"חצי שיעור" פאדקעסט דורך הרב שאול קליין

צווייטע קשיא צו הרב @שמייכעל
איז מעגליך אז ס'זאל זיין א צווייטע צד, אין סיי וועלכע זאך דו האלטסט?

יעדע מאל דו זאגסט דיין דעה, אין סיי וועלכע ענין, אויב איינער וויל נאר פראבירן צו זאגן פארקערט, רייסטו אים אראפ געפערלעך, מיט'ן טענה אז יענער איז סתם א ליגענער וכו',
ווי איך פארשטיי איז די סיבה, ווייל דו פארשטייסט אז דיין צד איז אזוי אמת, אז ס'קען גארנישט זיין א צווייטע צד, און אויב איינער טראכט יא צו שרייבן די אנדערע זייט, דאן איז ער זיכער א שקרן אין בעסטע פאל

איז טאקע נישט דא קיין איין זאך וואס א נארמאלע מענטש זאל קענען אנקוקן צוויי זייטן, אז אפי' ער פארשטייט איין זייט, זאל ער נאך קענען פארשטיין אז אנדערע מענטשען פארשטיין אנדערש?
 
די קעפל איז פיין, @שמייכעל'ס צינג דארף ווערן געטישט,

אין איך האב נישט געוויסט אז ווען איינער געבט א דרשה אויף קול מבשר הייסט עס "פאדקעסט"
איך האב שוין לאנג באמערקט אז ר' שאול האט ליב צו ווייזן זיין פארגעשריטענקייט אז ער איז נישט stuck אין די אלטע generation און ער וועט אסאך ווייזן זיין באקאנטשאפט מיט די היינטיגע טעכענלאגיע וכו' און דאס איז לכאורה פארוואס ער רופט זיין שמועס פאדקעסט (שוין אפאר יאר צוריק פאר ס'האט זיך אזוי פארהיימישט)

די קעפל האט מען געטוישט און יעצט איז עס טאקע פיין.
 
1752099237979.png

יישר כוח פאר'ן טוישן דעם קעפל, צו א נארמאלער נישט סקאנדאליעזער קעפל, אוועק פון דעם שרייענדע נישט בכבודיגער קעפל ''מאלעסטער ווערט דערמאנט אויף קול מבשר''. - כאילו ר' שאול'ס גאנצע גדולה איז אז ער האט ארויסגעזאגט א מיאוס ווארט, וואס ביי חסידים וואגט מען זיך נישט, דאס צו דערמאנען.

ר' שאול איז א וועטעראן מחנך און א עסקן ציבורי, א וועלט'ס רעדנער און א זייער טאלאנטפולער שרייבער, ווי אויך א דענקער און היסטאריקער, און גאר א גרויסער תלמיד חכם, ער איז אן איידעם ביים פוסק הדור דעברעצינער רב זצוק''ל דער בעל באר משה, יענער וואלט אים נישט גענומען פאר א חתנא דבי' נשואה אויב איז ר' שאול סתם נאך א סאנדס סטריט תלמיד, ער איז געווען דער חברותא פון ר' מענדל וועכטער מיט נאך גדולים ווי באבובער דיין הרב טויבער שליט''א, און ער רעדט טאקע פון די אלע אידן אין זיין גאר אינטערסאנטער באלערנדער און יא מאדערענער וועכנטליכן פאדקעסט.

און יא, עס איז א מאדערנער 'פאדקעסט' לכל דבר. ער האט געסט דארטן אויכט. אז איר ווילט ער זאל אייך האוסטן אי-מעילט אים. ער וועט אייך גערן האבן אויף זיין שוי.

הגם ער זאגט דאס נאך אריין אין א לענדמארק טעלעפאן דער גאנצער שעה און א האלב, ער האט נישט קיין מיקראפאון און נישט קיין העדפאונס אויך ניט. איז ער פולי דערהיינטיגט, און מאדערן לגבי איר תוכן, דהיינו אז ער הערט אויס אנדערע מענטשן אויך. ער ענטפערט מיר יעדן אימעיל. רוב מאל פריוואט אבער אסאך מאל אין פובליק, הגם ער באשמוצט מיך אויך דערביי אלץ ''סקיצאפרעניק'', 'משוגע', און די וואך אלץ א ''פערדער גרעיד גראדועיט'', נעמט ער אבער אין באטראכט אייביג מיין קריטיק אויף אים, דאס אפצוענטפערן.
 
