- זיך איינגעשריבן
- אוג. 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 478
- רעאקציע ראטע
- 2,003
כ'פלאן צו אראנדזשירן א מאסיווע כינוס אין גואטומאלא קומענדיגן חול המועד ווי מ'וועט דארטן אינטערוויוען 2 ניו יארקע קינדער - חרד'ישע קולט איבערלעבער, אפשר אזוי וועט דאס ברענגען אן אויפוואכונג אז יהדות גואטומאלא זאל עפעס טון פאר ילדי ניו יארק.איך קען ממש נישט וואטשן אזוינע ווידעאס ווארום מיין הארץ גייט מיר אויס פאר קנאה צו די לב טהור וויקטימם'ס, הלמאי זיי קומט מען ראטעווען און מיך קומט קיינער נישט ראטעווען
וואו זענען די עסקנים וואס זארגען זיך אזוי שטארק צוליב דעם וואס מ'הונגערט אויס קינדער אין גואטומאלא?
זאג! דו ווייסט וויפיל קינדער האבן נעבעך געהינגערט דעם פסח אין ניו יארק צוליב נארישע קולטישע מנהגים פון זיך נישט מישן (חוץ מיט קדם און סאכדעס)?
וואו זענען די עסקנים וואס זארגען זיך אזוי שטארק צוליב דעם וואס מ'מאכט חתונה טינעידזשערס אין גואטומאלא שלא מדעתם?
זאג! דו ווייסט וויפיל טינעידזשערס ווערן דא פארהייראט אין ניו יארק יעדן איינציגן טאג שלא מדעתם?
וואו זענען די עסקנים וואס זארגען זיך אזוי שטארק צוליב דעם וואס משפחות וואוינען אין גואטומטלא אין דירות סרוחות צוקוועטשט און אן קיין הומאניטארישע באדינגונגען?
זאג! דו ווייסט וויפיל משפחות דא אין ניו יארק וואוינען צוקוועטשט אין דירות סרוחות געשטאפט מיט קינדער אלעס ווייל זיי זענען נעבעך אין א קולט וואס מאכט זיי גלייבן אז דאס איז גוט?
וויפיל נאך מאמעס ברויכן טאנצן פון דעכער ביז די עסקנים וועלן אונז אויכעט קומען ראטעווען פון די חרד'ישע קולט???
עד מתי
אין ארץ ישראל זענען זיך די מועצת גדולי התורה צוזאמגעקומען אויף א שטורעמישע אסיפה צו באהאנדלן די גזירת החינוך וואס פלאגט דעם ניו יארק'ער אידנטום, בעת וואס אין ניו יארק האט זיך התאחדות הרבנים צינויפגעזעצט אויף אן אסיפה צו באהאנדלען דעם גזירת הגיוס וואס דראעט אויף דעם ארץ ישראל'דיגן אידנטום...
אזוי גייט עס: יעדער וואשט דעם צווייטנס שמוץ וועש, כל הנגעים אדם רואה, חוץ מנגעי עצמו (נגעים ב-ה)
לעצט רעדאגירט: