להיות עם חופשי בארצנו??

איש מבקש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יאנ. 9, 2025
מעסעדזשעס
1,039
רעאקציע ראטע
5,190
פונקטן
933
איך גיי נאכאמאל טרייען צו מסביר זיין מיין שטאנד כלפי א"י, לאמיר זעהן צי איך פארשטיי עס!!

א"י איז געווארן א לאנד אפישעלי נאך די צווייטע וועלט מלחמה אלס א מקלט פאר'ן גלות איד, אז ער זאל האבן א פלאץ וואו ער איז מער נישט אויסגעשטעלט צו רוצחים וואס די גלות ברענגט אהער. אונז האבן א אייגענע רעגירונג, אונז האבן א אייגענע מיליטער, דערוואגן זאל זיך איינער נאכאמאל אונז צו טשעפען!

ס'האט זיך אבער ארויסגעשטעלט, אז ממש פון אנהייב, איז א"י ביזי א גאנצן צייט צו פארטיידיגן זייער "גלות פרי" לאנד פון רוצחים וואס ווילן אונז זעהן טויט, און זעהן אונז טויט,

חברה, איך בין טאקע אויפגעוואקסן אין סאטמאר, אבער ענק ווייסן שוין ביי נאו וואס איך האלט וועגן מיין חינוך.. סא שרייטס נישט אויף מיר סאטמאר!

לאמיר רעדן פון איין איד צו א צווייטע איד: איז דאס די לאנד וואס דארף אונז צי געבן מנוחה פון גלות?

די שפראך, "אפאר אידן איז א קליינע פרייז צו צאלן אז איראן זאל נישט האבן קיין אטאם", קודם די חוצפה פון א פעלאו איד צו שרייבן אזעלכע ווערטער, וואס טוסטו ווען דיין זון ווערט ח"ו גע'הרג'עט? צווייטנס, אזוי? אויף דעי לאנד האב איך ארויסגעקוקט? אז איך האב נאר דעי צוויי אפשענס אויפן טיש?

יא איך ווייס, ס'נישט קיין פאפולערע טעיק וואס איך זאג, ווייל ביי יעדעם איז א"י א לאנד, סא אקעי, נעקסט, "מלחמה", וואס קען מען טון...?

אבער טראכטס א מינוט.. מ'רעדט נישט פון רוסלאנד/אוקריינע יעצט, מ'רעדט פון אידן אזוי ווי מיר און דיר..!

שאר, ווען די נייעס איז ארויסגעקומען דאנדערשטיג 8 צייט, איך בין געזעצן ביי א סאטמארע סיום, סא איך האב געדארפט גיין אין טוילעט טאנצן, און איך קליק ריפרעש אויף עקס צו זעהן צי כומעני האט שוין זיינע 70 נקיבות,

אבער פון צייט צו צייט דארף איך מיר אליינס פאטשן אין פנים..

וועק אויף דיין גאנצע משפחה 2:00 AM, גיי אראפ צום קעלער, הער זעצעס פון אלע זיייטן, ענטפער שווערע קשיות פאר דיינע קינדער, לייג זיי צוריק שלאפן, וועק דיך אויף צו אראפגעווארפענע בילדינגס, און נאכדעם גיי אין אפיס ווען דיין ווייב איז מיט אלע קינדער אינדערהיים, און ווען ס'קלינגט נאכאמאל אינמיטן טאג דארף דיין ווייב אליינס אראפגיין מיט די חברה, יעצט גיי אויף עקס און ריפרעש נאכאמאל צו זען וואס נאך ס'טוט זיך אין איראן...

ענק כאפן? און איך דארף נאך זינגען "להיות עם חפשי".

טא קאנקלוד, אידן דארפן א לאנד ווי מ'גייט נישט זיין אויסגעשטעלט צו פראגראמען און רציחות,
א"י האט זיך אבער ארויסגעשטעלט צו זיין א קלאסישע טעות!

איך דארף נישט א לאנד ווי אראבערס קענען רעיפן און הרג'ענען אידישע פרויען, דאס האב איך געהאט אין פוילן אויך, איך דארף נישט קיין לאנד ווי שעלטערס איז א חלק פון לעבן.

פאלג מיר א גאנג
 
שאר, ווען די נייעס איז ארויסגעקומען דאנדערשטיג 8 צייט, איך בין געזעצן ביי א סאטמערע סיום, סא איך האב געדארפט גיין אין טוילעט טאנצן,
אין איך קליק אויך ריפרעש אויף עקס צי זעהן צי כאמעני האט שוין זיינע 70 נקיבות,
1000026174.gif
 
א"י איז געווארן א לאנד אפישעלי נאך די צווייטע וועלט מלחמה אלס א מקלט פאר'ן גלות איד, אז ער זאל האבן א פלאץ וואו ער איז מער נישט אויסגעשטעלט צו רוצחים וואס די גלות ברענגט אהער. אונז האבן א אייגענע רעגירונג, אונז האבן א אייגענע מיליטער, דערוואגן זאל זיך איינער נאכאמאל אונז צו טשעפען!

ס'האט זיך אבער ארויסגעשטעלט, אז ממש פון אנהייב, איז א"י ביזי א גאנצן צייט צו פארטיידיגן זייער "גלות פרי" לאנד פון רוצחים וואס ווילן אונז זעהן טויט, און זעהן אונז טויט,
דאס איז דיין טעות.
די סיבה פארוואס 'אונז' זאלן האבן ארץ-ישראל איז וויבאלד דאס איז אונזער לאנד, פינטל. די לאנד וואס דער אייבערשטער האט צוגעזאגט פאר אברהם יצחק און יעקב, דארט איז אונזער וואוינונג. אונז באלאנגען דארט און דאס באלאנגט פאר אונז. 'גלות פרי' מיינט אז קיינער באהערשט נישט איבער אונז, נישט אז קיינער וועט זיך נישט דערוואגן אונז אטאקירן.
 
@איש מבקש קען זיין דו זאגסט דברים של טעם, אבער וואס איז דיין אנדערע אפציע? בלייבן אין DM Camps ביז איינער וועט רחמנות האבן און אריינלאזען אדער גיין צו די צופארענע סאוט אמעריקא לענדער וואס האבן יא אריין געלאזט?

איך זאג קען זיין ווייל בעצם באלאנגען מיר ממילא אין אר"י ווי @מלך האט געשריבען
 
נישט האבן א אייגענע לאנד האט געקאסט זעקס מיליאן קרבנות.
איך הייב נישט אן פארשטיין די טענה אז די מדינה איז א דורכפאל? וואס קען זיין א ערגערע דורכפאל פון זעקס מיליאן אידן ווערן גע'הרג'עט, ווייל מען האט נישט קיין מדינה?

יא, האבן א מדינה קאסט אויך א פרייז, עס איז נישטא קיין בחינם'דיגע מיטאג סעודה (there is no free lunch).

דו ווייסט וואס נאך, אמעריקאנע אינדעפענדענס קאסט אויך א פרייז, יא קוק נאך וויפיל אמעריקאנע סאלדאטן זענען שוין געגאנגען על קידוש אמעריקא.

אזוי גייט די וועלט, מען מאכט א קאסט-בענעפיט אנאליז, און מען מאכט א החלטה.

קאסט פון אינדעפענדענס:
1. אויפהאלטן א מיליטער האט א פרייז פון לעבנס
2. פיינטליכע לענדער הרג'נן ציווילע

בענעפיט:
1. זעקס מיליאן אידן בלייבן לעבן

זאג דו מיר, וואס איז ענדערשער?
 
דייטשלאנד וואלט נישט גע'הרג'עט ווען אידן האבן א לאנד?
 
ייש"כ @איש מבקש, זייער שיין און געשמאק געשריבן. מענטשן מיינען אז וויבאלד מ'איז שוין גרויס און אויפגעקלערט, מוז מען זיין אקעגן יעדע זאך וואס מ'האט אונז מחנך געווען.
ס'נישט אזוי, מ'דארף דן זיין יעדע זאך לגופו.

און וועגן די עצם שאלה, איז קלאר לענ"ד אז די גאנצע א"י איז געווען א מיאוס'ן מיסטעיק, און מ'וואלט ענדערש געדארפט גיין קיין אוגאנדא.
די פראבלעם איז נאר, אז די רעליגיעזע וואלטן נישט געקומען אהין. קומט אויס, אז די גאנצע איצטיגע מצב זענען די רעליגעזע שולדיג. וכן אמר הרב מבריסק אודות הכנסיה הגדולה תרצ"ז, חזקיה וסייעתו לא השלימו, שבנא וסייעתו השלימו, ועליהם מוטלת האחריות על כל הדם הנשפך כמים.
ויש להאריך עוד
 
איך גיי נאכאמאל טרייען צו מסביר זיין מיין שטאנד כלפי א"י, לאמיר זעהן צי איך פארשטיי עס!!

א"י איז געווארן א לאנד אפישעלי נאך די צווייטע וועלט מלחמה אלס א מקלט פאר'ן גלות איד, אז ער זאל האבן א פלאץ וואו ער איז מער נישט אויסגעשטעלט צו רוצחים וואס די גלות ברענגט אהער. אונז האבן א אייגענע רעגירונג, אונז האבן א אייגענע מיליטער, דערוואגן זאל זיך איינער נאכאמאל אונז צו טשעפען!

ס'האט זיך אבער ארויסגעשטעלט, אז ממש פון אנהייב, איז א"י ביזי א גאנצן צייט צו פארטיידיגן זייער "גלות פרי" לאנד פון רוצחים וואס ווילן אונז זעהן טויט, און זעהן אונז טויט,
סא דו האלטסט אז ווען נישט די אויפשטעל פון מד"י וואלט געווען ווייניגער אידישע קרבנות זייט תש"ח?
 
צו די אלע וואס טענה׳ן אז די מדינה איז א דורכפאל.
וואס איז ענקער פלאן אויב קומט נאך א האלאקאוסט, ווער וועט מלחמה האלטן פאר אייך?
די א.ג. דורכגעפאלנע מדינה איז גרייט אפצושלאגן אזאנס, לאמיר הערן וואס גייט מהר"א און משה דוד נידערמאן טון צו אפהיטן כלל ישראל?

ס'איז אסאך פאן צו נעמען יעדע קליינע דורכפאל פון מדינת ישראל און לאכן, זעהסט, כ'האב דיר געזאגט זיי טויגן נישט אויף גארנישט, די ציונים שפילן הויז, אבער ווען צואה שלאגט די ווינטעלאטור (Shit hits the fan) איז דא איין עצה, אנטלויפן קיין ארץ ישראל.
די צה"ל וועט מלחמה האלטן און זיך מקריב זיין פאר כלל ישראל, אפילו פאר סאטמאר און נטורי קרתא, לאמיר הערן וואס איז די פלאן פון די ווילידזש אוו KJ און פאל פון א האלאקאוסט?
 
צו די אלע וואס טענה'ן אז די מדינה איז א דורכפאל.
ס'איז אסאך פאן צו נעמען יעדע קליינע דורכפאל פון מדינת ישראל און לאכן,
יו מיסד די פאונט.. פארוואס טראכסטו אז איך זוך צו זעהן די מדינה דורכפאלן? פונקט קאפויער, דו פרעגסט מיר? איך האב געהאלטן פון אנהייב אן אז זיי זאלן שיסן ראקעטס אויף עזה, אזוי ווי חאמאס שיסט צו זיי, אוועק מיט די גיידעד מיסלס. יעדע 6 שעה וואס גייט דורך און אונז באקומען נישט די האסטידזשעס צוריק, פליט נאך איינס, ס'קומט אן אויף ציווילע? מיי בעד, האסט נאך 6 שעה..