לעצט רעדאגירט:
דאס אז אן אראבער האט אמאל גערעיפט אן אומצניעות'דיגער אוי.טי.די. מיידל; דאס איז קלאר יא ציוניסטישע אוי.טי.די. נארישע העסליכע פרעכע שקרים וכזבים בלוט בילבולים ''האסבארע'' פראפעגאנדע
איך מוז זאגן אז דו האסט רוח הקודש...

וויאזוי ווייסטו אז ס'איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לגבי מיין לעיבעלען ר' יוא' כהן, מיט די מציאות אז ער איז געווען א רוסישער שיכור. האב איך דאס בלויז געזאגט ווייל ער האט געפרעדיגט ציונות אויף די וועלט, ער האט געלעיבעלט סאטמאר, צוליב אונזער אנטי ציונות! ער האט דאס געטאן ווייל ער איז געווען אן אלטער פארקאלעכטער פארטייאישער שוטה רשע וגס רוח!
במחילת כבודך הגדול
איך האב נישט ליב צו גיין פרעזענליך, אבער חז''ל זאגן דעלך סני לחברך לא תעביד, זו היא כל התורה כולה ואידך פירושה הוא זיל גמור.
מילא דו אלץ איד, אז דו קענסט אזוי שרייבן אויף א צווייטער, זיכער אז ס'וועט דיך נישט שטערן אז מ'שרייבט אזוי אויך דיך.

נישט דיך און נישט ר' יואל האב איך געקענט פרעזענליך, אבער פון דיין שרייבן דא זעהט מיך אויס, אז ס'פאסט מער אויף דיך, דיינע אויסדריקן ווי, שיכור, און אלטער פארקאלעכטער פארטייאישער שוטה רשע וגס רוח!

ביטע נעם עס נישט פרעזענליך.

לגבי וואס דו שרייבסט אז ער האט געפרעדיגט ציונות אויף די וועלט, וואס איז דיין אפטייטש פון ציונות?
לויט ווי איך האב אלץ פארשטאנען איז ציונות דאס אז מ'וויל האבן אן אייגען לאנד, און די בחינה פון דעם, סיי פון נעמען א גאולה פאר די צייט און סיי פון האלטן אז דאס איז די אתחלתא דגאולה,
ווי רביה''ק והטהור זי''ע מ'סאטמאר איז מבאר אז דאס איז אסור בתכלית האיסור, אפי' מ'איז ווייטער שומרי תורה ומצוות,
און אזוי האבן געהאלטן אסאך גדולי ישראל - בעיקר פון אונזערע קרייזן
אנדערע גדולי ישראל בעיקר פון די מזרח'יסטישע קרייזן האבען געהאלטען פארקערט.

עכ''פ אזוי האב איך אלץ פארשטאנען אז דאס מיינט ציונות, אבער איך גלייב נישט אז דאס האט ער געפרעדיגט,
זיין רבי כ''ק אדמו''ר מ'ליבאוויטש שליט''א/זצ''ל האט דאך גאר שטארק געהאלטן קעגן דעם, און שטארק פארפירט אז דאס איז בכלל נישט קיין אתחלתא דגאולה (ער איז טאקע נישט געווען אויף איין בלאט מיט'ן סאטמאר רב ז''ל, אבער למעשה האט ער שטארק נישט געהאלטן פון די ריעון הציוני - נאר די וועג וויאזוי צו צוגיין צו דעם איז ער געווען מחולק)

אין מיינע אויגן איז עס נישט קיין חסרון, אבער איך גלייב נישט אז אזוי איז געווען די מציאות,
אדרבה, אויב האט ער יא אמאל גערעדט לטובת ריעון הציוני, וואלט איך מיך געפרייט אויב איינער קען מיך עס צו צייכענען
 
זייט געווארענט! ר' שאול'ס מטות מסעי תשפ''ה 'חצי שיעור' פאדקעסט איז קרוב צו 2 שעה לאנג, מלא ציונות אחוץ די לעצטע 20 מינוט, וואס איז זייער אמת!

unnamed (1).jpg

ר' יואלי פרידמאן פון קרית יוא' מוחה פאר'ן איינשפארן אן אינגער איטאליענער רוצח וואס האט הינריכטעט א אינשורענס עקזעקיוטיוו ווייל זיי צאלן נישט געהעריג אונזערע רפואה מעדיצינישע היילונגען. - ר' שאול רעדט ארום פון דעם פראבלעם די לעצטע צוואנציג מינוט פון זיין שיעור.

*

ר' שאול ציעט אויס זיין חצי שיעור פאדקעסט דעם וואך זייער לאנג מלא ציונות אז דער נייער מעיאר פון ניו יארק איז א קאמוניסט א שקר, און אז ער האט גערופן פאר א אינטיפאדא א שקר און אז אינטיפאדע מיינט הארגענען א שקר און אז ער איז אן אנטיסעמיט א שקר וכו' וכו' נאך שקרים וכזבים. פרעכע התגרות באומות!

אבער צום סוף שמועס אנאליזירט ער פארוואס די אינגווארג וואס זיי זענען געווען רוב וויילער ווילן דוקא דעם מוסלמענער ליבעראלער זאכראן מאמדאני אלץ מעיאר?

ער זאגט אז די איין פראצענטערס פון די וועלט די רייכע טראמפיסטן חסידים שוטים האבן אביוזד זייער פאוער.

כ'האב געטראכט צו מיר אז וועגן דעם איז טראמפ געווארן פרעזידענט נאכאמאל נאך אבאמא אז אזוי גייט די וועלט עס איז א צירקל, דאס מיינט ליידער אז עס צרות אז נאך מאמדאני ווערט מעיאר א ראסיסטישער הונטל ווי קואמא אליינס וואס האט אביוזד 13 פרויען ווי נחמי' וועבערמאן נאר איינס אדער 3 ווענדט זיך וועמען איר גלויבט. און האט געהארגעט מיליאנען עלטערע און קראנקע מענטשן ביי דעם קאווי''ד מגיפה פאר אפאר דאלער פון בען פיליפסאהן יואלי לאנדא וזופניק מיט נאך אפאר נוירסינג האום רצחנים גנבים וגזלנים.

כאטש ר' שאול ענטפערט נישט דירעקט אויף מאמדאני, זאגט ער אבער יא אז די אינגע חברה זיינען זייער לינק און ליבעראל געשטימט, ר' שאול זאגט אוואדאי אז עס איז די יצר הרע אז די נארישע סטודענדען ווילן נישט האבן אן אחריות אין לעבן ווי ער. אבער דאס איז דאך טיפישע היימישע רעדעריי, ער ברענגט זייער גוט ארויס דעם מצב ווי די וועלט דרייט זיך פארויס!

אבער טוהט אייך א טובה; הערט נישט אויס גארנישט נאר די לעצטע 20 מינוט די וואך, ווייל ר' שאול אליינס זאגט אז ער האט דאס אויסגעצויגן אזוי לאנג ווי די גלות, ווייל מיר זיצן ליידער אזוי לאנג אין די טראפיק, פון און צו די קאנטריס און קעמפס, די 8 גאר הייסע זומער וואכן.

רוב פראגראם רעכנט ער אויס יעדער אטאקע פון די אראבער אויף די ציונים, אבער גארנישט קיין איין ווארט פון קיין שום עוולה, פון די ציונים קעגן די אראבער.

הערט עס און האט הנאה פון עים דורך קליקן דא אויף דעם שורה!

נ.ב. - דע ערשטע 20 מינוט חלק איז פון ''דרייווען סעיפלי'', אויב האט איר נישט די ווייב אין פארענט פון קאר ביי אייער רעכטער זייט און לינקער זייט אין ענגלאנד אייך דאס צו זאגן.
 
לעצט רעדאגירט:
זייט געווארענט! ר' שאול קליין'ס מטות מסעי תשפ''ה 'חצי שיעור' פאדקעסט איז קרוב צו 2 שעה לאנג מלא ציונות אחוץ די לעצטע 20 מינוט וואס איז זייער אמת!

View attachment 7271

ר' יואלי פרידמאן פון קרית יוא' מוחה פאר'ן איינשפארן אן אינגער איטאליענער רוצח וואס האט הינריכטעט א אינשורענס עקזעקיוטיוו ווייל זיי צאלן נישט געהעריג אונזערע רפואה מעדיצינישע היילונגען.

*

ר' שאול ציעט אויס זיין חצי שיעור פאדקעסט דעם וואך זייער לאנג מלא ציונות אז דער נייער מעיאר פון ניו יארק איז א קאמוניסט א שקר, און אז ער האט גערופן פאר א אינטיפאדא א שקר און אז אינטיפאדע מיינט הארגענען א שקר און אז ער איז אן אנטיסעמיט א שקר וכו' וכו' נאך שקרים וכזבים. פרעכע התגרות באומות!

אבער צום סוף שמועס אנאליזירט ער פארוואס די אינגווארג וואס זיי זענען געווען רוב וויילער ווילן דוקא דעם מוסלמענער ליבעראלער זאכראן מאמדאני אלץ מעיאר?

ער זאגט אז די איין פראצענטערס פון די וועלט די רייכע טראמפיסטן חסידים שוטים האבן אביוזד זייער פאוער.

כ'האב געטראכט צו מיר אז וועגן דעם איז טראמפ געווארן פרעזידענט נאכאמאל נאך אבאמא אז אזוי גייט די וועלט עס איז א צירקל, דאס מיינט ליידער אז עס צרות אז נאך מאמדאני ווערט מעיאר א ראסיסטישער הונטל ווי קואמא אליינס וואס האט אביוזד 13 פרויען ווי נחמי' וועבערמאן נאר איינס אדער 3 ווענדט זיך וועמען איר גלויבט. און האט געהארגעט מיליאנען עלטערע און קראנקע מענטשן ביי דעם קאווי''ד מגיפה פאר אפאר דאלער פון בען פיליפסאהן יואלי לאנדא וזופניק מיט נאך אפאר נוירסינג האום רצחנים גנבים וגזלנים.

כאטש ר' שאול ענטפערט נישט דירעקט אויף מאמדאני, זאגט ער אבער יא אז די אינגע חברה זיינען זייער לינק און ליבעראל געשטימט, ר' שאול זאגט אוואדאי אז עס איז די יצר הרע אז די נארישע סטודענדען ווילן נישט האבן אן אחריות אין לעבן ווי ער. אבער דאס איז דאך טיפישע היימישע רעדעריי, ער ברענגט זייער גוט ארויס דעם מצב ווי די וועלט דרייט זיך פארויס!

אבער טוהט אייך א טובה; הערט נישט אויס גארנישט נאר די לעצטע 20 מינוט די וואך, ווייל ר' שאול אליינס זאגט אז ער האט דאס אויסגעצויגן אזוי לאנג ווי די גלות, ווייל מיר זיצן ליידער אזוי לאנג אין די טראפיק, פון און צו די קאנטריס און קעמפס, די 8 גאר הייסע זומער וואכן.

רוב פראגראם רעכנט ער אויס יעדער אטאקע פון די אראבער אויף די ציונים, אבער גארנישט קיין איין ווארט פון קיין שום עוולה, פון די ציונים קעגן די אראבער.

הערט עס און האט הנאה פון עים דורך קליקן דא אויף דעם שורה!

נ.ב. - דע ערשטע 20 מינוט חלק איז פון ''דרייווען סעיפלי'', אויב האט איר נישט די ווייב אין פארענט פון קאר ביי אייער רעכטער זייט און לינקער זייט אין ענגלאנד אייך דאס צו זאגן.
ווי קומט די בילד אריין דא?
 
