גראדע אויף דעם דינג איך זיך. ער איז יא געווען א גאון אין תורה, ווי מ'זעט פון פיל שיחות און אנדערע ערטער. אבער צו דעם אלעם האט ער נישט געהאט די שכל צו באלאנסירן זיין כשרונות.
דער גאנצע יפוצו איז א סקעם פאר אנדערע סבות, נישט נאר וואס איך האב פריער דערמאנט - אז זיי פארגעסן די המשך פון די בריוו דארט. עס איז א סקעם ווייל עס איז אין ערגעץ נישט אנגעקומן. ווען א פרייע איד לייגט תפילין, איז דאס נישט קיין קיום פון יפוצו. און ווען א פאליטישן אין ווענעזועלע טוט אן א קאפל און עסט א בלינץ, האט דער בעל שם טוב גארנישט דערפון.
און דער רמב"ם רעדט בכלל נישט פון די דור וואס מיר זען, ווי אידן ליידער דערווייטערן זיך נאכאלס פון זייער באשעפער און תורה, און די נחמה פורתא ממש פון די בעלי תשובה ערשיינונג איז בטל במיעוטו לויט וויפיל אוועק געפאלענע מיר זען טעגליך, כולל נישואי תערובות און שמד ממש. ליידער ליידער זען מיר גארנישט, און מיר האפן אז באופן נס ופלא וועט משיח קומן פתאום, ווייל די מהלך איז גארנישט קענטיג.
דער טיטול און תואר׳גאון׳איז גיוועהנליך רעזערווירט פאר א גדול וואס טהוט אין סוגיות הש״ס הוויות אביי
ורבא בירורי הלכות על דרכי לימוד הישיבות והוראה
דער רבי פון ליובאוויטש האט גיהאט בקיאות אין מדרשים און מאמרי חז״ל,אויף אן אויסנאם אופן מיט
זיין וואונדערליכן זכרון , פונדעסטוועגן איז נישט באקאנט זיין ידיעה און פוסקים און לימודי ישיבות
איז דער נאהמען ׳גאון׳נישט פאסיג
ביי די תנאים,איז אויך גיוועהן וואס האבן זיך מער
ספעשילייזט אין אגדה, ווי עס איז דא דער לשון עקיבא מה לך אצל אגדות כלך אצל הלכה
יעדער גדול האט זיין ספעשילטי
דאס מאכט איהם נישט קלענער , אבער אז מען נוצט א תואר וואס אין הכתר הולמתו איז עס א גריעותא
מען קען אויך מעיר זיין,אויף דעם וואס עס איז דא
מאנכע וואס זאגן אז זיין דרך איז דער ׳יפוצו׳ פון חסידות פון בעש״ט,אז באמת לא קרב זה אל זה
זיי זענען מלביש א נייע דרך פון אהנטהון תפילין
פאר א ייד וואס האט נישט גילייגט תפילין פון די בר מצוה ביז די גבורות שמונים,און מער וועט ער על פי רוב מסתם נישט לייגן,אז מיט דעם איז דא א שמחה אין די עולמות און הקב״ה חדי בבתי גוואי ובבתי בראי
און מען רופט יידן קומען אין שוהל אום שבת, ווען עס איז ידוע אז ער קומט צופאהרן מיט חילול שבת און מען זאגט נישט גארנישט ווייל מען מוז נישט אלעס זעהן ,ווייל דאס איז דער וועג פון מקרב זיין די נדחים
יא אמת,עס איז א דרך,עס איז קלאהר אז יידן ווערן מקורב און מען קען קומען צו א מסקנא אז יצא הפסדו בשכרו , און דאס האט דער 7 רבי מחדש גיוועהן,און מען גיט איהם פול קרעדיט
אבער דאס האט גארנישט מיט דרך בעש״ט, און אויך נישט מיט די חסידות פון בעל התניא אדער שפעטערע מנהיגים פון חב״ד
צוזאגן אז דאס איז דער דרך בעש״ט איז כרחוק
מזרח ממערב און עס איז אן אדרת שער למען כחש.