוועגן זאל זיך דיר לוינען איינצושטעלן.

אויב א מענטש וויל פשוט א באקוועמערע לעבן, איז גרינג צו פארשטיין אז פּלאגן זיך וועט נישט אנקומען גרינג, און אפשר וועט עס זיין פאר אים יצא שכרו בהפסדו אויב אינוועסטירט ער אזויפיל און האט ניטאמאל א גאראנטי אז ס׳וועט ארבעטן.

דערפאר האב איך געברענגט מיין מאן׳ס ביישפיל, ווייל ער האט געוואוסט קלאר ביי זיך אז ס׳איז אים ווערד יעדע שוועריקייט. פארשטייט זיך ער האט אויך נישט געוואלט זיך גט׳ן און דערפאר איז ער צוגעגאנגען מיט געוואלדיגע געדולד, הארץ און פארזיכטיגערהייט פרובירט כסדר נייע תחבולות, נישט זיך איינגע׳עקשנ׳ט איין וועג אז אזוי מוז עס זיין.

אים איז געגאנגען אין לעבן: נישט צו זיצן מיט פארלייגטע הענט און צולאזן זיינע קינדער זאלן ליידן ווי אים. האט ער אלעמאל געטון וואס ער האט געקענט. (נישט ווילד און איבערגעאיילט אבער אויך) נישט דערשראקן פון דורכפאלן. יעדעס מאל ער האט געזעהן איין מהלך וואס ארבעט נישט האט ער באשלאסן אז ער וועט זיכן א צווייטע מהלך.

(ס׳שווער מסביר זיין מיט ווערטער, אָן ביישפילן. וועל איך אויפהערן ענטפערן דא אויף שאלות און ענדערש זיך אפגעבן מיט׳ן אראפשרייבן מיין געשיכטע (ס׳נעמט לענגער ווי כ׳האב געמיינט)
 
כ'האב אויך געהאט אזא ענליכע ווענד-פונקט, און דאן איבערגעזאגט וואס כ'האב שוין לאנג געזאגט ביי פריערדיגע פעלער אין לעבן
גאט לאזט, נאר מיין טאטע לאזט נישט...
 
עס איז דא מענטשן וואס ווילן נישט לעבן א דאבל לייף
מיט וואס איז עס דאבעל. די סיסטעם דינט זיינע אינטערעסן. און עס שטערט איהם נישט צו זיין אין דעם סיסטעם, און נאך אלץ טוהן כל מה שליבו חפץ.
 
מיט וואס איז עס דאבעל. די סיסטעם דינט זיינע אינטערעסן. און עס שטערט איהם נישט צו זיין אין דעם סיסטעם, און נאך אלץ טוהן כל מה שליבו חפץ.
יעדער מענטש איז אנדרעש, איך האב נישט קיין טענות אויף אים עס איז דא מענטשן וואס קענען יא און אנדערע וואס קענען נישט
 
איך האב צוגעלייגט א ווארט אין דיין מעסעדזש זאלסט פארשטיין
איך בין געהעריג אין די סיסטעם און איך טי וואס איך וויל, מילא איך פארשטיי נישט פארוואס מען דארף ארויסגיין פון די סיסטעם.
 
איך האב צוגעלייגט א ווארט אין דיין מעסעדזש זאלסט פארשטיין
און טאמער דארפסטו עס בעסער ארויסזאגן, לייג עס אויס אזוי

איך בין געהעריג אין די סיסטעם און איך טי וואס איך וויל, ממילא פארשטיי איך נישט פארוואס מען דארף ארויסגיין פון די סיסטעם.
 
נו זיי מסביר פארוואס יא? סתם זיכן פראבלעמען? טוט וואס די פ׳ די ווילסט און גענדיגט, פארוואס דארף מעו זיך סתם אנהייבן מיט משפחה חבירים מוסד וכו׳ עס איז א Win Win סיטואציע אויב מען בלייבט אין די סיסטעם.
 
Back
Top