פרשת דברים תשפ''ה לענגעסטער חצי שיעור פאדקעסט מר' שאול קליין על קול מבשר טעל האטליין ואידיש24.קאם איז ברוך השם גענצליך ריין פון זיין ציונות פאר איבער 2 שעות לאנג!

1753796297286.png

הוד כ''ק מרן הראב''ד מסאטמאר הגאון הצדיק רבי ישרא' חיים מנשה פריעדמאן זצוק''ל, האט טאקע מתיר געווען דעם קרית יוא' פובליק סקול אראפצונעמען מזוזות און ארויסצורייסן דעם שם השם יתברך פון די שערי חמלה קאריקולים אלעס פאר א פאר טאלער פון די רעגירונג מיט'ן תירוץ אז דאס איז א שפיטאל נישט קיין בית חינוך...

אבער האט זיך אפגעוואשן זיינע זינד מיט'ן ארויסשטויסן דעם אהרוני מקרי פון סאטמאר לידערשיפ און אריין ברענגן זיין קליינטישיגער עם הארץ ברודערקע פון בארא פארק דעם זאלוני צו ווערן סאטמאר רבי לדודות פאר ערליכע אידן דערמיט האט ער געטוישט זיין היסטארישע לעבן לזיכרון טוב. - ר' שאול קליין רעדט ארום וויאזוי הרב פריעדמאן האט גענומען שימוש פון זיין שווער דעברעצינער רב ז''ל.

איך מוז מיך באדאנקן פאר ר' שאול קליין אז ער איז גענצליך ריין פון זיין טמאנער געווענליכער ציונות, די וואך, כאטש עס איז זיין לענגסטער פאדקעסט פון איבער 2 שעות לאנג!

ער זאגט איבער די זעלבע זאכן ווי אייביג סא קענט איר ווארטן אויף דאנערשטיג נאכט ווען איר פארט ארויס אין קאנטרי, די טראפיק דורשטופן מיט אימן אויף ספיקער אין קאר; איר וועט מיך מכיר טובה זיין:

די טעמעס זענען קודם די ערשטע צוויי פון פאריגער וואך וויאזוי די אינשורענס פירמעס צאלן נישט קיין שום אפאראציע אדער מעדיצין וואס די דאקטוירן הייסן אייך דורכגיין. דאס טוען זיי צו מאכן רייך זייער סטאק פאר די אינוועסטירער און ארבייטערער. א גרויסער גנבים שווינדל. ווי אויך רעדט ר' שאול ארום קעגן די חסידים וואס דרייווען עס. יו. ווי.'ס אז דאס איז זייער סכנה'דיג, ער רעדט בעיקר צו די פדיון שבוים נחמי' וועבערמאן פריזן גארדס וואס דרייוון אויך עס. יו. וויס. און פיק-אפ טראקס פאר זייער שניי אין די פארמס אין יענע רורעל געגענטער.

אבער די עיקר טעמע איז די יארצייט פון זיין שווער דער פוסק פון דעם דור גראד נאך די מלחמה ווי ער האט געגעבן שימוש פאר שפעטערע רבנים אויכט, א שטייגער ווי ר' ישרא' חיים מנשה פריעדמאן דער סאטמערער גדול הדור ופוסק פון אונזערע זיידעס באבעס טאטעס מאמעס אונז און אונזערע קינדער. ר' שאול ברענגט אונז אריין אינטים אין ר' ישרא' חיים מנשה'ס פריערדיגער גילגול ווען ער האט נאך געארבייט פאר פרנסה מיט אים אין פאסט אפיס און דערנאך ווען ער איז געווארן א מגיד שיעור ביים ברך משה אין סיגוט בארא פארק און דערנאך ווען ער האט זיך געלערנט פאר דיינות ביים דעברעצינער רב אין שטוב; וויאזוי ער האט זיך געשפילט מיט דעברעצינער רב ז''ל'ס קינדערלעך אז די רביצן ר' שאול'ס שוויגער זאל קענען קאכן און זיין שווער דעברעצינער רב זאל קענען געבן שימוש פאר'ן סאטמער'ן פוסק הדורות דער ראב''ד זי''ע.