אין איך האלט אויך אז מ'דארף טויטן טעראריסטן, וואס איז דאס איינשפארן אין תפיסה און באפרייען ביי די נעקסטע האסטיזש דיל? הענג אים אינמיטן שטאט!! נאר וואס דען? די "עם חפשי" לאנד האט פרעשור פון די גאנצע וועלט, זיי טרייען זיך פאר יעדעם צו געפעלן!

איך זאג דזשאסט אז דו קוקסט אויף די לעצטע 70 יאר וויפיל אידישע בלוט ס'האט זיך געגאסן, מאכט א מענטש טראכטן, מה לי לצרה הזאת?

קען טאקע זיין אז א"י דארף אנהייבן נישט צו געבן א פ*ק וואס די וועלט זאגט און אנהייבן פראטעקטן זייערע מענטשן ווי ס'דארף צי זיין, און דעמאלס וועט זיין מנוחה, נישט ווארטן ביז זי כאפט געבראטענע מכות, און מסביר זיין פאר די וועלט פארוואס ביזט בארעכטיגט צו גיין אין מלחמה, די וועלט גייט דיך עניוועי פיינט האבן, קוק ווי שנעל די סימפאטיע צו OCT. 7 האט אויסגעוועפט..
 
יעצט רעדסטו אינגאנצן אנדערע דיבורים פון פריער.

מיט "דעם" ביזטו גערעכט, אבער ווילאנג מיר ביידע זענען נישט אין די רעגירונג פארשטייען מיר נישט די לחץ וואס זיי האבן פון די "וועלט".
אדרבא זאל די עם חפשי דרוקן די רעגירונג פאר מער חפשיות פון די וועלט, אולי יעזור
 
בעצם, 'להיות עם חופשי בארצנו' איז א בלאף – ווייל מיר זענען דאך נישט באמת פריי, אויב מ׳האט אונז נאך אלס פיינט און מ׳מוז זיך שטענדיג פארטיידיגן.

נאר וואס יא – בעסער אזוי ווי דא, אין אייגענער לאנד, ווי אין גלות אנגעוויזן אויף די רחמנות פון אנדערע. און אויב ווערסטו געטארגעט מיט מעס דשענאסייד, קענסטעך גיין וויינען צו די באהערדע, נאטינג מאר.

משא״כ דא – האסטו א מדינה, א רעגירונג, און א מיליטער וואס שטייט גרייט זיך צו ווארפן אין פייער פאר דיר.
 
איך זאג אז ווען מדינת ישראל גייט ווען אין קריג מיט דייטשלאנד העטעך פעטעך וואלט מדינת ישראל פארלוירן
ישראל האט נוקלאער, דייטשלאנד האט נישט, זאל א היטלער 2.0 פרובירן מאכן א שואה, איז נישטא קיין דייטשלאנד ביז פינף מינוט.
 
איך זאג אז ווען מדינת ישראל גייט ווען אין קריג מיט דייטשלאנד העטעך פעטעך וואלט מדינת ישראל פארלוירן
איינמאל דו רעדסט פון העטעך פעטעך ווייס איך נישט פונקטליך וואו דו האסט דיך אפגעשטעלט. ווען דו מדינה גרינדעט זיך ווען תר"נ וואלטן זיי זיך נישט געקענט שלאגן מיט היטלער? אויף וואס ארויף? דו היינטיגע מדינה וואלט זיך זיכער געקענט שלאגן מיטן דעמאלטסדיגע היטלער, און קען זיך שלאגן מיט רוב היינטיגע היטלערס (זיכער מיט די כוח פון זייערע אלאירטע)
 
Back
Top