Yiddish 24 | חצי שיעור - הרב שאול קליין
 
פאר אייער אינפארמאציע. קאשוי רב און מאנטעוועדיע רב האבן ביידע אייניקלעך דארט כהיום.
 
פאר אייער אינפארמאציע. קאשוי רב און מאנטעוועדיע רב האבן ביידע אייניקלעך דארט כהיום.
ס'מאכט עס נישט מותר אדער אסור אויב מ'האט קינדער אדער אייניקלעך וואס פאלגן נישט דיין פסק
 
אז דער חשוב׳ער דיין רבי ריח״ם פרידמאן ז״ל האט
א חלק אין מחזיק זיין די הייליגע מוסד פון די סקול
דיסטריקט , איז זיכער א טובה פאר זיין נפש/נשמה
בעולם העליון , קען דען זיין א זאך גרעסער פון
העלפן נדכאים וחולים השם ירחם ,

די וואס האבן גישטערט , האבן אלע חרטה גיהאט

דער ריח״ם פרידמאן , האט אויך צי זיין קרעדיט
אז ער האט מחזק גיוועהן מהרי״י ט״ב שליט״א
צו ברענגען אויף סאטמאר ,
מיט דעם האט ער צוריקגישטעלט די כבוד הקהילה ,אז די האובדים בארץ אשור , וואס זענען גיוועהן פארוואגלט פון סאטמאר ,
מאיזה סיבה שיהיה ,צו זיי האבן נישט געגליכן דעם
ברך משה ,צו אנדערע וואס האבן א שנאה צו דעם מהר״א
און מיט די התמנות פון מהרי״י
שבו ובאו כולם
להתאחד , איז דאך א בחינה פון ויחן ישראל ,בלב אחד , אלעס אונטער א נאמען סאטמאר .
 
פרשת דברים תשפ''ה לענגעסטער חצי שיעור פאדקעסט מר' שאול קליין על קול מבשר טעל האטליין ואידיש24.קאם איז ברוך השם גענצליך ריין פון זיין ציונות פאר איבער 2 שעות לאנג!

View attachment 7569

הוד כ''ק מרן הראב''ד מסאטמאר הגאון הצדיק רבי ישרא' חיים מנשה פריעדמאן זצוק''ל, האט טאקע מתיר געווען דעם קרית יוא' פובליק סקול אראפצונעמען מזוזות און ארויסצורייסן דעם שם השם יתברך פון די שערי חמלה קאריקולים אלעס פאר א פאר טאלער פון די רעגירונג מיט'ן תירוץ אז דאס איז א שפיטאל נישט קיין בית חינוך...

אבער האט זיך אפגעוואשן זיינע זינד מיט'ן ארויסשטויסן דעם אהרוני מקרי פון סאטמאר לידערשיפ און אריין ברענגן זיין קליינטישיגער עם הארץ ברודערקע פון בארא פארק דעם זאלוני צו ווערן סאטמאר רבי לדודות פאר ערליכע אידן דערמיט האט ער געטוישט זיין היסטארישע לעבן לזיכרון טוב. - ר' שאול קליין רעדט ארום וויאזוי הרב פריעדמאן האט גענומען שימוש פון זיין שווער דעברעצינער רב ז''ל.

איך מוז מיך באדאנקן פאר ר' שאול קליין אז ער איז גענצליך ריין פון זיין טמאנער געווענליכער ציונות, די וואך, כאטש עס איז זיין לענגסטער פאדקעסט פון איבער 2 שעות לאנג!

ער זאגט איבער די זעלבע זאכן ווי אייביג סא קענט איר ווארטן אויף דאנערשטיג נאכט ווען איר פארט ארויס אין קאנטרי, די טראפיק דורשטופן מיט אימן אויף ספיקער אין קאר; איר וועט מיך מכיר טובה זיין:

די טעמעס זענען קודם די ערשטע צוויי פון פאריגער וואך וויאזוי די אינשורענס פירמעס צאלן נישט קיין שום אפאראציע אדער מעדיצין וואס די דאקטוירן הייסן אייך דורכגיין. דאס טוען זיי צו מאכן רייך זייער סטאק פאר די אינוועסטירער און ארבייטערער. א גרויסער גנבים שווינדל. ווי אויך רעדט ר' שאול ארום קעגן די חסידים וואס דרייווען עס. יו. ווי.'ס אז דאס איז זייער סכנה'דיג, ער רעדט בעיקר צו די פדיון שבוים נחמי' וועבערמאן פריזן גארדס וואס דרייוון אויך עס. יו. וויס. און פיק-אפ טראקס פאר זייער שניי אין די פארמס אין יענע רורעל געגענטער.

אבער די עיקר טעמע איז די יארצייט פון זיין שווער דער פוסק פון דעם דור גראד נאך די מלחמה ווי ער האט געגעבן שימוש פאר שפעטערע רבנים אויכט, א שטייגער ווי ר' ישרא' חיים מנשה פריעדמאן דער סאטמערער גדול הדור ופוסק פון אונזערע זיידעס באבעס טאטעס מאמעס אונז און אונזערע קינדער. ר' שאול ברענגט אונז אריין אינטים אין ר' ישרא' חיים מנשה'ס פריערדיגער גילגול ווען ער האט נאך געארבייט פאר פרנסה מיט אים אין פאסט אפיס און דערנאך ווען ער איז געווארן א מגיד שיעור ביים ברך משה אין סיגוט בארא פארק און דערנאך ווען ער האט זיך געלערנט פאר דיינות ביים דעברעצינער רב אין שטוב; וויאזוי ער האט זיך געשפילט מיט דעברעצינער רב ז''ל'ס קינדערלעך אז די רביצן ר' שאול'ס שוויגער זאל קענען קאכן און זיין שווער דעברעצינער רב זאל קענען געבן שימוש פאר'ן סאטמער'ן פוסק הדורות דער ראב''ד זי''ע.

Yiddish 24 | חצי שיעור - הרב שאול קליין
ביסט זיכער ס'איז די לענגסטע?
לענגער פון פאריאר ת''ב?

און אז מ'האט שוין דערמאנט די קרית יואל פאבליק סקול,
בעצם וואלט מען געדארפט עפענען א באזונדערע שנירל איבער דעם.

איך האב אלץ געמיינט אז די לוחמים קעגן דעם זענען דאך געווען גרויסע עקסטראמיסטן, און באמת איז עס נישט געווען קיין פראבלעם,
ווייל למעשה די קאשוי רב ז''ל מיט ר' מאטעלע וויזניצער ז''ל האבן מוחא געווען אויף אלעס, און די מאנטיווידיע רב ז''ל איז אויך געווען עקסטרעם.
(ר' יחזקאל ראטה ז''ל האט מסתמא געהאט חשבונות...)

אבער למעשה איז עס גארנישט אזוי פשוט - עכ''פ פאר סאטמאר
ע''פ וואס די רבי ז''ל שרייבט אין ויואל משה וואלט יא אויסגעקומען אז ס'איז לכאורה גאר הארב, פאר א איד צו זאגן פאר די גוים עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן לויט די תורה,
זאגן אז מ'גייט נישט רעדן פון אידישקייט איז לכאורה א גרויסע עוולה אפי' מ'זאגט עס נאר פארן גוי - און מ'טוט עס נישט למעשה.

אין מאמר שלש שבועות סי' ע''ו שרייט די רבי:דלשנות אף דין א' מדיני התוה''ק אפילו לומר רק בפני האומות על מה שהוא פטור חייב או על חייב פטור צריך למסור עצמו למיתה שלא לאמר כן, עכ''ל עיין שם ההמשך וכו'
ס'זעהט קלאר אויס, אז מ'טאר נישט זאגן פאר קיין גוי אז איך גיי נישט דערמאנען די נאמען פון די רבש''ע אדער אז מ'גייט נישט לערנען און טוהן די מצוות, אפי' אויב ס'איז א שפיטאל - ווייל דאס גייט אריין אין כפירה ווי מ'דארף זיך לאזן הרג'נען.

די אמת איז, אז איך האב נישט געזען די קו''ק און קונטרסים פון יענע צייט, ס'איז מסתמא געווען בין לאיסור און בין להתיר, דארף מען אז איינער זאל דאס די פארשאפן, אבער מסתמא פון די ויואל משה קוקט אויס אז ס'איז א פראבלעם.
 
1753809492391.png

דער אהרוני מקרי האלט אן זיין שוואנצנות ציוניסטישע מנהג פון זיין שווער לבית וועזיניץ צו פארייכערן א לילקע ביי זיין פורים טיהש כאטש מיר ווייסן שוין היינט אז עס איז נישט געזונט אבער ער וויל דאך טאן מעשים משונים אנציהאלטן דאס חסידות פארטייאישקייט קולטישע היציגקייט אז זיינע שווענץ זאלן מיינען ער איז ערליך.

לענין, א לייוו שיעור איז דאך נישט סקריפטעט, ס'איז סתם א פיליבאסעטער שמועס אין מקוה ווייל מ'קען דאך נישט ארבייטן אין תשעה באב. אבער א געהעריגער פאדקעסט איז דאס די לענגסטער פון ר' שאול'ס אכט יאר זינט ער האט פארלאזט דעם צייטונג נייעס באריכט.

כלפי דעם קרית יוא' סקול דיסטריקט האט שוין יעדער איינער תשובה געטאן. די זאליס און בני יוא' תיכף ומיד דורך הנגיד וואלי לעפקאוויטש דער גרינדער פון שערי חמלה, וואס האבן זיך גראד אפגעטיילט פון די אהרונים נאך פאר וויזיניצער רבי ר' מאטעלע אדער קאשוי רב ור' חזקא' ראטה ור' אברהם לייטנער האבן געפסקאנט סיי וואס. און די ברך משה האט תשובה געטאן סוף ימיו מיט זיינע רעבנים שווענץ ווי ר' ישרא' חיים מנשה ור' חיים דוד כ''ץ ור' משה מנחם טירנויער מיט'ן ארויסשטויסן דעם אהרוני מקרי פון סאטמאר לידערשיפ און אריין ברענגן זיין עם הארץ קליינער בעיבי זאליקא זיך צושטעלן צו דעת תורה!

איך האלט נישט ביים עפענען א באזונדער אשכול פאר דעם אהרוני מקרי אליינס און זיינע שמוציגע שווענץ וואס זענען נאך עומד במרדם נגד הקב''ה, און איך עצה דיך אויך נישט זיי צו פארענטפערן דא אויף קרעמל, מיר האבן געהאט די גדולי עולם ווי קאשוי רב ר' אברהם לייטנער און ר' מאטעלע מיט ר' חאצקעל ראטה, און רוב מתירים האבן שוין קלאר צוריק געצויגן פון זייער היתר אחוץ ר' געציל בערקאוויטש וואס איז סתם א שוואנץ פאר די פארטיי צו האבן א זשאב פאר זיינע קינדער און אייניקלעך. ער איז דאך נישט קיין סוד אז זיין תורה איז בלויז צו פארדייטיגן אהרוניזם. ער זאגט דאך אויך אז מיר זענען ''ממזרים'' ווייל אונזערע עלטערן האבן נישט געוואלט נעמען פאר סידור קידושין זיין גאט אהרנען.
 
View attachment 7596

דער אהרוני מקרי האלט אן זיין שוואנצנות ציוניסטישע מנהג פון זיין שווער לבית וועזיניץ צו פארייכערן א לילקע ביי זיין פורים טיהש כאטש מיר ווייסן שוין היינט אז עס איז נישט געזונט אבער ער וויל דאך טאן מעשים משונים אנציהאלטן דאס חסידות פארטייאישקייט קולטישע היציגקייט אז זיינע שווענץ זאלן מיינען ער איז ערליך.
מנהג פונעם עצי חיים
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top